Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וכתבתם על מזוזות -- למען ירבו...

דינסטאג ספטמבר 21, 2010 4:42 pm

נישט יעדן טאג הערט מען אזעלכע מעשיות, אבער היינט איז געווען דער טאג וואס איך האב געעפנט מיין פריוואטע אימעיל קאנטע און געפונען א בריוועלע פון א גוטן ידיד וואס שרייבט מיר פון מאל צו מאל קורצע בריוועלעך, דאסמאל איז עס אבער געווען א לאנגס און א ברייטס, אומשטייגערליך... איך האב עס אדורכגעליינט, און גוט פארשטאנען וואס האט אים געברענגט צו שרייבן די דאזיגע געשיכטע, וואס האט מיר פשוטו כמשמעו געגעבן א סקרוך אדורך די ביינער ווי מען קען היינטיגע טעג זעהן עין בעין "השגחה פרטית".

איך וועל איבערגעבן דאס ווארט פאר מיין ידיד:
עס קען אז דו ביסט באקאנט מיטן פאקט אז מיין געשעפט איז לעצטנס אדורכגעגאנגען א שווערע תקופה. שוין לאנגע יארן וואס איך שטופ אדורך יאר נאך יאר אן קיין חובות (אזוי ווי דו הערסט... קיין עושר בין איך נישט, אפגעזען וואס דו קלערסט אויף מיר...) און עס האט ב"ה געדינט צו דעקן אלע אויסגאבן פאר מיר און דאס גאנצע געזונדל, אבער די לעצטע שטיק צייט בין איך אריינגעפאלן אין שווערע חובות השם ירחם (האלט! איך בעט נישט קיין נדבה... ליין ביזן אויספיר), איך האב געזוכט און גענישטערט "וואו איז דער לאך"??? אבער דערווייל האב איך נישט געפונען קיין שום זאכליכע סיבה וואס זאל האבן צוגעברענגט מיין יעצטיגן צושטאנד.

מיינע חברים האבן מיר געטרייסט אז עס איז א צרת רבים, קענסט דאך די שפראך "עקאנאמיע, עקאנאמיע"... אבער ווען די חובות האבן דערגרייכט אין די צענדליגער טויזנטער (פשוטו כמשמעו!) האב איך געשפירט אז איך טראג עס נישט איבער. גלייב מיר אז איך בין שוין געווען ביי עקספערטן, מבינים, יודעי דבר, אקאונטענטס, און סתם גוטע אידן וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין מיין לאגע, געשאפט הלוואות, אפגעצאלט אביסל די חובות, און צוביסלעך אנגענומען א פרישע סטראטעגיע אין די ביזנעס מיטן ציהל איינצוצוימען די אויסגאבן און האפנטליך פארגרעסערן די איינקונפטן.

למעשה, וואלטן די יעצטיגע טעג געדארפט זיין גוטע האנדלס טעג (א הייסע 'סיזען' ווי מען רופט עס), אבער דער מצב ביי מיר אין געשעפט איז ליידער גאר שוואך, איך האב שוין פרובירט דאס און יענץ, אבער די קונדן באווייזן זיך עפעס נישט דאס פרצוף... איך וועל דיר זאגן דעם ריינעם אמת, מיר האבן שוין אפילו געטראכט אויב עס לוינט נישט צו מאכן א ליקווידאציע סעיל וואו מען פארקויפט אלעס פאר קאסט פרייז, מען צאלט אפ אביסל די חובות און מען פרובירט אריינצוגיין אין א פרישע ליניע...

מה עשה הקב"ה? נעכטן אינדערפרי ביים אריינקומען אין געשעפט, פאלן מיינע אויגן אויף די מזוזה... איך כאפ מיך ביים קאפ "מען האט שוין לאנגע יארן נישט אונטערזוכט די מזוזה"!!!

אויפן מינוט הייב איך אויף א טרייבל צו מיין קרוב א סופר און איך פרעג אים ווען ער קען אראפקומען באטראכטן די מזוזה, ער זאגט אז ער קען קומען 'רייט אוועי'.

ער קומט אראפ און נעמט ארונטער די מזוזה --- איך דארף נאך זאגען ווייטער??? --- די מזוזה איז ליידער געווען "פסול"!!!

איך קען דיר איין זאך זאגען - און דו מוזט מיר נישט גלייבן - איך האב היינט ארויפגעלייגט א שפאגל נייע מזוזה, און די קונדן האבן זיך אנגעהויבן אריינגיסן איינער נאכן אנדערן אויף א שטייגער וואס איך האב שוין נישט געזען א 'לאנגע' צייט! אזש איך האב פריער אנגערופן א חבר וואס העלפט מיר ארויס פון צייט צו צייט, ער זאל שוין אריבערקומען ווייל איך קען נישט אליינס באהעלפן די קאסטומערס.

עס איז צו פריה צו וויסן אויב דאס איז טאקע געווען די גאנצע זאך און אויב אלעס וועט טאקע גיין כשורה פון היינט און ווייטער, אבער איך האב געכאפט אזא טרייסל פון די מעשה אז איך שפיר איך מוז עס מיטטיילן מיט דיר.

זיי מצליח, איך מוז צוריקגיין באדינען די קאסטומערס...


אין א נאכפאלגענדע אימעיל שרייבט ער, אז צוריקטראכטנדיג זעהט ער אז די פלייץ פון קונדן האט זיך שוין אנגעהויבן נעכטן, ווי נאר מען האט ארונטערגענומען די פסול'ע מזוזה, ויהי לפלא.

Advertisement

דינסטאג ספטמבר 21, 2010 4:57 pm

געוואלדיג!
צו זעהן אזעלכע אפענע ניסים אין די היינטיגע גרויסע הסתרת פנים. איך בין מורא'דיג איבערגענומען.
דער איד מוז האבן עפעס א באזונדערע זכי'.

דינסטאג ספטמבר 21, 2010 5:31 pm

א מעשה נוראה דאס!

יישר כח קרעמער פארן שרייבן. באמת השגחה פרטיות!

דינסטאג ספטמבר 21, 2010 6:44 pm

הערליך. און שרעקעדיג צו זעהן די אפענע השגחה פרטית.
איך גיי אבער ניסלעך פארן קעפל!
"למען ירבו"

דינסטאג ספטמבר 21, 2010 7:51 pm

יאפ! א מורא'דיגע מעשה, מ'זעהט היינט צו טאגס אפענע זאכן!!


-------------

איך וויל מוחה זיין אויף די לעצטערע חוצפה פון שיקן אישית'ער פאר קרעמער, אמאל בין איך געווען עקסלאסיוו פאסט קעסטל שרייבער, היינט איז קרעמער.

(אגב, איך האב באקומען א ריקוועסט פאר נאך א טאג בוך פון שפיטאל, כאב אפגעזאגט, צוליב מאנגל אין צייט.)

דינסטאג ספטמבר 21, 2010 9:52 pm

מורא'דיגע מעשה!
כ'בין נאר נייגעריג צי ביי סתם א מזוזה (נישט פון 'קופת העיר') וואלט אויך געווען די זעלבע מופת.

אגב קרעמער, קענסטע שוין פארמעקן די "לא תהי' לו כנושה" אשכול, יענער צאלט שוין צוריק זיינע חובות..

מיטוואך ספטמבר 22, 2010 2:17 am

שיין שיין.

וכתבתם על מזוזות -- למען ירבו... ירבו איז לשון רוביא, רוביא וויסן מיר דאך איז די צימעס מטוגן בדבש גערופן "גאלדענע רענדלעך"..
האמיר א פארטיגן געלט מעשה דא.
שרייב א תגובה

Advertisement