Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איר ווילט לאכן א גוטס?

זונטאג ינואר 21, 2007 1:05 pm

ל' יום קודם החג.. (חודש אדר).

יא, אויב איר ווילט זיך שטיקן פאר געלעכטער, טוט דאס פאלגענדע

נעמט א שטיקל פאפיר, שרייבט אויף די ווערטער:

היימישע קרעטשמע
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט

מיט אונזער לינק, הענגט עס אויף אין שול, לעבן די סינק, און שטייט ביי די זייט

איך קען נאכנישט שרייבן בדוק ומנוסה, ווען דער אייבירשטער וועט מיר געבן מער גאטס, וועט מען דאס פרובירן.

Advertisement

זונטאג ינואר 21, 2007 1:06 pm

עס קומט לכאורה אין קאפע שטובל

זונטאג ינואר 21, 2007 1:09 pm

גיטס אבער אכטונג, עס קען ענק טייער קאסטן!!
עס איז דא פארשידענע מענטשן ווען זיי זעען די WWW.COM קענענן זיי ווערן אומקאנטראליבאר
מען וועט מאכן א ויצעקו דארט, גיט אכטונג עס זאל נישט זיין קיין באהאלטענע אויגן דארט

זונטאג ינואר 21, 2007 2:37 pm

איך קען מיך דאס אביסל פארשטעלן ווי אזוי ס'גייט אויסקוקן, ווייל א מעין מן המעין האב איך שוין געזען נאר יעצט ווען ס'איז דא אין די קרעטשמע, כל שכן ווען איך וועל דאס זען אין בית המדרש.

זונטאג ינואר 21, 2007 2:39 pm

אדער שיק אריין א קעמערע-רעדי קלאסיפייד צו די צייטונגען.

זונטאג ינואר 21, 2007 10:31 pm

לייג אריין אן אנאנס אינעם "דבר יום ביומו" צעטל, זיי קוקן נישט איבער קיין אדווערטייזמענטס.

פאריגע וואך האט איינער אפגעטאן זיין חבר אויף טערקיש, מעלדענדיג אז מען קען באקומען פיש זאפט פאר בתי מדרשים אויף שלש סעודות, אנגעבנדיג דערביי זיין חבר'ס (שונא'ס) טעלעפאן נומער...

מאנטאג ינואר 22, 2007 11:55 am

חחחחחחחחחחחחח, פאר יעקב אלי', אז דו וויסט געב א שטיקל פאר קרעמער.

מאנטאג ינואר 22, 2007 4:58 pm

סאכדעס, זיי נישט אזוי קארג, דו האסט דאך גענוג, ניין?

מאנטאג ינואר 22, 2007 5:13 pm

קרעמער האט געשריבן:לייג אריין אן אנאנס אינעם "דבר יום ביומו" צעטל, זיי קוקן נישט איבער קיין אדווערטייזמענטס.

פאריגע וואך האט איינער אפגעטאן זיין חבר אויף טערקיש, מעלדענדיג אז מען קען באקומען פיש זאפט פאר בתי מדרשים אויף שלש סעודות, אנגעבנדיג דערביי זיין חבר'ס (שונא'ס) טעלעפאן נומער...

חא חא חא חא חא חא חא חא חא חא חא איך האב אזוי געלאכט...

מאנטאג ינואר 22, 2007 5:26 pm

abimlaibt האט געשריבן:

יעצט אדער ווען די האסט געזען די דבר יום ביומו ?

מאנטאג ינואר 22, 2007 5:38 pm

דארפסמאן האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:לייג אריין אן אנאנס אינעם "דבר יום ביומו" צעטל, זיי קוקן נישט איבער קיין אדווערטייזמענטס.

פאריגע וואך האט איינער אפגעטאן זיין חבר אויף טערקיש, מעלדענדיג אז מען קען באקומען פיש זאפט פאר בתי מדרשים אויף שלש סעודות, אנגעבנדיג דערביי זיין חבר'ס (שונא'ס) טעלעפאן נומער...

חא חא חא חא חא חא חא חא חא חא חא איך האב אזוי געלאכט...

יעצט אדער ווען די האסט געזען די דבר יום ביומו ?

ווען ער האט באקומען א טעלעפאן קאל אז מ'וויל באשטעלן פיש זאפט...

מאנטאג ינואר 22, 2007 5:39 pm

גלייב מיר, אז דאן האט ער שוין גארנישט געלאכט.

מאנטאג ינואר 22, 2007 5:45 pm

ער האט מזל , די שמש אין מיין בהמ"ד האט אים געוואלט אונריפן נאר דער עולם האט נישט געלאזט

דינסטאג ינואר 23, 2007 2:33 pm

דא האט איר די "דבר יום ביומו", ליינט און האט הנאה.
עטעטשמענטס
dvar yom byomo (Small).png
dvar yom byomo (Small).png (242.7 KiB) געזעהן געווארן 4002 מאל

דינסטאג ינואר 23, 2007 2:38 pm

שכויעך מאשקע, ס'ארבייט פיין,

דינסטאג ינואר 23, 2007 2:57 pm

יישר כוח צייטליך פאר'ן זיך אנשטרענגן און אונז ברענגן א קאפי פון דעם, כ'ווייס מיין קינד כ'ווייס אז דאס איז נישט פון די לייכסטע זאכן וואס איז נאר נישט דא, איז כאטשע א יישר כוח וועליך דיר צוטיילן.

דינסטאג ינואר 23, 2007 2:59 pm

ישר כח צייטליך , אפשר ברענגסטו טאקע יעדן טאג די "דבר יום ביומו"

דינסטאג ינואר 23, 2007 3:00 pm

נע; דאס איז נאר ווען מ'וויל לאכן א גוטס.

דינסטאג ינואר 23, 2007 3:38 pm

דעס האב איך נאר, ווייל איינער האט מיר עס געשיקט אין בליץ-פאסט,

דינסטאג ינואר 23, 2007 3:49 pm

וואס מיינט בליץ-פאסט ?

דינסטאג ינואר 23, 2007 3:57 pm

גי-מעיל בלע"ז

דינסטאג ינואר 23, 2007 4:43 pm

אימעיל איז בליצפאסט, דזימעיל איז א בליצפאסט קאמפאני.

דינסטאג ינואר 23, 2007 4:43 pm

דארפסמאן האט געשריבן:ער האט מזל , די שמש אין מיין בהמ"ד האט אים געוואלט אונריפן נאר דער עולם האט נישט געלאזט

איך דאווען אין די זעלבע שול ווי דו? מיין שמש האט אויך געוואלט...

דינסטאג ינואר 23, 2007 4:46 pm

אפשר , אין וואסערע בהמ"ד דאווענסטו ?

מיטוואך ינואר 24, 2007 1:05 pm

(דא איז אויך מיין נעטיגע תגובה געגאנגען א גאנג.)

אבי; ס'איז נישט אזוי גרינג צו דאווענען מיט דארפסמאן אין איין שול, מ'דארף קודם דיסיידן ווי מען וויל וואוינען, מאנטריאל, וומ"ס, קרית יואל, קרוינהייטס, גרינ'ס, קען זיין אז איך האב עפעס אראפ גענומען אדער צוגעלייגט, פשוט ווייל איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואו ער וואוינט אלס.
שרייב א תגובה

Advertisement