מאשקע נאך אלץ אונטער'ן רושם פון באזוך ביים דאיען

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

מאשקע נאך אלץ אונטער'ן רושם פון באזוך ביים דאיען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

[align=justify]יא רבותי, דאס לאנג-ערווארטעטע אומערווארטעטע אומפאראויסגעזעענע אומבאוואסטלאזע האט פאסירט! מאשקע האט זיך געטראפן מיט'ן דאיען, און געהאט די זכי' צו שאקלן זיין האנט!!!
אבער פאוואליע, לאמיר נישט כאפן די פיש פאר די חלה. לאמיר אייך פארציילן בכל פרטיה וויאזוי דער געהויבענער באזוך איז צושטאנד געקומען, און מיט וואספארא אייינדרוקן איך בין אוועקגעגאנגען פונעם באזוך.
אנגעפאנגען האט זיך עס, ווען סאכדעס האט געוואלט פארקויפן זיין אויטא, די מיט די פארנדיגע זייטיגע טירן. דער דאיען האט ארויפגעלייגט אן אפיציעלע מודעה אין בית הוראה, אז אזוי ווי דער דאיען שעליטע האט באשלאסן אויפצוגעבן דאס דרייוון אן אויטא, צוליב די מערערע דיני תורה אין וואס דאס קען אריינשלעפן כידוע, דערפאר ווערט געזוכט א קונה דערפאר.
אויפ'ן מודעה איז געווען אנגעגעבן א געוויסן נומער, וואס איך האב גלייך אפגעשריבן, און אוועקגעלייגט אויף שפעטער.
ווען ס'איז געקומען די צייט צו רופן, האב איך זיך אנגעטון דאס גארטל, געמאכט א לשם יחוד, און מיט גרויס עהרנפורכט האב איך געדרוקט די צען נומערן. מיט יעדעס נומער האט מיין הארץ האסטיגער געקלאפט, נישט קענענדיג זיך פארשטעלן וואס ס'ווארט מיך אפ.
אלנפאלס, נאך דריי קלינגעס האט סאכדעס אויפגעהויבן דעם טרייבל, און דאס זיס'ע קול'כעל האט זיך דערהערט: האלאו? האלאו? יא יא, ווער רופט?
און איך זאג: דא רעדט א יונגערמאן, כ'הייס מאשקע, כ'האט געוואלט רעדן צום דאעין וועגן דעם מיני-ווען וואס ער וויל פארקויפן.
סאכדעס ענטפערט: אנטשולדיגט ר' מאשקע. מאשקע האט איר געזאגט? איז יא, מאשקע, אבער איך בין דער מענטש צו וועמען מ'דארף רעדן איבער אלע פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן פון דאיען.
איך: נו נו, זאל זיין אזוי. איז וואס זאגט איר? וויפיל וועט איר נעמען פאר'ן מיני-ווען?
סאכדעס: וויפיל? ס'הייסט? וויפיל איר עט מיר געבן, על איך נעמען. כ'מיין, די שבח היתר על ההוצאה גייטאך פאר די בדק הבית פונעם דאיען'ס שטוב. כ'מיין, ס'קאסט דאך דא אויפצוהאלטן, ס'קאסט א הון רב. פארשטייסט אליין, די וויי-פיי, מיט די אלע אנדערע זאכן. פארשטייסט וואס איך מיין?
איך: איך פארשטיי, אבער למעשה, איר דארפט דאך באשטימען א פרייז.
סאכדעס: נו, אז איר געטמער דעם כבוד צו באשטימען דעם פרייז, זאל זיין צוועלף טויזנט. נו, זאל זיין אזוי.
איך: צוועלף טויזנט? צ-ו-ו-ע-ל-ף ט-ו-י-ז-נ-ט?
סאכדעס: איך ווייס אז ס'ווערד אסאך מער, אבער וואס זאל איך טאען? כאשוין געזאגט אזוי, זאל שוין בלייבן אזוי. פאר צוועלף טויזנט רייניש איז עס דיינס!
איך: אנטשולדיגט אז איך רעד אזוי צו א מחובר לטהור, אבער זענט איר אויפ'ן קאפ געפאלן? צוועלף טויזנט דאלאר פאר א 99' ווענטשור?
סאכדעס: נו, וואסיז אז ס'איז געמאכט געווארן אין יארע ניין-און-ניינציג? למעשה איז עס נאך ניי, ס'איז נאך היי-יאר געפארן. ס'דאך ממש א זעראו-זעקסער.
איך: איר זאגט גוט. למעשה, ווי קעמעזעך ערלויבן צו בעטן אזאפיל פאר אזא אלטן דזשעלאפי קאר?
סאכדעס: ווייסט איר וואס? קומטס אריבער, כ'על אייך צייגן דעם קאר וועט איר אליין זעהן די מעלות דערפון. קודם כל, האט עס אריינגעבויעט אן MP3 שפילער, וואו ס'איז שוין פראגראמירט געווארן אלע שיעורים פונעם דאיען! מיום הוולדו עד היום הזה, ולא עד בכלל! און צווייטנס, ס'האט פיר רעדער, אז אויב מ'וויל, קען מען פארן דערמיט אפילו אויף ווייטע פלעצער!
פארשטייט זיך אז כ'בין נישט צו שטארק נתפעל געווארן, אבער דער סאכדעס האט געלייגט דרוק אז איך זאל אריבערקומען פערזענליך און באטראכטן דעם הערליכן אויטא.
וכאכאווע, אזוי האב איך טאקע געטון. כ'האב זיך אויפגעהויבן און אריבערגעשפרייזט צו ביתו נאוה קודש פונעם דאיען שעליטע.
אנקומענדיג האט מיך שוין אפגעווארט דער שאמעס פונעם דאיען, סאכדעס בכבודו ובעצמו. דאס הדרת פנים זייער האט ארויסגערופן ביי מיר גרויס יראת הכבוד, טראכטנדיג צו מיר: אויב אזוי זעהט אויס נאר דער נספח לטהור, וויאזוי זעהט שוין אויס דער דיין אליין?
נאכ'ן רייכן די האנט פאר'ן שאמעס, זעמיר אריינגעגאנגען אין א ווארימען שמועס איבער ענינים העומדים על הקאפיטל, וואס די שפראך איז צו ארעם (מ'דארף מאכן א טיי אווענט) דאס אראפצושרייבן אויפ'ן פאפיר, אדער אפילו אויפ'ן קאמפיוטער סקרין.
נאך עטליכע מינוט פארברענגען בשבת אחים גם יחד, האמיר באשלאסן צוצוגיין צום ענין.
איך האב געזאגט פאר'ן שאמעס, אז איך וויל רעדן דוקא מיט'ן דאיען איבער דעם ענין, ווייל איך וויל ער זאל מיר פארזיכערן מיט א הן צדק אז דער אויטא פארט אויף גוטע רעדער - אזוי צו זאגן - און איך וועל נישט האבן קיין פראבלעמען דערמיט.
דער שאמעס האט געזאגט אז ער וועט גיין קוקן צי דער דיין איז צום האחבלן, און ער איז ארויסגעגאנגען פון פארצימער.
אין די געציילטע מינוטן האב איך זיך אומגעקוקט אויפ'ן דאיען'ס שטיבל. דער שטיבל איז נישט גאר קליין, אבער אויך נישט איבריג גרויס. אינמיטן שטוב שטייט א הילצערנע טישל, מיט דריי פיסלעך און א צוויי ביי פיר קלאץ אלס די פערטע. ביים אויבנאן פונעם טיש שטייט א לעדערנע שטול, וועלכע האט שוין פילייכט געזען בעסערע צייטן, און קעגנאיבער איז א הילצערנע בענקל פאר באזוכער, וואס איז שמוציג און שטויביג; א באווייז אויפ'ן מאנגל אין באזוכער ביים דאיען.
ביים ווינקל פון צימער שטייט א הייס-וואסער קעסל, און דערנעבן שווארצע געבראטענע קאווע. ביי די זייט געפינט זיך עטליכע שמוציגע גלעזלעך, און אפילו איין קאלטע אומגערירטע קאווע. קוקט אויס אז דער דאיען האט נישט געפאלגט דעם ווארענונג אויסצוגיסן דעם קאווע לתועלת הענין.
ביים אנדערן ווינקל פונעם צימער, שטייט א ספרים שאנק, אנגעפולט מיט הויכע און גרויסע ספרים. די ספרים קוקן אויס צעריסן און אפגענוצט, א סימן אז מ'האט געלערנט דערין.
אויפ'ן וואנט הענגט א בילד פון ר' ישעי'לע קערעסטירער, פילייכט אלס סגולה קעגן די מייזלעך וועלכע פלעגן זיין אפטע אריינגייער ביים דאיען אין שטוב, און האבן נישט געטראפן דעם וועג ארויס.
נאך לאנגע מינוטן ווארטן, עפנט זיך אויף דער טיר מיט א גריצל, און דער דאיען קומט אריין.
איך געב א קוק אויפ'ן דאיען, און איך קען נישט גלייבן מיינע אויגן. דער דאיען קוקט דאך אויס אקוראט ווי דעם שאמעס זיינעם. דמות דיוקנו של זה כדמות דיוקנו של זה. ס'דאך ממש וואונדערליך. די זעלבע הדרת פנים, די זעלבע דיוקנא קדישא, די זעלבע ענות חן, די זעלבע כריזמע, ממש אלעס די זעלבע. קוקט אויס אז ווען מ'דרייט זיך נעבן אזא געהויבענעם איד, באקומט מען זיין צורה. דער שאמעס האט זיך אזוי לאנג געדרייט נעבן דעם דאיען, ביז ער האט באקומען די זעלבע צורה.
הכלל, ווען דער דאיען איז אריינגעקומען, בין איך געבליבן שטיין מלא קומתי, און דערנאך זיך טיף פארבויגן פאר מעלת כבודו.
דער דאיען האט מיט א מאך מיט די האנט געוויזן אז ס'פעלט נישט אויס, און מיר געבעטן זיך צו זעצן.
מיר האבן אנגעהויבן צו שמועסן, אבער יעדע צווייטע מינוט איז אונזער שמועס איבערגעהאקט געווארן מיט צווייטן טעלעפאן רוף, דא האט איינער געהאט א דין תורה מיט'ן חבר זיינעם, וועמען ער האט געבארגט זיין אויטא און יענער האט געמאכט א שאדן דערמיט, דא האט עמיצער געוואלט וויסן צי ווען מ'הייבט אן צו שרייבן אויף גוגעל טאלק איז מען מחויב צו ענדיגן, ווידער א צווייטער האט געוואלט וויסן וואו דער דאיען האט אזויפיל צייט צו שרייבן תשובות, אזש ער האלט שוין ביי ב' אלפים תקל"ב תשובות. דער דאיען האט זיך אויפגערעגט און געענטפערט מיט א ריתחא דאורייתא: "יאך האב צייט, ר' איד, פרעגטס נישט קיין קשיות אזויפיל".
ענדליך איז דער דאיען פארטיג געווארן, און זיך גענומען באהאנדלן אונזער ענין.
ווען איך האב געזאגט פאר'ן דיין דעם צוועק פון מיין באזוך, האט דער דאיען געעפנט אויף מיר אפאר אויגן און געפרעגט: איך? איך וויל פארקויפן דעם אויטא? וואס פאלט דיר אפילו איין אזאנס צו זאגן? כ'מיין, מ'שטיינס געזאגט, וואו האט איר דאס געהערט עפעס אזאנס?
נאך א קורצע אויספארשונג האט זיך ארויסגעשטעלט, אז דער דאיען האט קיינמאל נישט אויטאריזירט דעם שאמעס'ל זיינעם צו פארקויפן דעם אויטא, און דאס האט דער סאכדעס געטון אויף די אייגענע האנט.
דער דאיען האט אריינגערופן דעם שאמעס, און אים פארגעהאלטן דערויף. דער שאמעס האט אבער גע'טענה'ט חי וקים, אז דער דאיען האט אים געגעבן רשות צו פארקויפן דעם אויטא, און ער האט אים אפילו געגעבן דערויף א שטר בכתב.
דער שאמעס האט ארויסגענומען פון בוזעם טאש א צעקנייטשן געלן צעטל, און געוויזן פאר'ן דאיען.
דער דאיען שטייט און קוקט, און קען זיך נישט גלייבן די אויגן: זיין אייגענע חתימה ערשיינט אויפ'ן צעטל! נישט מער און נישט ווייניגער, נאר עמיצער האט געפעלשט זיין חתימה!
דער דאיען איז געווארן אויסער זיך פון כעס. ער האט געהאקט מיט די פויסטן אויפ'ן טיש, און געשריגן: ווער האט געהאט די העזה צו פעלשן מיין חתימה? וואו איז דאס געהערט געווארן, הא? אזאנס?
דער שאמעס'ל אבער, וועלכער טראגט א קאפ אויף די פלייצעס, האט זיך גלייך אריענטירט און געזאגט פאר'ן דאיען: רבי לעבן, קען זיין אז עמיצער האט גע'גנב'עט דעם רינגל פונעם דאיען, און דערמיט גע'חתמ'עט דעם בריוו?
דער דאיען איז געבליבן געפלעפט. וויאזוי איז אים דאס נישט איינגעפאלן?
גלייך האט דער דאיען באפוילן צו ברענגען טינט און פאפיר, און אפגעשריבן די פאלגענדע שורה:
איך האב פארלוירן מיין רינגל. איך קען נישט חתמ'נען.
ער האט דאס געגעבן פאר'ן שאמעס, און אים באפוילן דאס אויסצושפרייטן אויף אלע טישלעך אין קרעטשמע, אריינגערעכנט דעם לשה"ק טישל, כדי דער עולם זאל וויסן זיך צו היטן, און נישט גלייבן קיין שקרים וכזבים וואס ווערן פארקויפט אין זיין נאמען.
פארשטייט זיך אז אהיימגיין האב איך שוין געמוזט צופיסנס; דעם אויטא פונעם דאיען וועל איך שוין נישט אזוי שנעל האבן...[/align]
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אוי מאשקע'ל (כעין יגר'ל)

שוין לאנג נישט געלאכט אזוי שטארק.
חחחחחחחחח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מאשקע'ל (כעין שוועמל).

זייער זייער שיין, ווען די האסט מיר געזאגט אז די פלאנסט צובאשרייבן די באזוך, האב איך מיך נישט גערישט אויף אזא גוטע באשרייבונג.
גבאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי »

זייער שיין באשריבן מאשקע. איך מיט סאכדעס רעדן אסאך ווייל ער איז א שמש, און איך בין א גבאי, און מער ווייניגער האבן אונז די זעלבע ארבעט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאשקע, גוט, גוט, כ'ווארט שוין אויף אזעלעכס וואכן,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך מאשקע! האסט מיר געמאכט לאכן ביים אויסזאגן דעם סוד-פאר-גאנץ-בראד אז דער אונטערשמש ענדעלט אינעם צורת הפרצוף פונעם דיין שעליטע.

יעצט זעץ זיך אנידער, און הייב אן באשרייבן אונזער ערשטע גוגעל-טעלעפאנישע געשפרעך וואס איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט קרוב לחצות הלילה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אה, א גוטע עצה. באלד אי"ה.
An article a day keeps the babies away
kjmonroe
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 20, 2006 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kjmonroe »

אז ימלא "שחוק פינו" :o
מען טאר דאך נישט אזוי לאכן

מיר ווילן נאך
האלט אן דיין גיטע ארבעט
WE WONT MORE
KEEP ON YOUR GOOD WORK
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ק"י מאנראו: האסט דיך איינגעשריבן מיט דריי חדשים צוריק, נאר צו קענען אצינד שרייבן דעם תגובה?
אבער שכוח עניוועי.
An article a day keeps the babies away
kjmonroe
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 20, 2006 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kjmonroe »

איך האב אוועק געלייגט די ניק אין פאל פון נויט
שטאטס נער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס נער »

מאשקע האט געשריבן:ק"י מאנראו: האסט דיך איינגעשריבן מיט דריי חדשים צוריק, נאר צו קענען אצינד שרייבן דעם תגובה?
אבער שכוח עניוועי.


וואס עפעס?

ער האט געוואלט שרייבען ערשט דריי חדשים ארום, נאר ער האט זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ק"י מאנראו: און וואס איז די גרויסע נויט יעצט?
שטאטס: חחחח.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מאשקער; (כעין קליינער ) ס'האט אלעס איבער געוואויגען, ( זעט אויס אז ווען דו רעדסט זיך נישט מיט מיר דוירעך קענסטו בעסער )ס'איז געוואלדיג, נישט אזוי ווייט דיין באזוך, ווי די באשרייבונג דערפון, קיפ אן יור גוד ווארק, ענד טענק יו ווערי מאטש.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

טענק יאט מאשקע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

3x0 האט געשריבן:מאשקע'ל (כעין שוועמל).




צ"ל, כעין שוועמל'ל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שוועמל האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:מאשקע'ל (כעין שוועמל).




צ"ל, כעין שוועמל'ל

אקעי, איך וועל שוין צירוק דרייע ןדי אשכול.

מאשקעל'ל,

זייער זייער שיין, עס האט אפילו ארויסגעברענגט צוויי תגובות פון ק"י מאנראו.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מאשקע;

די ארטיקל איז מעכטיגער פון מעכטיג, קיפ איט אפ.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח דאס איז די תגובה פונעם אונטערשאמעס, וואס דער דאיען וועט אליינ'ס זאגן איז ונזכה ונחיה ונראה.

אבער כאב עס גוט געמאכט מיט די חתימה? הא?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”