בלאט 1 פון 1

"איבער געלעבט די קריג" (פארזעצונג)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 4:48 pm
דורך leiby
דורך גאליציאנער אום זונטאג יולי 18, 2010 8:38 pm

בס"ד
חודש תמוז תרצ"ט, גאליציע
שווארצע וואלקענעס האבען געשוועבט איבער די הימלען פין אייראפע, די לופט האט געשמעקט פין פולווער,
אידען האס האט זיך אנגעזעהען אין יעדען ווינקעל, אין אסאך אידען זענען ארום געגאנגען מיט א געפיהל פין אומבאהאלפענקייט,
די שה אחד בין שבעים זאבים האט זיך ארויס געזעהן מיט די ביטערסטע קאלירען אין ציקלאפט די מוט אין געפיהל פין אסאך אידישע נפשות,

די העלד פין אונדזער געשיכטע איז ר' יוסף פינקעלבערג אדער יוסל ווי זיינע חברים פלעגען אים ריפען,

יוסל זיצט ביים טיש אין זיין קליינעם הייזקע אין די שטעטעלע אילינוב אין גאליציע, עסענדיג די וועטשערע
וואס זיין געטרייע אשת חיל האט ציגעשטעלט, ער עסט זייער לאנגסאם אין זיין בליק בלאנדזשעט אויף עפעס א פונקט אין די ווייטקייטען,

יוסל פארוואס ביסטע אזוי פארטראכט היינט ? ריפט זיך אן צי אים זיין ווייב בילא, וואס האט פאסירט אז די ביזט אזוי פארחלום'ט,

יוסל: אה בילא בילא , די מצב איז ווייט פין גלאטיג, דער דייטשער המן ווערט ווילדער אין ווילדער פין טאג צי טאג,ס'דא א קלא דלא פסיק אז ער גרייט זיך צי אטאקירען פוילען, מיין הארץ זאגט מיר נישט פאר קיין גוטס, דער רשע סטראשעט אז ער וויל אויסראטען די אידען, אין לאמיר דיר עפעס זאגען כ'האב זייער מורא, דער עולם לאכט אין טענה'ט אז ער רעדט מער ווי ער טוט, אבער מיין הארץ זאגט מיר פאר אז ס'צרות,

בילא : נע יוסל האב נישט אזוי מורא ער וועט האבען א סוף אזוי ווי אלע המן'ס, עס אויף די וועטשערע אין באריאוג זיך, האסט מסתם געהאט א שווערע טאג,

יוסל: איי בילא... בילא.... זיי נישט קיין קינד .... כ'בין נישט היינט געבוירען, הער מיר אויס די מצב איז זייער זייער אנגעצויגען אין מיין פלאן איז נישט צי שטיין אין ווארטען אויף היטלער, כ'בין זייער באזארגט פאר אונדזער קליינעם נחום'ל ער איז דאך אזוי זיס אין אומשולדיג ווער ווייסט וואס ער וועט נאך דארפען אדורעך גיין,

ס'איז מיר שווער ציציקוקען די נאיווקייט פין מענטשען מענטשען טרייסטען זיך מיט פאלטשע איינרעדענישען אין טוען גארנישט זיך צי ראטעווען מען דארף זיין בלינד נישט צי זעהן וואס קומט, היטלער איז ווילד ווי א פארצוקענדע חי', אין די גרויסמאכטען שטייען אין קוקען זיך צי אין טוען גארנישט, בילא מ'קען שוין נישט ווארטען מ'מיז עפעס טוהן, אין טוהן פאר ס'איז צי שפעט,

בילא: אוי זאל גאט האלטען די רעכטע האנט אויף אונדזער נחום, אבער וואס קען מען טוהן, ווי זאל מען גיין ........ וואס טוט מען....... וואס טוט מען .........

יוסל: (געבט א טיפע קרעכץ) הער זיך גוט איין מיין טייערע, די ערשטע זאך דארף מען זיך פארשטעלען פאר גוים פארשאפען נייע פאפירען אין דאן אפציען פין דא, כ'האב באהאלטען אסאך געלט וואס כ'האב נאך געירשענט פין מיין טאטע זאל זיך מיען, אין כ'האב עס אוועק געלייגט אויף א שווארצען טאג......... די שווארצע טאג איז ליידער אנגעקומען אין ס'איז פעך שווארץ ........

בילא: (פארקלאפט די הענט) נו אז דאס איז גאט'ס ווילען בין איך גרייט, כ'גיי אפשערען פאר נחום'ן די פיאות אין די גיי אויך שער זיך אפ די בארד אין פיאות אזוי וועט מען קענען מאכען די נייע בילדער פאר די נייע פאפירען, אבער ווי גייסטע מאכען די פאפירען,

יוסל : כ'האב א ידיד אין רישא וואס האט א קשר מיט א פאכמאן וואס שטעלט צי די פאלטשע פאפירען פאר גוט באצאלט, מארגען וועט מען מאכען די בילדער אין איבערמארגען פאר איך אויף רישא, אין דערווייל גרייט צי אין פאר איין וויפעל עסען די קענסט ווייל אן עסען קען מען נישט לעבען, אין זאל גאט באגלייטען אונדזער וועג

-----------

אילינוב בית המדרש,

חאצקעל: יוסעל ווי איז דיין בארד,

יוסעל: חאצקעל הער אויס ס'קומט שווערע צייטען כ'פלאן זיך צי פארשטעלען ווי א גוי אין מאכען פליטה אין אז די פרעגסט מיר וואלט איך דיר געצה'ט צי טוהן די זעלבע,

חאצקעל: איי יוסעלע זייט ווען ביסטע אזא דערשראקענע שעפסעלע, ס'גארנישט דער דייטש איז סתם א הינט וואס בילט אין א הינט וואס בילט בייסט נישט,

יוסעל: חאצקעל זיי נישט קיין קינד, דער היטלער דאס איז דאס ריכטיגע כ'ווייס נישט וויפעל צייט מ'האמער נאך, לעב נישט אין קיין חלומות ווייל ס'קען דיר קאסטען דאס טייערסטע,

חאצקעל: נע יוסעל כ'בין נישט אזא דערשראקענער, די וועלט וועט זיכער נישט צילאזען דער דייטש זאל זיך ציפיהל צילאזען, ס'דאך ענגלאנד אין פראנקרייך אין אמעריקע מיינסט טאקע מ'קען טוהן וואס מ'וויל,

יוסעל: קוק אהער חאצקעל, כ'האב דיר געזאגט וואס איך טראכט ווילסט ניש הערען איז נישט,
------------

מיט טרערען אין די אויגען האט בילא אראפ גענומען די פיאות פין איר באליבטען בן יחיד'ל, די בילדער פאר די פאספארטען זענען געמאכט געווארען אין יוסעל לאזט זיך ארויס אויף רישא מיט א קארעטע געשפאנט צי צוויי שנעלע פערד,

די פערד פארען אויף די פארשטויבטע וועגען איבערלאזענדיג נאך זיך א וואלקען שטויב,

יאסעל זיצט אינווייניג אינגאנצען פארטוהן אין די מחשבות, די קשיא ערגבערט אים מיט איר פולסטע שארפקייט, צי ווי ? צי ווי ? ווי אנטלויפט מען ? ביינאכט האט ער זיך אפגעשטעלט אין ליזענסק צי איבערשלאפען די נאכט,
אן זייענדיג דארט איז ער שוין אריין צים ציון הקדוש פינעם הייליגען רבין ר' אלימלך אין זיך אויסגעגאסען זיין ביטער הארץ בעטענדיג אז דער באשעפער זאל אים שטיין צי די רעכטע האנט ער זאל נישט געשטרויכעלט ווערען אויף זיין וועג וואס ער פלאנירט צי גיין, ארויסקומענדיג האט ער זיך געשפירט מונטערער אין האט זיך געלייגט שלאפען חלום'דיג זיסע חלומות.....

פארזעצונג קומט אי"ה

יא אין ניין ס'ווענד זיך
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
הודעות: 405


--------------------------------------------------------------------------------

דורך די גרויסע עפל אום זונטאג יולי 18, 2010 9:08 pm

יישר כח, קוקט אויס אז עס וועט זיין דראמאטיש.

A APPLE A DAY - TAKES THE DOCTOR AWAY
די גרויסע עפל
שר מאה
הודעות: 211


--------------------------------------------------------------------------------

דורך געלעגער אום זונטאג יולי 18, 2010 9:30 pm

גאליציאנער!! וועלקאם בעק!
מיר גלייבן אז דאס וועט זיין איינס און אזעלעכס!
יישר כח.

כמה לא חלי ולא מרגיש, גברא דמרי' סייעי'.
געלעגער
שר האלף
הודעות: 1528


--------------------------------------------------------------------------------

דורך למעלה משבעים אום זונטאג יולי 18, 2010 9:34 pm

גאליציאנער!! וועלקאם בעק!
מיר האפן אז דאס וועט זיין איינס און אזעלעכס!
יישר כח.

געלעגער, ס'איז קאפי-רייט? איך האב עס ספעציעל געטוישט....

ביזט פארלוירן?? נישט געזארגט שיק א טעקסט צו 718-438-8398 און איר זעט א געהאלפענער.
למעלה משבעים
שר חמש מאות
הודעות: 682


--------------------------------------------------------------------------------

דורך פונקטליך אום זונטאג יולי 18, 2010 11:00 pm

אהה האא!

קוקט אויס זייער רייך,

שכוח!

די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
פונקטליך
שר חמישים ומאתים
הודעות: 350


--------------------------------------------------------------------------------

דורך לוסטיג אום זונטאג יולי 18, 2010 11:34 pm

פיינע נייעס, דער געליציאנער איז ווידער דא, אין נאכדערצו ער גייט דא ארויסגעבן די היסטאריע פון זיין היים שטאט..

מ'ווארט מיר מיט אנגעסט!

נעע.. נע..נע..נע! נעע.. נע..נע..נע.. אויסדריקלעך!
לוסטיג
שר האלף
הודעות: 1183


--------------------------------------------------------------------------------

דורך פרעזידענט אום מאנטאג יולי 19, 2010 2:45 pm p>

שכח א פארזעצונג פין גאליציאנער איז ווערט דאס ליינען

אידעלע פארלאז זיך אלא על אבינו שבשמים, אט אט מיט פרייד וואונטש מען לחיים! (מיכאל שניצלער)
פרעזידענט
שר האלף
הודעות: 1123