שיעורים ע"י "להשיג"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » מיטוואך פאברואר 20, 2013 12:02 pm

שנאפס האט געשריבן:
הרב בערמאן: אייער לעצטע שורה האט אפגעהארגעט די גאנצע תגובה, דאס געשעט ווען מען ווערט הייפער און מען טראכט נישט איבער פאר מען טוט עפעס, די סעלף קאנפידענס וואקסט גרעסער ווי דער מוח קען פארנעמען


יו סטאול מיי טאנדער..
מ'טאר נישט ווערן אפענסיוו, מ'רעדט איבער א טעמע נישט איבער א באפעלקערונג.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

בליץ
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » מיטוואך פאברואר 20, 2013 4:29 pm

הרב בערמאן, קודם מיז איך דיר גראטולירען פארן שרייבען אזעלכע שיינע לאנגע תגובות,שיין און מסודר, אלץ א נייער דא ווייסיך אז ס'נעמט און אנהייב צייט צו שרייבן ..

אנטשולדיגט פארן מישען הרב האגער מיט הרב מעלבער, כ'האב געמיינט אז איינער האט געלערנט דעם צווייטען..איך קען פון דערנאנט אפאר האגער תלמידים און עס איז א פשוטע.....

(בד"וו דיין אויספיר איז נישט צו א גיטע מהלך פאר קאנווינסען אנדערע מענטשן, איך זעה אז דאס איז איינע פון די זאכען וואס ער לערנט אויס, נישט צו א גיטע סעמפל)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך פאברואר 20, 2013 4:41 pm

רבותי, ביודעי ומכירי קאמינא, ס'דא אידן וואס ס'האט אסאך געהאלפן זייער גיין צו די שיעורים (למשל מיין גיין יעדע מאל צום פארלערנען האט מיר געהאלפן צום שידוך, ממש געטוישט דאס לעבן אויף אייביג).

ערענסט גערעדט, ס'דא מענטשן וואס קענען ניצן עדיוקאציע, נישט אביסל נאר אסאך, און ס'איז גארנישט ראנג, איך פערזענליך קען א איד אין א הויכע פאזיציע אין א פירמע וואס האט זיך "אסאך געטוישט" נאך א קורס פון ר' משה לייב האגער. דער פראזע "ווילט איר טוישן אייער לעבן?" איז נאריש עד אין לשער, מ'טוישט דאס לעבן ווען מ'ווערט מגולגל, נאר וואס דען, איך וואלט עס געזאגט בערך אזוי:
ווילסט פארבעסערן קאמיוניקאציע?
ווילסט מענטשן זאלן דיך ליב האבן און אויספירן דיינע פארלאנגן אויף א נארמאלע וועג?
ווילסט האבן א פאזעטיווע בליק אויף אלעם?
שיעורים להשיג וועט אייך ארויסהעלפן צו גרייכן אייער ציהל וכו'.

דאס פארקויפן "טויש" איז הוידעל בוידעל, ס'איז מער א הילף פאר איינעם וואס וויל זיך פארבעסערן, והרבה עוד יש בקולמסי לכתוב על זה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג פאברואר 25, 2013 2:19 pm

שמעלקא, דברים של טעם,

אגב, האסט אמאל געהערט די עדווערטייזמענט פון להשיג אויף "קול מבשר"? אקוראט אזויווי דו ברענגסט עס ארויס.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

סלאטפינע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:01 pm
לאקאציע: אין סלאטפינע

תגובהדורך סלאטפינע » זונטאג ינואר 19, 2014 4:48 pm

איך בין נאך אביסל גרינליך אויף די פלאטפארמע דאהי... איך האב אביסעלע ארומגעוואנדערט דא זיכנדיג אינפארמאציע אויף געוויסע ענינים. ווען איך האב באמערקט אז מען טיילט דא מיט גוטע אינפא. און עקספיריענסעס, האב איך באשלאסן צו אנטפלעקן דעם אוצר... אבער קודם האב איך געמאכט א 'סורטש' צו זען אויב עס שטייט שוין עפעס אויף די טעמע און אזוי בין איך דא אנגעקומען. איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן פאדעם מדאשקע לדאשקע, און כ'האב ווידעראמאל געזען וואס איך האב שוין געזען פאר איך בין געגאנגען צו להשיג...
איך בין אריין אין 'קאווע שטיבל' [אין בעסמעדרעש נישט כאסבעשאלעם....] און געזען א חבר ליארעמען אויף טישן און בענק קעגן להשיג........... האוקעס פאוקעס
בין איך צוגעגאנגען צונעם ראש המדברים און געפרעגט"חביבי, איך גיי צו להשיג! יעצט, וואס איז די פראבלעם?
קודם איז ער שטיל געווארן. יעצט מוז ער שון ענטפערן עפעס זאכליך... ביז ער האט ארויסגעשטאמלט אז ס'קומט פון גויים... נו גיי זאג אים חכמה בגויים תאמין... גיי ווייז אים דעם אוהחה"ק אז כלל ישראל זענען נישט די אויסשליסליכע בעלי חכמה...
שוין נישט א נאפקעמינע וואס כאב אים געענטפערט, פרעג איך אים וואס האסטו קעגן להשיג?
הערצא מעשה, ער ארבעט ביי זיין שוואגער, און דער שוואגער הייסט אים גיין צו להשיג... שאנאלעס פארשטאנען...
ביי להשיג נעמט ער טאקע נישט אן די וואס קומען ווייל דער האט געהייסן...
אצינד צו מיין עקספיריענס. איינער האט דערמאנט אז צו טוישן די לעבן אויף אייביג דארף מען מגולגל ווערן. זייער ריכטיג! ארלעדיגט! און אלעס וואס דו קענסט אויפטון אין דיין יעצטיגע גלגול האסטו שוין יא אויפגעטון? ביי להשיג האב איך מיך אויפגעבויעט אין אסאך תחומים, קודם כל - וואס איך האב מער געארבעט האב איך מער קונה געווען. אבער יעדער קומט ארויס דעמעדזשד פאר לייף... קיינער וואס איז דורך די שיעורים קען נישט גיין ווייטער אן מיטנעמען כאטש עטוואס פון די גוטע כלים וואס ער האט דארט געהערט! איימסארי, כקען טאקע נישט זאגן קיינער, אבער קיינער וואס איך קען וואס איז דארט געווען (עטליכע מנינים!!!)
אצינד געלט? להשיג האט מיך געהאלפן אויפבויען מיין ביזנעס צו א הצלחה, אז די רווחים זענען מינימום 4 מאל אזויסאך, און עס האלט אין איין שטייגן! אדרבה גלייבט מיר נישט, פרובירט עס אליינס אויס...
אסאך פון מיינע חברים פרעגן מיך פון וואו איך האב מיך אזוי געבויעט און איך ענטפער מיט שטאלץ "להשיג"
צוליב פארשטענדליכע סיבות וויל איך נישט דא ארויסשרייבן פונקטליך ווער יאך בין און וואס יאך טוה, אבער איך בין א רעספעקטפולער ביזנעס מאן און געשעצט אין מיין קהילה. מיין פראדוקטיוונעס איז ארויף פילע שטאפלען אדאנק להשיג! סיי אין שטוב, סיי אין אפיס, און אויך אין בעסמעדרעש.
וועגן די אנדערע? איך בין נישט דארט געווען. וואס איך האב צוריק געהערט איז, אז עס איז צו שנעל און אן חזרה וועלכע פארשווערט דאס מיטנעמען די געדאנקען. צווייטנס - פילע נושאים ווערן בכלל נישט דערמאנט דארט. דריטנס והיא העיקר אבער איך דערמאן נאכאמאל אז יאך בין נאר געווען ביי להשיג. ביי להשיג לערנט מען וויאזוי סיי דו און סיי דיינע ארומיגע זאלן הנאה האבן. יעדער ארום מיך פארדינט היינטיגע צייטן פון דעם וואס איך בין געווען ביי להשיג (היבש מער ווי צוויי חדשים צוריק...) און איך אוודאי אויך. איך האב געהערט אז ביי געוויסע אנדערע קורסעס לערנט מען דיך וויאזוי דו זאלסט פירן און מאניפעלעיטן די וועלט ארויסצונעמען דאס מערסטע פאר דיך. ואיני יודע מקרוב.
אגב, עס איז א טעות צו זאגן "אלע די קורסעס". להשיג האט נישט זיינס גלייכן, פשוט ווייל ר' יודל האט זיך יארן לאנג געלערנט ביי "אסאך" מענטשן, צוגעלייגט אסאך מאוצרו הטוב, און אוועקגעשטעלט א גענצליך אייגנארטיגן מהלך וואס איז אליינס אויסגעבויעט און אויסגעהאמערט עד הסוף מיט זיין בלוט און שווייס. אפילו די לימודים פון אנדערע, האט ער נישט אדורכגעלערנט, נאר אדורכגעלעבט, אדורכגעשוויצט און געארבעט ביז ער האט זיי גרונטליך אויסגעארבעט.
עס איז נאר וואס אקארשט פארגעקומען אין שיכון סקווירא ביי א דינער פאר א געוויסע ארגאניזאציע א אפענע שו"ת סעסיע וואו ר' יודל האט געענטפערט פראגן איבער אלס און ארום להשיג. גאנץ סקווער און אלע באטייליגטע זענען מורא'דיג באאיינדרוקט געווארן צו זען ווי אלעס איז יסודתם בהררי קודש און אויף פעסטע יסודות.
ויה"ר שבמהרה תמלא הארץ דעה וישיגו בינה...
הצלחה רבה! גייטס צו להשיג און פארדינט! ;l;p-

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג ינואר 19, 2014 11:01 pm

סלאטפינע, פון האסטו אזויפיל קאנפידענץ? ביסט אפשר געווען ביי להשיג?
נאדיר איינע ;l;p-
הנותן לשכוי בינה...

סלאטפינע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:01 pm
לאקאציע: אין סלאטפינע

תגובהדורך סלאטפינע » מאנטאג ינואר 20, 2014 7:45 am

יא ברוך השם! און אויך געשיקט אפאר חברים וועלכע זענען ב"ה זייער דאנקבאר!
אגב, אצינד א ווארט צו די וואס זענען שוין יא געווען, איך חזר יעצט כסדר די לימודים און איך זעה אז מען קען שטייגן אין זיי פיל מער און מער והכל לפי ריבוי החזרה - בעיקר במעשה!... :smile:
לעצט פאראכטן דורך סלאטפינע אום מאנטאג ינואר 20, 2014 1:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג ינואר 20, 2014 9:35 am

איז דאס די פראדוקטיוו קורסעס וואס מען זעט יעצט אדווערטייזד?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג ינואר 20, 2014 9:51 am

שוועמל האט געשריבן:איז דאס די פראדוקטיוו קורסעס וואס מען זעט יעצט אדווערטייזד?

ניין, דאס איז א צווייטער.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג ינואר 20, 2014 10:03 am

derech eretz האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:איז דאס די פראדוקטיוו קורסעס וואס מען זעט יעצט אדווערטייזד?

ניין, דאס איז א צווייטער.


הצד השוה שבהן, אויב זענט איר וויליג צו ארבעטן אויף זיך צו האבן א בעסערן לעבן, לוינט זיך צו אינוועסטן.

איך בין געווען ביי איינע פון די 'מסיבת הסיום' פון די פראדאקטיוו קלאסן לעצטענס, איך בין נתפעל געווארן וואס מען קען אלץ טוהן מיט א מענטש... יא וועט איר געוויס זאגן גיב עס אפאר חדשים ביז עס וועפט אויס...

האבעך געשמועסט דארט מיט עטליכע וואס זענען שוין איבער א יאר פונעם קלאס, כולם כאחד הודו, אז אפילו טייל זאכן שלאפן איין.. קען מען זיי אייביג ערוועקן, און צוריקגיין צו וואסערע מצב ער איז געווען בעפאר די קלאס וועט שוין לכאורה נישט זיין..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובהדורך שצם_חנכל » פרייטאג ינואר 24, 2014 11:53 am

ס'הייבט זיך אן א פרישע קלאס אין וויליאמסבורג זונטאג תצוה

מר. שטערן
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 19, 2011 9:14 pm

תגובהדורך מר. שטערן » זונטאג ינואר 26, 2014 11:25 pm

קען איינער זאגן קורץ און שארף:
וואס איז די חילוק צווישן 'להשיג' און 'פראדאקטיוו'?

ביידע האבן תלמידים וואס האבן געטוישט זייער לעבן... ביידע האבן גענאשט פון הרב האגער, ארבייטן זיי מיט די זעלבע מהלך?

אגב, ווער שטייט אונטער 'פראדאקטיוו'? פעלט אים אביסל סעלפ-עסטים, זיך ארויסצושטעלן מיט זיין נאמען?
משא"כ 'להשיג' ווייסט יעדער דעם נאמען: 'ר' יודל מעלבער'

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג ינואר 27, 2014 12:46 pm

derech eretz האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:איז דאס די פראדוקטיוו קורסעס וואס מען זעט יעצט אדווערטייזד?

ניין, דאס איז א צווייטער.


להשיג אדווערטייזד אויך יעצט
kraitchmah עט גימעיל

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » מאנטאג ינואר 27, 2014 12:48 pm

פראדאקטיוו ווערט געפירט דורך ר' יעקב יצחק שטיינמעץ פון קרית יואל - חתן ר' שמואל צבי אייזנבערג

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג ינואר 27, 2014 12:53 pm

שיינער אדווערטייזמענט, עס רעדט אבער נישט צו מיר... מסתם ווייל כ'בין נאכנישט געווען ביי להשיג בין איך עס נישט משיג...

אמת'דיג גערעדט... ווען איינער רעדט מיט צופיל התלהבות, רעדט עס נישט צו מיר, איך פארשטיי פיל בעסער קאלטער לאגיק.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג ינואר 27, 2014 4:11 pm

מר. שטערן האט געשריבן:קען איינער זאגן קורץ און שארף:
וואס איז די חילוק צווישן 'להשיג' און 'פראדאקטיוו'?

ביידע האבן תלמידים וואס האבן געטוישט זייער לעבן... ביידע האבן גענאשט פון הרב האגער, ארבייטן זיי מיט די זעלבע מהלך?

אגב, ווער שטייט אונטער 'פראדאקטיוו'? פעלט אים אביסל סעלפ-עסטים, זיך ארויסצושטעלן מיט זיין נאמען?
משא"כ 'להשיג' ווייסט יעדער דעם נאמען: 'ר' יודל מעלבער'

ר' יודל מעלבער איז א תלמיד פון האגער?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » מאנטאג ינואר 27, 2014 10:04 pm

ר' יודל מעלבער איז א תלמיד פון האגער, אבער האט מיט עם היינט גארנישט, ער איז זיך געגאנגען אליין זיין וועג [מיט קאנפידענס איי געס...]. משא"כ שטיינמעץ פון 'פראדאקטיוו' האלט אן מיט עם שייכות, זיי ארבעטן ביינאזאם.

פון אייגענעם עקספיריענס, איך האב מיך געשפורט ווי א שטיקל נאַר זיצנדיג דארט... אבער דאס האב איך מוותר געווען. מ'גייט דאך טוישן ס'לעבן!!!(...)
למעשה, טייל אידן, בעיקר- ווי איך פארשטיי-, אידן וואס האבן פשוט געדארפט א שטופ, אזא "יא! איך קען!" שטופ האבן הנאה געהאט, איינער האט מיר געזאגט א יאר צוויי שפעטער (יא, א יאר צוויי שפעטער) אז ס'האט זיך געלוינט יעדע פעני. ער איז שוין פון פריער געווען א מסודר'דיגער געזונטער נפש און האט פשוט געדארפט א שטופ צוצוגיין צום עמוד/צוטרעטן צום פראיעקט וכו" און האט עס דארט זעהט אויס באקומען.

איך אבער, לאמיר זיך געבן א דוגמה מיט די ניק מיינעם, איך בין דא א 'שטילער בחור'. (רעד דיך איין... כ'געב בלויז א דוגמה) מיין שטילקייט נעמט זיך פון א טיפער פראבלעם. בטבע בין איך נישט קיין שטילער. געוואוסע פראבלעמען און שוועריקייטן האבן דאס אנגעווערטשאפט. אויב איז עס קאמפלעצירט, דארף דאס ווערן אדרעסירט "פריוואט" מיט אן אמת'ע מומחה בתורת הנפש (וואס הרב מעלבער איז קלאר 'נישט').

די ערשטע 2 שיעורים האבן מיר קודם געמאכט שפירן איבערגליקלעך. א "נייער" מענטש ווער איך! "אויס שטילער, אויס בחור".. אבער איך געדענק די ווייטאג ביים 11טן שיעור ווען ריאליטעט האט געפאטשט אין פנים.

איך בין פשוט כפשוטו אנטלויפן אינדערמיט פון גרויס ווייטאג. ס'איז א גרויסע בעלואני פאר מענטשן וואס דארפן אדרעסירן קוועטשענישן אין נפש. הארכט מיר. מ'דארף נישט קיין סעמינארן, מ'דארף א מומחה. און ס'טרעפט זיך נישט גרינג. אסאך תפילה פעלט זיך אויס צו טרעפן איינער וואס זאל -קראנטערהייט- ארויפפירן אויפן דרך המלך.
א *שטילער בחור כצ"ל

דוב בערמאן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 4:17 pm

תגובהדורך דוב בערמאן » דינסטאג ינואר 28, 2014 2:00 am

הרב מעלבער זאגט קלאר פאר יעדן וואס פרעגט אים, אז ער איז נישט אנשטאט א דאקטאר, און ווער עס דארף פריוואטע הילף פון א דאקטאר בגוף ובנפש, דאס זעלבע ווער עס דארף נעמען מעדיקעישאן, קען דער קורס נישט זיין אנשטאט דעם. דער קורס וואס ער גיבט איז נאר פאר געזונטע סוקסעספולע מענטשן, וואס פארשטייען אז זיי קענען נאך ווערן מער סוקסעספול, און הרב מעלבער איז א קלארע מומחה בתורת הנפש אויפצובויען דעם הצלחה פון געזונטע מענטשן.

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » דינסטאג ינואר 28, 2014 11:23 am

א שטולער בחור האט געשריבן:פון אייגענעם עקספיריענס, איך האב מיך געשפורט ווי א שטיקל נאַר זיצנדיג דארט...


וואס האט דיר געמאכט שפירן ווי א נאר?

א שטולער בחור האט געשריבן:אבער איך געדענק די ווייטאג ביים 11טן שיעור ווען ריאליטעט האט געפאטשט אין פנים.


אפשר וואלסטו אונז געקענט מיט טיילן וואס האט פאסירט ביי די עלעפטע שיעור אז דו ביזט צוריקגעקומען צו ריאלעטי וואס האט דיר אזוי שטארק געפאטשט אין פנים?

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג ינואר 28, 2014 1:38 pm

אפשר וואלט איינער געקענט שרייבען בקיצור וואס מ'זאגט למעשה ביי די שיעורים?

איך פארשטיי מען קען נישט אפשרייבען גאנצע שיעורים אין עטליכע פאראגראפען - ווי אויך טאר מען מסתמא נישט - אבער בלויז א סך הכל וואס דער מגי"ש האט געוואלט, מיט אייניגע דוגמאות.

למשל:
[היינט האבען מיר געלערנט פון דף כ:, אנגעהויבען ביי די משנה וואס איז דער דין אויב דער שומר שכר טענה'ט עס איז געוועהן אן אונס און דער מפקיד זאגט עס איז געוועהן א פשיעה. ר"? האלט ער איז חייב שבועה, און ר"? לערנט ער איז אינגאנצען פטור.

ערקלערט די גמרא אז ביידע קריגען ארום פשט אין פסוק, צי מען קען צוגלייכען שבועה שבועה פון גניבה. נאך א מהלך איז דא אז ר"? לערנט ארויס דער חיוב שבועה פון אן איבעריגע ווארט וישבע.

דערויף פרעגט תוספות אז דער ווארט איז נישט איבעריג ווייל דער גמרא אין דף מג. לערנט ארויס שבועה ביי א טוען טענת ברי ושמא. איין מהלך איז דא אין תוספות אז דער ו' איז איבעריג. נאך א מהלך איז דא אין רשב"א אז מען קען לערנען ביידע פון איין ווארט. אויף דעם איז דא א לאנגע קצות וואס איז מבאר בטטו"ד שיטת הרשב"א, אז דאס איז נאר ביי דיני ממונות אבער נישט ביי איסור והיתר.]


קען איינער אפשר טוהן אזאנס מיט די שיעורים - כאטש מיט איין יסודי'סדיגע שיעור?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג ינואר 28, 2014 2:09 pm

איך בין א תלמיד פון להשיג מיט 3 יאר צוריק, און איך נוץ נאך היינט אסאאאאך פון די כללים וואס איך האב דארט געלערנט.

די שיעורים זענען געבויט אויף א מהלך, איין דרגא נאכן צווייטן, וויאזוי צו (פארבעסרן) [פארשטערקערן] א קשר מיט נאנטע מענטשען און מיטארבעטער, און נאכדעם וויאזוי צו קענען משפיע זיין אויף א צווייטן, ד.ה. יענער זאל דיר פארשטיין און וועלן ממטארבעטן/פאלגן. און אזוי ווייטער און ווייטער, העכער און העכער.
צו אלעס וואס ער לערנט דארט איז ממש שייך אויסצופירן גרינגערהייט? לכאורה נישט, עכ"פ נישט פאר יעדן.
אבער ער גיבט דארט זייער שיינע און קלארע מהלכים און טיפס וויאזוי זיך אומצוגיין מיט מענטשען.
איך האב צווישן אנדערע ארויסגענומען:
וויאזוי צו געבן קריטיק אז דער קריטיקירטער זאל עס הערן, דערהערן, און פארשטיין - אן דעם וואס ער זאל ווערן באליידיגט.
וויאזוי צו געבן א "ריכטיגע" גוטע פילינג פאר א מענטש, נישט סתם א קאמפלימענט ווי "איי רילי עפרישיעיט אז דו האסט עס אנגעגרייט פאר מיר".
וויעאזוי זיך אומצוגיין און סטרעסספולע מאמענטען אין די ארבעט ווען ס'איז דא ארבעט אן א שיעור, זאכן קלאפן נישט, וכו'.
יעדער ווייסט אז ווען ס'איז דא א פראבלעם איז נישט די קונץ צו טרעפן די שולדיגער און אים בלעימען, נאר טרעפן די אישו און עס פאריכטן. אבער ס'זאגט זיך גרינגער ווי געטון למעשה. ביי להשיג האב איך משיג געווען א ריכטיגע מהלך דערויף - און ס'ארבעט וואונדערבאר.
און נאך פיל פרטים, וואס איך האב נישט די ציי מאריך צו זיין.

איך קען נאר זאגן אז ר' יודל צוט אסאך מאל די שטריק זייער ווייט, ד.ה. ער שטעלט אוועק די מהלך לאמיר זאגן אויף געבן קריטיק אויף א הויעכע ניווא, אז מ'ברויך טוען 1 2 3 4 5, אבער אפילו ווען איך האב נישט געטון אלע 5 כללים, נאר 3, האט עס אויך געארבעט, ווייל עס איז אסאך בעסער פון די מהלך וואס איך בין געווען איינגעוואוינט.
פאר דעם זאג איך אז יעדער קען ארויסנעמען אסאך טיפס אפילו מ'ווערט נישט "די מענשט וואס דו האסט אלאמאל געוואלט זיין" (כלשון העדווערטייזמענט).

איך האב קשר מיט עטליכע וואס זענען געווען דארט מיט מיר, אלע זענען נאך אלס זייער נהנה פון וואס מ'האט געלערנט, איינער מער איינער ווייניגער, אבער יעדער איז מודה אז יעדע פעני איז געווען ווערט!

נ.ב. אויב האט איר סיי וועלכע פראגע וועל איך מיר פרייען צו העלפן און ענטפערן.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » דינסטאג ינואר 28, 2014 2:53 pm

איך בין ב"ה געזונט און פריש, גראדע נישט קיין שטילער און נישט קיין בחור. מיין נקודה איז געווען אז פראבלעמען/ווייטאגן און קוועטשענישן מיטן נפש,- אפילו קליינע- האבן געווענליך סיבות וואס דארפן ווערן אדרעסירט. אויף דעם איז פלאץ געווענליך נישט דארט, סיי ווייל מ'רעדט נישט צו דיר פערזענליך, מ'לייגט זיך כלל וכלל נישט אריין אין וואס ס'שטערט 'דיר' און לעבן/מצליח זיין וכו' און אויך ווייל ער איז נישט קיין פסכילאג אדער מומחה בתורת הנפש, ער האט געוואלדיגע עצות און טריקס אויף סוקסעס און אויך א WORKSHOP זיך צו שטארקן דארט אויף די בושה... ("מיין" נאמען איזזזזז...!!!")
(ס'איז דא צענדליגע ביכער פאר $13... מיט עצות און טריקס אויף סוקסעס. דארט 'שפילט מען עס אויף' לעבעדיג, און אוודאי איז עס פיל שטערקער. די פרייז איז טאקע $1,300...)
לעצט פאראכטן דורך א שטולער בחור אום דינסטאג ינואר 28, 2014 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א *שטילער בחור כצ"ל

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » דינסטאג ינואר 28, 2014 2:55 pm

פארוואס ביים עלפטן שיעור האט עס געפלאצט? ביים דריטן האב איך שוין געשפירט אז דאס איז נישט ס'פלאץ... ביים 11'טן איז ד לעצטע ביסל האפענונג צורינען.. כ'וואלט נישט געגאנגען אומזינסט אויך נישט. (חוץ צו די ערשטע צוויי. ס'איז פשוט FUN...)
א *שטילער בחור כצ"ל

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג ינואר 28, 2014 2:59 pm

ער שרייבט אין ערגיץ נישט אז ס'איז פאר נפשיות'דיגע פראבלעמען.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג ינואר 28, 2014 3:02 pm

ברענגסט עס זייער גוט ארויס, ס'איז א ווארק שאפ, מךערנט זיך אויף די איינגענע פלייש, מ'ארבעט אויף זיך, ער העלפט ארויס, דיבוק חברים, ס'איז אינו דומה כלל צו ליינען א ביכל.
און מ'רעדט נישט פון איין ביכל, נאר פון מערערע ביכער און פארשידענע ריכטונגען.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט