בלאט 1 פון 1

פונעם טעפל ביזן בייטל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 3:53 pm
דורך leiby
דורך גראדער אום דינסטאג יוני 29, 2010 1:45 pm

לכבוד'ן נייעם דשורנאל קען מען דאך נישט שטיל בלייבן, דארף מען דאך ווייזן אז די השתדלות פון ידידינו הרב שאץ האט געהאט א תועלת, וועלן מיר פרובירן אפקלאפן אפאר ווערטער לכבוד'ן חנוכת הבית.

צווישן דעם צווייטען און דריטן שלאף האב איך געהאט דעם פאלגענדען חלום.

כ'האב זיך דערזעהן אינמיטן מארק, קולות פון אלע זייטן: רויטע, געלע, גרינע! מיר האבן די שענסטע קאלירן! קליינע, גרויסע, מיטלגאטיגע! ביי אונז באקומט איר אלעס אויף איין פלאץ.

וואסידאס? וואס פארקויפט מען דא אזוי האסטיג? איך גיב א בליק, און ס'ווערט מיר ''קאלערפול'' פאר די אויגן, א גאנצער אויסשטעל פון ''תפילין זעקל – פושקעס''...

"דער לעצטער רויטער בייטל!'' שרייט מען פון איין טישל, ''קויפט א בייטל און באקומט א מוסד נאמען אומזיסט!'' שרייט אים חאצקל איבער, תנחום בלייבט נישט הינטערשטעליג, "דער בייטל מיט א ווידער קול, קיינער וועט עס נישט פארפאסן!'' בייטלעך מיט א ''מאני בעק'' גאראנטיע...

אין די זייט האב איך געזעהן טישלעך מיט נייע אויפטרעפן, בייטלעך וואס גיבן א ציפ ווען איינער גיבט נישט, א נייער בייטל וואס גיבט א שפריץ וואסער אויב איינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג, און דער פאפולערסטער נייע געדאנק, א בייטל וואס מ'קען טוישן דעם מוסד נאמען דערויף 3 מאל ביים זעלבן מנין!...

מיין זייגער האטזיך צוקלינגגען, און איך האב זיך געפרייט ארויסצוזעהן פון מארק... כ'האב ארויפגעצויגן מיינע בגדים, ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש...

כ'דריי ארויף טלית ותפילין, און איך ליידיג אויס מיין וועסטל טאש אונטערן טלית בייטל, אפאר קוואדער'ס ניקל'ס און דיימס, זאל זיין פאר די צדקה גייער'ס.

פונקט נאך די ברכות, ביי די ווערטער ותצילינו מפגע רע, הער איך אזא סארט קלינג אין די אויערן, איך חלום צו איך בין וואך? האב איך נישט געהערט פריער דעם קול אונטער די דאכענע? הייב איך מיר אויף די אויגן, והנה, יא, דער חלום איז גאר א ווירקליכקייט! שטייט פלוני אלמוני מיט א רויטן בייטל, מיט שיינע גאלדענע אותיות "מוסד צדקת צדקה"...

איך האב זיך פארטראכט פאר א סעקונדע, ווען איך האב זיך אויפגעכאפט האב איך זיך איבערצייגט אז איך האלט אויף דעם גאנצן טרעפיק, אונטער דעם בייטל גייער האט זיך שוין געשלענגלט א לאנגע רייע בייטלעך, ממש וואו אין מארק, אלע קאלירן... אלע סייזעס... אלע סארט מאדנע אויפשריפטן וואס איך וואלט זיך געשוואוירן אז דער וואס איז אוחז ביד דעם בייטל קען עס ניטאמאל אויסליינען...

ס'האט מיר ארויפגעברענגט אין געדאנק נאסטאלגישע זכרונות, ווען מ'פלעגט ארומגיין נאך געלט מיט נטילת ידים טעפלעך... נע, נישט סתם טעפלעך, מיט א דעקל, דער דעקל האט פארמאגט אזא סארט קוימען... שמאל אין הויעך, א ניקל האט אריינגעפיט בהרחבה... און דערויף איז געווען ארויפגעקלעפט מיט א גאנצע ראול טעיפ א צעטל כתב יד פונעם סבא קדישא ''חברה קנין ספרים''... (פארשטייט זיך אז יעדער אות איז געווען פון אן אנדערער פאנט און אן באזונדערע סייז וכו'...)

און דער זיידע זכרונו לברכה ווען ער האט געזעהן ווי דער טעפל דערנענטערט זיך צו זיין מקום קבוע, האט ער גלייך ארויסגענומען דעם ענוועלאופ המכונה ''בערזל'', ס'געווען א זכר פון א ענוועלאפ ארומגענומען מיט ליכטיג ברוינע פעיפער טעיפ, און די טעלעפאן נומערן פון האלב אנשי שלומינו האבן עס באצירט מימין ומשמאל... ער האט ארויסגענומען א פינעפער פיי סאמעך... און באקומען טשעינדש (גרינע! אוי האט מען גע'כשר'ט געלט דעמאלס...) 4 דאלער און 95 צענט...

נו, וואס קען מען טון, אכשר דרא, היינט גייט מען נאך געלט מיט תפילין זעקלעך, העמיר נישט וויינען אויף אויסגעגאסענע פעדימער, אז אידן שפירן פאר וויכטיג אנשטאט זאגן אשרי ובא לציון מזכה זיין אנדערע מיט א מצוה, אשרי חלקם.

נאר וואס יא, הערט זיך איין, נעכטן זעה איך א בחור'ל ארומגיין נאך געלט, ער האלט די האנט איינגעבויגן אווי ביי קידוש, און ער שאקלט עס ביי יעדן מתפלל עקסטער, כנהוג האב איך אריינגעווארפן א ניקל, (יא, די יו עס מינט פאברעצירט נאך ניקל'ס...) גייט נישט דורך קיין צוויי קאפיטלעך און דער בחור דנן איז ווידער דא, דאס מאל מיט א זעקל פון ''באר צדקה'', מיין שכן גיבט אים אזא ווינק, אזא דריי מיט די הענט וואס דארף צו מיינען 'כאדיר שוין געגעבן', דער בחור ווערט נישט פארלוירן, ער ווינקט צוריק (פארגעסט נישט, ער רעדט נישט מיט די תפילין...) הא לן והא להו, כ'מיין פריער האסטו מיר געגעבן, יעצט גיי איך מיטן בייטל...

און אזוי קען זיך מאכן טעג וואס ס'איז ממש א חורבן, ראובן גייט ארום ביי פארנט מיט א צדקת צדקה בייטל, ביי הללוי' מיט א באר צדקה בייטל, און ביי אשרי מיט א ייטב צדקה בייטל, נו, האט מיר ראובן געקאסט היינט דריי מאל, אבער דערנאך קומט שמעון, און מיט א פרישקייט שאקלט ער מיר דעם באר צדקה בייטל... ווארף איך ווידער אריין א בכבודיג'ע נתינה, און וואס מיינט איר, בטעות איז ער געגאנגען ביי מיין טיש צוויי מאל... דא האט שוין מיין געדולד געפלאצט, אבער איך האב נישט געהאט קיין צייט זיך צו רעגן, ווייל לוי האט שוין געקלאפט פון די אנדערע זייט, וואס מיינט איר, א באר צדקה בייטל צום דריטן מאל...

און דאס ערגסטע האב איך אייך נאכנישט דערציילט, לעצטנס איז אויפגעקומען א נייע פירצה, די מוסדות קענען זיך נישט ערלויבן צו באצאלן פארן שטיקל סחורה פונעם בייטל, האט מען געשניטן דעם בודשעט, אנשטאט ווי ביז היינט א בייטל פון 10 ביי 10 אינטשעס, איז עס געווארן א ד' על ד' אינטשעס, און מ'דארף ממש זיין א וועלטס מומחה צו טרעפן דעם לאך... מ'דארף ממש קענען צילן ווי א וועלטס טשעמפיאן... און אויב דער דיים פאלט אראפ וועט נישט בייפאלן פארן בייטל טרעגער עס מעלה צו זיין, ער וועט אדער ווארטן אויף א פרישן דיים, אדער וועט ער ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש...

און מאנכע הייבן שוין אן צו גיין מיט טלית בייטלעך, פשוט ס'זאל זיין פלאץ פאר די געלט, און דער יעניגער גייט גאר מיט א האריגן טלית בייטל... שוין, האב איך זיך שוין גענוג געגעסן, ס'דאך א תענית היינט... זייטס מיר געזונט...

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
גראדער
שר האלף
הודעות: 1079


-------------------------------------------------------------------------------

דורך פינטעל אום דינסטאג יוני 29, 2010 1:58 pm

חחח, כווייס נישט אויב ממעג אזוי פיל שמייכלען י"ז בתמוז

נאר גראדער קען מאכן פון א טישו א אישו
כ'מיין פון א בייטל א ברייטל

דער אנטלויפספלאן - ליינט מיט אינטערעסע
פינטעל
שר חמש מאות
הודעות: 563


-------------------------------------------------------------------------------

דורך קרעמער אום דינסטאג יוני 29, 2010 2:02 pm

גאר גוט ארויסגעברענגט דעם בייטל פראבלעם. איך האב מיך שוין פאר יארן געוויצלט אז די היינטיגע טלית בייטלעך קומען מיט 3 תפילין זעקלעך: 1) רש"י תפילין, 2) ר"ת תפילין, 3) די צוועק וואס איז אייך דאס מערסטע צום הארצן.

דא אין קאנטרי דאווען איך ביי א בחורים מנין, צו מזל האבן זיי א תקנה אז בעפאר אשרי ובא לציון טאר מען נישט גיין נאך געלט, אבער פון אשרי ובא לציון ביז נאך תהלים, קענסטו רואיג זאגען "וויפיל פסוקים אויפן צינג, אזויפיל געלט קלאפערס אויף די געהירן". איך האב מיך טאקע אויסגעלערנט צו בעטן רעשטע אפילו פון א דיים, און די בחורים געבן גערן (עס שיינט אז זיי באקומען פראצענטן לויט די קלאפעס, און נישט לויט די ניקעלס).

אבער דער יעניגער מיטן האריגן טלית בייטל איז דאך זיס ווי ציקער, ער ערשיינט ביי יעדן ברית און וואונטשט מער ברכות ווי רבי מאיר בעל הנס אליין...

קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21587


--------------------------------------------------------------------------------

דורך משה קאפויער אום דינסטאג יוני 29, 2010 2:10 pm

גאר גוט גראדער!


נאט אייך א בילד פונעם האריגן צדקה פושקע
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

די אינטערשריפט ווערט צוגעלייגט צו דיינע הודעות אין די פארומס. עס איז דא א גרעניץ פון 255 אותיות.
משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5371


--------------------------------------------------------------------------------

דורך bailout אום דינסטאג יוני 29, 2010 2:15 pm

דער שניצלער איז דאך סתם זיס, אבער עס קומט גארנישט צו צו גראדער מיט זיין סעלעקציע, פאר אים האבעך שוין געגעבן, פאר אים האב איך שוין געווינקן, און פאר אים האב איך זיך שוין גערעגט, און דער גייט מיר באלד ברענגען רעשט.

אז מ'רעדט שוין, האסטו אויסגעלאזט אז אמאל - ווער ס'האט עס זוכה געווען צו זעהן - איז געווען אזא פינעווער טעפל, און דער שמש האט געהאט זיינע חשבונות ווי ער ווארפט אריין.

שרעקליכע פארלעגנהייט, וויאזוי רעכנט מען אויס די קאווע מיט די דעיניש זאלן זיך ענדיגן צוזאמען
bailout
שר האלף
הודעות: 1808


--------------------------------------------------------------------------------

דורך צייטליך אום דינסטאג יוני 29, 2010 2:30 pm

גראדער. גאאאר גוט!

ווען די האסט מיר דערמאנט דעם אלטן צוגעמאכטן אייזערנעם טעפל מיטן קוימען דעראויף.. האב איך אויסגעשאסן. איי, דאס ברענגט נעסטלאדיגע.

איך מוז דיר זאגן. עס איז גאר א פיינער ארטיקל. גוט געשריבן און איך האב גוט געלאכט.

כה לחי!

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
צייטליך
מ. ראש הקהל
הודעות: 7408


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שטארק זיך אום דינסטאג יוני 29, 2010 4:37 pm

גראדער

און קאפויער, ווען איך האב געווען נישט מורא פון גלוי שטעל איך אויך ארויף א בילד.....

בד"וו:
ווען די חברה קומען מיט די האריגע צדקה בייטלעך איז א בחינה פון "בא 'האריג' ברגליו"....

שטארק זיך, שטארק זיך אידעלע!
שטארק זיך
שר האלף
הודעות: 1520

--------------------------------------------------------------------------------

דורך שוועמל אום דינסטאג יוני 29, 2010 5:36 pm

bailout האט געשריבן:דער שניצלער איז דאך סתם זיס, אבער עס קומט גארנישט צו צו גראדער מיט זיין סעלעקציע, פאר אים האבעך שוין געגעבן, פאר אים האב איך שוין געווינקן, און פאר אים האב איך זיך שוין גערעגט, און דער גייט מיר באלד ברענגען רעשט.

אז מ'רעדט שוין, האסטו אויסגעלאזט אז אמאל - ווער ס'האט עס זוכה געווען צו זעהן - איז געווען אזא פינעווער טעפל, און דער שמש האט געהאט זיינע חשבונות ווי ער ווארפט אריין.


יא יא דער שניצלער זז"ג איז סתם א זיסער איד וואס גייט מיט דעם האריגן בייטל..

און דער פינעפער טעפל....... איי נאסטאליגע, דער אין ראדני פלעגט גיין דערמיט און פונקטליך צעטיילט די קליין געלט פאר יעדן טעפל, צי אמאל פלעגט ער אלעס געבן פאר איין טעפל, און דער נעקסטער נתינה איז געגאנגען פארן צווייטן טעפל וכן הלאה... וחוזר חלילה. מ'האט נישט געטארט אריינרעדן אימיטן.

און גראדער נאדיר כמה געלע גרינע רויטע,, פאר שר החלום וואס האט אונז דעליווערט אזא הערליך ארטיקל.

לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7253


--------------------------------------------------------------------------------

דורך ברוך אום דינסטאג יוני 29, 2010 5:51 pm

יעס גראדער, כ'האב מפסיק געווען פונעם תענית!!

א געלונגענער ארטיקל.

ברוך
שר חמש מאות
הודעות: 540

--------------------------------------------------------------------------------

דורך גראדער אום דינסטאג יוני 29, 2010 7:19 pm

האמיר פארשאפט א בילד פונעם טעפל מיטן קוימען...
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים-- נו, לעטס גאו...
גראדער
שר האלף
הודעות: 1079


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שאץ מאץ אום דינסטאג יוני 29, 2010 8:24 pm

הערליך שיין גראדער, א מחי' יעדעס ווארט, איך וויל דיר בעטן א טובה אפשר שלאפסטו אביסל מער.... איך זעה אז ביים שלאפן ווערן געקאכט פיינע סחורה.... איין נקודה האסטו פארגעסן אז דער קוימען פישקע האט געזעצט מיט קולות אזש מ'האט דאס געהערט ווערט דער זעצער האט ערשיינט ביי די טיר, ווידער די זעקלעך הערט מען נישט ביז ער שאקלט נישט אריין אין די אויגן אריין, איך מיין היות מיר וועלן שוין עלטער דארף מען צוריק איינפירן די קולות.....

http://shatzmatz.blogspot.com/שאץ מאץ
שר האלף
הודעות: 1638


--------------------------------------------------------------------------------

דורך געלעגער אום דינסטאג יוני 29, 2010 9:00 pm

גראדער. דו זאגסט אזוי גוט און זיס, א יישר כח פארן שמייכל.

איך האב שוין לאנג געקלערט אראפצושרייבן א לאנגס און א ברייטס וועגן דאס ענין פון געלט גייערס/נעמערס,
דאס איז א וועלט פאר זיך מיט אסאך סניפים, איין טאג לכשאפנה.

כמה לא חלי ולא מרגיש, גברא דמרי' סייעי'.
געלעגער
שר האלף
הודעות: 1506


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מבין נומ 1 אום דינסטאג יוני 29, 2010 9:54 pm

כ'קען דאך נישט שטיל זיין... אז כ'געליינט און שטארק הנאה געהאט בינעך דיר עס מודיע...

ווי זאגט פינטל? געמאכט פון א בייטל א ברייטל...

תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
מבין נומ 1
שר חמש מאות
הודעות: 963


--------------------------------------------------------------------------------

דורך קהת אום דינסטאג יוני 29, 2010 10:07 pm

טרעף 10 חילוקים
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

קהת
שר חמש מאות
הודעות: 501

--------------------------------------------------------------------------------

דורך איך_הער אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 3:11 pm

גראדער, הערליך, שיין פארטייטשט.

קהת, לאכטי.

איך_הער
סעקרעטאר
הודעות: 23083


--------------------------------------------------------------------------------

דורך גימעל אום פרייטאג יולי 02, 2010 4:14 pm

גראדער האט געשריבן:האמיר פארשאפט א בילד פונעם טעפל מיטן קוימען...



ווען איך ווייס ווען אז מ'קען נאך האבן בילדער פון אזעלעכע פושקעס וואלסטו מיר ווען פארשפארט אסאך ארבעט.

עניוועי, א ריזיגן שכח פאר דיינע ארטיקלען אויף די לענג און ברייט פון אייוועלט.
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

יא ס'דא ארבעט אסאך ביסט גערעכט.... (מיכאל שניטצלער)
גימעל
שר חמש מאות
הודעות: 591