ווי אזוי באגריסט איר איינעם וואס איז סעמי היימיש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

ווי אזוי באגריסט איר איינעם וואס איז סעמי היימיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

עס פאסירט מן הסתם צו יעדעם, מ'שפאצירט אויפן גאס, ס'איז ליידיג, און פון די ווייטענס זעהט איר איינעם וואס האט בעצם נישט קיין שייכות מיט אייך, איר ווייסט אפילו נישט אויב יענער געדענקט בכלל ווער איר זענט.

למשל: איר זעהט אים אסאך אין אייער ביהמ"ד, (כ'רעדט פון א פעקטארי ביהמ"ד וואו עס דאווענען דארט טעגליך הונדערטער אידן, און מ'איז נישט היימיש מיט יעדעם איינעם).

אדער זענט איר לעצטענס געווען צוזאמען למשל אין גראסערי און איר האט אים געבעטן אז ער זאל אייך דורך לאזן ערשט ווייל איר יאגט זיך, און איר האט נאר אפאר קלייניקייטן, און ער האט אייך גערן אדורכגעלאזט.

איר שטעלט אייך פאר אז ער וואוינט אין אייער געגענט, אבער איר ווייסט נישט וואו. איר האט שוין אפאר מאל פראבירט צו קוקן אויפן טלית בייטל צו זעהן זיין נאמען, אבער אן ערפאלג.

אדער איר זעהט יענעם אלעמאל ווען אייער פעטער מאכט חתונה, מן הסתם זענט עט'ס ביידע נעפיוס פון דעם פעטער נאר פון די אנדערע זייט.

בקיצור זיין פנים איז אייך באקאנט, אבער בעצם האט איר גארנישט מיט יענעם, אבער דאך פילט איר אז איר קענט אים נישט איגנארירן.

אדער איינער פון די עזרת נשים פון אייער משפחה, למשל א מומע, וואס איר האט באמערקט אין א פארנומענע גאס.

ווען מ'איז ווייט איינעם פון צווייטען קוקט'ס עט'ס ביידע גלייך, אבער ווען מ'קומט נענטער, ווערט א פארגעלעגענהייט.

איז מיין שאלה וואס טוט איר אין אזא פארגעלעגענהייט?

[כ'רעדט נישט פון שבת, ווייל שב"ק איז אסאך גרינגער צו זאגן אפילו א פרעמדע גוט שבת. וכן אני נוהג]

1) איר שאקלט מיט'ן קאפ אויף אזא אופן וואס איז משתמע לתרי אנפי, יענער קען מיינען אז איר באגריסט אים, עס קען אויך מיינען אז איר האט געהאט א היק-אפ...

2) איר האט נישט קיין פראבלעם, און איר באגריסט יענעם מיט א שיינע גוט-מארגן (זאל ער זיך ברעכן קאפ פון וואו איך קען אים אזוי גוט)

3) איר נעמט ארויס דעם סעלפאן און מאכט אייך אז איר האט יעצט באקומען א קאלל אדער טעקסט וכדו'

4) איר גייט אריבער די אנדערע זייט גאס, און איר מאכט אייך ווי איר זוכט וואו איר האט געפארקט אייער קאר.

5) איר מאכט אייך ווי איר זעהט פשוט נישט יענעם. (שמירת עינים...).

6) איר קוקט יענעם אין פנים אריין צו זעהן אויב ער גייט אייך גריסן.

דאס איז נישט קיין אנקעטע ודי..., נאר ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן די עולם'ס עקספיריענס.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווענדט זיך שטארק אונעם סיטואציע. אבער אפציע 3 איז אסאך און באניץ.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

6
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

2 מאך פון א סעמי היימיש פאר א פריינט
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

ווענט זיך און די גיסטע
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

על פי רוב אפציע 6
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זעט אויסגאבע מעלות חודש (?בערך צוויי יאר צוריק) ארטיקל בשם "אן איר-אלטער פראבלעם". וזכרון אחד עולה לכאן ולכאן.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

וואדקע האט געשריבן:ווענט זיך און די גיסטע


אבער על פי רוב 1
gagongan
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

1
נו געגאַנגען
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און וואס איז דער דין מיט איינעם וועם כ'מיין איך קען אים פון דא פון קרעטשמע, אבער שטייצעך כ'קען עם נישט מגלה משום האיסור הנורא של גילוי [אליהו] רח"ל, טא ווי אזוי גריסט מען אזא איינעם אין גאס???
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

דערמאנסט מיך אמאל פלעגעך האבן אזאלכע דילעמע'ס (דעמאלט איז נאך נישט געווען קיין 6 אפציעס) ביז כ'האב מחליט געווען אז ס'מיר גענוג, זאל יענער זיך ברעכן קאפ וויאזוי זיך אומצוגיין..
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אינטערעסאנטע שמועס...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

איך געב א שאקל מיטן קאפ אויף אראפ און איך קיק נישט אויב יענער האט צירוק געגריסט
צימישעניש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימישעניש »

האהא.... עס איז גיווען א בחור ביי אונז און ישיבה ער פלעגט זיך אלטס אזוי אינטער ברימען אדער אינטער זינגען אזוי אנקוקען דיג דעם אדורך גייער ער זאגט אלטס אז עס איז די בעסטע וועג ארויס ...
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

מענין לענין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

קידוש הש'ם.PNG
קידוש הש'ם.PNG (685.55 KiB) געזען 1625 מאל
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יא יא, דער מאשקאוויטש פון לעיקוואד האט געמאכט א קידוש השם, און געענדיגט מיט צעביילטע ביינער
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מאנסי שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי שטופער »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:יא יא, דער מאשקאוויטש פון לעיקוואד האט געמאכט א קידוש השם, און געענדיגט מיט צעביילטע ביינער

*קרוינהייטס
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

מאנסי שטופער האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:יא יא, דער מאשקאוויטש פון לעיקוואד האט געמאכט א קידוש השם, און געענדיגט מיט צעביילטע ביינער

*קרוינהייטס

וואס איז געווען די מעשה?
zurech
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurech »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
קידוש הש'ם.PNG

גוט!
מענטשן האבן ערענסטע דאגות
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

איינעם וועם איך דערקען אויפן פנים, פון מיין ארבייט, שול, באס, וועכנטליכע גראסערי וכד"מ (אפילו כ'האב נאך נישט אויסגעטוישט מיט אים קיין ווארט, און איך ווייס נישט ווי אזוי ער הייסט) גיב איך א נאטירליכע קליינע שאקעל מיטן קאפ אין זיין ריכטונג, מיט א געלאסן פנים (נישט א שמייכל)

סך הכל די פשוטע אפטייטש פון "הוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות"

ליידער טו איך עס נישט צו "כל אדם" נאר צו סעמי-באקאנטע ווי אויבן דערמאנט

ס'געווען גרויסע צדיקים (פרומע ערליכע שטארק חסידישע), פון פריערדיגן דור וואס האבן געגריסט כמעט יעדן איינעם וואס זיי האבן באגעגנט אדער דורעך געגאנגען אויפן גאס אדער אין שטוב (אפילו גוים שכנים פארשטייט זיך מענער)
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”