שיעורים ע"י "להשיג"

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי געזונט »

אינטערסאנט אז קיינער דערמאנט נישט איבער די קלאסן פון הרב יעקב יצחק שטיימנץ
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

שלום עליכם זיי געזונט

מען האט יא דערמאנט דא דארט פראדאקטיוו קלאסן, און אדרבה, אויב ביזטו א גראדואנט פון דארט, לאז דיר הערן
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

א גוטן הרב זיי געזונט
ביטע באזוך דא www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=3&start=2525 און נעם אפ די באגריסונגען
זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי געזונט »

עליכם שלום תמהואומר.
אנטשילדיגט פאר'ן ענטפערן אזוי שפעט.
יא איך בין געווען ביי די קלאסן פון הרב יעקב יצחק שטיימינץ און איך האב באמת הנאה געהאט כ'האב זיך אסאך אסאך געריקט און מיין דזאב א דאנק זיינע שעירום זאכן וואס איך בין געווען זיכער אז כ'וועל קיינמאל נישט קענען ... אזוי אויך בין איך שוין אסאך ארויף מיט מיין וועידש זייט די שעירום אלס צוויי סיבות איינס אז איך האב געהאט די שטארקייט צו זאגן פאר מיין בעל הבית וואס איך שטעל אים אלס צו און פאר אזא געטרייע און גוטע געלונגענע דזשאב קומט זיך מער און חוץ דעם פשוט אלס איך מאך באמת סאך א בעסערע דזשאב זייט די שעירום און מיין בעל הבית האט אויך געזען אסאך גרעסערע הצלחה אדאנק דעם...
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

אווא, גוט געוואלדיג אסאך הצלחה אויף ווייטער זיי געזונט

שוין א לאנגע צייט צוריק וואס דו ביזט דארט געווען? ווייל געווענליך די זאכן קענען אויסוועפן [לפי השמועה], בין איך נייגעריג ווילאנג דו שפירסט אז וואס דו האסט דארט קונה געווען האלט זיך,

און אפשר קענסטו געבן א שטיקל איבערבליק וואס מען לערנט דארט, און וויאזוי ס'מאכט מענטשן אנדערש?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי געזונט »

כ'האב הנאה אז די האסט הנאה איבער מיין הצלחה... דאס איז א גוטע סימן...
זייער גוט געפרעגט ווען איך בין געווען ווייל ס'קען אויסוועפן... למעשה איך בין שוין געווען 10 חדשים צוריק אין איך קען זאגן אז איך גיי אויפן וועגן ארויף ווי א טאג מער... דאס איז צוליב ס'קומעט צוניץ די כללים יעדן טאג אין יעדע שעה ממילא ווי מ'זאגט דארט יעדע שוועריקייט איז א גלעגנהייט מילא בויעט מען זיך שטערקער אין שטערקער... אבער איך פארשטיי וואס די מיינסט אז ביי מענטשען זאל עס אויסוועפן... ווי ר' יעקב יצחק זאגט אז מ'לערנט נאר אויס די ריכטיגע כללים און וועגן אבער ס'איז נאך דא א יאר זיבציג צו ארבעטן ... ממילא איינער וואס ארבעט נישט ווייטער קען עס אויסוועפן...
מער וואס מ'לערנט דארט איז עכט שווער צו זאגן מ'דארף עס אדארך גיין ... וואס יא די עיקר פארוואס מ'איז אזוי סאך קונה איז די וועג וויאזוי ס'איז אויסגעשטעלט דורך א קלאס און די עקסערסייז וכו'
אפשר א אנדערע מאל מער אריינגיין אין פרטים.
הצלחה
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

תמהואומר האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער פארט זאגן וואס איז דאס "שטראלן"?

בעיקר רעדט ער פון סעלף עסטיעם, און אויפן מהלך פון cbt
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

יעצט באמערקט די אשכול

יא! איך בין א תלמוד פון פראדאקטיוו
ס'נישטא קיין איין קלאס מעמבער (כ'מיין ס'געווען 26) אין מיין קלאס, וואס האלט נישט אז די קלאס איז ווערט 10 מאל אזויפיל

די קלאס איז 'בכח' צו טוישן די לעבן, נאר בכח, ווייל ס'נישט קיין סוויטש, אויב ארבעטסטו נישט ווייטער, וועסטו צוריק פאלן, אבער די קענסט דיך צוריק כאפן

ס'נישט צום באגרייפן די טשעינדזשעס וואס איך האב געזען ביי מיר און ביי אנדערע קלאס מעמבערס מן הקצה אל הקצה

און איך וועל אנכאפן איין דוגמא, [נישט פון געלט] נאר אין די ענין פון כעס און נערוועזקייט אין שווערע מצבים, יעדער מענטש האט שוין געהערט צענדליגע מאל 'כל מה דעביד רחמנא לטב עביד' און ער ווייסט עס, אבער ווען ס'קומט למעשה, יעדער איינער ביי זיין שוואכע פונקט, וואס ס'כאפט איהם, איז זיך די כעס מתגבר אויף איהם, און גם אני בחלומי כמה וכמה פעמים

נאך די קלאס איז אבער א אנדערע מעשה, ווייל ס'נישט קיין שיעור וואס די הערסט, ס'ווערט נבלע אין די ביינער, [דער וואס לעבט מיט דעהם - מער, און אפילו דער וואס נישט, האט אויך למחצה ולשליש ולרביע]

נו! פאר מיר אליין'ס איז דאס ניצול ווערן פון כעס [וואס דורך דעם ווערט די מענטש מלובש מיט קליפות] און עצבות, ווערט 100 מאל פון וואס ער בעט
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

ווילאנג צוריק ביזטו דארט געווען ?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

2-3 חדשים צוריק, אבער איך האב קאנטאקט מיט מעמבערס פון א יאר צוריק, און זיי האלטן אסך ווייטער ווי מיר, מ'שטייגט נאר, ס'וועפט נישט בכלל אויס
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

איך בין נישט צו באקאנט מיט די שיעורים, אבער איין זאך ווייס איך, אז איינער האט דזשאנק וועט ער שטופן און שטופן ביז דו וועסט קויפן, אבער א גוטע נאמען רעדט פאר זיך אלליינס און גייט גאר ווייט. דער משל פון תולדות פר' ראה כלפי דעם יצ"ט און יצה"ר קומט אויפן זכרון, דער יצה"ר מוז שטופן נאכאנאנד זיינע עקלהאפטיגע סחורה, יומם ולילה לא ישבותו, אתה ישן והוא ער לך, ער מאכט עס אויסקוקן ציענד, אבער דער יצ"ט קומט איידעלערהייט אנטראגן זיינע סחורה, ווילסט עס? נעם עס, לטב ולחיין ולשלם, נישטאט קיין מאסיווע ברעינוואשינג פון נעמען די סחורה, די מבינים ווייסן שוין אז זיינע סחורה זענען די גוטע אין די לאנג טורם......

איך זאג עס כלפי דעם אז פראדוקטיוו פראפעגאנדע און עדס גייט מיר שוין אויף די געהירן, יעדן טאג אין א צווייטן ביהמ"ד זעה איך עס נאכאמאל, אין אלע צייטונגען נאכאנאנד, סיי אין שטאט סיי אין אפסטעיט, אין לוח המודעות/קול הציבור, מען שלעפט, מען שטופט, מען לייגט פלוג צעטלען און בראשורן איבעראל, מען צווינגט יעדן תלמיד צו ברענגען נייע תלמידים, און נאכדעם איז נאך פאראן ווילדע שטיק וואס איך האב נאכגעהערט הינטער די קוליסן ווי אזוי מען צווינגט אריין פאטענציעלע תלמידים, אויב האט די פראדוקטיוו באהערדע באקומען אייער נאמען אדער פאון נומבער דאן זענט איר שוין אויף די טעראר ליסטע, גיט אכטונג, מען וועט אייך רודפ'ן ביז איר וועט מיד ווערן אפצוזאגן.

צו וואס פעלט דאס אויס? להשיג וועט יעדן מאל אריינלייגן א עד אין דעם לוח המודעות, איין עד אין די צייטונגען, און אמאל אויף קאלמע אויך, וזהו. נישטא קיין רדיפות הדת. איר קענט קאלן, מען וועט אייך מסביר זיין, זאגן פרייזן, און לאזן די דעסישאן פאר אייך. מען וועט אייך "קיינמאל" נישט צוריקרופן משוגע מאכן, נישטאמאל פרעגן וואס איז געווארן. עס איז א פרייוויליגע זאך, קום נאר אויב דו ווילסט.

נאך איינער זעהט דעם נפק"מ צווישן די צוויי?
הפך בה והפך בה דכולה בה!
מדריך
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדריך »

שמעק_טאביק האט געשריבן:איך בין נישט צו באקאנט מיט די שיעורים, אבער איין זאך ווייס איך, אז איינער האט דזשאנק וועט ער שטופן און שטופן ביז דו וועסט קויפן, אבער א גוטע נאמען רעדט פאר זיך אלליינס און גייט גאר ווייט. דער משל פון תולדות פר' ראה כלפי דעם יצ"ט און יצה"ר קומט אויפן זכרון, דער יצה"ר מוז שטופן נאכאנאנד זיינע עקלהאפטיגע סחורה, יומם ולילה לא ישבותו, אתה ישן והוא ער לך, ער מאכט עס אויסקוקן ציענד, אבער דער יצ"ט קומט איידעלערהייט אנטראגן זיינע סחורה, ווילסט עס? נעם עס, לטב ולחיין ולשלם, נישטאט קיין מאסיווע ברעינוואשינג פון נעמען די סחורה, די מבינים ווייסן שוין אז זיינע סחורה זענען די גוטע אין די לאנג טורם......

איך זאג עס כלפי דעם אז פראדוקטיוו פראפעגאנדע און עדס גייט מיר שוין אויף די געהירן, יעדן טאג אין א צווייטן ביהמ"ד זעה איך עס נאכאמאל, אין אלע צייטונגען נאכאנאנד, סיי אין שטאט סיי אין אפסטעיט, אין לוח המודעות/קול הציבור, מען שלעפט, מען שטופט, מען לייגט פלוג צעטלען און בראשורן איבעראל, מען צווינגט יעדן תלמיד צו ברענגען נייע תלמידים, און נאכדעם איז נאך פאראן ווילדע שטיק וואס איך האב נאכגעהערט הינטער די קוליסן ווי אזוי מען צווינגט אריין פאטענציעלע תלמידים, אויב האט די פראדוקטיוו באהערדע באקומען אייער נאמען אדער פאון נומבער דאן זענט איר שוין אויף די טעראר ליסטע, גיט אכטונג, מען וועט אייך רודפ'ן ביז איר וועט מיד ווערן אפצוזאגן.

צו וואס פעלט דאס אויס? להשיג וועט יעדן מאל אריינלייגן א עד אין דעם לוח המודעות, איין עד אין די צייטונגען, און אמאל אויף קאלמע אויך, וזהו. נישטא קיין רדיפות הדת. איר קענט קאלן, מען וועט אייך מסביר זיין, זאגן פרייזן, און לאזן די דעסישאן פאר אייך. מען וועט אייך "קיינמאל" נישט צוריקרופן משוגע מאכן, נישטאמאל פרעגן וואס איז געווארן. עס איז א פרייוויליגע זאך, קום נאר אויב דו ווילסט.

נאך איינער זעהט דעם נפק"מ צווישן די צוויי?

הינדערט פראצענט ...
נאך מער, ביים קלאס אליין גייט אוועק רוב צייט דיר צו איינרעדן אז די ביסט געשטיגן, אין די קענסט נאר ווייטער שטייגן אז די וועסט זאגן (פאר ווער עס וויל הערן) אז די ביסט שוין מעכטיג... אהא ווילסט אויך ווערן..? גיי אויך אהין, נאר פארגעס נישט צו זאגן אז איך האב דיר געשיקט (וועל איך אויך מאכן א גרייצער...)

#הוילע בלאף
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס האלט דער עולם וועלכער מהלך איז געאייגענט פאר נשים, מאסקאוויטש, שטיינמעטץ (?), האגער (פראדוקטיוו), מעלבער (להשיג), אדער הורוויץ (?) ?
און בכלל וועלכער פון זיי גיבט בכלל די לעקטשורס פאר פרויען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
abr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abr »

שוועמעל הרב ר' יצחק אלעזר'ס שיעורים קעמען הערען אויפן טעלעפאון
קענען עס פרויען אויך הערען .
פראדאקטיוו איז די איינציגע וואס עדווערטייזען זיך אז זיי מאכען פרטדאקטיוו קלאסין פאר פרויען
מיין מיינונג אלץ איינער וואס איז שוין געווען בא פראדאקטיוו פאר מענער איז
stay away from that
פארשטייט זיך אז זאלסט נישט בויען אויף א דעת יחיד
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

abr האט געשריבן:שוועמעל הרב ר' יצחק אלעזר'ס שיעורים קעמען הערען אויפן טעלעפאון
קענען עס פרויען אויך הערען .
פראדאקטיוו איז די איינציגע וואס עדווערטייזען זיך אז זיי מאכען פרטדאקטיוו קלאסין פאר פרויען
מיין מיינונג אלץ איינער וואס איז שוין געווען בא פראדאקטיוו פאר מענער איז
stay away from that
פארשטייט זיך אז זאלסט נישט בויען אויף א דעת יחיד


ABR עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן פארוואס זענען דיינע טעמים טו סטעי עוועי.

ביטע זיי מסביר. דוקא פרויען אדער מענער אויך?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
abr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abr »

פריילך יא מענער אויך .
הגם סדא מענער וואס זענען צופרידען איז עס נאר א מיעוט
איך זעה עס פון מיין קלאס מיט וועם איך בין געווען .
אז איר ווילט הערען אלעס וואס איך האב צו זאגן לתועלת דאן פארבינדט אייך מיט מיר פערזליך .
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

abr האט געשריבן:פריילך יא מענער אויך .
הגם סדא מענער וואס זענען צופרידען איז עס נאר א מיעוט


איך האב אין אישי געקאנטאקט אפאר חברה דא, איך האב פון באקאנטע און פון נאך זייער קלאר מברר געווען די סכום צופרידענע און רובא דרובא זענען מעיד אז ''די וואס האלטען דערביי'' און זענען באמת גרייט צו ארבעטן אויף זיך זעך צו פארעכטן, האבען אלע געזען גרויסע שנויים אין זייערע שאיפות, איך קען מעיד זיין פון איינצעלענע פעלער וואס איך האב געהערט ממקור ראשון, פון שטיבער וואס האט געהאלטען ממש ביי א גט און דאס האט זיי געראטעוועט און פירן הערליכע שטובער, נאך א פאל האב איך געהערט ווי א גרויסע גרופע פון מענטשען וואס האבען געהאלטען פאר א קאטאסטראפישער דורכפאל אין זייער מקח ביי א געוויסע געשעפט איז געווען דער ''איינציגסטער'' פון די גרופע וואס האט געקענט ראטעווען און האבען די מעגליכקייט צו טון די ריכטיגע שריט צו ראטעווען דעם מקח ''איינער פון די תלמידי השיעור'' וואס האט געניצט בעז''ה די ריכטיגע כלים וויאזוי צו הענדלן די פראבלעים


אז איר ווילט הערען אלעס וואס איך האב צו זאגן לתועלת דאן פארבינדט אייך מיט מיר פערזליך


איך קען דיר נישט פערזענליך אבער וויפיל איך ווייס פון די מקורות הנ''ל איז די וואס זענען נישט צופרידן און נישט מצליח אין זייערע שאיפות, איז נאר איינער וואס לייגט 'גארנישט' צו צום וועלן ארבעטן אויף זיך און גיין אין די הוראות פינעם שיעור
.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

באנקיר זייער קלארע תשובה.

פון אינפארמאציע וואס איך האב באקומן זעהט אויך אזוי.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

דוב בערמאן האט געשריבן: דאס זעלבע ווער עס דארף נעמען מעדיקעישאן, קען דער קורס נישט זיין אנשטאט דעם. דער קורס וואס ער גיבט איז נאר פאר געזונטע סוקסעספולע מענטשן,

.


איך האב יא געהערט אז סקען העלפן אראפצוגיין פון מעדיקעישאן, אזוי זאגען נאך די וואס גייען דארט.
(טו עס נישט אויף מיין אחריות)
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

נישט מעגליך ערעב איד!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
abr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abr »

ך האב אין אישי געקאנטאקט אפאר חברה דא, איך האב פון באקאנטע און פון נאך זייער קלאר מברר געווען די סכום צופרידענע און רובא דרובא זענען מעיד אז ''די וואס האלטען דערביי'' און זענען באמת גרייט צו ארבעטן אויף זיך זעך צו פארעכטן, האבען אלע געזען גרויסע שנויים אין זייערע שאיפות, איך קען מעיד זיין פון איינצעלענע פעלער וואס איך האב געהערט ממקור ראשון, פון שטיבער וואס האט געהאלטען ממש ביי א גט און דאס האט זיי געראטעוועט און פירן הערליכע שטובער, נאך א פאל האב איך געהערט ווי א גרויסע גרופע פון מענטשען וואס האבען געהאלטען פאר א קאטאסטראפישער דורכפאל אין זייער מקח ביי א געוויסע געשעפט איז געווען דער ''איינציגסטער'' פון די גרופע וואס האט געקענט ראטעווען און האבען די מעגליכקייט צו טון די ריכטיגע שריט צו ראטעווען דעם מקח ''איינער פון די תלמידי השיעור'' וואס האט געניצט בעז''ה די ריכטיגע כלים וויאזוי צו הענדלן די פראבלעים

די ביסט געווען ביי די שיעורים אליינס?
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:נישט מעגליך ערעב איד!


קען זיין איך בין נישט קיין דאקטאר
מענטשען וואס האבן עס מיטגעלעבט זאגען אז עס איז יא א מציאות

abr האט געשריבן:

די ביסט געווען ביי די שיעורים אליינס?

איך זאג נאך בשם די ווואס זענען דארט געווען
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

בבקשה,
הערט אויף רעדן אין די וועלט אריין. איך קום שוין פון דארט. מ'קען זיך נישט טוישן פון קורסן. עבודת המידות איז עמוק עמוק. די אלע שיעורים זענען אויבערפלעכלעך, און בלא בלא בלא..

זיי לערנען אפשר א גוטע קאווער אפ (ביז די קאץ פארגעסט וויאזוי צו שפילן דעם געים..)
לעצט פארראכטן דורך פשוט'ער אידל אום מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
דוב בערמאן האט געשריבן: דאס זעלבע ווער עס דארף נעמען מעדיקעישאן, קען דער קורס נישט זיין אנשטאט דעם. דער קורס וואס ער גיבט איז נאר פאר געזונטע סוקסעספולע מענטשן,

.


איך האב יא געהערט אז סקען העלפן אראפצוגיין פון מעדיקעישאן, אזוי זאגען נאך די וואס גייען דארט.
(טו עס נישט אויף מיין אחריות)


כא כא כא!!... פאר וואס נאך העלפט עס? פאר יענע מעשה אויך?
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פשוט'ער אידל האט געשריבן:בבקשה,
הערט אויף רעדן אין די וועלט אריין. איך קום שוין פון דארט. מ'קען זיך נישט טוישן פון קורסן. עבודת המידות איז עמוק עמוק. די אלע שיעורים זענען אויבערפלעכלעך, און בלא בלא בלא..

זיי לערנען אפשר א גוטע קאווער אפ (ביז די קאץ פארגעסט וויאזוי צו שפילן דעם געים..)

ביסטו געווען ביי פראדאקטיוו?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”