שיעורים ע"י "להשיג"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 28, 2014 7:56 pm

באקומען אין אישי פון א חשוב'ע ניק הרוצה בעילום שמו:


"אלס א געוועזענער מעמבער אין להשיג וואס די בענעפיטן דערפון שפיר איך נאך היינט - יארן שפעטער, ווי אויך אלע מיינע ארומיגע, שפיר איך פאר וויכטיג צוצוגעבן דאס פאלגענדע:

א דוגמא, ווען מען זיצט ביי א מסיבה של מצוה, ביי א זאל פון הונדערטער מענטשן, זענען פאראן רעדנערס וועלכע האבן נישט קיין שום פראבלעם ארויפצוגיין אויפן בימה און רעדן זייערס, בעת רוב ציבור וואלט יא געהאט א פראבלעם דערמיט. געבן א מענטש די קאנפידענץ דערצו איז זייער נארמאל און פארשטענדליך, און דאס איז א "קליינע טייל" פון וואס להשיג טוט און איז מצליח ב"ה למחצה לשליש ולרביע, פארשטייט זיך אז יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, ואכמ"ל, אבער בדרך כלל איז די סוקסעס ראטע זייער שיין. איך אליין האב שוין גערעדט ביי א גרויסע מסיבה, וואס איז נאר א דאנק להשיג. איך וואלט דאס קלאר נישט געקענט טון אן זייער הילף און עדווייס.

"להשיג" - אנדערש ווי פראדוקטיוו - שטעלט נישט ארויס די מעמבערס צום פאבליק און צייגן וואס מען האט באוויזן אויפצוטון. אלעס בלייבט קאנפידענשל. אבער אז די אייגענע מעמבערס זענען גרייט דערצו, להתוודע ולהגלות זייער סוקסעס פון להשיג, איז נישט מער ווי יושר אז "כל העם ישמעו ויראו"!

איז אזוי: היינט נאכט ביים דינער פון RCCS, גייען אויפטרעטן 2 רעדנער וועלכע האבן גראדואירט פון להשיג. זיי גייען שטיין אין פארנט פון טויזנטער מענטשן בלעה"ר און בעז"ה געבן זייער דרשה, לויט די כללים וואס מען האט זיי געלערנט. די 2 רעדנערס זענען רבי דוד וועבער הי"ו און ר' יואל בער לאבין הי"ו. אדרבה, איבערצייגט אייך אליין! אנשטאט זיך ארומ'טענה'ן דא מיט אומוויסענדע מענטשן, זאלן די פאקטן רעדן פאר זיך!!

איך לייג דא ארויס זייערע נעמען מיטן פולן רשות בכתב פון די 2 מעמבערס. אדרבה, זיי בעטן עס און זענען מסכים בחפץ לב, כדי עס זאל אויסקלארן אביסל דעם דעת הקהל."

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 28, 2014 8:25 pm

וועלכע ר' דוד וועבער?

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » דינסטאג ינואר 28, 2014 8:28 pm

מיט אכט צו הרב מעלבער אין פארן נייעם האגער תלמיד.

איך בין נישט דארט געוועהן, אבער וויפיעל איך האב געהערט איז עס א טרעינינג פלאץ, וואס דערמאנט מיך פון די מעשה פון די קאץ מיט ר' יונתן אייבעשיץ. יא מען לערנט אין מען לערנט אין מען איז מצליח ביז דער מייז רוקט זיך אן.

פון די צווייטע זייט קען זיין אז דער חלק פון הערן א גאנצען צייט גיטע געדאנקען מאכט אז עס פאלט נאכדעם אריין ביים מענטש אפאר גיטע געדאנקען וואס ער בלייבט שוין יא דערמיט.

איזהו חכם הלומד מכל אדם "פון יעדעם אביסעל"
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » דינסטאג ינואר 28, 2014 8:51 pm

לדעתי העני' ווער ס'איז נישט דארט געווען זאל נישט זאגן קיין סברות און מיינונגען וואס דאס איז יא אדער נישט, ס'איז סתם דברי רוח, איינער וואס האלט שוין אפאר יאר נאכ'ן דארט זיין, וואס די עקסייטעמענט האט שוין לאנג אויסגעוועפט, אזא איינער איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג, ואליו תשמעון.

איך בין נישט דארט געווען און איך זאג נישט...

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » דינסטאג ינואר 28, 2014 9:01 pm

איך בין יא דארט געווען.

א היבשע פאר מאל איז די לאו "סעלף קאנפידענס" נישט קיין נאטורליכע בושה וכו', רוב קינדער ווערן געבוירן מיט קאנפידענס.
אפטמאל מאכן געוואוסע פראבלעמען/ שוועריקייטן אן א צוקלאפטקייט. אויף דעם קען להשיג זיין ווי דער א.ד. משל פון די קאץ און מויז. געב עס א שטוק צייט. דער אינגערמאן וועט לאנדען. און די פראבלעם וועט צוריקקלאפן אין פנים.

ותל"מ.
א *שטילער בחור כצ"ל

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » דינסטאג ינואר 28, 2014 9:39 pm

ביזטו אבער אויך מודה אז בדרך כלל איז דאס גוט, דאס הייסט ווען איינעם פעלט די ריכטיגע "ידיעות" קען מען דאס דארט קונה זיין, נאר אויב איינער האט ספעציעלע נפשיות'דיגע פראבלעמען וואס זענען גורם א שוואכע סעלף קאנפידענס וכו' וכו', פאר אזא איינעם איז נישט אויסגעפראווט אז ס'העלפט.

האב איך גוט פארשטאנען שטילער בחור?

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך ינואר 29, 2014 10:55 am

איך האב שוין געזאגט פאר ר' יודל'ען מיט 3 יאר צוריק אז ס'איז א שטיקל חסרון אין מיינע אויגן צו מאכן א קוגעל פון די צוויי זאכן, "סעלף קאנפידענס/עסטים" און "בויען רילעישנשיפ/לידערשיפ סקילס",
די ווארקשאפ איז בעיקר געבויעט אויף אויפבויען סקילס וויאזוי זיך אומצוגיין מיט מענטשען, וויאזוי ארויסברענגן אינפארמאציע אויף א קלארע אופן, וכו' וכו',
די בויען סעלף עסטיעם, ארויסגיין פון די באקס וכו' איז טאקע זייער וויכטיג פאר א מענטשענס הצלחה, און זייער וויכטיג אויף אויסצופירן די זאכן וואס מ'לערנט דארט,
אבער עכ"ז ווען א מענטש זעט בויען סעלף קאנפידענס וכדומה גיבט עס אים א שטעל אפ. פאר סאם ריזען קוקען עס מענטשען אן ווי א שטיקל חסרון אדער בושה אז מ'האט לאו סעלף עסטיעם,
און אז דו וועסט רעדן מיט מענטשען וואס זענען נישט געווען ביי להשיג, אבער זעהן די עדווערטייזמענטס, וועלן זיי עס בעיקר אוועקמאכן צוליב דעם פרט,
משא"כ מענטשען וואס זענען יא געווען ביי להשיג וועלן דיר זאגן אז בלויז א קליינע חלק איז געשטעלט אויף דעם, די עיקר איז געשטעלט אויף די אויבענדערמאנטע זאכן, און אויף סאך מער.

און יעצט א ווארט צו דיר שטילע בחור,
איך ווייס וואס דו מיינסט מיטן נישט פילען אין פלאץ, די אלע שרייערייען, וכדומה, אדער ברויכען זוכן מעשיות פון די עבר וואס האט פאסירט מיט דיר,
די נקודה איז אזויווי איך האב אויבן געשריבן, ער צוט שטארק איבער, ער ווייזט דיר אז דו ברויכסט קענען טון זאכן וואס דו קענסט אפשר נישט, אבער אפילו ווען די וועסט גיין אויף די דרך הממוצע איז עס געווענטליך אסאך ווייטער און שטערקער ווי פון ווי מ'האלט פארדעם.

יעצט בנוגע דיין משל פון די קאץ מיט די מייזל, דער רמב"ם האט געוואלט ווייזן אז יותר אדם מן הבהמה אז ער קען זיך יא טוישן, און דוקא דורך ארבעטן אויף זיך!
און דייקא דאס איז די חילוק פון ליינען א ביכל ווי קיינער העלפט דיר נישט, קיינער מאנעטערט נישט דיין הצלחה, משא"כ ביי להשיג ביסטו אין א גרופע פון מענטשען וואס יעדער וויל ארבעטן צוזאמען זיך צו בויען, מ'באקומט אסאך קארידז אויף צו גיין ווייטער און ווייטער, און טאקע ווען מ'לענדט לענדט מען אויף א העכערע ארט ווי פארדעם,
און ר' יודל ברנגט אייביג ארויס די נקודה, אז בלויז ידיעות ברענגט נישט א מענטש אין ערגיץ, מ'מוז עס טון למעשה, און אויף דעם זיצט מען צוזאם פאר 3 חדשים און מ'ארבעט, מ'עפלייעט עס למעשה אינעם טאג טעגליכן לעבן, און מ'איז פארטיג מיט די קורס קען מען אדער אנהאלטן ווייטער, אויף אזא פארנעם ווי בשעת מעשה אדער אויף א שוואכערען מדריגה כנ"ל, אדער קען מען אלעס דראפן און מפטירין כדאתמול.

איך רעד פון מיין אייגענע עקספיריענס, איך האב ארויסגענומען א געוואלד מיט אינפאו און זיי עפלייט למעשה, און זיך שטארק געבויעט אין פארשידענע ענינים, און געווענטליך ווען איך ברויך טון א גרעסערע זאך פרוביר איך עס צו טון מיט די מהלכים וואס מ'לערנט דארט, און רוב מאל איז עס מיט מער הצלחה ווי ווען איך בין געגאנגען אן א מהלך.
און די זעלבע האב איך געהערט פון 2 מוסד אדמיניסטרעיטערס וואס זענען געווען אין מיין חבורה אז זיי האבן געטוישן די מהלך אין פארשידענע זאכן אין די אפיס נאך די קורסן, און זייער מצליח ב"ה.

אבער מ'קען אויף קיין שום זאך נישט זאגן אז ס'איז געמאכט פאר יעדן איינעם, אויב דו האסט נישט האנה געהאט איז נישט קיין חסרון בכלל, אבער איך מיין אז לא ללמד על הכלל כולו יצא.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובהדורך שצם_חנכל » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 10:16 am

א שטולער בחור האט געשריבן:פארוואס ביים עלפטן שיעור האט עס געפלאצט? ביים דריטן האב איך שוין געשפירט אז דאס איז נישט ס'פלאץ... ביים 11'טן איז ד לעצטע ביסל האפענונג צורינען.. כ'וואלט נישט געגאנגען אומזינסט אויך נישט. (חוץ צו די ערשטע צוויי. ס'איז פשוט FUN...)

דאכט זיך מיר אז די פאליסי דארט איז, אז ביז נאך דעם דריטען שיעור קען מען ארויסבעקן און צוריקבעטן די געלט אויב מען פילט זיך נישט אין פלאץ.
איינער וואס האט נישט די קוראזש דאס צו טון קען טאקע ניצן א להשיג קורס.. :smile:

סלאטפינע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:01 pm
לאקאציע: אין סלאטפינע

תגובהדורך סלאטפינע » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:15 pm

חכם לב האט געשריבן:לדעתי העני' ווער ס'איז נישט דארט געווען זאל נישט זאגן קיין סברות און מיינונגען וואס דאס איז יא אדער נישט, ס'איז סתם דברי רוח, איינער וואס האלט שוין אפאר יאר נאכ'ן דארט זיין, וואס די עקסייטעמענט האט שוין לאנג אויסגעוועפט, אזא איינער איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג, ואליו תשמעון.

איך בין נישט דארט געווען און איך זאג נישט...

איך נעם אן דעם פסק...
איך בין דארט געווען אומגעפער א יאר צוריק, און איך קען טאקע נישט זאגן וואס געשעט 10 יאר שפעטער נאכדעם וואס מען גייט דאס אדורך. איך האב אין די קורצע תקופה באוויזן אויפצובויען מיין ביזנעס ביז דריי מאל אזוי סאך רווחים, איך האב דורך די כללי להשיג באוויזן ב"ה אויסצוקלארן אסאך שווערע און אפילו הייקעלע מצבים, איך האב דורך להשיג באוייזן בחסדי השם איבערצונעמען קאנטראל פון מיין צייט, איך האב באוויזן אדורך צו גיין אסאך סטרעספולע מצבים און געמאכט גוטע החלטות אדאנק להשיג, איך האב אנגעפירט מיט א גרויסע מלוה מלכה און א גרויסע סיום מסכת אדאנק להשיג טאקטיקן, סוקסעספול אנגעפירט מיט גרויסע מסיבות אז אלע האבן געשטוינט און עס איז געווען מיט א סוקסעס ווי קיינמאל בעפאר און קיינער איז נישט צוריסן געווארן, געהאלפן מענטשן מיט זאכן וואס איך האב אמאל געמיינט אז איך קען נישט - זיך אויסגעלערנט באמת צו קעירן פאר א צווייטן, אפגעזאגט טובות וועלכע איך האב נישט געקענט און געמעגט טון - און דער אפגעזאגטער האט מיך פארשטאנען, געדאנקט און אפילו ליב געהאט פארדעם!, געהאלפן מענטשן מאכן גרויסע שינויים וואס זענען געווען וויכטיג פאר זיין, און אויפגעבינדן אסאך שלעסער מיט וואס איך בין געווען פארבינדן, מיינע חברים און ארומיגע קומען מיך פרעגן "פון וואו נעמסטו דאס אזוי גוט באהאנדלען אנדערע" און איך רעקאמענדיר להשיג, איך קען אננעמען און פארנעמען קריטיק, און אויך געבן ריכטיג אז יענער זאל נישט ווערן באליידיגט אדער ברוגז... מיין אשת חיל קען נישט גענוג באדאנקען להשיג פאר די געוואלדיגע פראדוקטיוונעס און קאנפידענס איר מאן האט דארט באקומען, איך פארשטיי סאך בעסער מיינע קינדער און זייערע געברויכן, און בעיקר איך קום אן צו לערנען בשלימות מיינע שיעורים - טיים מענעדזשמענט, און ווער רעדט נאך פון מיין דאווענען וואס איז ארויף פילע שטאפלען אדאנק דעם וואונדערבארן 'תפילה' שיעור (אין שיעור י"ג).

איך האב געזען אז יעדע זאך וואס איך האב גע'חזר'ט און אפליי"ט למעשה - האב איך געוואלדיג פארדינט.

עס איז ווערד דאס געלט צו לעבן אפילו איין חודש אזוי, ווער רעדט נאך אסאך לאנגע חדשים. אבער וואס וועט זיין אין צען יאר ארום? וועל איך דעמאלטס אויך זיין בעסער ווי פאר להשיג? איך ווייס נישט...
בעסער געזאגט, איך ווייס קלאר אז אויב איך וועל פארגעסן אלעס וועל איך זיין (ממש - אוממעגליך, אבער כמעט) אזויווי פאר להשיג אין צען יאר ארום! אין הכי נמי! און וועגן דעם חזר איך טעגליך איבער די יסודות!!! :wink:
אסאך זאכן זענען שוין צו מיין גרויסן פרייד געווארן א חלק פון מיין נאטור! [פארשטייט זיך ווי מען חזר'ט כסדר ביי להשיג - לויט מיין תכונת הנפש, מיין סטייל און מיין געשמאק] און די אנדערע גוטע רעיונות חזר איך בדיבור און במעשה און איך האף זיי אלע צו חזר'ן שטענדיג און קיינמאל נישט פארגעסן. ווייל ווילאנג מען ארבעט מיט זיי מיט "התלהבות" שטייגט מען כסדר און מען איז משיג מער און מער.

אלזא אין אפאר יאר ארום וועט איר קענען ליינען לויט מיינע תגובות אויב איך חזר און ארבעט אויף זיך.
להשיג איז נישט א מעדזשיק פיל וואס מען נעמט איין און מען ווערט א בעסערער מענטש - ר' יודל זאגט אייביג: דער עלעוועיטער צו סוקסעס איז צובראכן! די גוטע נייעס איז אבער - עס איז דא סטעפס! מען דארף נאר גיין אויף זיי...
להשיג האט מיך נישט איבערגעמאכט, איבערגעשניטן, אדער היפנאטאזירט. להשיג האט מיך ברוך השם געגעבן די גוטע כלים, וויאזוי צו ווערן דאס בעסטע וואס איך קען ווערן! און וויפיל איך וועל בס"ד ארבעטן מיט זיי - אלץ מער גיי איך בעזהשי"ת אנקומען!
מאחורי הפרגוד: אונזער גרופע נעמט זיך צוזאם מזמן לזמן חזר'ן און אייזאפן די אלע גוטע רעיונות! מהם ילמדו וכן יעשו.
להשיג פארקויפט א געוואלד, מיט די פרעקטיס וואס מען טוט כסדר אויפן פלאץ, מיט די קלארע הוראות וויאזוי זיי אויסצופירן קען מען זיי גוט קונה זיין - אויב מען ארבעט נאר טאקע מיט זיי.


-------

אצינד טייערער חבר הקורא לעצמו בשם משיח: איך וויל דיך דערמאנען ר' יודל'ס ציל.
זיין ציל, ארבעט און הנאה אין לעבן איז: צו נעמען געהעריגע מענטשן - און זיי מאכן געוואלדיג. נעמען מוצלח'דיגע מענטשן - און זיי ארויפברענגען אויף אסאך העכערע שטאפלען פון הצלחה. נעמען מענטשן וואס האבן כשרונות און כוחות איינגעשפארט - זיי העלפן עס ארויסנעמען, אנטוויקלען און ניצן.
וועגן דעם לערנט ער אויס אלעס וואס גייט אריין אין די פינוו יסודות וואס מענטשן דארפן האבן אויפן לעבן - כאטשיג וואס געוויסע פרטיות'דיגע זאכן זענען יסודות פאר זיך און זענען נישט ממש געקניפט און געבינדן מיט אלעס אנדערש.

-------

איך האב לעצטנס געהאט א מעשה אין מיין ביזנעס, ווי איך האב אראפגערופן מיין חבר זאל מיר העלפן מיט זיין קאנסולטענ"ס און עצות. מיין בעה"ב האט מיך פון פריער אנגעזאגט, איך בעט דיך רוף אים אראפ אהער און הער וואס ער זאגט, אבער ער האט א שיטה אז די 'קאליר פון די לעקטער און פעינט' אין א אפיס - אין דעם ווענדט זיך די עיקר הצלחה און גייסט פון די ארבייטער, זאלסטו וויסן, איך האב געהאט דא מיין פעטער א גרויסער פסיכאלאג, און ער האט פארזיכטיג אויסגעקליבן די פעינט און די לעקטער, ממילא: אלעס וואס ער זאגט זאלסטו אננעמען, אויסער וואס ער זאגט וועגן פעינט אדער לעקטער... אבער זאג אים נישט אז איך האב דיך געהייסן!
מיין חבר איז אראפגעקומען, איך האב גענומען אלע זיינע עצות, און געטון אלעס - אויסער טוישן די פעינט און לעקטער...
אפאר וואכן שפעטער איז דער חבר אריבערגעקומען נאכאמאל אין מיין אפיס עפעס אדורכשמועסן, ווי נאר ער איז אריינגעקומען און זיך ארומגעקוקט, איז ער בלאס געווארן, ער האט זיך אויסגעדרייט און ארויסמארשירט...
איך האב געזען נאכדעם ווי ער מיידט מיך אויס אין ביהמ"ד, ער גריסט מיך נישט, הכלל ער איז געהעריג צוקריגט! נאך אפאר טעג, האב איך אים אפיר גענומען און פארשטייט זיך גענוצט עטליכע להשיג טעכניקן און ער האט זיך געעפנט: ער איז פארווייטאגט און צובראכן אז מען האט אים אויסגענוצט! ער האט אוועקגעגעבן עטליכע טייערע שעות - און אומזיסט! מען האט אים גאר נישט געפאלגט! וויפיל איך האב אים מסביר געווען אז מען האט אים אלעס געפאלגט און נאר 10 פראצענט - די פעינט און ליי'טס אדווייס, האט מען נישט אנגענומען, האט ער נישט אויפגעהערט זיך צו רעגן אז מען האט פלעין חוזק געמאכט פון אים און מען האט אים גארנישט געפאלגט. איך האב דאס נישט געקענט פארשטיין. האב איך גענוצט נאך אפאר טעכניקן און איך בין געוואויר געווארן זייער אן אינטערעסאנטע זאך.
מיין חבר האט געמיינט, אז אונזער אפיס האט אים באשטעלט נאר - אז ער זאל זאגן וויאזוי צו מאכן די פעינט און די לעקטער!
אלע אנדערע זאכן האט ער אנגעקוקט ווי בדרך אגב, און ממילא האט ער זיך געפילט זייער צע'נער'ט. האב איך אים מסביר געווען אז מען האט אים בעיקר גערופן פאר די אנדערע זאכן, זיי האט מען געטון .... און ער האט זיך בארואיגט. [מעשה שהי' געטוישט מינדערוויכטיגע איינצעלהייטן צוליב חשש גילוי...]

דא ליגט דער ענטפער פאר דעם טייערן שטילן בחור. ר' יודל האט שוין געטראגן דעם קאריערע פון לערנען און באהאנדלען פריוואט בחורים און קינדער מיט פראבלעמען, און ער טוט דאס נאך היינט אויך אסאך פריוואט מיט אלע סארט מענטשן, עלטער און שטאנד, און ב"ה מיט אסאך הצלחה. ווען עס איז א זאך וואס איז איבער אדער ארויס פון זיין פעלד - שיקט ער צו פראפעסיאנאלע לייסענסד טעראפיסטן (אליינס מיטגעהאלטן ואכמ"ל). אבער אלס זיין תפקיד און עיקר קאריערע - להשיג, האט טאקע גאר אן אנדערע ציל, והוא - צו עפענען און אויפהייבן די הצלחה פאר (צומאל אפילו נאר פאטענציאל-ד.מ. זיי ווייסן אליין נאכנישט דערפון) מוצלח'דיגע און נערמאלע מענטשן. נישט מענטשן וואס האבן בלאקעדזשע"ס און פראבלעמען פון וואס זיי דארפן פריער קעיר נעמען. אז איינער וועט אריינקומען צו להשיג ווען ער האט רח"ל יענע מעשה, אנשטאט גיין אין שפיטאל נעמען קימא... איך גלייב אז ער וועט זאגן אז להשיג האט אים נישט געהאלפן.

דו דרוקסט זיך אויס זייער קלאר און ווי איך פארשטיי האסטו זיכער גוטע טאלאנטן און רעיונות וואס קענען דיך העלפן צו הצלחה, נאר ווי דו שרייבסט, האסטו עפעס א בלאקעדז"ש, עפעס נפשיות'דיג און טיפער וואס פאדערט באהאנדלונג. צו איז מעגליך אז דו ביזט געקומען ווייל דו האסט געקלערט אז דארט וועסטו געהאלפן ווערן מיט דיין פריוואטע פראבלעם? צו קען זיין אז וויבאלד דו האסט זיך אגאנצן צייט געמאסטן נאר לויט די איין פראבלעם האסטו געטראכט אז עס איז אלעס גארנישט ווערד - ווייל דיין עיקר סיבה איז נישט באהאנדלט געווארן?
אדאנק פארן מודה זיין אז דו האסט פריוואטע נפשיות'דיגע פראבלעמען, און איך האף אז דו האסט אויך די שטארקייט ריכטיג קעיר צו נעמען פון זיי, און אדרבה ווען דו ביזט שטערקער און פיין אוועקגעשטעלט געזונט און פריש - אינוועסטיר אין זיך זיך צו בויען מער און מער...


צום שלוס: איך בין נישט אייביג אויף אייוועלט, מען קען מיך אייביג פרעגן מער אין אימעיל. הצלחה רבה! און יה"ר איר זאלט 'משיג' זיין אנצוקומען צו אייער גרעסטע מעגליכע שטאפל אין הצלחה! :grin:
לעצט פאראכטן דורך סלאטפינע אום דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:50 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

סלאטפינע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:01 pm
לאקאציע: אין סלאטפינע

געהער צו: זעהט איר ביי מיר א פעלער? ביטע זאגט מיר

תגובהדורך סלאטפינע » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:30 pm

ווארד האט געשריבן:
די גמרא האט געשריבן:אמר רבי אלעזר בן עזריה תמיהני אם יש בדור הזה שיודע להוכיח.
ואמר רבי יוחנן בן נורי מעיד אני עלי שמים וארץ שהרבה פעמים לקה עקיבא על ידי שהייתי קובל עליו לפני רבן שמעון ברבי גמליאל וכל שכן שהוספתי בו אהבה לקיים מה שנאמר אל תוכח לץ פן ישנאך הוכח לחכם ויאהבך.



אוי איז דאס גוט... קיינער האט נישט ליב ארומצוגיין מיט א גרויסן פלעק אויף זיין רעקל פון אונטן... מען דארף עס נאר זאגן אויף אן אופן וואס ער זאל עס קענען מקבל זיין...
[אגב, ביי די שיעורי להשיג לערנט מען גאר גוט אויס וויאזוי צו זאגן (אויך וויאזוי אנצונעמען פון די וואס ווייסן נישט וויאזוי צו זאגן...) קריטיק. איך באנוץ זיך דערמיט ווען נויטיג, און ב"ה רק הוסיפו לי אהבה. כתבתי משום אל תמנע טוב מבעליו]

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:36 pm

איך וואלט געוואלט ליינען אייער תגובה, די קאלירן מאכען מיר אביסל נערוועז. אפשר נעקסטע מאל מאכען אדער איין קאליר, אדער כאטש טונקעלע קאלירן און נישט מער ווי צוויי. ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

סלאטפינע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:01 pm
לאקאציע: אין סלאטפינע

תגובהדורך סלאטפינע » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:51 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך וואלט געוואלט ליינען אייער תגובה, די קאלירן מאכען מיר אביסל נערוועז. אפשר נעקסטע מאל מאכען אדער איין קאליר, אדער כאטש טונקעלע קאלירן און נישט מער ווי צוויי. ישר כח.

אדאנק פארן אויפמערקן, שוין פארראכטן.

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:57 pm

א הארציגן דאנק סלאטפינע פארן נעמען די מי און צייט אראפצושרייבן אזוי קלאר און דייטליך וואס "להשיג" איז, און א עקסטערן דאנק פארן אויספאלגן מיין פסק...

אפשר קען איך בעטן א צווייטן וואס איז געווען ביי "פראדאקטיוו" זאל אראפלייגן וואס פראדאקטיוו שטעלט פאר מיט זיך

סלאטפינע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:01 pm
לאקאציע: אין סלאטפינע

תגובהדורך סלאטפינע » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:02 pm

חכם לב האט געשריבן:א הארציגן דאנק סלאטפינע פארן נעמען די מי און צייט אראפצושרייבן אזוי קלאר און דייטליך וואס "להשיג" איז, און א עקסטערן דאנק פארן אויספאלגן מיין פסק...

א דאנק פאר די דאנק.. ווען עס קומט פון א 'חכם לב' מיינט עס אסאך...
די ציל פון מיין תגובה איז נישט געווען צו דערציילן קלאר און דייטליך וואס להשיג איז, דערויף פעלט זיך אויס מינימום פערצן שיעורים.... איך האב געעפנט א פענסטערל...
הצלחה רבה!

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:05 pm

סלאטפינע האט געשריבן:די ציל פון מיין תגובה איז נישט געווען צו דערציילן קלאר און דייטליך וואס להשיג איז, דערויף פעלט זיך אויס מינימום פערצן שיעורים.... איך האב געעפנט א פענסטערל...
הצלחה רבה!


א חיבור פון טויזנט בלאט קען אין איין שער בלאט אראפלייגן וואס דער ספר איז
לעצט פאראכטן דורך חכם לב אום דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:06 pm

סלאטפינע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך וואלט געוואלט ליינען אייער תגובה, די קאלירן מאכען מיר אביסל נערוועז. אפשר נעקסטע מאל מאכען אדער איין קאליר, אדער כאטש טונקעלע קאלירן און נישט מער ווי צוויי. ישר כח.

אדאנק פארן אויפמערקן, שוין פארראכטן.

ישר כח. געליינט און הנאה געהאט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:12 pm

לכתחילה, נעקסטיים היילייט די גאנצע תגובה און ליינעס!
kraitchmah עט גימעיל

סלאטפינע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:01 pm
לאקאציע: אין סלאטפינע

בשורה טובה להרוצים להשיג...

תגובהדורך סלאטפינע » מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:43 am

אגב'דיגע נייעס פאר די וואס ווילן וויסן: אי"ה קומענדיגע זונטאג כי תשא, הייבט זיך בס"ד אן די נייע קלאס אין וויליאמסבורג. שמעו ותחי נפשכם. קומט און קויפט גוטע כלים וואס קענען אייך צונוצקומען!
לעצט פאראכטן דורך סלאטפינע אום מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סלאטפינע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:01 pm
לאקאציע: אין סלאטפינע

בשורה טובה להרוצים להשיג...

תגובהדורך סלאטפינע » מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:47 am

מען קען באקומען טעגליכע מעסעדזשעס פון להשיג אויף טוויטער FOLLOW LEHASIG
אדער שיקט מען א טעקסט מיט די ווערטער צו 40404
אדער קען מען שיקן א טעקסט מיט די ווערטער דורך גוגל טאל"ק און אנשטעלן עס זאל אנקומען צו די אימעיל.
דאס זענען טעגליכע מעסעדזשעס איבער פערזענליכע הצלחה און וואקסן. אסאך פארשטייט מען אסאך בעסער אויב מען איז אדורך די שיעורים פון קורס למעלה אבער יעדער קען הנאה האבן דערפון. לדוגמא שטעל איך ארויס די לעצטע צוויי מעסעדזשעס:
."Lehasig: "A year from now you will wish you had started today@
."Lehasig: "You don't get what you wish for, you get what you work for@
כתבו ותחי נפשכם... הצלחה רבה!

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובהדורך שצם_חנכל » זונטאג פאברואר 09, 2014 4:05 pm

ארגון שטראלן הייבט אן א קלאס אין מאנסי קומענדע דינסטאג ויקהל
718-705-9751

סי דרייען זעך דא עפעס "שטראלן" גרעדיועטס?
אויב יא, ביטע קאמענטירן איבער די קוואליטעט. שקויעך

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » זונטאג פאברואר 09, 2014 4:23 pm

וואס איז דאס שטראלן?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג פאברואר 09, 2014 6:24 pm

דעם אשכול קען מען א נאמען געבן "אדווערטייזמענט אשכול"

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » זונטאג פאברואר 09, 2014 9:32 pm

מצב כללי האט געשריבן:דעם אשכול קען מען א נאמען געבן "אדווערטייזמענט אשכול"
א *שטילער בחור כצ"ל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:13 pm

מצב כללי האט געשריבן:דעם אשכול קען מען א נאמען געבן "אדווערטייזמענט אשכול"

עס איז דאך נישט די איינציגסטע!

די אשכול כאטש איז א שטיקל הכרת הטוב פון אונזערע קאלעגעס צו איינעם וועם זיי האלטן האט זיי געהאלפן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג פאברואר 10, 2014 11:11 am

אפשר קען מיר איינער פארט זאגן וואס איז דאס "שטראלן"?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט