אודך! מנשה איז דא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג יולי 12, 2011 4:40 pm

ווי איז דער והב מיט מנשה, ער מיינט זיכער ערליך, אוועקגעגעבען דעם שר חמש מאות פאר א זאך וואס איז נישט פאפולער, ווייל ער האלט אז דאס איז אידישקייט
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג יולי 12, 2011 4:44 pm

והב בסופה.., כלומר, ווען פלאי איז אנגעקומען.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג יולי 12, 2011 4:47 pm

מיינע ליבע פריינד, לאמיר אייך דערציילן מיינע געפילן.
ראשית, ווען איך האב געשריבן דעם ארטיקל, און געזען עטליכע שעות דערויף, אז ס'כמעט נישטא קיין תגובות דערויף, בין איך ווידער געווארן דיסעפוינטעד. אבער כ'האב געקלערט, דער ערשטער וואס וועט שרייבן עפעס, און טאקע 'דיסיגריען' מיט מיר, איז אונזער געליבטע קרעמער.. טאמער וואלט ער נישט מגיב געווען ביז כאטש א וואך, וואלט איך געזאגט אז ער איז געווארן א קאלטער צום חינוך וואס ער איז אויפגעוואקסן.. און והנה ער האט געטון זיין פליכט און איך האב אפילו הנאה.
שנית, דעם ארטיקל האב געהאט אין בויך, שוין איבער צוויי וואכן, און איך האב מיך זייער שטארק גע'ישוב'ט צו איך זאל עס בכלל שרייבן, קיין הומאר בין איך נישט געווען אין די גוסטע יעצט, און דעם סוגיה ווידער איז זייער קאמפליצירט, און צווייזייטיג.
דאך, האב איך נישט קיין חרטה ספעציעל נאכן זען יעצט דעם הויפן תגובות, נו, אבי ס'לעבט זיך אין קרעמל...
אוי ווי קרעמער איז א מבין אויף מיר, איך בין אויסגערעכנט מיט יעדעס ווארט, קאן זיין אז תועבה האט ער בעסער מגיה געווען, אבער דעם פונקט האב איך גוט געמיינט, און אזוי יעדעס ווארט. אמת טאקע אז דא ליגט סיי אפען און סיי צווישן די שורות גאנצע 'גיגא בייטס' מיט פירושים.. איך האלט נישט פאר ריכטיג צו שרייבן צו פיל וועגן דעם נושא, איינס ווייל איך בין נישט געמאכט פאר ערנסט.. און צוויי ווייל ס'איז טאקע דא אנדערע אגענדעס דערין.
ס'איז א שאד צו מאכן א גאנצע בראטל דערפון, ווייל סיי איך און סיי קרעמער שדיעותינו לא שוות.. חח אבל ליבותינו מרוצות.. וועלן זיך ממילא נישט אפקערן פונעם חינוך מיט וואס מיט זעמער דערמיט אויפגעוואקסן, און מ'דארף זיין היבש נאריש צו קלערן אנדערש, נאר ווייל עפעס מנשה'לע זאגט אזוי, אבער! ווער ס'וויל פארשטיין און הערן מער. וועל איך 'אביסל' מסביר זיין די פאר סטעיטמענטס וואס איז קצת קשה.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג יולי 12, 2011 9:16 pm

כ'זעה כ'האב פארפאסט די טענה'ריי מ'האלט שין ביים והב,
ביים ליינען האב איך געזעהן די זעלבע ווי קרעמער, כ'האב אבער פארמאכט די אויגן אין אנגעקוקט ווי איזעי'ס בליק (פון אנפאנג), אזוי בין איך געבליבן מיט א שיינע ארטיקל פין מנשה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג יולי 12, 2011 10:01 pm

leiby האט געשריבן:ביים ליינען האב איך געזעהן די זעלבע ווי קרעמער, כ'האב אבער פארמאכט די אויגן אין אנגעקוקט ווי איזעי'ס בליק (פון אנפאנג), אזוי בין איך געבליבן מיט א שיינע ארטיקל פין מנשה.

אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

תגובהדורך קרעפלקאפ » מאנטאג יולי 18, 2011 3:26 pm

דאנציגער האט געשריבן:אוי ווי קרעמער איז א מבין אויף מיר, איך בין אויסגערעכנט מיט יעדעס ווארט... איך האלט נישט פאר ריכטיג צו שרייבן צו פיל וועגן דעם נושא, איינס ווייל איך בין נישט געמאכט פאר ערנסט... אבער! ווער ס'וויל פארשטיין און הערן מער. וועל איך 'אביסל' מסביר זיין די פאר סטעיטמענטס וואס איז קצת קשה.


צו זענט איר טאקע גרייט אביסל מסביר זיין וואס איז קצת קשה?

בן בוזי האט געשריבן:...א רבי איז געווארן א מלך...

א מלך איז מסולק פון פאלק... זיין הנהגה איז מיט באפעלן נישט אויף אן אראפגעלאזטע שטייגער.

משא"כ תורת החסידות פארלאנגט דאך פונקט דער היפך... ס'איז נישט דא קיין ענין פון קבלת עול מלכות ביי א רבי'ן, עס איז דא אן ענין פון התקשרות זיין איינס, און אז מ'איז מקושר דאן פאלגט מען אויס איינער דעם צווייטנס רצון, און אז מ'האט א הערצה צו דער העכערער פונעם פארבונד דאן פאלגט מען איהם.

און פונקט ווי דער איש החומר פארבונדט זיך מיט די אנשי הצורה, דארף דער אנשי הצורה זיך מקשר זיין מיט די אנשי החומר. און אז דו פארשטייסט נישט לערן תולדות!


מנשה, וויאזוי זענט איר דאס מסביר צו די וואס האבן דעם זעלבן חינוך ווי אין דאנציג נישט באקומען?

דערציילט וואס איר ווייסט, אבער ריין און איידל. נישט דערלאזן דער מנהל זאל זיך צולאזן, ווי ווען איר האט ערווענט איבערן אנגעפלאמטער חסיד וואס האט זיך באגעגענט מיטן פארברענטן מתנגד.

און צו איז דאס דער חידוש א שטייגער פון מלכות אין רוז'ין?

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג יולי 18, 2011 4:11 pm

פאר אלעס, ווען איינער לערנט מאור עינים, דארף ער נישט מיין אויפקלערן, נאר אפשר די קצת קשה קען מען מסביר זיין, אבער איינער וואס ווייסט נישט וואס מ'רעדט, האט קיין מאור עינים נישט געלערנט
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

ב''ה
נאך א פעני נאך א דאלער.. ווי מ'קען נאר, פראבירט מען אריינכאפן א פרוטה.
אזוי איז די נאטור, ווי חז''ל זאגן, יש לו מנה רוצה מאתיים. און מ'ארבעט אמאל ווי א איבערגעטריבענער מאשין, און ברייט גערעדט – ווי א אקס! אבי מ'זאל פארדינען 'נאך' איין צוויי דאלער מער..
מ'וועט אמאל איינשטעלן ממש דאס לעבן, אמאל דאס געזונט, די שלום בית, ווייל.. דא שפאר איך פופצן סענט, און דארט נאר פינעף צענט.. דארט קען מען פארדינען נאך א דאלער א האלב, און כאטש ס'גייט מיר אויפן נערווען, אבער ס'איז נאך א דאלער א האלב!
ווי איז דאס אמונה, ווי די ביטחון אינעם אייבירשטן, דער הזן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כינים.
מ'מיינט מ'איז עוסק אין פאר'רעכטן דאס ענין פון בל תשחית, און דערווייל פארדארבט מען זיך די אייגענע נערווען, מיט נערוועזקייטן, פון ביליגער נאך ביליגער, און האלב פרייז און שפאט ביליג, און מציאות'ער, אן קיין זין און אן קיין טעם, און בחינם וואס קריכט שוין דערפון כינים..
יעך פלעג פון אלעמאל אויס זאגן, 'נערווען איז אסאך מער חשוב ווי געלט'.. מ'זאל פארדעם משוגע ווערן און מיעד און קראנק ווערן, נישט עסן נישט שלאפן געהעריג, ווייל מ'מוז לויפן כאפן דעם דאלער!!!
און דא קוקט עפעס אויס שווארצער פון שווארץ, ווי איך לייג אראפ דאס בילד. אבער באמת זענען מיינע רייד געוואנדן, אפילו ביי קלייניקע אופנים, וואס איך אליינס געפון מיך צומאל אויפן וואגשאל פון בחירה.
אמאל קלער איך, אז כ'וועל בלייבן פינעף מינוט לענגער ביים ארבעט, און כ'וועל פארדינען אוודאי מער, און אז מ'בלייבט פינעף מינוט פארוואס נישט צען מינוט, און וויפיל האט מען דען פארדינט?.. און וויפיל האט מען דערויף דערלייגט!
אז מ'בלייבט לענגער, האט מען פארקערצערט די צייט נאכדעם, און געווענליך פליסט ארויס דאס געלט פון ערגעץ אנדערש, ווייל אז ס'איז באשערט צו מאכן כך וכך, וועט עס אנקומען צו דיר, אזוי צו אזוי, אן דעם וואס דו זאלסט אויסשטעלן גאטס בוך, אויפן שעה און מינוט און סעקונדע..
אמאל פארקערט, מ'קען ארבעטן ווייניגער, און פון ערגעץ ווי, קומט אפיר נאך אפאר טאלער, ווייל אזוי איז באשערט!
כ'מיין נישט חלילה צוזאגן אז מ'זאל פארנאכלעסיגן ארבעט, און זיך נישט פלייסן אין א דזשאב, ניין, איך מיין צוזאגן, אז למשל אז די געווענליכע צייט איז ביז זעקס, און איך ארבעט צו דווקא, און מיט איבער געשטרענגטקייט ביז פינעף נאך זעקס צו מער, האב איך פארלוירן די אמונה אז דאס וואס מיר קומט וועט ממילא אנקומען.
אז ס'האט זיך געמאכט א פראבלעם, און מ'האט דערלייגט א דאלער, אפילו נאר א דאלער, אדער אפילו הונדערט דאלער, און מ'געבט אזא מין קרעכץ, ווי כאילו מ'האט באגראבן א שטאט!
דאס איז חוסר אמונה. אז עס קומט זיך נישט דאס געלט, און ס'ליגט ביי דיר אין האנט, זיי פרייליך אז עס גייט אויס אויף א קלייניקייט, אמאל א פארזעענעם טעות, אדער דאס גלייכן, ווי איידער א אומגליק ווי ס'ממילא נישטא קיין צוויי ברירות.
א כפרה דאס געלט, אבער נישט א כפרה די געזונט!
די סך הכול פון געלט גרייכט גענוי וויפיל עס איז אויסגערופן אין הימל מראש השנה, דאס געזונט קען מען זיך פרייוויליג אויסהיטן און חלילה פארקערט אנווערן.
וואס איז דען אפאר דאלער מ'זאל דערפאר קרעכצן, און וואס איז דען איבריגע כוחות ווערד, ווען במציאות איז עס איבעריג אינגאנצן.
אפילו מ'זאל יא פארדינען אויפן ארט מער, איז עס נישט ווערד די איינרעדענישן, ווייל מיר גלייבן אז אינעם ס''ה וואלט עס ממילא - אויב באשערט, אנגעקומען צו מיר, אפילו אן די אנשטרענגונג.
לא כל המרבה בסחורה מחכים, אבער השתדלות דאס יא.
אלץ ברויך מען פראבירן דאס מזל, און דער אייבירשטער שיקט שוין אריין דאס ברכה און השפעה טובה. און ווער זאגט אז השתדלות מוז זיין, ארבעטן ווי א פערד יומם ולילה?
ווער זאגט אז דאס געלט וועסטו מער פארדינען ביים זיך הארגענען, איידער עס נעמען מיט פארשטענדעניש און שכל. ארבעטן דארף מען אן קיין עצלות, אבער זיך איבערארבעטן און מאכן קאנטעסט מיטן השגחה.. איז ממש אויסגעווארפן כוחות אין תהום.
און אט די דאזיגע נסיון האב איך אליין אסאך מאל, און איך קלער דווקא נישט צו כאפן די מינוטן, און נישט זוכן דאס איבריגע דאלער, ווייל אויב מ'האט געארבעט אפאר שעה, און יעצט איז די באשטימטע צייט געקומען צום ענדע, מיינט דאס אז מער דארף איך נישט טוהן, למלא חובת ההשתדלות.
און אז ס'מאכט זיך א נייע מסחר'ל דא דארט, פראבירט מען אויכעט אן דאס מזל, און אז עס וועט פליסן און גיין כשורה איז עס פאר מיר, און אז נישט וועט די וועלטס כוחות נישט מצליח זיין צו דערטאפן אומ'באשערטע פארדינסט אפילו א פחות שבפרוטה.
דערפאר, דאס ווארט 'כאפן דעם דאלער' איז לדעתי נגד האמונה, פארדינען אפאר דאלער, יא, דאס איז עס די השתדלות!
ריכטיג?
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 24, 2011 11:55 pm

אה, בעק טו נארמאל!

מנשה עז יוזשעל.

א שיינעם דאנק פאר דיין שיינעם געדאנק

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יולי 26, 2011 12:59 pm

זייער שיין, יישר כח. כאטש האב עטליכע קשיות דערויף, באט כאניש קיין צייט יעצט מעיבי נעקסטיים.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יולי 26, 2011 4:01 pm

נו שוין... מנשה האט צוריק זיין ניק...

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג יולי 26, 2011 4:10 pm

מנשה, טוה מיר א מצוה די השקפה און דברי תורה לאז פאר די רבנים וזקני העדה, דיין ארבעט איס ארויף צוברענגען שמייכלען אויף אידישע לעפצען, איז דען גארניש מער דא צו באריכטן עפיזאדן וואס האט זיך אפגעשפילט ביי דיר אין קלייט?
אנטשולדיגט פארן זיין אפן מיט דיר.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » זונטאג יולי 31, 2011 10:25 am

אנטשולדיגט, איך קען נישט אין די טעג שרייבן לאכעדיגע זאכן, ווארט אויס א וואך, פארן פרישן מאמר, אויסער אויב דו ווילסט נאך לייענען א ערענסטע געדאנק ביז א וואך.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » זונטאג יולי 31, 2011 12:07 pm

אויב אידאס א תנאי כפול בינעך מאסקעם

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 3:35 pm

נו שוין!!!

דאס איז געווען א שבת.. יעדער לויפט שון אהיים פון די בערג, און אט יעצט כאפט זיך מנשה'לע אריבער, א שבת אינעם שויס פונעם נאטור.
וואס רעדט איר, א שבת מיט אלע טעמים, א טשולענט א קידוש א פארברענג, אונטערן פרייען הימל און אינעם שאטן פונעם באשעפערס באשאף, דערהייבט זיך די נשמה מיט א באזונדערע געשמאק, יום שבתון אין לשכוח..
נו, ווי מ'קומט אין די פרעמד, ווי מ'איז משנה מקום, האט מען דעם משנה מזל אויכעט, פון איין זייט איז מען נהנה פון פיינע היימישע חסד יודען, ברייטהארציגע נותנים, וואס געבן צו שפירן דעם גאסט ווי א אייגענעם משפחה מיטגליד.
פונעם אנדערן זייט, באקענט מען זיך מיט די יחצנים מיט די פירער, מיט די שלעפער מיט די נאכשלעפער, מיט די 'צעפראסקעטע' און אויפגעשאקעלטע אין גייסטישן זין, און צומאל איז עס צו לאכן צומאל אנדערש..
דאס אויסדרוק אליין, האט מיך גוט געמאכט שמייכלן, ווען יעך האב זיך באקענט פנים בפנים, מיט עטליכע וואס גייען אריין אין דעם קאטעגאריע, ווי איינער זאגט, וואס איז די מעשה מיט יענעם? ער קוקט מיר נישט אויס ווי אחד מן השורה..?
אה, יא! דער גוט גוט צעפראסקעט..!!
און זעענדיג דעם צעפראסקעטן, שפארט ארויס א פארביסענעם געלעכטער, נעבעך גוט צעפראסקעט.. צו צוליבן מצב השעה, צו צוליבן מצב הגלות.. צו ווער ווייסט וועמענס שולד.. אבער דער איז מיאוס צעפראסקעט אויף א שטארקן פארנעם.
זאגט מיר איינער, צעפראסקעט איז א 'אנדערסטעיטמענט' אויף יענעם.. ס'איז ווי ער זאגט, א נשמה יתירה עפעס איבריג א שאד די פאטשקעריי מיט עהם..
[ער מיינט אוודאי לפי דעתינו, ווייל דער הייליגער פאטער אין הימל האט זיך זיינע חשבונות מיטן יעדן נשמה'לע, אין וועלכע מצב נעבעך ער שטעלט נאר וואס פאר.]
אבער וואס עס האט מנשה'לע ארויסגענומען פונעם גלייכגעוויכט, איז געווען עפעס א אנדערער בריאה..
לאמיר עס מאכן אין קורצן: די מאסקיטא!
יא יא, דער אלעמענס שונא נומער וואן! דער וואס האניג געבט ער נישט, אבער ציפקע יסורים יא, דער וואס שוועבט זיך אן פלוצלינג, זייגט ארויס א מנה יפה דם התמצית, און ווען מ'שפירט זיין שטילע גניבה, לאזט ער איבער א מזכרת ניצחון, אויף נערווירנדע קראצעריי נאכאנאנד.
אט דער, האט זיך עפעס אין מנשה'לע פארליבט, עפעס נישט סתם, נאר געווארן מיינס א 'פען' אויף גאר א שטארקע פארנעם. דער לויפט מיך נאך, און לעכצעט שטארק, מיך צו נערווירן אין אט דעם געהויבענעם שבת מנוחה, מיט זיינע שטעכיגע מעשים, אז ס'איז געווארן ממש א אישו ביי מיר.
אוודאי א אישו, א גאנצע מלחמה האט זיך פארוויקעלט דא, צווישן מנשה און דער מאסקיטא.. וואס רעדט איר? ווי איך יאג נאך זיין חבר לויפט מיך שוין נאך זיין שוואגער, און דער ברודער זיינע שוועבט מיר אויפן אויערן, און דער צענטער ציפט די גענאק, און ווייסעך ווער דארט איז שוין פיניש מיט א שיין ביסל סחורה, 'מנשה בלוט'..
כ'הייב שוין אן צו קלערן, וואס האט זיך מיך עס געלוינט בכלל צו ווערן פעימעס.. אזוי נאכצולויפן און נישט פטור ווערן.. אבער וויפיל נקמה איך האב געשלאגן, ווען כ'האב דעם רפואה קודם למכה אויסגערישט, און געשלאגן רעכטס און לינקס און פארטיליגט גאנצעטע מחנות ביזן טיפן מוצאי שבת אריין דאך האב איך נאך ווייט נישט געגרייכט דעם ענדגילטיגער ניצחון.
ווייל דאן, האט פאסירט עפעס אינעם זונטאג באגינען, אינעם פרי שטונדע ווען כ'האב געגלוסט צו כאפן א שפאציר נעבן וואסער, איינע פון די מאסקיטא פעמעליס הויפט באזע..
און אומגעשפירט אז איינער פון די זקיני המאסקיטאס, לאקערן אויף מיר, איז שוין געווען צו צו שפעט..!
איך האב שנעל אנגעהויבן צו שפירן דעם קלאפ פונעם שונא, דער האט מיך איבערגעלאזט מיט א געשוואלענעם ביס! נישט אויפן האנט צו אויפן שטערן, נישט אויפן גענאק צו אויפן שויס, ניין! נאר דארט אונטערן ריקן.. דארט ווי איך קען קוים גרייכן מיטן שפיץ פינגער..
נישט אהער און נישט אהין.. גיי קראץ דיך.. ווי מ'זאגט!
נו גיי לויף ארום ווי די מצרים געשלאגענע, און האלט אין איין קראצען, בשכבך ובקומך ובלכתך בדרך.. ס'דאך א בושה זיך צו קראצן אין צענטער פונעם רשות הרבים, אבער די ביסנ'שטאף וואס דער יעניגער מאסקיטא האט מיך אנגעדרייעט מיטן צידה לדרך, לאזט נישט נאך..
איך מוז מודה זיין, דער ציבור איז מער ווייניגער אין שטאט, אבער די מאסקיטאס וואס זיי האבן געלאזט האדעווען, האבן זיי לחלוטין איבערגעלאזט פאר מיר.. נו וואס טוהט מען..?
אשר על כן טייערע ידידים, לאמיר זיך צוזאמנעמען, און אויסרופן א מלחמה להשם בעמלק.. אויסראטן די מאסקיטאס וואס האבן זיך צושפייז גענומען מנשה'לע.. און רודפ'ן עהם נאר פארן איינעם חטא, ווייל ער איז זיס!
אוי אהוי איי OWU!
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 3:41 pm

טענקס מנשה, יו מעיד מיי דעי.

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 3:52 pm

עס ווערט אין די טעג געפלאנט א גרויסע דעמאנסטראציע אנטקעגן די מאסקיטאס פארן בייסן ר' מנשה

ווי אויך גייען איינע פון די היימישע געשעפטן מאכן א גרויסן סעיל אויף פליגן קלאפערס אז יעדער זאל האבן די געלעגענהייט מקיים צו זיין די מצוה פון ובערת הרע וכו

כולנו למערכה
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 4:08 pm

מילא די מאסקיטאס האבן מיך שוין צופראסקעט אסאך מאל. אבער ווי גוט מנשה האט מיך יעצט צופראסקעט....
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 6:13 pm

אוי האב איך געלאכט...אוי האב איך געלאכט..כא כא כא...ווי דער איז געשטאנען נעבעך, און מיט כפות ידיו ורגליו געפאטשט די מאסקיטאס...אוי ווי איך פארשטיי דיין ווייטאג...כ'געדענק נאך ווען איך האב עס געשפירט אויף די אייגענע ביינער...דארט אין די וועלדער, העכער די זומפן, גרופירן זיי זיך אין גאנצעטע מחנות, און זיי שוועבן ארום בריקודים ובמחולות, פאר די נאכט שעה'ן, די זיידע און די באבע און אלע קינדער קונדס קינדער, טאנצן און טאנצן, לכבוד דאס ריזיגע צאפעריי וואס גייט אפגעראכטן ווערן ביינאכט, אויף מענטשן'ס הענט און פיס, וואס שטעקן זיך ארויס פון די דאכענע...

אוי נעבעך מנשה'לע האט אריינגעבלאנדזשעט אין אזא וועלדל, צווישן בוימער און צווייגן, געניסן פונעם אויברשט'נס בריאה, און ווי נאר ער האט געעפנט ס'מויל א אטעם צו געבן פון די דערפרישנדע לופט, האט ער אריינגעביסן אין א כזית מאסקיטאס. טויב איז ער געווארן פון די קליינע נפילים קראו להם "זמזומים". אוי אוי אוי...די חברה האבן זיך מיט א חיות דקדושה באלייגט אויף יעדעס שטיקל אויפגעדעקט פלייש, און אריינגעביסן דערין מיט א "וישקהו" מיט פינטעלעך.

א קלאנג האט זיך צושפרייט אין וואלד, אז פעט שטיקל פלייש האט אריינגעשפרייזט בתוך המחנה, זאפארט האט אויסגעבראכן א קאמף צווישן די פעטערליכע הויזגעזונד, פון די מאסקיטא דינאסטיע, ווער עס קריגט דעם קוואטערשאפט, אריינצשפלעטעווען דעם שטעכע'ל אינעם תחתון אריין, און אויסגעקליבן געווארן צום חושיב'ן כיבוד, איז טאקע געוועזן דער, מאסקיטא וואס האט באוויזן אדורכצושטעכן די רעקל, הויזן , און גאטשע, אינאיינעם..אוי האט דאס שפעטער געקראצט...הא? הא? אמת?

ואחרי כן , ויהום כל המחנה...דו מאסקיטאס, האבן זיך ארויפגעווארפן אויף אים ווי צו א שטיקל געבראטנס, און נעבעך גוט גוט אויסגעשטאכן, זאלן זיי דערווארגן ווערן.

און מיינט נישט!! ער האט גארנישט אויפגעגעבן . יענע נאכט באמצע הלילה איז ער נאך אויפגעשטאנען...און מיט דעם פליגן כאפער, אנגעהויבן קלאפן, מיט אזא ווילדע רציחה, יעדע שמוץ אויפ'ן וואנט האט אים אויסגעקוקט ווי א מאסקיטא...און די ווענט איבעראל זענען פארשמירט געווארן מיט פרישע אנגעשעפטע בלוט..אבער ס'שאדט נישט. סך הכול איז עס די אייגענע בלוט....

שענק זענען געפלויגן...אפשר באהאלטן זיי זיך דארט. די וואנע אין ביה"כ איז צען מאל שטרענג איבערגעקוקט געווארן, צו מאכן זיכער אז קיינער לויפט זיך נישט באהאלטן דארט. אפאר מאסקיטאס האבן באקומען הרג מיט חנק, צוזאמען ווען ער האט זיי אראפגעפלאשט אין טוילעט..דער עיקר אז צומארגנס האט ער שוין קיין הענט פלאכן נישט געהאט. און ביי יעדן קלאפ האט ער דאס געשפירט.

און אז הקצף יצא. זענען די חוצפה'דיגע פליגן אויך נישט פארשוינט געווארן, מ'האט געהאקט און געקנאקט פון זיי וויפיל ס'האט זיך נאר געלאזט....
דער עיקר איז מנשה, אז זאלסט וויסן...מיר זענען אויף דיין זייט. מיר האבן אלע אדורכגעמאכט וואס דו האסט מיטגעמאכט, און מיר זענען אויך צופראסקעט געווארן אויף א וויסטן פארנעם..פונדעסטוועגן זענען מיר זיך מחזק אינאיינעם, און מיר זענען זיך משתתף בצערך...המקום ינחם..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 7:04 pm

אמרי ל'פעדער' אחותי את
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 11:36 pm

כ'זיץ מיר רואיג ביי א חתונה, איך מיר געמיטלך א טעלער טשולענט (טשולענט ביי א חתונה??? מיר טוט עס אויך וואונדערן, אבער וואס קאן מען טאן אז עס איז אנגעגרייט עסט מען) ווען פלוצלינג א קלאפ פון מנשה אין רוקן, און מיט א שטרענגע שטימע זאגט ער "מנשה האט געשריבן א נארטיקעל און דו עסט זיך אזוי רואיג א טעלער טשולענט נאך בעפאר דו האסטעס געליינט???" איך האב מיר נישט געזוימט איך האב פארמאכט תיכף דעם טעלער און זיך אוועק געזעצט ליינען, און פארשטייט זיך אז מנשה שרייבט דברי כבושין און נישט דברי מוסר האביך הנאה בתוך שאר ישראל.

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 11:00 am

דאנציגער האט געשריבן:אמרי ל'פעדער' אחותי את

געהעריג גילוי
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 11:04 am

מנשה אוי ביזטו גוט.
---
דאנציגער האט געשריבן:אמרי ל'פעדער' אחותי את

וועלכע, ליפא'ס?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 3:02 pm

ווען מנשה מיט פעדער שפרעכן זיך צונויף, צוגייט זיך אן אנגענעמקייט אין אלע גלידער

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דינסטאג נובעמבער 22, 2011 8:12 pm

די נודניקעס: זענען זיי דא, קען מען נישט פטור ווערן, ווערן זיי פארלוירן קען מען זיי נישט טרעפן..
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלי לחץ און 19 געסט