בלאט 1 פון 1

עס זיצען היסטאריקער און פארשען...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:04 pm
דורך leiby
דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג יולי 11, 2010 3:31 am

עס איז די יארן צווישן תש"ה און תש"ע, עס זיצען די אלע יארן היסטאריקער און פארשען, "ווי קען דאס זיין" אז מיליאנער אידען, רייכע ארימע, פולישע אונגארישע, ביזנעסלייט בני תורה, פארגעשריטענע פרעמעטיווע, חסידישע ליטווישע, יונגע אלטע אא"וו, אין די שרעקליכע יארן ת"ש ביז תש"ה, מען איז זיי געקומען אוועקפירען און דעם גהנים של עולם התחתון, צום פינסטערסטע פון פינסטערניש, און כמעט "קיינער שטעלט זיך נישט קעגען"? מען פיערט זיי ווי די שאף צום שחיטה, "און מען שווייגט"? מען לייגט ארויף גאנצעטע שטעט אויף בהמות וואגאנען, און "יעדער גייט ווי א פיין קינד"? וואס איז געשען צום שכל? וואס איז געשען צום רעשאנעליטי? כאטשיג מיר גלייבן אז די היילגע השגחה האט אזוי געפיערט, אבער ווי אזוי טייטשט זיך עס אויס און גשמי?

איז דא אסאך דעות אזוי און אזוי, איינער זאגט "מען האט נישט געוויסט", אנדערע זאגן "מען האט נישט געגלייבט", אנדערע זאגן גאר "מען האט נישט געוואלט גלייבן", אא"וו.

לאזען מיר געבען א שפרינג אריבער צום צוקונפט פון היינט, לאמיר זאגן מיר זענען און יאר תש"צ, עס זיצען היסטאריקער און פארשען, עס איז די יארן תש"ע און ארום, טויזענטער אידן וווינען אין די שטעט וויליאמסבורג, בארא פארק, פלעטבוש, אא"וו, מען איז באזעטצט און קליינע לעכער וואס פארטרעט וואס האט אמאל געהייסן א דירה, און אז איינער איז שוין גליקליך איז זיין אזויגעריפענע דירה אויפן פיפטען שטאק, און ווען ער גייט ארויס םון זיין טיר דארפ ער זיך היטן פון מאכן צו גרויסע טריט ווייל ער איז שוין ביים שכן, פארגעס פון לייגן א קערידש, ווען ער קומט אהיים זיכט ער פארקינג א האלבע שעה און דערנאך טרעפט ער אויך נאר אזוי אז מארגען דארפ ער אויפשטיין פארטאגס שנעל ריקען אז ער זאל נישט באקימען א טיקעט, דאס איז נאר עטליכע קליינע משלים פון א ליסטע וואס מען קען שרייבן יארן און נישט פערטיגען.

ועל כולם צאלט מען אזעלעכע פרייזן וואס וואלט דערשראקען א מלך און פרידענס צייטן.

עטליכע דרייסיג מייל ארויף, איז דא א ישוב מאנסי דארט קען מען ווינען ווי א קעניג מיט גרויסע שטיבער, א פארקינג פאר די קאר, א סשארעדש פאר די קערידש, בייק, און קינדער סווימינג פול, א פראנט יארד, א בעק יארד, שיינע בלומען, אנדערע האבן גאר א אייגענע סווימינג פול פאר ערוואקסענע אא"וו זיצען היסטאריקער און פארשען, "ווי קען דאס זיין" אז טוזענטער אידען, רייכע ארימע, פולישע אונגארישע, ביזנעסלייט בני תורה, פארגעשריטענע פרעמעטיווע, חסידישע ליטווישע, יונגע אלטע אא"וו, זיי ווינען און שרעקליכע אומשטענען, און כמעט קיינער "שטעלט זיך נישט קעגען"? זיי ליידן זיך אפ דאס גאנצע לעבן, "און מען שווייגט"? מען פרעסט ארויס דאס לעצטע דולער פון אינגעלייט וואס וויסן נאכנישט וואס לעבן הייסט, און יעדער גייט ווי א פיין קינד"? וואס איז געשען צום שכל? וואס איז געשען צום רעשאנעליטי?

זאגסט נישט, "מען האט נישט געוויסט", ווייל מען ווייסט יא!! זאגסט נישט "מען האט נישט געגלייבט", ווייל יעדער קען דאס זעהן מיט די אייגענע אויגן!! איז זאל איך זאגען גאר "מען האט נישט געוואלט גלייבן"????????

דאס איז און קורצען די מחשבות וואס האבן מיך געפייניגט דעם גאנצען שבת פרשת פנחס, ווען איך - א וויליאמסבורגער - האט געוויילט אויף שבת אין שטאט מאנסי!!!

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער"
(קרעדיט אדמו"ר מהר"ש)
לכתחילה אריבער
שר העשר
הודעות: 38


--------------------------------------------------------------------------------

דורך ווארום אום זונטאג יולי 11, 2010 10:49 am

פראפערטי שטייערן דא אין מאנסי קוועטשט מער ווי אין די שמאלע וויליאמסבורג!

ווארום
שר חמש מאות
הודעות: 672


--------------------------------------------------------------------------------

דורך די גרויסע עפל אום זונטאג יולי 11, 2010 11:22 am

ווארט נישט ביז תש"צ, צי דיך אריבער אויף וויליאמסבורג פאר א יאר, וועסטו שוין אלעס פארשטיין.

ביי מיר איז א גרעסערע ווינדער וויאזוי א יונגערמאן וואס ווייסט נאך פון ווי ער גייט באצאלען רענט נעקסטע חודש, דינגט זיך א קאר אויפן זיממער, אין זעצט זיך אריין אין א דירה סריחה אויף ניין וואכען.

A APPLE A DAY - TAKES THE DOCTOR AWAY
די גרויסע עפל
שר מאה
הודעות: 180


--------------------------------------------------------------------------------

דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג יולי 11, 2010 4:37 pm

הרב "ווארום" שני דברים, קודם איך רעדט נישט דוקא פון קויפן, מען קען דארט אויך דינגען הערליכע דירות פאר האלב נארמאלע פרייזן, והשנית אפ' מיט טעקס איז נאכאלטס סאאאאאאך ביליגער פון די שטאט!!

און הרב "עפל" הוא הדבר אשר דיברנו, די גאנצע קאנטרי מחלה איז אויך א חלק פון דעם ווינען און שטאט, ווי גייט די סלאגאן? "וואס די ווילסט אז מיינע קינדער זאלען ווערן משיגע? מען דארף זיי געבען אביסל אויסצוליפטערען, גענוג וואס זיי זענען צוקוועטשט אגאנץ יאר".

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער"
(קרעדיט אדמו"ר מהר"ש)
לכתחילה אריבער
שר העשר
הודעות: 38


--------------------------------------------------------------------------------

דורך בן בוזי אום זונטאג יולי 11, 2010 4:46 pm

דו וואס דו גייסט מיטן שיטה -פונעם בעל ה'לכתחלה אריבער'- אז אפילו ווען דער וועלט זאגט, אז מ'דארף שוין גיין ארונטער, פונדעסטוועגן דאך דארף מען זיך נאכאלץ מתאמץ זיין און גיין אריבער, האסט אויך דער קשיא? דאן מוז זיין אז דער מצב איז אין אן אופן פון כלו כל הקיצין, אויב אזוי איז עס אויך א זמן וואס מ'דארף אויסרופן אז הגיע זמן גאולתכם! -גאולה הפרטית- און ציה זיך אריבער קיין ראקלענד.

benbeezee@yahoo.com
בן בוזי
שר האלף
הודעות: 1824


--------------------------------------------------------------------------------

דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג יולי 11, 2010 5:00 pm

אוי וויי ווי גיט דו זאגסט, נאר די שותף מיינער איז נישט אינגאנצען מיט מיר, זי פראביערט נאך ארינטער, וועגן דעם איז עס נאך נישט למטה מעשרה!!

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער"
(קרעדיט אדמו"ר מהר"ש)
לכתחילה אריבער
שר העשר
הודעות: 38

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 1:36 pm
דורך שנאפס
אויב די נייע שטעטל אין לאק שעלדריק גייצעך אויסארבעטן וועלן די היסטאריקער האבן א גריגערן דזשאב

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 1:53 pm
דורך אויפריכטיג
מיינסט אוודאי אין מאנטיסעלאו

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 30, 2013 11:26 pm
דורך לכתחילה אריבער
ארויף געברענגט לכבוד די נייע יושב אין בלומענבורג.

עס איז יתר הפליטה פון די "אייוועלט צונאמי". און טאקע א ישר כח פאר "לייבי" פארן עס "אפיר ראטעווען" (א ווארט? אויב נישט.... קאפירייט).

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 30, 2013 11:55 pm
דורך פערד און וואגן
יעי קודם האב איך שוין כאטשיג איין ענטפער אויף מיין פראגע אין היימישש פארברענגען אינעם ארטיקל "ווער פון דא איז א וויליאמסבורגער?!" האסטו לכתחילה אריבער איז פון די יעניגע ! יעס !