בלאט 1 פון 1

א זוממער'דיגע לכה דודי דא און דארט (נושא ישן)

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 27, 2010 9:52 am
דורך פליגל
א גרויסן יישר כח פאר ר' לייבי נ"י פארן זיך מטריח זיין ארויס צי זעין די אשכולות מגי צל...(אל תפתח פה).

אזוי ווי דער עולם האלט זיך ביים צוריק אריינקוועטשן אין סיטי אפשר עט דער עולם זיך וועלן דערמאנען וויזוי עס האט אויסגעקוקט נישט מער ווי א וואך צוריק.


א זוממער'דיגע לכה דודי דא און דארט

12 תגובות • בלאט 1 פון 1
א זוממער'דיגע לכה דודי דא און דארט

דורך פליגל אום מאנטאג יולי 12, 2010 9:04 pm

בס"ד

לכה דודי אויף ביידע זייטן פונעם האדסאן טייך...

מחנה גן עדן, מאנטיסעלאו נ.י.

אין קאנטרי ביי לכה דודי מיטן גרויסן געניץ נאכן טיפן שלאף (?) און א פעטע טועמי' שוין פיינעלי אנגעקומען דער זמן און מ'איז שוין אין שוהל:

מושי: ווען ביסטו געקומען?

זאבי: בעעעסער (א געניץ) דו פרעגסט נישט, איך בין געקומען מיטן עף די אר און די דזשי דאבעליו עס האט זיך קוים גערוקט,
כ'אב גענימען דעם פאהר פרעג נישששששט (נאך א געניץ- א ריזיגע דאס מאל) יוש עס איז געווען א שווערער טרעפיק כ'אב געמיינט כ'ווער ציפיצלט...
די געז סטעישאן איז געווען עד אפס מקום שויניש געווען מער קיין אייז קריעם, געזאלין האביך גראדע אנגעפילט ערגעץ אנדערש פאר 1 סענט ביליגער פון דעים,
די טראוועי איז גראדע געווען גאנץ כמעשה אבער די 17 איז געווען פחדים נוראים עס האט מיר גענומען די וועג ארום א גוטע 4 ½ שעה,

מושי: כאכעם, ווער האט דיך געהייסן נעמען דעים וועג,
כ'אב גענימען די פאליסיידס ביז מאנרא און כ'אב גענימען א שארט קאט אריין צים 208 און מיטן 52 און שוין עס האט מיר גענומען אינגאנצען 4 ¼ שעה

זאבי: טאקע טאקע דארט זעט אויס איז נישט געווען קיין טרעפיק ווייל ס'אטיר טאקע נישט גענימען קיין גאנצע 4 ½ שעה, יאאאאאאאךךךךך.....(א הויכע געיניץ).

מושי: ניין, נאר כ'אב מיך אפגעשטעלט ביים געז סטעישאן דארט און מ'אמיר שיעור געמאכט א מנין פאר קבלת שבת אזוי לאנגע רייע איז דארט געווען.

מעכי: ווער האט דיך געהייסן קויפן דארט?

מען דרייט זיך אויס צי בואי בשלום.

מושי: איך בין געווען לאו, די גאנצע געז איז מיר אויסגעגאנגן ארויפקריכענדיג די וועסט סייד הייוועי.

שמאלי: איך בין געקומען נאך נעכטן נאכט ארום 12'ער אאאהההה.... (א געניץ-פ"וו?) איך האב זיך געשפארט די גרויסע טרעפיק.,
כ'אב אויך געסטאפט אינמיטן פאר א טשאלענט און קישקע ביי ... דעלי, (נאמען געהיטן אין דרוקאציע), און געז פיל איך אן אויף מיין קאמפאניס אקאונט עניוועיס,
ס'האט מיר גענימען ס"ה א גוטע 2 שעה.

יונה מיטן אלטן סטעישאן וועגאן: כ'בין גראדע יא געקומען היינט כ'אב נישט קיין דזשי פי עס, אבער כ'בין געפארן מיט אפאר זייטיגע ראודס אין ניו דזשערסי (ס'פארט אריין און ארויס פונעם 17) עס האט מיר גענומען א קארגע 3 שעה.

מען דרייט זיך שוין צוריק אויס.

יודי: און מיין קאר איז געווארן אווערהיטעד כ'אב געמיינט אז דארט בלייביך, שוין ב"ה כ'אב'ס געמאכט כ'אב אן אקאונט ביי טריפל-עי, ער האט מיר פארשטאפט די ליעק און ציגעגאסן אביסל וואסער, באט כ'אב'ס געמאכט.

יונה: אין טרעפיק אדער אויף א בארג האביך אויסגעלאשן דעם עי-סי.

זלמן (ווענדט זיך צי שמאלי): איך בין ארויס געפארן פארטאגס כ'בין ארויסגעפארן 5'ע און שוין דא געווען אויף 7'ע כ'בין געוען גוט אויסגערוט די ראודס זענען נאך פריש כ'אב אריינגעכאפט א פיינעם....

ר' לייבל דער גבאי: נאאאא!!! מקולות מים רבים אדירים משברייי ים....

=====

ביהמ"ד דקהל חסידי טרח'ס מנין, וויליאמסבורג נ.י.

מ'קומט אין ביהמ"ד:

שמעון: הערשל ס'עט נאך זיין מנין דא היינט?

הערשל: ליסען איינמאל א יאר ביסטע פון די עשרה ראשונים...

פנחס: אה שמעון ביסטא? ס'עפעס גייסטו טאקע נישט אין קאנטרי?

שמעון: האסט טאקע נישט געהערט די טרעפיק?
א רחמנות אויף די אידן נעבעך זיך געשלעפט אין טרעפיק ס'געווען א חורבן, די וועגן האבן זיכער גענומען א יאר און מיטוואך...
נאכא מזל אז כ'פאר נישט ס'נישט פאר מיינע געהירן דאס.

פנחס: אה שוין דא זיבן, וואס גייט פאר היינט?

יענקל: דער עולם איז אין קאנטרי...

לעיזער: א מחי' דא... נישטא קיין טרעפיק,
האסט געהערט? כ'אב גערעדט צי זרח ער זאגט ס'אט אים גענומען עפעס מער ווי 4 שעה.
איך למשל האב געכאפט א געזונטן דרימל היינט, איי דאונט בעליוו אויב מושי אדער זאבי זאלן האבן געשלאפן היינט, נישט מיט דעי טרעפיק.

שמעון: יא אלעס איז געווען אנגעזעצט כ'באקום די טרעפיק אלערטס פון ראוד אינפארם (פארוואס? ער ווייסט אויך נישט)
כ'אב געזען עז איז געווען ביטער שווער,

הערשל: מיין פריינט עס גייט נאך זיין מנין?
כ'מיין אז נעקסטע וואך זאל מען דאוונען פריער, וואס זאגסטו?

פנחס: איינער זאל ארויס גיין זיכען א צענטען.

לעיזער: באלד באלד, קיינער גייט נישט אהיים גיין אומגעדאווענט.

יענקל: איינער האט געברענגט בילקעלעך?

שלום (נארוואס אריינשפאצירט): גוט שבת, גוט שהבהת! יוהוש ס'היייייססססס.... שיא הא,
ווי דער זומער גבאי?

הערשל: אין קאנטרי די וואך.

שלום: (מיט אזא ציניקער שמייכעל) ער איז דאך טאקע זוממער גבאי...חחח

מיילעך דעם דיין'ס זוהן: נא מ'קען שוין דאווענען? (נעמט שוין דעם טלית רעדי טא גאו)

פנחס: עעםם ס'פעלט נאך איינעם...

יענקל: אל-רייט רבותי מארגן זאל מען זען צי טרינקן קאפי אינדערהיים ווייל דער קעסל איז נישט אנגעשטעלט.

שלום: ווער איז טעמפארערי זומער גבאי היינט?
(קוקט צום טיר באמערקט א איד אריינקומען) אה דא א גאסט! שוין האמיר צען, שלום עליכם, גוט איר זענט געקומען איר וואינט דא? לעצטנס אהער געמופט? וויזוי הייסטיר?

גאסט: ניין ביי מיין רעגולער ביהמ"ד איז נישט געווען קיין מנין סאו בין איך אהער געקומען.

שלום: ווי זענען די איבריגע?

גאסט: זיי קומען שוין א-חוץ איינער ער זאגט אז ער טרעיט נישט אריין דא,

שלום: שוין! האמיר גרויס מנין... WOW שוין איבער א שעה נאכן זמן,

ר' מיילעך: הודו לה' כי טוב... כי לעו...
פליגל
שר מאה
הודעות: 181
-----------------------------------------------------------------

דורך אייער_קיכל אום מאנטאג יולי 12, 2010 9:12 pm

יעצט אויף וועלכע זייט האדסאן שטייסטו איין אז דו קענסט קאווערן ביידע?

אה, כ'האב שיער פארגעסן, דו האסט דאך פליגלען...
אייער_קיכל
שר העשר
הודעות: 35
----------------------------------------------------------------
דורך קרעמער אום מאנטאג יולי 12, 2010 9:40 pm

פליגל;

וואויל געזאגט.
קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21643

---------------------------------------------------------------
דורך משה קאפויער אום מאנטאג יולי 12, 2010 9:44 pm

יעס יו קען! יעס יו קען!

אויפן "פליגל" וואקסן דאך הערליכע שיינע פעדערן, אלזא איז נישט קיין וואונדער פון וואנעט דו האסט אזא שיינעם רייכן פעדער, די וואונדער איז נאר פארוואס דו האסט עס נישט גענוצט ביז איצט???

איך האף אז פון היינט און ווייטער וועסטו טון צום זאך, און זיך נעמען בראקן ארטיקלען רעכטס און לינקס.
משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5490
-----------------------------------------------------------------------

דורך וואדקע אום מאנטאג יולי 12, 2010 10:01 pm

פפשששש! אזוי שיין אראפצולייגען די מצב מיט אזוינע עכטע קאלירען דארף מען קענען, ס'דאכט זיך ממש אז מ'הערט ארויס די שמוסערייען פון קאמפיוטער, האסט עס עפעס אפגעשריבען אויף אזא נאטורליכע אויפן אז ס'קען גארנישט זיין אז דאס זאל נישט האבען עכט פארגעקומען,
אויב האסטו א פאטעיטא קאפ זאל עס כאטשיק זיין א סוויט פאטעיטא
וואדקע
שר חמישים ומאתים
הודעות: 393

------------------------------------------------------------------
דורך גיי_ווייס אום דינסטאג יולי 13, 2010 4:49 am

גוט גוט
שמיילאכתו
זייער נאטורליך.
_________________________x
גיי_ווייס
שר חמישים ומאתים
הודעות: 281

---------------------------------------------------------------------
דורך מאשקע אום דינסטאג יולי 13, 2010 12:19 pm

א זומערדיגע שמייכל דא און דא. און נאר דא.
העבודה והחופש - העבודה קובעת!
מאשקע
מ. ראש הקהל
הודעות: 11474

--------------------------------------------------------------------------
דורך צום זאך אום דינסטאג יולי 13, 2010 2:20 pm

די ווענט האבן פליג"לען... אלעס קומט אן דא.

נעמעסן טריי איך צו כאפן וואו דו ביסט למעשה זומער ביי לכה דודי, נאר משום חשש גילו בינעך געבליבן צומישט, האסט גוט צולייגט ביידע זייטן פון די מטבע, כ'כאפ נישט וואו דו ביסט באמת.
גילו איז עי ווערי ביג פראבלעם.
צום זאך
שר האלף
הודעות: 1926
-----------------------------------------------------------------------
דורך איך_הער אום דינסטאג יולי 13, 2010 2:34 pm

וויזוי שרייבט דער עולם? וואס א פליגל איז אלץ אומשטאנד, סאו קודם בינעך רואיג, איך האב געוואוסט אז פליגן קענען נאר נוזשענען, זע איך אז א פיינעם ארטיקל שרייבן קענען זיי אויך, נו שוין, עמער זיך דעמאלטס מוזן בארואיגן, און זיך נישט אזוי רעגן אויף זיי.

יא, כ'בין צוריק געקומען ווייל כ'האב פארגעסן צו שרייבן יישר כח. א גרויסן יישר כח.
איך_הער
סעקרעטאר
הודעות: 23113

--------------------------------------------------------------------------------
דורך פרעזידענט אום דינסטאג יולי 13, 2010 2:40 pm

האסט פארגעסן אז ער האט זיך אויפגעשטעלט ווען יעדער האט זיך שוין אנגעהויבען אראפזעצען

גוט געזאגט...
אידעלע פארלאז זיך אלא על אבינו שבשמים, אט אט מיט פרייד וואונטש מען לחיים! (מיכאל שניצלער)
פרעזידענט
שר האלף
הודעות: 1037

--------------------------------------------------------------------------
דורך קרעמער אום דינסטאג יולי 13, 2010 3:21 pm

אויף ענגליש איז דא אן אויסדרוק "ווי א פליגל אויפן וואנט"

"עוף השמים יוליך את הקול"
קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21643

----------------------------------------------------------------------
דורך פונקטליך אום דינסטאג יולי 13, 2010 3:25 pm

הערליך!
כאנישט געוויסט אז די קאנסט אזוי גוט,
זיי אונז אפטער מהנה,

שכוח!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
פונקטליך
שר חמישים ומאתים
הודעות: 342
--------------------------------------------------------