Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ווי אזוי באגריסט איר איינעם וואס איז סעמי היימיש

פרייטאג אוגוסט 27, 2010 1:30 pm

עס פאסירט מן הסתם צו יעדעם, מ'שפאצירט אויפן גאס, ס'איז ליידיג, און פון די ווייטענס זעהט איר איינעם וואס האט בעצם נישט קיין שייכות מיט אייך, איר ווייסט אפילו נישט אויב יענער געדענקט בכלל ווער איר זענט.

למשל: איר זעהט אים אסאך אין אייער ביהמ"ד, (כ'רעדט פון א פעקטארי ביהמ"ד וואו עס דאווענען דארט טעגליך הונדערטער אידן, און מ'איז נישט היימיש מיט יעדעם איינעם).

אדער זענט איר לעצטענס געווען צוזאמען למשל אין גראסערי און איר האט אים געבעטן אז ער זאל אייך דורך לאזן ערשט ווייל איר יאגט זיך, און איר האט נאר אפאר קלייניקייטן, און ער האט אייך גערן אדורכגעלאזט.

איר שטעלט אייך פאר אז ער וואוינט אין אייער געגענט, אבער איר ווייסט נישט וואו. איר האט שוין אפאר מאל פראבירט צו קוקן אויפן טלית בייטל צו זעהן זיין נאמען, אבער אן ערפאלג.

אדער איר זעהט יענעם אלעמאל ווען אייער פעטער מאכט חתונה, מן הסתם זענט עט'ס ביידע נעפיוס פון דעם פעטער נאר פון די אנדערע זייט.

בקיצור זיין פנים איז אייך באקאנט, אבער בעצם האט איר גארנישט מיט יענעם, אבער דאך פילט איר אז איר קענט אים נישט איגנארירן.

אדער איינער פון די עזרת נשים פון אייער משפחה, למשל א מומע, וואס איר האט באמערקט אין א פארנומענע גאס.

ווען מ'איז ווייט איינעם פון צווייטען קוקט'ס עט'ס ביידע גלייך, אבער ווען מ'קומט נענטער, ווערט א פארגעלעגענהייט.

איז מיין שאלה וואס טוט איר אין אזא פארגעלעגענהייט?

[כ'רעדט נישט פון שבת, ווייל שב"ק איז אסאך גרינגער צו זאגן אפילו א פרעמדע גוט שבת. וכן אני נוהג]

1) איר שאקלט מיט'ן קאפ אויף אזא אופן וואס איז משתמע לתרי אנפי, יענער קען מיינען אז איר באגריסט אים, עס קען אויך מיינען אז איר האט געהאט א היק-אפ...

2) איר האט נישט קיין פראבלעם, און איר באגריסט יענעם מיט א שיינע גוט-מארגן (זאל ער זיך ברעכן קאפ פון וואו איך קען אים אזוי גוט)

3) איר נעמט ארויס דעם סעלפאן און מאכט אייך אז איר האט יעצט באקומען א קאלל אדער טעקסט וכדו'

4) איר גייט אריבער די אנדערע זייט גאס, און איר מאכט אייך ווי איר זוכט וואו איר האט געפארקט אייער קאר.

5) איר מאכט אייך ווי איר זעהט פשוט נישט יענעם. (שמירת עינים...).

6) איר קוקט יענעם אין פנים אריין צו זעהן אויב ער גייט אייך גריסן.

דאס איז נישט קיין אנקעטע וד"ל..., נאר ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן די עולם'ס עקספיריענס.

Advertisement

שבת אוגוסט 28, 2010 10:28 pm

ווענדט זיך שטארק אונעם סיטואציע. אבער אפציע 3 איז אסאך און באניץ.

זונטאג אוגוסט 29, 2010 12:18 am

6

זונטאג אוגוסט 29, 2010 8:55 am

2 מאך פון א סעמי היימיש פאר א פריינט

זונטאג אוגוסט 29, 2010 11:21 am

ווענט זיך און די גיסטע

זונטאג אוגוסט 29, 2010 12:21 pm

על פי רוב אפציע 6

זונטאג אוגוסט 29, 2010 2:58 pm

זעט אויסגאבע מעלות חודש (?בערך צוויי יאר צוריק) ארטיקל בשם "אן איר-אלטער פראבלעם". וזכרון אחד עולה לכאן ולכאן.

זונטאג אוגוסט 29, 2010 3:01 pm

וואדקע האט געשריבן:ווענט זיך און די גיסטע


אבער על פי רוב 1

זונטאג אוגוסט 29, 2010 4:24 pm

1

זונטאג אוגוסט 29, 2010 4:29 pm

און וואס איז דער דין מיט איינעם וועם כ'מיין איך קען אים פון דא פון קרעטשמע, אבער שטייצעך כ'קען עם נישט מגלה משום האיסור הנורא של גילוי [אליהו] רח"ל, טא ווי אזוי גריסט מען אזא איינעם אין גאס???

זונטאג אוגוסט 29, 2010 4:31 pm

דערמאנסט מיך אמאל פלעגעך האבן אזאלכע דילעמע'ס (דעמאלט איז נאך נישט געווען קיין 6 אפציעס) ביז כ'האב מחליט געווען אז ס'מיר גענוג, זאל יענער זיך ברעכן קאפ וויאזוי זיך אומצוגיין..
שרייב א תגובה

Advertisement