כאפ אריין וויפיל דו קענסט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 4:35 pm
דורך גראדער אום מיטוואך יולי 14, 2010 10:12 pm
חנינא איז געווען ביטער קראנק, ער האט זיך טאקע ארומגעדרייט אויף די פיס, אבער ווער ס'האט נאר געקוקט אויף אים איין מינוט האט גלייך געזעהן אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, זיין געלער בלאסער געזיכט האט עדות געזאגט אז עפעס אינערליך קומט פארן אינעם קערפער, איינע פון די איברים טוען נישט זייער פארלאנגטע פונקציע, און חנינא ליידט נעבעך פון יסורים.
וואס טוט מען אין אזא פאל? איז חנינא געגאנגען צום שטאטישן דאקטער, טאקע נישט דער וועלטס פראפעסאר, אבער ווייניגסטנס מאכט ער נישט קאליע... און בעסער ווי זיצן און ווארטן אויפן ערגסטן איז עס זיכער, חנינא באצאלט די פאר גראשן אין פאדער צימער, און קומט אריין צום דר. קראנקהייט.
דר. קראנקהייט אונטערזוכט אים פון קאפ ביז פוס, ער נוצט אלע כלים פון וואס חנינא האט נאר אמאל געהערט, א טעלעסקאופ, מעגנעפיין גלאז, קוקער, וכו' וגו', דערנאך טוט ער זיך אן זיינע רינדיגע דאקטארישע ברילן אויף די צווייטע העלפט נאז, און מיט אן אפיציעלע שטימע גיבט ער זיין דיאגנאז פאר חנינא'ן.
"הער צו מיסטער חאנינע, דו ליידסט פון א מיסטריעזע מחלה, און צופיל רפואות וועט דער אפטייקער דיר נישט קענען צוזאמקלאפן דא, אבער איין זאך קען איך דיר זאגן, ווילאנג דו וועסט אוועקשטיין פון היץ, בפרט פון הייס וואסער, וועט דיר בעסער ווערן."
חנינא וויל דאך נישט ליידן, נעמט ער נישט קיין שויער, גייט נישט אין מקוה משבת לשבת, און וואס ס'קומט אים אן דאס שווערסטע, ער גייט נישט אין שוויץ! חנינא האט א ספעציעלע ליבשאפט צום נאסן שוויץ, אין די גוטע צייטן פלעגט ער גיין מדי שבוע בשבוע זיך בראטן ביי די וואלקענעס פארע וואס דער שטאטישער שוויץ האט ארויסגעבלאזן, געציל האט אים געמאכט א פלייצע, יונה א בעזים, און גימפל א שאוול... הקיצור איינע פון חנינא'ס תאוות איז אלעמאל געווען דער שוויץ, און דא האט ער זיך נעבעך געמוזט איינהאלטן מיט אלע כוחות, נעבעך...
ויהי היום, דער געדולד האט געפלאצט, חנינא האט טאקע געזעהן בחוש ווי ער ווערט בעסער, זיין פנים באקומט צוריק די רויטליכע פארב, זיינע כוחות ווערן בעסער און געזונטער, אבער דאך האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן, גענוג איז גענוג! און אין א שוואכע מינוט האט ער אריינמארשירט אין שוויץ!
ווי נאר די הייסע פארע האט דערגרייכט זיינע לונגען איז געווארן צרות, ער האט אנגעהויבן צו הוסטן, גרעבצן, זיך שטיקן, וכו', ער האט גלייך געשפירט אז ער איז דא באגאנגען א גרויסן טעות, און זיין איינציגסטע עצה איז זיך אפצוקילן, לויפט ער אזוי מיט איין אטעם צום צ מער פונעם קאלטן מקוה, אבער בעוה"ר איז דער טיר געווען פארשלאסן, שטייט ער אזוי הוסענדיג, זיך שטיקענדיג, שלעפט דעם טיר און חליש'ט פאר א קאלטע מקוה.
גימפל זעהט וואס קומט פאר, שרייט ער פון די אנדערע זייט, "ווארט חנינא, איך גיס דיך שוין אן מיט אפאר שיסלעך קאלט וואסער!" אבער חנינא לאזט נישט, "איך דארף א גאנצע קאלטע מקוה, נישט אפאר שיסלעך קאלטע וואסער! גימפל בעט זיך, "זעסט דאך די מקוה איז פארשפארט, און דו גייסט ממש צוגרינד דא, קענסט דאך נאך חלילה אוועק פאלן, כאפ כאטש די שיסלען קאלטע וואסער", חנינא ענטפערט בייז "אז אים קען נישט האבן די ''גאנצע'' מקוה, דארף איך גארנישט!..."
און מיט די ווערטער איז ער אויסגעגאנגען...
א טיפש! נישט אזוי? כאפ כאטש וואס דו קענסט! אפשר וועט עס דיך ראטעווען.
כתריאל איז אריין אין א רעסטוראנט ערב שבת איינצוקויפן דעם שבת, ער האט געזוכט פיש, דיפס, זופ, פלייש, קיגלען, טשולענט, און דעם גאנצן שבת'דיגן מעניו, "אנטשולדיגט, אבער מיר האבן שוין נישט קיין קוגל און טשולענט" האט דער איינגעשטעלטער געזאגט, "דעמאלס דארף איך גארנישט" האט כתריאל בייז געענטפערט, און ער האט פארלאזט דעם געשעפט.
האט ער קלוג געטון? זיכער נישט! נעם כאטש וואס דו טרעפסט.
מיין חבר יאנקל איז געווען א מורא'דיגער מתמיד אלץ בחור, ער האט געלערנט 19 שעה א מעת לעת, ער האט באמת ליב געהאט צו לערנען, היינט צו טאג איז ער פארנומען על המחי' ועל הכלכלה, און ער קוקט נישט אריין אין קיין אידיש וועלט – כ'מיין ספר... משבת לשבת, פרעג איך אים "יאנקל, פארוואס נישט כאטש לערנען אין די פרייע צייטן?" זאגט ער מיר "אז איך קען נישט לערנען א גאנצן טאג בין איך שוין ממילא נישט קיין בן תורה"
דו נאר איינער! כאפ וואס דו קענסט יא, זעץ דיך לערנען די מינוט!
און אז דו קענסט נישט לערנען, טוה א חסד, כאפ א מצוה, א קאפיטל תהלים, א גוט ווארט פאר איד, א אשכול אין איי וועלט...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
גראדער
שר האלף
הודעות: 1114
--------------------------------------------------------------------------------
דורך סאדע_באטל אום מיטוואך יולי 14, 2010 10:18 pm
מרדכי יאסל האט נאכנישט געליינט אלע אשכולות וואס גראדער האט געשריבן.
זאגט ער ווילאנג איך האב נישט קיין צייט אפאר שעה צו אפאר טעג צו ליינען אלע, ליין איך גארנישט.
האט ער קלוג געטוהן ? זיכער נישט ! ליין כאטש וואס דו קענסט יא.
דו נאר איינער ! פאנג אן ליינען די אשכול, און אזוי ליין ווייטער און ווייטער ביז דו וועסט אים דעריאגן, אויב דו וועסט קענען....
איך מעג שרייבן וואס איך וויל, וועמען עס געפעלט נישט, מוז נישט ליינען....
סאדע_באטל
שר חמש מאות
הודעות: 729

דורך משה קאפויער אום מיטוואך יולי 14, 2010 10:32 pm
אוי חנינא בני חנינא'לע, פארוואס זיך נעבעך אזוי באנארישט???
איין לימוד זכות האב איך! ווייל חנינא'לע האט נישט געליינט גראדער'ס ארטיקל.
קיפ איט אפ וויט יוער גוד ווארק גראדער
משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5560

דורך מוישע_יאכעס אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 12:11 am
מוישע יאכעס וויל דוקא צושרייבען א תגובה א לאנגס און א ברייטס האט ער נאר נישט וואס צוצושרייבען, פשוט ס'איז נישטא וואס צוצוגעבן צו אזעלכע דיבורים, נו וועגן דעם זאל ער גארנישט שרייבען? כאטשיג א גרינע געב אים!
אקעי איך געב איך געב דא האסטו
ווי איז געווען מיין שכל?
מוישע_יאכעס
שר מאה
הודעות: 193

דורך קרעמער אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 12:12 am
העמיר זיך באלד באדאנקן פה אל פה בס"ד.
קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21691

דורך סאדע_באטל אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 12:54 am
קרעמער, מיר ערווארטן א פילע באריכט פונעם וויזיט

דורך שלמי אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 1:28 pm
פיין ארויסגעברענגט אן אמת'ן געדאנק.
שכח גראדער.
שלמי
שר חמישים ומאתים
הודעות: 302

דורך ווער בין איך? אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 4:35 pm
סאו דו זאגסט אז ווען איך גיי צו ספרינט צו מאכן א סעל פלען און זיי האבן נישט די 1500 מינוט פלען וואס איך דארף, זאלעך נעמען ביי זיי 450 מינוט און נעמען נאך 450 ביי ווערייזאן און נאך 450 ביי עי טי ענד טי... קארעקט?
Graphic Design is not a business, its a hobby! And its MY hobby!!
ווער בין איך?
שר האלף
הודעות: 1778

דורך פרעזידענט אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 4:46 pm
שטייענדיג אין די ניין טעג האב איך געמיינט אנפאנג ארטיקל אז גראדער וויל אינז זאגען אז חנינא שויערט זיך נישט פאר יאהרן לאנג זאלן אונז קענען אויסהאלטן 9 טאג... אבער גראדער האט געשיפט די פאסירונג אין א אנדערע ריכטונג בטוב טעם ודעת
אידעלע פארלאז זיך אלא על אבינו שבשמים, אט אט מיט פרייד וואונטש מען לחיים! (מיכאל שניצלער)
פרעזידענט
שר האלף
הודעות: 1090

דורך גימעל אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 9:19 pm
שכח גראדער פאר דיין געלונגענעם ארטיקעל.
דאס איז עפעס אזא מין געדאנקענגאנג ביי אסאך מענטשן, אזא וכל זה איננו שווה לי...
אדער אלעס אדער גארנישט.
יא ס'דא ארבעט אסאך ביסט גערעכט.... (מיכאל שניטצלער)
גימעל
שר חמש מאות
הודעות: 613

דורך פרייליכערהייט אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 10:35 pm
גם אני בחלומי...!
אבער האט ער דאך שוין חזקה צו מאכן די ליינער פערטיגן ס'גאנצע...
שיין שיין, גראדער דיינע מחשבות שטעלן זיך נישט אפ, און דיין פעדער גיסט זיי שיין ארויס.
שרייב איטז עי ווערי איזי טינג שרייב העפינעס יו ברינג
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
הודעות: 514

דורך איך_הער אום פרייטאג יולי 16, 2010 4:36 pm
ווען חנינא זאל ווען זיין אזוי גראד ווי גראדער, וואלטן מיר פארדינט צוויי זאכן, קודם נאך א שרייבער אין קרעטשמע, און דערצו וואלטער ווען איבער געלעבט זיינע פראבלעמען, איזער דאך נישט אזוי גראד, האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט, און מיר וועלן דאנקען דעם אייבירשטן אז כאטש איין גראדער האמער יא.
יישר כח גראדער, זייער זייער שיין.
איך_הער
סעקרעטאר
הודעות: 23126

דורך פינטעל אום פרייטאג יולי 16, 2010 6:37 pm
יעצט געליינט, ס'קומט זיך דיר א פארציע גרינע מיט א פיינע הייסע מקוה, א שטארק נקודה-גראדער סטייל, וואס קען זיין שענער
תפסת מרובה לא תפסת.
דער אנטלויפספלאן - ליינט מיט אינטערעסע
פינטעל
שר חמש מאות
הודעות: 634

פרעזידענט האט געשריבן:שטייענדיג אין די ניין טעג האב איך געמיינט אנפאנג ארטיקל אז גראדער וויל אינז זאגען אז חנינא שויערט זיך נישט פאר יאהרן לאנג זאלן אונז קענען אויסהאלטן 9 טאג... אבער גראדער האט געשיפט די פאסירונג אין א אנדערע ריכטונג בטוב טעם ודעת