שיעורים ע"י "להשיג"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פסח שני
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 2:30 pm

שיעורים ע"י "להשיג"

תגובהדורך פסח שני » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 12:53 pm

איך האב לעצטענס געזען מודעות איבער א געוויסע סעריע פון שיעורים דורך "מכון להשיג - הר"ר יודל מעלבער שליט"א",
שיעורים צו בויען דעם מענטשענס אייגענע-זיכערקייט, קאמעיוניקאציע מיט מענטשען, און נאך אנדערע דערגרייכונגען.
האט איינער עפעס א ידיעה איבער דעם? ווער דאס איז? וואס דאס איז? ווי? ווען? וויפיל קאסט עס?
און אויב ווייסט איר פון איינעם וואס איז געווען ביי איינע פון די פריערדיגע שיעורים?
עס זעט אויס אינטערעסאנט, איך וויל וויסן וואס דאס איז, אפשר העמיר זיך איינשרייבן.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 2:55 pm

ווי עס שיינט איז ער אויך א תלמיד פון הרב משה לייב האגער פון אר"י.
איך האב געזען זיינע מודעות שוין מיט א לאנגע צייט צוריק, איצט איז ער נאכאמאל אנאנסירט?

אין די טעג קומט פאר אזא סארט שיעור אין וויליאמסבורג, דורך הרב אשר יונה הורוויץ בן ר' אביש מספינקא.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 8:29 pm

דער הורוויץ גייט אויפן זעלבן גאטונג ווי האגער, אדער זיי גייען אויף באזונדערע מהלכים?

(איך בין נאכנישט געווען ביי קעען איינע פון די צוויי, און איך פלאן נישט צו גיין. נאר מיינער א באקאנטער איז געווען ביי האגער און ער איז ממש משוגע געווארן פון אים, און ער האט נישט אויפגעהערט צו רעדן דערפון פאר צוויי חדשים נאכאנאנד. ב"ה לעצטענס האט עס שוין אביסל נאכגעלאזט און מ'קען שוין רעדן פון אנדערע נושאים אויך).

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 8:32 pm

האראוויץ איז א תלמיד פון האגער, און אלע זיינע שיעורים זענען אין איינקלאנג מיט האגער, און גייט מיט אים איבער יעדעס מאל פאר און נאך זיינע שיעורים, צו ממש פאר און נאך יעדן שיעור ווייסעך נישט, באט בכלליות ווערט יעדע שיעור איבער גע'שמועסט.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 8:39 pm

לויט וויפיל איך האב געהערט פון די שיעורים, זאגן כמעט אלע אז אלעס וועפט אויס ביז צוויי חדשים. (קען זיין עס לוינט זיך פאר דעם אויך...)

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 9:55 pm

די שיעורים זענען נישט קיין מעזדשיק
ס'איז סך הכל א לימוד

און א לימוד אויב חזר'ט מען עס נישט וועפט עס אויס

ווערי סימפל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 10:36 pm

דאס איז איינמאל זיכער אז אין די היינטיגע עקענאמיע איז עס א מורהדיגע גוט גיעענדע ביזנעס, הרב ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש וואס וואינט היינט אין א"י האט זיך אויך צוגעכאפט דערצו אין האט אהערגעשטעלט א סעריע פון 20 שיעורים אונטערן נאמען "זעלבסט קאנטראל שיעורים" ער בעט 500 טאלער פאר 20 שיעורים, יעדן דאנערשטיג אווענט אויפן טעלעפאון, הרב הורוויץ בעט 1200 דאלאר

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 5:05 am

ביטע פארגלייך נישט הרב הגאון ר' יצחק אלעזר'ס שיעורים צו די אנדערע, ביודעי ומכירי קאמינא, ר' יצחק אלעזר'ס שיעור איז אן עכטע יסודות'דיגע זאך, נישט. קיין 'הייסע לופט' באלון...

א ראי' וועסטו האבן אז פון רי"א שיעור וועט קיינער נישט ארויסקומן 'היי'...

חוץ מזה בין איך מוחה אויך דעם אנרופן רי"א אן אפערטוניסט.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 9:39 am

און ביטע נישט פארגלייכן א שיעור וואס מ'הערט אויפן טעלעפאן [הרב ר' יצחק אלעזר], צו א שיעור וואס מ'זיצט אינאיינעם 6 שעה אין א צו, 5 טעג א וואך [להשיג].

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 11:42 am

ביודעי ובמכירי קאמינא!

איך האב געהערט און געזען געוואלדיגע גוטע גריסן ביי עטליכע פון מיינע ידידים און באקאנטע!

דער ערשטער, לאמיר אים אנרופן ר' חיים. ר' חיים איז א געשמאקע אינגערמאן, געשמאק צו שמועסן און פארברענגן מיט אים, אלץ א גוט ווארט וכו'. קאמעיוניקאציע סקילס האט אים נישט געפעלט.
ר' חיים איז אבער קיינמאל נישט צוגעגאנגען צום עמוד אין ביהמ"ד, יהי' מה שיהי'. איז עס א חיסרון? בכלל נישט, אבער דאס איז געווען די מציאות.
א שטיק צייט נאך די שיעורים האט ר' חיים בר מצוה געמאכט זיין עלטסטן זוהן, פרייטאג צונאכטס נאך מנחה ווען דער גבאי איז אדורך ר' חיימ'ס פלאץ צוצושיקן איינעם צו קבלת שבת האט ער געגעבן א פרעג ר' חיים מיט ביטול, ווילסט צו גיין לכבוד די שמחה? ענטפערט ער "יא", און לתמיהת כל הציבור איז ער צוגעגאנגען צום עמוד און אראפגעלייג א נארמאלע שיינע קבלת שבת! צו איך וואלט געצאלט 80$ פאר א קאנצערט ווי ער זינגט? אויסדריקלעך אז נישט, אבער ער איז צוגעגאנגען און אראפגעלייגט א שיינע קבלת שבת, נישט ווייניגער ווי יעדע פשוטע בעל תפילה, און פון דאן איז ער שוין צוגעגאנגען עטליכע מאל צום עמוד.
און צוגיין צום עמוד איז געווענטליך נישט קיין יסוד, אבער די זעלבע סיבה פארוואס מ'שעמט זיך צוצוגיין צום עמוד, איז געווענטליך גורם אנדערע פארשידענע זאכן אופן מענטש, און אויב מ'איז פשוט מער זיכער מיט זיך אליינס, מ'האט נישט אזוי מורא, גייט מען צו צום עמוד, און מ'געטרויעט זיך אויך צו טוהן צענדליגע אנדערע זאכן און אלע תחומי החיים.

דער צווייטער, ר' בערל, האט זיך געהאט זיינע חברים מיט וועם ער פלעגט שמועסן פון פארברענגן, אבער זהו-זה, ביי קיין קיפקעס פלעגט ער כמעט נישט אריינרעדן, מיט פרעמדע אידן האט ער נישט אויסגעטוישט קיין ווארט. ווער רעדט נאך ווען ער איז געשטאנען פאר 20 סקונדעס אינעם עליוועיטער מיט א שכן פונעם בילדינג... אוי איז דאס געווען א אפקומעניש.... יעדע שטויב אופן ערד איז געווארן באטראכט... זיין נעגל איז שוין געווען אינגאנצן צוביסן... ער האט קוים געווארט די עליוועיטער זאל שוין אנקומען צום פינפטן שטאק, אז ער זאל זיך ארויסזעהן פון זיין תפיסה...
היינט שטייט ער ביי קיפקעס, לאזט הערן זיין מיינונג, שמועסט געשמאק אפילו מיט מענטשען וועם ער קען נישט, וכו', וכו', פשוט זיין סעלף קאנפידענס האט זיך געהויבן!

דער דריטער, ר' שמואל דוד, פלעגט טאקע צוגיין צום עמוד, און שמועסן מיט די מתפללים אין ביהמ"ד, אבער האט זיך "קיינמאל" נישט אויפגעשטעלט רעדן ברבים, אפילו נישט אין ביהמ"ד ווי ער האט יעדעם געקענט, אין די צייט וואס ס'פלעגט זיין איינגעפירט אז די מתפללים רעדן ביי די ראש חודש סעודות, יארצייט סעודות וכדומה.
פארגאנגענעם זומער, איז ער געווען די טשערמאן ביי די דיננער פון זיין זוהנ'ס תלמוד תורה...

די אלע דריי אידן קען איך פערזענליך, און דאס איז נאר איין פרט אויף וואס מ'ארבעט דארט.


פסח שני האט געשריבן:האט איינער עפעס א ידיעה איבער דעם? ווער דאס איז? וואס דאס איז? ווי? ווען? וויפיל קאסט עס?
עס זעט אויס אינטערעסאנט, איך וויל וויסן וואס דאס איז, אפשר העמיר זיך איינשרייבן.

איך האב זיך שוין געהאט פארבינדען מיט די מכון זיך איינצושרייבן, נאר ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז איך וועל ברויכען פארפעלן עטליכע וואכן, האב איך מחליט געווען אז מ'וועט גיין קומענדיגע מאל אי"ה.
אבער דו האסט שוין פארפאסט, די יעצטיגע מחזור האט זיך שוין אנגעהויבן. איך מיין אז סוף ווינטער אדער אנהייב זומער וועט זיין אי"ה נאך א מחזור.
די שיעורים קומען פאר אין בארא פארק איינמאל א וואך, דינסטאג אווענט, 12 וואכן איינס נאכן אנדערען, 4 שעה יעדע שיעור.

אויפריכטיג האט געשריבן:ווי עס שיינט איז ער אויך א תלמיד פון הרב משה לייב האגער פון אר"י.

פארשריבן האט געשריבן: (איך בין נאכנישט געווען ביי קעען איינע פון די צוויי, און איך פלאן נישט צו גיין. נאר מיינער א באקאנטער איז געווען ביי האגער און ער איז ממש משוגע געווארן פון אים, און ער האט נישט אויפגעהערט צו רעדן דערפון פאר צוויי חדשים נאכאנאנד. ב"ה לעצטענס האט עס שוין אביסל נאכגעלאזט און מ'קען שוין רעדן פון אנדערע נושאים אויך).

ערשטענס, ר' יודל איז טאקע א תלמיד פון האגער, אבער ער איז א תלמיד המחכים את רבו במלוא מובן המילה, ער האט ארויס די נושא אסאך בעסער, און האט שוין אליין אינוועסטירט הונדערטע שעות זיך צו פארברייטערען און פארמערן זיינע ידיעות אין דעם פעלד.
האגער איז געווען אויף מער א ווילדע אופן, לענגערע שיעורים אין א קורצע צייט אפשניט וכו', און קען זיין פארדעם איז אייער חבר געווען אביסל אנגעשטעקט פון אים, אבער ר' יודל איז אויף א מסודר'דיגע אופן, א תקופה פון 3 חדשים.

א חבר מיינער וואס איז געווען ביי ביידע האט דאס מיר געזאגט, אז ער האט סאך מער הנאה געהאט פון מעלבער.

אויפריכטיג האט געשריבן:לויט וויפיל איך האב געהערט פון די שיעורים, זאגן כמעט אלע אז אלעס וועפט אויס ביז צוויי חדשים.

א חידוש וואס דו זאגסט, ווייל ביי די 3 וואס איך האב פריער פארציילט האט עס בכלל נישט אויסגעוועפט, נאר ס'האט זיי געטוישט און אויפגעבויעט אויף אייביג!

און אזויווי מי יודע זאגט גוט:
מי יודע האט געשריבן:די שיעורים זענען נישט קיין מעזדשיק, ס'איז סך הכל א לימוד, און א לימוד אויב חזר'ט מען עס נישט וועפט עס אויס.
ווערי סימפל

ס'איז נישט א שיעור וואס מ'הערט זיך צו צו א רעדנער און נאכדעם קענסטו טוהן וואס דו ווילסט. די שיעורים זענען זייער שטארק געבויעט אויף פרעקטעס, מ'דארף טוהן, סיי ביי די שיעורים טוען די משתתפים פארשידענע מיטלען וואס עפענט זיי אויף, בויעט זיי אויף וכו', און אזוי אויך צווישן די שיעורים איז דא געוויסע היימארבייט וואס מ'דארף טוהן, וואס דאס לאזט א השפעה אויף די מענטש, און "אויב מ'חזר'ט יא און מ'טוט יא, וועפט עס נישט אויס".
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 11:44 am

שטארק זיך האט געשריבן:ביטע פארגלייך נישט הרב הגאון ר' יצחק אלעזר'ס שיעורים צו די אנדערע, ביודעי ומכירי קאמינא, ר' יצחק אלעזר'ס שיעור איז אן עכטע יסודות'דיגע זאך, נישט. קיין 'הייסע לופט' באלון...

ביסט געווען ביי ביידע און מחליט געווען אז דאס איז יסודות און דאס איז א הייסע לופט באלון?

שטארק זיך האט געשריבן:א ראי' וועסטו האבן אז פון רי"א שיעור וועט קיינער נישט ארויסקומן 'היי'...

ביטע זיי מסביר. שכועך
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 2:44 pm

איך ווידערהאל מיין סטעיטמענט נאך שטארק זיך'ס דיסקלעימער

סיי ר' יצחק אלעזר און סיי האגער/הורוויץ וכו' קענסטו אסאך ארויסקומען מיט פראקטיצירן, וההיפך בהיפך

ואגב איז האגער מער געבויט אויף פראקטיצירן (איך נעם נישט קיין שטעלונג ווער ס'איז בעסער, איך זאג נאר די מציאות)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 5:52 pm

משיח:

איך בין ביי קיין איינע פון די שיעורים נישט געווען.

האגער'ס שיעור האב איך 'דעטאלירט' איבערגעשמועסט מיט עטליכע תלמידים.

רי"א מאסקאוויטש'ס שיעור בין איך קלאר באהאווענט מיט די תוכן הדברים.

מיין אפשאצונג:

האגער'ס שיעור:
בעיקר געבויט אויף למעשה'דיגע חיצוניות'דיגע פעולות.

מעלות:
א מענטש וואס איז אין מויזן לאך און האט נישט דעם קוראזש ארויסצוטרעטן פון זיין באקוועמע-זאנע וועט עס זיין א גוטע דזשאמפ סטארט.

חסרונות:
עס קוראזשירט מענטשן צו טוהן פעולות וואס זיי זענען נישט געאייגענט (בעל תפילה, בעל דרשן), אריינרעדן אין נושאים וואס זיי פארשטייען נישט, אגב, נישט זעלטן אויפ'ן חשבון פון אנדערע.

עס ווארפט אריין דעם מענטש אין א וואלקן פון דמיון איבער אומבאגרונדעטע כוחות וועלעכע ער פארמאגט באמת נישט. והעיקר: ווען רעאליטעט וועקט אים אויף פונעם געשמאקן טרוים און ער מערקט ווי ער איז געוועזן "קהל'ס נאר", שפירט ער זיך ווי א ראסטיגע פעני...

ועוד, עס נעמט אוועק די נאטורליכע גדרים פון בושה און דרך ארץ ביז חוצפה ועזות, פרעמדקייט ביז היימישקייט, ניין! עס איז נישט אלץ א מעלה אז "יעדער" ראצער קען צוגיין צו "יעדעם" און רעדן פון "אלעמען".

און משיח טייערער:
עס איז נאך זייער פרי צו זאגן אזא פעסטע סטעיטמענט: "עס בויעט אויף אויף אייביג", ווען דער קורס קורסירט דערווייל בסך הכל דריי יאר.

מאסקאוויטשעס שיעור:
איז באזירט אויף א פראגראם וואס האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין מורא'דיג אפעקטיוו אויפ'ן לאנגן טערמין, הגם נישט פונקליך אויף דעם פארמאט ווי עס ווערט איצט אראפגעגעבן, איבערדעם האט דאס געוואלדיגע פאטענציעל.

וויאזוי עס וועט זיך למעשה אויסארבעטן וועלן מיר מוזן אויסווארטן.

דאס איז סך הכל איין מאנס מיינונג...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 6:25 pm

וואו האט זיך דאס ארויסגעוויזן צו זיין עפעקטיוו אויף א לאנגע טערמין?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 6:53 pm

AA, OA, GA. ועוד
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 10:55 pm

שטארק זיך האט געשריבן:AA, OA, GA. ועוד

פאר די וואס ווילן זיך שפארן די פאר סעקונדעס וואס עס האט מיר גענומען אנצופרעגן ביי ר' גוגעל:

אלקאהאל אנאנימוס
אוועראיטער (איבערעסער) אנאנימוס
געמבלער אנאנימוס

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג אוקטובער 22, 2010 10:23 am

הרב שטארק זיך,

איך קריג נישט קיין קאמישען, און איך האב -דערווייל- נישט קיין שום פריוואטע נגיעות צו די שיעורים,

נאר דיינע באמבעס וואס דו ווארפסט אויף מיר, אז מאשקאוויטש איז געוואלדיג, און להשיג איז גארנישט, זענען אביסל צו איבער געטריבן.

איבער מאשקאוויטשעס שיעורים האב איך נישט קיין אהנונג, איך ווייס נישט וואס דאס איז בכלל, אויב איז דאס "שיעורים" איז דאס זיכער געוואלדיג, ווייל ר' יצחק אלעזר איז א געוואלדיגע גוטע רעדנער און מחנך, און פונקט ווי א גוטע שלום בית פארשטייער צו א מנחך נפלא וועלכע קען גוט ארויסגעבן א זאך קען געבן שיעורים אויף זיין פעלד, און קען ארויסהעלפן מענטשענס שלום בית/חינוך אויף אייביג, קען ר' יצחק אלעזר געבן שיעורים אויף א זאך וואס ער האט זיך אריינגעלייגט דערין. איך האב עס בכלל נישט אוועקגעמאכט.

איך זאג נאר אז די שיעורים פון להשיג, זענען נישט בלויז שיעורים, נאר דאס איז שיעורים מיט ארבעט, א מהלך וויאזוי צו ארויפבויען א מענטש.

די שיעורים זענען עלטער ווי דריי יאר... די יסודות און די צוגאנג וויאזוי דאס ארבעט, ווערן אויסגעארבעט און גענוצט דורך פארשידענע גרויסע קאמפעניס אין אמעריקא, זיי האבן אסאך ביכער און אנדערע מאטריאל (וואס דארט האט זיך האגער געלערנט), און עקזעסטירט שוין אסאך יאר, (און איך בין נישט זיכער אז ס'איז ווייניגער רעליווענט ווי די מקורות פון ווי הרב מאשקאוויטש נעמט זיינע סחורה)

שטארק זיך האט געשריבן:מעלות:
א מענטש וואס איז אין מויזן לאך און האט נישט דעם קוראזש ארויסצוטרעטן פון זיין באקוועמע-זאנע וועט עס זיין א גוטע דזשאמפ סטארט.

חסרונות:
עס קוראזשירט מענטשן צו טוהן פעולות וואס זיי זענען נישט געאייגענט (בעל תפילה, בעל דרשן), אריינרעדן אין נושאים וואס זיי פארשטייען נישט, אגב, נישט זעלטן אויפ'ן חשבון פון אנדערע.

עס ווארפט אריין דעם מענטש אין א וואלקן פון דמיון איבער אומבאגרונדעטע כוחות וועלעכע ער פארמאגט באמת נישט. והעיקר: ווען רעאליטעט וועקט אים אויף פונעם געשמאקן טרוים און ער מערקט ווי ער איז געוועזן "קהל'ס נאר", שפירט ער זיך ווי א ראסטיגע פעני...

ועוד, עס נעמט אוועק די נאטורליכע גדרים פון בושה און דרך ארץ ביז חוצפה ועזות, פרעמדקייט ביז היימישקייט, ניין! עס איז נישט אלץ א מעלה אז "יעדער" ראצער קען צוגיין צו "יעדעם" און רעדן פון "אלעמען".


מיינע אויבענדערמאנטע חברים זענען נישט געווען אין קיין מייזן לאך...

איינער איז געלונגענע סעילס מאן פאר א פירמע, שיין מצליח ב"ה,
אין א בית המדרש פון 70-80 אידען איז נישט דא קיין סיבה אז א עוורידז יונגערמאן זאל נישט צוגיין צום עמוד וואנס אין א ווייל, אדער ווען ער מאכט א שמחה,
איך האב קלאר געשריבן אז איך וואלט נישט געצאלט קיין געלט פאר א קאנצערט ווי ער זינגט, ווייל ער איז יעצט נישט פלוצלינג געווארן א הערליכע זינגער אדער חזן, נאר פשוט די ליסטע פון בעלי תפילות פון א פשוטע שבת קודש האט זיך אביסל פארגרעסערט.

דער צווייטער איז נישט געווארן א בעל דרשן וואס גייט ארום געבן פרקי אבות שיעורים אדער משא המעמד ביי א דיננער,
ער איז געווען טשערמאן ביי א דיננער, און ער האט גראדע געזאגט שיינע נקודות (קען זיין א צווייטער האט פארגעשריבן. איך ווייס נישט).
עס האט אים בלויז געפעלט אביסל קוראדז זיך צו עפענען.

און דער דריטער איז נישט געווארן קיין רעדנער אויף א טאלק שאו...
ער האט נאר נישט קיין פראבלעם מער מיט צו שמועסן ביי א קופקע, אדער צוגיין צו א גאסט אין בית המדרש און אים מאכן פילן באקוועם.

קיינער פון זיי זענען נישט געווארן קהל'ס נער. קיינער איז נישט אריינגעטאנצן אין ווער ווייסט וואס. און אלע זענען ב"ה געבליבן איידעלע יונגעלייט, אהן חופצה און עזות.

איך רעד נישט פון טיפשים וועלכע קומען ארויס פון אזא שיעור און אלעס ווערט מותר...

שטארק זיך האט געשריבן:און משיח טייערער:
עס איז נאך זייער פרי צו זאגן אזא פעסטע סטעיטמענט: "עס בויעט אויף אויף אייביג", ווען דער קורס קורסירט דערווייל בסך הכל דריי יאר.


יא, ריכטיג, איך האב נישט געמיינט צו זאגן "אויף אייביג", נאר איך זאג אז עס האט זיי געטוישט, און מ'האלט שוין א לאנגע צייט נאכדעם (סאך מער ווי צוויי חדשים), און ס'האט נאכנישט אויסגעוועפט, און איך זעה נישט קיין שום סיבה אז ס'זאל אויסוועפן, טאקע ווייל זיי האבן נישט אנגעהויבן צו טוהן וואס ווייסט וואס כנ"ל.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג אפריל 19, 2012 9:39 pm

מה יקר?

וואס איז די נומער פון מעלבער?

וואס איז די נומער פון הורביץ?

קען איינער פארשטיין געבן די חילוק פון די צוויי (אויב עס איז דא)?

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » זונטאג אפריל 22, 2012 1:16 pm

הרב מעלבער בעט 1300 פאר 13 שיעורים זיין נומער איז 718-807-4433

הרב הורוויץ ווייס איך נישט זיין נומער
לויט ווי איך האב געהערט בעט ער 1000 פאר 6 שיעורים
(נישט קראנט)

לויט ווי איך האב געהערט די נפק"מ צווישן ביידע איז
1) ביי מעלבער איז דא מער הסבר אויף יעדע נושא, ער פארברייטערט עס מער, דערנאך ארבעט מען דערויף אויך אינדערהיים.
ביי הורוויץ איז זייער אסאך זאכן מאכט ער נישט ביים שיעור, ער הייסט נאר עס טוהן אינדערהיים.

2) מעלבער רעדט ארום פון מער נושאים, וואס הורוויץ רעדט נישט דערפון.

איך דארף מיר אביסל מער אינטרעסירן אויף פרטים
איך האב מיר איינגעשריבן צו גיין צו הרב מעלבערס שיעורים אויף די קומענדיגע מחזור, און איך האף אז בשם ה' נעשה ונצליח
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

דוב בערמאן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 4:17 pm

תלמידי מכון להשיג

תגובהדורך דוב בערמאן » זונטאג אפריל 29, 2012 6:11 pm

אפשר קען מען בעטן פון די תלמידי "מכון להשיג" אז זיי זאלן -לתועלת הציבור - אבידן מיט טיילן דא פון זייער עקספיריענס, כדי אז דער עולם זאל האבן א קלארקייט וואס דאס איז.

און אדרבא, אויב זענט איר א צופרידענע קליענט, קענט איר מזכה זיין אנדערע אידן אויך צו זיין צופרידענע קליענטן.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך מאי 16, 2012 3:50 pm

דוב בערמאן האט געשריבן:אפשר קען מען בעטן פון די תלמידי "מכון להשיג" אז זיי זאלן -לתועלת הציבור - אבידן מיט טיילן דא פון זייער עקספיריענס, כדי אז דער עולם זאל האבן א קלארקייט וואס דאס איז.

און אדרבא, אויב זענט איר א צופרידענע קליענט, קענט איר מזכה זיין אנדערע אידן אויך צו זיין צופרידענע קליענטן.

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » מיטוואך מאי 16, 2012 4:00 pm

איך האב אנגעהויבן צו גיין יעצט

אי"ה אין די קומענדיגע צייט האף איך ארויף צו לייגן עפעס אינפא
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מאי 17, 2012 11:18 am

זיס האט געשריבן:וואס איז די נומער פון הורביץ?

הרב אשר יונה הורוויץ 845-774-4050

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג מאי 17, 2012 12:28 pm

איז דער מעלבער פון די סקווירא'ר מעלבער משפחה?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג מאי 17, 2012 12:48 pm

יא
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט