בלאט 1 פון 2

הכצעקתה!! טשעיס מאכט נאך מעדאף!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 12:32 pm
דורך יגרסהדותא
מי יתננו ירחי קדם אפפסס נישט דעיס, הגנבים ואינם עולבים יושששש איך האב נישט די ווערטער, צום נייעם יאר האט זיך די "עפל" פארברייטעט!! אהה! דאס איז גוט. אבער ס'איז דאך נישט,

דער גרויסער בישאדט - ווי מ'פלעגט עס רופן אין כתה ח' העעל"ט..- דער גרויסער טשעיס האט זיך פארמאכט מיט אלע מיינע טריליאנען אינעווייניג!! יושששש.

גרויזאמער, געב מיר די מעסטער קי פון זייער לאקער ווי זיי האלטן מיין געלט!! אוי באשעפער, איך מיין אויף אלעס האב איך געטראכט צו בעטן ראש השנה אבער נישט אז די באנק זאל זיין אפן..

פליז.. איינער קען מיר בארגן א דריי-פיר מיליאן דאלער איך געב עס צוריק ווען טשעיס עפענט זיך צוריק.. איי מין ביסטאך זיכער אז ער גייט עפענען

יא! דעס איז א גוטער קעפל: צום נייעם יאר האט זיך די "עפל[-באנק]" פארברייטעט!!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 12:50 pm
דורך שמערי בערי
מיינסט צו זאגן מאכט נאך אייוועלט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 1:49 pm
דורך סתם_אזוי
ביי מיר זענען זיי אינגאנצן נישט אוועילעבל

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 2:37 pm
דורך ווינקל
http://www.banktech.com/channels/showArticle.jhtml?articleID=227400351

איינער ווייסט אפשר פון א טעקנישן אוועליבעל אפאר מינוט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 4:48 pm
דורך אויפריכטיג
איך גיי צוריק אנהייבן לייגן ס'געלט הונטערן מאטראץ...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 10:38 am
דורך יגרסהדותא
טוה דאס נישט. קוק דאס:
בילד

דאס איז נעכטן געשען אין סקווירא

וואס זאל מען טאקע יא טון מיט די געלט? ווי לייגט מען דאס? גוטע קשיא!

אבער צו וואס זאלסטו זיך אריינלאזן אין דעם פראבלעם? ארבעט נישט, פארדין נישט, העסטו נישט האבן די אלע דאגות..

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 11:10 am
דורך געלעגער
היינט האב איך שוין געקענט אריין לאגן אבער די פעידזש האט זיך נישט געלאודט.

יגר!!! פאר די קעפל אליין וואלט איך דיר געקניפט און בעקל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 11:39 am
דורך ראמני 08
ביי מיר קומט ארויף

The connection has timed out

The server at mfasa.chase.com is taking too long to respond.

* The site could be temporarily unavailable or too busy. Try again in a few
moments.

* If you are unable to load any pages, check your computer's network
connection.

* If your computer or network is protected by a firewall or proxy, make sure
that Firefox is permitted to access the Web.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 11:41 am
דורך גימעל
יגרסהדותא האט געשריבן:פליז.. איינער קען מיר בארגן א דריי-פיר מיליאן דאלער איך געב עס צוריק ווען טשעיס עפענט זיך צוריק.. איי מין ביסטאך זיכער אז ער גייט עפענען


נו יגר, ווען באקום איך צוריק די געלט? ס'שוין אפען...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 11:58 am
דורך ווינקל
גימעל האט געשריבן:
יגרסהדותא האט געשריבן:פליז.. איינער קען מיר בארגן א דריי-פיר מיליאן דאלער איך געב עס צוריק ווען טשעיס עפענט זיך צוריק.. איי מין ביסטאך זיכער אז ער גייט עפענען


נו יגר, ווען באקום איך צוריק די געלט? ס'שוין אפען...


ארבעט נאך אלץ נישט!

ווי איז מבין #1? איך זע טאקע שוין אריבער א חודש וואס ער באווייזט זיך נישט דעם פנים.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 12:01 pm
דורך גימעל
טייערער ווינקעל איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, עס ארבעט געהעריג, איך האב יעצט געמאכט צוויי טראנזעקציעס, אין צוויי באזונדערע אקאונטס.
אלזא יגר, צוריק מיט די געלט!

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 12:08 pm
דורך ווינקל
ביי מיר גייט עס נאכנישט.

לאמיר טרייען נאכאמאל

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 12:13 pm
דורך ווינקל
דאס באקום איך...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 12:13 pm
דורך גימעל
בילד יעצט גענומען.
(זעה דאטום אויבען אויף די רעכטע זייט.)
chase.jpg
פיין ארבעט עס

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 12:31 pm
דורך ווינקל
אקעי, ב"ה ס'ארבעט שוין געהעריג ביי מיר אויך.

יגר, קענסט שיקן די געלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 12:49 pm
דורך שמערי בערי
ביי מיר נישט! באבערייצלס וואס זיי זענען!

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 12:53 pm
דורך יגרסהדותא
העי, כאפ נישט, שטעל דיך אין די רייע.. ס'איז דא אנדערע וואס ווארטן שוין לענגער ווי דו..

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 1:12 pm
דורך ראמני 08
ביי מיר ארבעט עס נאכנישט מקומט טאקע אן צו די LOG ON פעדזש אבער כקען נישט אריין גיין און מיין אקאונט

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 1:36 pm
דורך סתם_אזוי
ראמני 08 האט געשריבן:ביי מיר ארבעט עס נאכנישט מקומט טאקע אן צו די LOG ON פעדזש אבער כקען נישט אריין גיין און מיין אקאונט

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 1:37 pm
דורך דער קוטשער
אה, דא רעדט מען דערפון? אלעס גייט אין קרעטשמע?
-
כ'אב מיך היינט דורכ'ן טאג עטליכע מאל אריינגעכאפט פונעם טעלעפאן, ביז איך בין אפגעהאקט געווארן.

זיי זאגן אז אום 5:00 וועט עס זיין צוריק, אבער יעצט אום 2:30 זעה איך אז ס'ארבעט שוין אויך אויפ'ן קאמפיוטער געהעריג.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 1:41 pm
דורך דער קוטשער
סתם אזוי און ראמני,
א גאנצן טאג איז טאקע געווען אזוי ביי מיר, אבער יעצט האב איך שוין געעפנט עטליכע אקואנט'ס, און איך בין פיין אינעווייניג, זעהט אויס אז זיי וועקן זיך אויף צוביסלעך.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 1:58 pm
דורך קהת
כאב א בפערישע ראי' אז סגייט שוין, די וואסער קאמפאני... נא וויאזוי הייסען זיי... ??? אה קאלמע וואסער האט געמאלגען אז מקען שוין ארויס נעמען יגר'לס מלאנעס וואס ליגט דארט...

;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 3:19 pm
דורך ראמני 08
יא סארבעט

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 6:12 pm
דורך דארפסמאן
ב"ה , אזוי ווי עס ארבעט שוין קען מען מיר שיקען געלט גראד צו מיין אקאונט, נא געגאנגען דער עולם זאל אונהייבען שיקן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 10:30 am
דורך ווינקל
נו, אז מען רעדט שוין פון טשעיס.... האב איך ממש לעצטענס געמערקט א נייע זאך (כווייס נישט ווי אלט דאס איז) אז מען קען שיקן געלט פון איינעם צום צווייטן זייער לייכט. מען ברויך האבן נאר יענעמס אימעיל אדרעססע.

זיי רופן דאס פערזאן-צו-פערזאן שנעלע-צאלונג.

דא קענט איר זען ווי אזוי עס ארבעט.
http://demo.chase.com/presents/preview/Payments_Transfers-qp.html