גוגעל-טאלק? אדער גוגעל-נודניק?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 3:49 pm
דורך עס עפעס אום זונטאג יוני 27, 2010 11:19 pm
עמיצער האט אפשר דעם אימעיל אדרעס פון סערגעי בירן אדער לערי פעידזש? ווייל כ'קלער ערנסט אז זיי האבן נישט געגעבן דעם ריכטיגן נאמען פאר זייער פראדוקט-פאראדאקס "גוגעל טאלק". ס'ארא מין אנשיקעניש! אויך מיר א ביישפיל וויאזוי טעכנאלאגיע האט גרינגער געמאכט דאס לעבן...
--------
זיץ איך ביי מיר אין ביורא, נארוואס געעפנט קוויק-בוקס און כ'גרייט זיך אריינצולייגן דעם קאמפליצירטן אינוואויס פון פלוני אלמוני, וועלכער האט געגעבן גאנצעטע אנווייזונגען וויאזוי מען זאל עס שרייבן, כדי ס'זאל שטימען מיט זיינע ביכער הונדערט פראצענטיג, און פלוצלינג...
קלינג! קלאנג!
א רויטע באקסל שפרינגט ארויף אויפן סקרין, כאילו דא קומט עפעס א גאר וויכטיגע מעלדונג איבער א וויירוס אין מיין קאמפיוטער.
איך אייל זיך צו עפענען דעם רויטן באקסל, נישט וועלנדיג ח"ו פארפאסן א ווארענונג איבער א וויירוס און וועלנדיג קעיר נעמען דערפון איידער עס מאכט אן א חורבן. אבער, אנשטאט א קאמפיוטער וויירוס, שפרינגט ארויף די טאאאאג-טעעעעעגליכע נערווירנדע שמועס מיט איינס פון מיינע ווירטואלע פריינט, וואס מאכט מיר שוין איינמאל א וויירוס, אין מאגן...
"א גוט מארגן, שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, וואס זאגסטי עפעס גוטס?"
דאאאס אלעעעעס ווילסטע פון מיר יעצט??? דו ווייסט נישט אז איך האלט אינמיטן ארבעטן אויף א שווערע פראיעקט דא??? אקעי, ניין, דו ווייסט טאקע נישט און דו ביזט נישט מחוייב צו וויסן, פון וואנעט זאלסטע דען וויסן, כהאב דיר דאך נישט געזאגט אז איך בין ביזי יעצט אויף די מינוט.
האקיצער, בין איך דאך אבער פאקטיש ביזי, וועל איך דיר איגנארירן ביז איך ענדיג דעם שווערן אינוואויס. כ'האף אז דו וועסט קענען עטוואס אויף צייטווייליג בארואיגן דיין שטורמישע געפילן וועלכע זענען געפערליך באזארגט אז דו האסט שוין לאנג נישט געהערט פון מיר, און דו וועסט קענען טרינקען דיין קאווע טראץ וואס דיין שווערע גוגעל-טאלק פ אגע איז אומפארענטפערט...
באאאאאם! קלינג! קלאנג!
"עפעס גייט פאר ביי דיר? אלעס איז אין דער ארדענונג?"
ניייייייין!!!!! גארנישט איז נישט אין ארדענונג ווען דו מאכסט מיין הארץ פארפעלן א קלאפ מיטן העפטיגן קלאנג פון דיין פרישע גוגעל-טאלק פ אגע!!
ערשטנס זאלסטע וויסן אז דו ברויכסט מיר באצאלן 20 דאלער פאר נייע ספיקערס, וואס איך האב ארויסגעריסן פון פלאץ פאר כעס, נאכן זעהן אז מיין הארץ וועט נישט פארנעמען נאך צופיל פון די שרעקעדיגע גוגעל טאלק ק אנגערייען יעדעס מאל וואס עס איז דא א נייע פראגע-נודנע-וויץ וכדומה...
טשייניז, אופפפסס, שנית וויל איך וויסן צי דיין מאמע האט דיר נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו זיין א מענטש און ווען מען זעהט אז יענער ענטפערט נישט, איז עס מסתמא ווייל ער איז ביזי מיט עפעס וויכטיגערס ווי צו פארזיכערן פאר זיין 'חבר' אז מען אטעמט דערווייל פונעם מויל געהעריג און דער רעספירעיטאר איז נאך פארפאקט אין שפיטאל.
איי, וועסטו מיר אפפרעגן און פרובירן צו פארקויפן אז דו ביזט באמת געווען באזארגט איבער מיין מצב; וועל איך קומען צו די מסקנא אז דו ברויכסט אן ערנסטן דאקטער, ווארשיינליך פאר שכחה אדער שיעמום... מיר האבן פאר א האלבע שעה צוריק געשמועסט אין בית המדרש! דו האסט מיר געפארווערד אלע דיינע וויצן וואס דו האסט נעכטן ביינאכט באקומען אין טעקסט מעסעדזש און, יא! האסט מיר אויך דערציילט ווי שטארק דו און דיין רעביצין האבן געלאאאאאכט ווען דו האסט פארגעליינט די דזשאוקס נעכטן ביי סאפער...
סאו וואאאאס ווילסטו יעצט???!!!
וועלנדיג ער זאל פארשטיין אז איך בין ביזי יעצט, טויש איך מיין גוגעל טאלק ס אטוס צו "ביזי", און אויב האבעך געמיינט אז כ'בין א באפרייטער, האב איך ביטער געגרייזט.
עס דויערט נישט א צוויי גאנצע מינוט, און ווידעראמאל טאנצט דער רויטער מאנסטער הונטן פונעם סקרין..
"וואס ביזטו אזוי ביזי היינט? האסט אפשר א נייע דזשאב? דיין בעה"ב איז דארט נעבן דיר?"
און אויב האבעך א נייע דזשאב? און אויב שטייט מיין בעה"ב נעבן מיין קאמפיוטער יעצט?? האסט עפעס א וואונדער-טאבלעט דאס צו היילן? האסט אפשר עפעס א גריינימאן טראפן צו פארגרינגערן מיין אנגעפילטן סדר היום?
פלעין ווייל דו האסט נישט וואס צו טון, און עמיצער האט דיר צוגעלאזט צו א קאמפיוטער מיט א קי-באורד ברויך איך ליידן???
כ'האב פאר דיר אן עצה וויאזוי דורכצושטיפן די צייט און אין איינוועגס וועט דאס שוין דינען אלס תשובת המשקל פארן מיר קראנק מאכן אין מיינע ביזי צייטן: עפן א ווארד פייל און נעם זיך שרייבן 500 מאל "איך וועל מער נישט זיין א נודניק אויף גוגעל טאלק", יעדע שורה אן אנדערע סארט פאנט...
און ביי דע וועי: נעקסטיים, פליזזזזזז, שטער מיר נישט ביים אנהייב דאווענען שחרית מיט דיינע אויסגעדראשענע טעקסט מעסעדזשעס, וועל איך קענען בעסער אינזין האבן ווען איך בין מתפלל "שתצילינו מפגע רע"...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
עס עפעס
שר האלפיים
הודעות: 2339
--------------------------------------------------------------------------------
דורך מבין נומ 1 אום זונטאג יוני 27, 2010 11:49 pm
אָ אָו... האסט מיר געעפנט א שאכטל ווערים...
אוי איז דאס אן אנגעווייטאגטע פּאַרשע! מיינט קאלעגעס זאגן מיר נעבעך ווען זיי זענען מיר מסביר א שווערן פראבלעם און פלוצים דריי איך אוועק מיין קאפ ווען 'קאפדרייער' (נישט די ניק) האט באשלאסן מיר צו גוגלען "האו אר יו"... אז זיי פלאנען גאר בקרוב צו אויפהערן רעדן מיט מיר פה אל פה, זיי וועלן מיט טעקסטן... אפשר אזוי וועליך זיי אויסהערן... שיין זעען מיר אויס...
כ'האב א שטיק צייט פרובירט צו מאכן רויט ביי מיין סטאטוס, כ'געשריבן "ביזי" וואס מיינסטע? פונקט ווי די שרייבסט דארט... אלע פרעגן פלוצים, וואס איז? וואס ביזטע היינט אזוי ביזי? גאאארנישט קען מען נישט טון מיט די חברה!
נאך מער, ווען איך שרייב שוין יא צוריק פאר איינעם אמאל (מאכט זיך אמאל אז איך האב אויך נישט קיין נערוון צו ארבעטן) "וואס מאכסטו עפעס?" דאן ווייסט וואס ער טוט מיר צוריק? ער שרייבט א גאנצע ארטיקל אויף אייוועלט קעגן מיר אז כ'בין א נודניק!!! חחחחח...
עניוועי, ס'דערמאנט מיר א מעשה, איינער וואס איז נעבעך ביטערליך געווען עדיקטעד צו טעקסטן, טעקסט ער אריין איינמאל זיין חבר ווען זיי ביידע זענען געווען אין שול "העי יו, וואק אראפ פון מיין פוס"...
שיין זעען מיר אויס, מקען שוין נישט רעדן היינט אויך נישט....
אגב, דאס באלאנגט לכאורה אינעם נייעם דזשורנאל.
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
מבין נומ 1
שר חמש מאות
הודעות: 973

דורך קרעמער אום זונטאג יוני 27, 2010 11:56 pm
די פשוט'ע לעזונג דערצו איז צוויי-פאכיג: גוגעל-טאלק האט אן אפציע מען זאל אראפנעמען דעם נערווירנדן קלינג, אדער קען מען זיך ארויסשרייבן דערפון און נאר אריינסיינען ווען מען איז אין די גוסטע צו שמועסן (וכן אני נוהג).
קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21690

דורך גראדער אום זונטאג יוני 27, 2010 11:59 pm
I got the message...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים-- נו, לעטס גאו...
גראדער
שר האלף
הודעות: 1112
-------------------------------------------------------------------------------
דורך וויכטיג מאכער אום מאנטאג יוני 28, 2010 12:11 am
די ערשטע זאך, זעצדעך אראפ, "עס עפעס", און בארואיג דיך...
איז אזוי, היינט צופרי אין ביהמ"ד האסטו געזאגט אז דו פיהלסט נישט אזוי גוט, האב איך געוואלט טשעקן צו דו ביסט...... וואס דרייסטע א קאפ!
ביסט גערעכט און שוין, איך גיי שוין מער נישט זיין קיין נודניק, איך גיי שוין מער נישט זיין קיין נודניק, איך גיי שוין מער נישט זיין קיין נודניק, איך גיי שוין מער נישט זיין קיין נודניק. איך גיי שוין מער נישט זיין קיין נודניק, איך גיי שוין מער נישט זיין קיין נודניק. אקעי, ס'נישט קיין 50 אבער פארט עפעס.
עס'עלע, טענקס פארן ארויסברענגען וואס ס'פלעגט מיך באדערן, היינט צו טאגס סיינעך טאקע נישט אריין כמעט "פאר די דאזיגע סיבה", אבער אזוי זאפטיג עס צו באשרייבן? דאס איז שוין "עפעס"...
קעפל געטוישט... אמממ... אוועטאר געטוישט.
וויכטיג מאכער
שר ששת אלפים
הודעות: 6779

דורך פינטעל אום מאנטאג יוני 28, 2010 12:54 am
מקען דאך בלאקען די נודניקעס,
וואזסנ"ז האט עס עפעס אראפגעלייגט א גוט שטיקל
דער אנטלויפספלאן - ליינט מיט אינטערעסע
פינטעל
שר חמש מאות
הודעות: 625

דורך עס עפעס אום מאנטאג יוני 28, 2010 11:11 am
ביי מיר איז דער עצה פון ארויססיינען נישט גילטיג, ווייל פאקטיש ניץ איך דאס אויך פאר ביזנעס צוועקן.

דורך איך_הער אום מאנטאג יוני 28, 2010 12:31 pm
קודם ווייסעך אז פון מיר רעדטער נישט....
יישר כח עסעפעס, האבעך ליידער הנאה געהאט פון דיין כעס.
איך_הער
סעקרעטאר
הודעות: 23113

דורך קרעמער אום מאנטאג יוני 28, 2010 1:38 pm
אויף דעם איז גילטיג א דריטע עצה...
מאך דיר א ספעציעלע גוגעל-טאלק א יף די לאנגווייליגע געשפרעכן, און בלאקיר אלע נודניקעס פון דיין עמטליכן אדרעסע.

דורך scy4851 אום מאנטאג יוני 28, 2010 2:45 pm
הרב קרעמער, נאך א מזל אז ער האט נישט געטוהן דיין עצה פון פריערט...
אזוי האט מען כאטשיג פארדינט אן ארטיקעל א גוטס...
עולם הפוך ראיתי
scy4851
שר חמשת אלפים
הודעות: 5499

דורך געלעגער אום מאנטאג יוני 28, 2010 4:41 pm
וואס זאל איך טוען אז איך לאך ווען עס עפעס רעגט זיך?
איך וואונטש דיר נישט נאך רעגעניש אבער איך וואונטש מיר נאך ארטיקלן פון דיר.
כמה לא חלי ולא מרגיש, גברא דמרי' סייעי'.
געלעגער
שר האלף
הודעות: 1521

דורך ברוך אום מאנטאג יוני 28, 2010 4:55 pm
גוט באשריבן, נאר וואס זאל איך אייך זאגן, מיין קאנספירעסי איז, אז עס מאכט אים ניטאמאל נערוועז, עס איז מער גוט פאר אן ארטיקעל,
ער גלייכט אויך צו רעדן צו ווירטואלען וועלט!!! אבער אן ארטיקעל איזעס מעכטיג.
ברוך
שר חמש מאות
הודעות: 540

דורך פאטאקי08 אום דינסטאג יוני 29, 2010 8:42 pm
עס עפעס
פרנסה האסטו?
א פעדער זעה איך אז די האסט א אייזענע איך וואלט דיר געראטן דאס אויסציניצן...
שכח עניוועי
http://www.watercomputers.comפאטאקי08
שר האלפיים
הודעות: 2665

דורך שמערי בערי אום דינסטאג יוני 29, 2010 10:46 pm
אויב מיינסטו מיר האס איך דיר פארפאקט אינעם טיפסטן ארט פון מיין לינקן בוזעם טאש. נאר כ'קען באשטיין צו וויסן אויב ס'טאקע איך ווייל אויב יא וועל איך ממשיך זיין דערמיט ביז דו וועסט מאכן קאפי-פעיסט פונעם ארטיקל.
יוי בין איך אלט! איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזוי אלט ווי יעצט!
שמערי בערי
ראש הקהל
הודעות: 7695

דורך אידיש טעק אום מיטוואך יוני 30, 2010 1:00 pm
א גרויס שכח עס עפעס זייער געשמאק צו ליינען ,דיין ארטיקל איז גאר גוט
גאגעל טאלק קען אויך האבן אן אנדרע באדייט,פאר מער ליינטדא
אידיש טעק
שר העשר
הודעות: 19

דורך ווינקל אום מיטוואך יוני 30, 2010 1:28 pm
עמיצער האט אפשר דעם אימעיל אדרעס פון סערגעי בירן אדער לערי פעידזש?
כ'וויל זיי פשוט באדאנקן פאר דעם זאפטיגן ארטיקל וואס ז'האבן ארויסגעריקט פון עס עפעס...
ווינקל
שר מאה
הודעות: 207

דורך שוועמל אום מיטוואך יוני 30, 2010 3:15 pm
WOW עפעס קאר סערוויס...
כ'אב געמיינט דו קענסט נאר אבאמאנען, יעצט זע איך דו קענסט דאס אויך, WOW WOW WOW WEE BOMB ARE BEE.........
אזוי זאפטיג פששששי..
קרעמער;
ער קען מאכן זיין סטאטוס צו רויט אדער א אנזש, אבער נישט ח"ו ארויסשרייבן "פליז דאנט באדער" ווייל דאן וועסטו באקומען מער אנפראגעס צי עפעס גייט פאר..
געווענליך ווען איך זע דאס בין איך זיך מונע פון נודניקן יענעם חוץ ביי עמערגענסי.
לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7312

קרעמער האט געשריבן:די פשוט'ע לעזונג דערצו איז צוויי-פאכיג: גוגעל-טאלק האט אן אפציע מען זאל אראפנעמען דעם נערווירנדן קלינג, אדער קען מען זיך ארויסשרייבן דערפון און נאר אריינסיינען ווען מען איז אין די גוסטע צו שמועסן (וכן אני נוהג).
ביי מיר איז דער עצה פון ארויססיינען נישט גילטיג, ווייל פאקטיש ניץ איך דאס אויך פאר ביזנעס צוועקן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
עס עפעס
שר האלפיים
הודעות: 2339
--------------------------------------------------------------------------------
דורך איך_הער אום מאנטאג יוני 28, 2010 12:31 pm
קודם ווייסעך אז פון מיר רעדטער נישט....
יישר כח עסעפעס, האבעך ליידער הנאה געהאט פון דיין כעס.
איך_הער
סעקרעטאר
הודעות: 23113
--------------------------------------------------------------------------------
דורך קרעמער אום מאנטאג יוני 28, 2010 1:38 pm
עס עפעס האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:די פשוט'ע לעזונג דערצו איז צוויי-פאכיג: גוגעל-טאלק האט אן אפציע מען זאל אראפנעמען דעם נערווירנדן קלינג, אדער קען מען זיך ארויסשרייבן דערפון און נאר אריינסיינען ווען מען איז אין די גוסטע צו שמועסן (וכן אני נוהג).
ביי מיר איז דער עצה פון ארויססיינען נישט גילטיג, ווייל פאקטיש ניץ איך דאס אויך פאר ביזנעס צוועקן.
אויף דעם איז גילטיג א דריטע עצה...
מאך דיר א ספעציעלע גוגעל-טאלק א יף די לאנגווייליגע געשפרעכן, און בלאקיר אלע נודניקעס פון דיין עמטליכן אדרעסע.
קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21690
--------------------------------------------------------------------------------
דורך scy4851 אום מאנטאג יוני 28, 2010 2:45 pm
הרב קרעמער, נאך א מזל אז ער האט נישט געטוהן דיין עצה פון פריערט...
אזוי האט מען כאטשיג פארדינט אן ארטיקעל א גוטס...
עולם הפוך ראיתי
scy4851
שר חמשת אלפים
הודעות: 5499
--------------------------------------------------------------------------------
דורך געלעגער אום מאנטאג יוני 28, 2010 4:41 pm
וואס זאל איך טוען אז איך לאך ווען עס עפעס רעגט זיך?
איך וואונטש דיר נישט נאך רעגעניש אבער איך וואונטש מיר נאך ארטיקלן פון דיר.
כמה לא חלי ולא מרגיש, גברא דמרי' סייעי'.
געלעגער
שר האלף
הודעות: 1521
--------------------------------------------------------------------------------
דורך ברוך אום מאנטאג יוני 28, 2010 4:55 pm
גוט באשריבן, נאר וואס זאל איך אייך זאגן, מיין קאנספירעסי איז, אז עס מאכט אים ניטאמאל נערוועז, עס איז מער גוט פאר אן ארטיקעל,
ער גלייכט אויך צו רעדן צו ווירטואלען וועלט!!! אבער אן ארטיקעל איזעס מעכטיג.
ברוך
שר חמש מאות
הודעות: 540
--------------------------------------------------------------------------------
דורך פאטאקי08 אום דינסטאג יוני 29, 2010 8:42 pm
עס עפעס
פרנסה האסטו?
א פעדער זעה איך אז די האסט א אייזענע איך וואלט דיר געראטן דאס אויסציניצן...
שכח עניוועי
http://www.watercomputers.comפאטאקי08
שר האלפיים
הודעות: 2665
--------------------------------------------------------------------------------
דורך שמערי בערי אום דינסטאג יוני 29, 2010 10:46 pm
אויב מיינסטו מיר האס איך דיר פארפאקט אינעם טיפסטן ארט פון מיין לינקן בוזעם טאש. נאר כ'קען באשטיין צו וויסן אויב ס'טאקע איך ווייל אויב יא וועל איך ממשיך זיין דערמיט ביז דו וועסט מאכן קאפי-פעיסט פונעם ארטיקל.
יוי בין איך אלט! איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזוי אלט ווי יעצט!
שמערי בערי
ראש הקהל
הודעות: 7695
--------------------------------------------------------------------------------
דורך אידיש טעק אום מיטוואך יוני 30, 2010 1:00 pm
א גרויס שכח עס עפעס זייער געשמאק צו ליינען ,דיין ארטיקל איז גאר גוט
גאגעל טאלק קען אויך האבן אן אנדרע באדייט,פאר מער ליינטדא
אידיש טעק
שר העשר
הודעות: 19
--------------------------------------------------------------------------------
דורך ווינקל אום מיטוואך יוני 30, 2010 1:28 pm
עס עפעס האט געשריבן:א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!