בלאט 1 פון 1

בארואיגט אייך! הערט אויף צו וויינען!!! מיר זענען מיט אייך

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 10:18 am
דורך bailout
געקעטשט פון גוגל נאכן גרויסן בראך וואס האט אונז באטראפן
בארואיגט אייך! הערט אויף צו וויינען!!! מיר זענען מיט אייך
דורך bailout אום מאנטאג יוני 28, 2010 3:22 pm
אכטונג, די אנהויב אשכול איז נישט פאר קיין שוואכע הערצער!!

א הערליכע פרימארגן האט אויפגעשיינט, די זון שפרייזט ארויס מיט איר פולן פראכט, די פייגעלעך שיפשענען פריילאך, א ווארעם ווינטל וואויעט לייכט די גרינע בלעטעלעך אויף די ביימער, דאס פליסטערניש פון די וואסערפאל קלינגט צוריק מיט א ווידער קול צו די שטילקייט פון דעם פרימארגן, און אט אין דעם באצויבערדן אנגענעמען אטמאספערע וואס טראגט מיט זיך ווארעמקייט פרייליכקייט רואיגקייט האט עס פאסירט.

בלויז צוריקטראכטענדיג וואס האט ווירקליך פאסירט איז ממש נישט צום באגרייפן ווי אין אזא הערליכן פרימארגן זאל זיך א ווייטאג אויסשפרייטן אין אלע גלידער, ווען מען פארגלייכט די פאנאראמע מיט די ווירקליכקייט שרייט עס אויס פון זיך אליין אז עפעס שטימט נישט דא, די פריילאכע פויגלען געזינגעכץ, ווילט זיך גארנישט זינגען, די זארגלאזע וואסער געלויף וואלט זיך ווען זאפארט אפגעשטעלט ווען זי זאל נאר באגרייפן וואס אין אזא פרימארגן קען פאסירן.

גאר א געשמאקע באטעמטער באחנ'טער איז ער געווען, פאר יעדעם האט ער געהאט א גוט ווארט, פולע פריינד האט ער זיך געשאפן, א אמת'ע נאנטשאפט האט ער זיך אנגעקניפט מיט זיינע אלע ארומיגע, א זיס בחנ'ט ווערטל האט ער געהאט צו יעדע צייט, און ווי אימער איינער האט געדארפט עטוואס חיזוק האט ער געוואנדן זיינע טריט צונעם און זיך אנגעווארעמט פון זיינע זיסע חיזוק ווערטער, מיט זיינע גלענצענדע רעיונות האט ער אלס געפינען א וועג ארויס.

דאס אלעס איז געקומען צו א האסטיגע אפשטעל יענעם פרימארגן, ווען דער גרויסער פראפעסאר מיט די ברילן אויף די שפיץ נאז, וואס איז באקאנט מיט זיין קאלטבלוטיגקייט ווען ער האלט די מעסער העכערן פאציענט, ווען עס פעלט זיך אויס צו טוהן וואס זיינע ביכער שרייבן אים פאר אין אזא סיטואציע, מיט א גלייכגילטיגקייט טרעט ער צו דערצו אן קיין טראפ געפילן, ווי א ראבאטישע סורגענט ביים אפעראציע טישל זעט ער אויס, די איינציגע זאך איז דאס צייטנווייז אויסגלייכן די ברילן אויפן סאמען שפיץ נאז צו דערמאנען אז מען רעדט דא פון א יומען ביאינג.

ווען מען לייגט איינעם אראפ אויפן אפעראציע טישל, ווייסט ער פון פארדעם וואס זיינע שאנסן זענען, גענוי וואס מען וועט טוהן מיט אים ווייסט ער געוויס נישט, אבער ווען מען זאגט אים אז מען דארף אביסל ארבעטן אויף זיינע אויגן צו פארבעסערן די זעה קראפט, און די ריזיקע איז נאר צוויי פראצענט און די יסורים זענען אויך נישט געפערליך, קען ער עס נאך ווארשיינליך אראפשלינגען, און זיין גייסט ווערט גארנישט געפאלן ביי אים, ער ווארט אויפן קומענדען פרימארגן מיט א פרישקייט ווען ער וועט קענען זעהן גלייך ווי אלעמען.

ווי איז אבער ווען ביי איינעם ווערט די האנט אינפעקטירט אויף א שווערע אופן אז דער פראפעסאר באשליסט אז מען דארף דאס זאפארט אראפנעמען, אוי.. וויפיל פיזישע און גייסטישע פיין דער פאציענט מאכט מיט נאך פארן אפעראציע, און ווער רעדט נאך פון די יסורים פון די פארשעמונג דערנאך ארויסצוגיין אין גאס אן קיין האנט, ווען אומשולדיגע בליקן שטעכן ווי מיט שפיזן, און בלויזע שושקערייען מאכן אים נאס דאס קושן ביינאכט.

אבער עס כאפט א ציטער און א שוידער נאר צו נעמען די פעדער און שילדערן די פיין און די ליידן פון אונזער נאנטן גוטן פריינד, וואס מען האט פלוצלינג פון איין טאג אויפן צווייטן אנטדעקט אז מען מוז פון אים אפשניידן גרויסע חלקים פון זיין באשיידענעם געביין, נאך פאר מען האט געהאט די געלעגנהייט צו זיך צונויפרעדן מיט גוטע פריינט דערוועגן, און זיך געהעריג צוגרייטן אויפן ערגסטן, עס איז פארשטענדליך אז אויב דער בארימטער פראפעסאר האט באשלאסן אז דאס ברויך געטאן ווערן, וועט עס געוויס אויסגעפירט ווערן, און מיט זיין בלעכענעם געזיכט וועט ער שניידן שטיקער מיט א קאלטבלוטיגקייט, אבער די צער פון אים און די צער פון די ארומיגע גוטע פריינד, ווען אומגעראכטן דערקענט מען דעם שברי כלי אלס זיין געוועזענעם גוטן פריינד, די צער איז אומבאשרייבליך, קוים וואס מען דערקענט אים, ווי נעמט מען די אמאליגע לוסט וואס האט אראפגעשיינט פון אים, די געשמאקע פארברענגען, די גלייך ווערטלעך, די חיזוק רייד, אויף איינעם וואס פלעגט געבן חיזוק וואס דארף יעצט אנקומען צו חיזוק, וויפיל טרערן ווערט פארגאסן פון די אלע וואס פילן מיט מיט זיין פיין, וויפיל ווייטאג עס שרייט ארויס פון זיינען אויגן זעלבסט.

לאמיר א רגע א טראכט טוהן וויאזוי שפירט ער זיך, ביי אים אין מוח לויפן די מחשבות אז פון היינט אן איז ער א אויסגעשפיגענער, מענטשן דערווייטערן זיך פון אים, מען האט מורא צו צוגיין צו אים, מורא האבנדיג וואס צו זאגן, וויאזוי מען וועט נישט טשעפענען זיינע געפילן, טראץ דעם וואס ער קוקט אויס אזוי מאדנע, אט דאס איז די שטרוי וואס צוברעכט די קעמל'ס רוקן, די יסורים און די פיין איז איין זאך, אבער ''וואס וועט זיין מיט זיין צוקונפט'', ''ווי וועל איך זיך געפינען אין די געזעלשאפט'' שרייט זיך ארויס פון אים.

פארדעם זענען מיר דא געקומען אויסשרייען, מיין טייערער פריינט אונז וועל מיר דיר נישט פארלאזן, און פייער און אין וואסער וועלן מיר דיר נישט פארלאזן, אונז וועל מיר נישט פארגעסן פון דיר, וויין נישט טייערער חבר, וויש אפ דיינע טרערעלעך, טראץ דיין איצטיגען אויסקוק איז זייער אין א שווערן מצב, מיר וועלן זיך אנשטרענגען ווי ווייט מעגליך דיר צוריקצוברענגען דיין אויסקוק גענוי ווי די האסט אויסגעזעהן פריער, מיר געדענקען נאך דיין נישט לאנגע פארגאנגענהייט, און מיר וועלן דאס ווייטער געדענקן.

כה דברי ידידך
בעילאוט

--------------------------------------------------------------------

מען בעט די מנהלים זאלן נישט אריינפירן די אשכול....(באלד רופט ער מיך שוין אין אפיס)
לעצט פאראכטן דורך bailout אום מאנטאג יוני 28, 2010 4:07 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שרעקליכע פארלעגנהייט, וויאזוי רעכנט מען אויס די קאווע מיט די דעיניש זאלן זיך ענדיגן צוזאמען
bailout
שר האלף
הודעות: 1796

________________________________________
דורך עס עפעס אום מאנטאג יוני 28, 2010 3:29 pm
ווערי מאושענעל געוועזן!

כ'האב געווארט עמיצער זאל ארויסברענגען די ווייטאג. לאמיר האפן אז אלעס וואס אונזער פריינט מאכט מיט, איז פאר זיין טובה און עס וועט זיך אזוי ארויסווייזן אין דער ענדע.

א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
עס עפעס
שר האלפיים
הודעות: 2262

________________________________________
דורך קרעמער אום מאנטאג יוני 28, 2010 3:34 pm
דו ביסט נישט נארמאל!

איך האב זיך שוין פארגעשטעלט א אינגערמאן אין א ווילטשעיר מיט א פארקרומטע גאמבע און א האלבע נאז העכערן אויער...

קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21532

________________________________________
דורך סתם_אזוי אום מאנטאג יוני 28, 2010 4:15 pm
און איך קען איבערזאגן. ביסט נישט נארמאל!!!

אוי, ווי איך לאך יעצט. ביז קרעמערס תגובה האב איך נישט געכאפט פון וואס דו רעדסט!!
און בכלל קומט זיך דיר א קאמפלימענט אז קרעמער האט געדארפט ליינען ביז די ענדע....

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
סתם_אזוי
שר תשעת אלפים
הודעות: 9504

________________________________________
דורך אינטעליגענט אום מאנטאג יוני 28, 2010 4:22 pm
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

שוין דורות לאנג נישט געלעזט אזא סארט שרייבעריי..
מיר געדענקען נאך אין די פארגאנגענהייט, ווען ס'האט זיך געקענט פארווארפן דא דארט אזא סארט אויסנארערישע ארטיקל, אבער שוין לאאאאאאאנג נישט.

גוט גוט אראפגעלייגט..

אגב, אזוי שמירנישדיר, שיילט זיך ארויס פון דיין שריפט, אז דו קענסט באמת די מלאכה פון צענעמען געפילן אויף פיצלעך..

נאר א קליינע הערה'לע.
bailout האט געשריבן:ווי נעמט מען די אמאליגע לוסט וואס האט אראפגעשיינט פון אים, דיגעשמאקע פארברענגען, די גלייך ווערטלעך, די חיזוק רייד, אויף איינעם וואס פלעגט געבן חיזוק וואס דארף יעצט אנקומען צו חיזוק, וויפיל טרערן ווערט פארגאסן פון די אלע וואס פילן מיט מיט זיין פיין, וויפיל ווייטאג עס שרייט ארויס פון זיינען אויגן זעלבסט.


איך מיין, אז טאקע דארט האט ער געשטרויכלט.. ווען נישט ער זאל עס איבערדרייען צו א געשמאקע פארברענגען, וואלט מעגליך נישט פאסירט וואס ס'האט פאסירט...

זאל דער פון אויבן טרייסטן אלע צעבראכענע.. איך בין ב"ה זייער צופרידן אויף דעם וועג..

.

אינטעליגענט
שר חמש מאות
הודעות: 811

________________________________________
דורך געלעגער אום מאנטאג יוני 28, 2010 4:35 pm
איך בין געפלעפט!
שוין לאאנג נישט געליינט אזא גוטס!
ס'האט מיר גענימען צוויי מאל איבער צוליינען צו כאפן וואו די ציהלסט.
און איין ווארט: "אויסטערליש"

כמה לא חלי ולא מרגיש, גברא דמרי' סייעי'.
געלעגער
שר האלף
הודעות: 1486

________________________________________
דורך מאשקע אום מאנטאג יוני 28, 2010 5:36 pm
טאקע נישט פאר קיין שוואכע הערצער... איבערהויפט דער אויספיר...

אז די מנהלים ווילן, קענען זיי דיך גוט מסדר זיין יעצט... זיי קענען אריבערפירן דעם אשכול אין "ולאחיו יאמר חזק"...

העבודה והחופש - העבודה קובעת!
מאשקע
מ. ראש הקהל
הודעות: 11414

________________________________________
דורך מוישע_יאכעס אום דינסטאג יוני 29, 2010 12:59 am
אין מילים פינטעל (נישט די פליק)

ווי איז געווען מיין שכל?
מוישע_יאכעס
שר מאה
הודעות: 179

________________________________________
דורך וויכטיג מאכער אום דינסטאג יוני 29, 2010 1:19 am
בעילאוט!!! וואט ען איידיע?!!!

און וואו אינטעליגענט זאגט, דו האסט גוט צונומען די מצב, וואו!!! אזא מעכטיגע פעדער!!!

קעפל געטוישט... אמממ... אוועטאר געטוישט.
וויכטיג מאכער
שר ששת אלפים
הודעות: 6718
________________________________________
דורך פינטעל אום דינסטאג יוני 29, 2010 1:25 am
ו
וען בעילאוט צילאזט זיך, גיסט זיך פערל ווערטער ווי וואסער,
א געשליפען פעדער, פינטעל (יא די ניק)

דער אנטלויפספלאן - ליינט מיט אינטערעסע
פינטעל
שר חמש מאות
הודעות: 527

________________________________________
דורך שוועמל אום דינסטאג יוני 29, 2010 2:18 am
כ'אב געוויסט אז פון א הענט רעדסטו נישט, אבער אזוינס צו מאכן.. פשיהא..

צו דאם דארף מען א באלי, כ'מיין בעילי, אזוי גוט ארויסצוברענגען וואס מיך באדערט...

לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7234

________________________________________
דורך גראדער אום דינסטאג יוני 29, 2010 12:10 pm
פיין געזאגט! ייש"כ.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

גראדער
שר האלף
הודעות: 1078

________________________________________
דורך אלף בית אום דינסטאג יוני 29, 2010 12:26 pm
זייער שיין פון דיין זייט מר. בעילאוט
דו נעמסט דיך אן פאר יעדן, אדער נאר פאר די באקריוונדע?

א גוט ווארט, איז אלעמאל גוט
אלף בית
שר האלף
הודעות: 1587

________________________________________
דורך צום זאך אום דינסטאג יוני 29, 2010 3:28 pm
הערליך שיין בעילאוט. האסט מיך צונומען! פאר דעם ארטיקל אליינס האט זיך שוין געלוינט די דזשורנאל פארום..

לאז וויסן וואס ס'איז געווארן. ער האט זיך למעשה בארויאיגט? ער וויינט שוין נישט?

גילו איז עי ווערי ביג פראבלעם.
צום זאך
שר האלף
הודעות: 1893
________________________________________
דורך לוסטיג אום דינסטאג יוני 29, 2010 3:49 pm
ו
ואויל! (קרעדיט: אתמר טובי{אריין אין קרית יואל פארום..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

לוסטיג
שר האלף
הודעות: 1166

________________________________________
דורך bailout אום דינסטאג יוני 29, 2010 4:46 pm
עס עפעס האט געשריבן:ווערי מאושענעל געוועזן!

כ'האב געווארט עמיצער זאל ארויסברענגען די ווייטאג.

מען קען עס שוין צוריק אריינטראגן?
קרעמער האט געשריבן:דו ביסט נישט נארמאל!


דערמאנונג! עס איז נישט ערלויבט צו אטאקירן קיינע ניקס.[קרעטשמער]
סתם_אזוי האט געשריבן:און איך קען איבערזאגן. ביסט נישט נארמאל!!!

און איך קען איבערזאגן וואס קרעטשמער האט געזאגט.
אינטעליגענט האט געשריבן:אגב, אזוי שמירנישדיר, שיילט זיך ארויס פון דיין שריפט, אז דו קענסט באמת די מלאכה פון צענעמען געפילן אויף פיצלעך..
.


גיי ווייס פארוואס איך קוואוט פונקט דאס.... האועווער, די ארטיקל שיילט זיך נאך נישט ס'איז נאך פריש, און לאמיר שוין זאגן אז ס'שיילט זיך, ווערט פון דעם נאך נישט פיצלעך, צו מאכן פיצלעך נוצט מען א בלענדער, פרעג נאר מיסיס אינטעלי.
געלעגער האט געשריבן:איך בין געפלעפט!
שוין לאאנג נישט געליינט אזא גוטס!
ס'האט מיר גענימען צוויי מאל איבער צוליינען צו כאפן וואו די ציהלסט.
און איין ווארט: "אויסטערליש"


טענקס פאר די קאמפלעמענט.
מאשקע האט געשריבן:טאקע נישט פאר קיין שוואכע הערצער... איבערהויפט דער אויספיר...

אז די מנהלים ווילן, קענען זיי דיך גוט מסדר זיין יעצט... זיי קענען אריבערפירן דעם אשכול אין "ולאחיו יאמר חזק"...


מיינסט מיט א חולם אין די ''ח''?
מוישע_יאכעס האט געשריבן:אין מילים פינטעל (נישט די פליק)


וויאזוי ברעכט מען די קאוד... סאו זאגסטו אז ס'נישט די פליק, סאו אפשר די בין, אדער גאר די מאסקיטא.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:בעילאוט!!! וואט ען איידיע?!!!

און וואו אינטעליגענט זאגט, דו האסט גוט צונומען די מצב, וואו!!! אזא מעכטיגע פעדער!!!


וויכי האסט מיר עפעס צוגעזאגט, קענסט מיר נישט אפקויפן מיט א קאמפלעמענט.
ס'איז שוין צוויי וואכן אין קאנטרי, געענדיגט אלע תירוצים!
פינטעל האט געשריבן:ווען בעילאוט צילאזט זיך, גיסט זיך פערל ווערטער ווי וואסער,
א געשליפען פעדער, פינטעל (יא די ניק)


אמאל פלעגט מען זאגן ''ווען בעילאוט צולאזט זיך לייגט מען אים אריין אין פריזער''.
שוועמל האט געשריבן:כ'אב געוויסט אז פון א הענט רעדסטו נישט, אבער אזוינס צו מאכן.. פשיהא..
צו דאם דארף מען א באלי, כ'מיין בעילי, אזוי גוט ארויסצוברענגען וואס מיך באדערט...


חכם, אז מען האט א באלי דארף מען הערשט הענט, כ'מיין וויאזוי ווילסטו שפילן....
גוט העמער שפילן סאקער.
גראדער האט געשריבן:פיין געזאגט! ייש"כ.


זייער גערן, איך האב גראדע געוואלט אויספירן אז איך לאז גראדער נוצן די משל פאר סיי וועלכע נמשל ער וויל אויסלאזן דערמיט, נאר וואדען, איך האב נישט געוואלט פארפאטשקענען די אלע קבלות טובות וואס דער עולם האט זיך מקבל געווען...
אלף בית האט געשריבן:זייער שיין פון דיין זייט מר. בעילאוט

דו נעמסט דיך אן פאר יעדן, אדער נאר פאר די באקריוונדע?

איך בין עפעס א ראסיסט?
צום זאך האט געשריבן:לאז וויסן וואס ס'איז געווארן. ער האט זיך למעשה בארויאיגט? ער וויינט שוין נישט?


ער וויינט שוין סאך שטערקער, ווייל די הויפט בלאט די גרעסטע חוזק איז שוין אויך געווארן אפדעיטעד, יעצט בלייבט ער אליין.
לוסטיג האט געשריבן:וואויל! (קרעדיט: אתמר טובי{אריין אין קרית יואל פארום..)

האסט געביסן דיין בארד?
-----------------------------------------------------------------

ועל הכלל כולו יצא, א גרויסן שקויעך פאר די אלע ווארעמע דברי חיזוק, איך האף אים איבערצוגעבן ווי שיין די עולם איז זיך דא משתתף.

פאר די אלע וואס האבן זיך געשטעלט מיט א מנין תהלים אין בית יאנאש, וויל איך איבערבעטן פאר די אומזיסטיגע פארכט, אנגסט און ציטער, וואס האט זיי ארומגענומען ווען זיי האבן געליינט מיינע שטותים, איך האף אז איר זענט מיר מוחל, ווי נישט ווי איר מוזט פארשטיין אז אריינגיין יענעם צופרי אין היימישע קרעטשמע און מ'שטויסט זיך אן אין 'גאגל פארצייכנט דעם היינטיגן טאג' מיט 'שיינע אינטערעסאנטע לינקס' אדער גאר 'אינטערעסאנטע לייסענס פלעיטס' האט עס ממש געריסן ביים הארץ, איז דאס טאקע וואס איז אנגעצייכנט אויפן הויפט בלאט 'געשמאקע ארטיקלען'? האב איך געשפירט אז איך מוז אויסגעבן מיין ווייטאג.

ומחה ד' דמעה מעל כל ניק....
שרעקליכע פארלעגנהייט, וויאזוי רעכנט מען אויס די קאווע מיט די דעיניש זאלן זיך ענדיגן צוזאמען
bailout
שר האלף
הודעות: 1796

________________________________________
דורך שאץ מאץ אום דינסטאג יוני 29, 2010 8:32 pm
שוין אנגעקומען ווי א שירעם נאך א רעגן.... אבער נאך אלץ א גוטס.... שכוח כ'האב הנאה געהאט (איים סארי מיין ענטער באטן מאכט קינצן שרייב איך אלעס אין איין שורה)

http://shatzmatz.blogspot.com/
שאץ מאץ
שר האלף
הודעות: 1635

________________________________________
דורך סאכדעס אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 5:24 pm
בעילאוט, יואר סאו אמעזינג. כ'בין ממש אויסגאגאנען פון רחמנות, כאמאזעל כאב נישט קיין שוואך הארץ..

סאכדעס
שר עשרת אלפים
הודעות: 14518

________________________________________
דורך גיי_ווייס אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 9:47 pm
בככל נישט קיין שטותים זייער צו דער זאך
שכוח פארן ארטיקל און פארן מאכן קרעטשמע מער ארטיקליש

_________________________x
גיי_ווייס
שר חמישים ומאתים
הודעות: 254

________________________________________
דורך הערשי קניהויז אום מאנטאג יולי 05, 2010 10:41 am
ככככליפ... ככככליפ... מעכטיג!

הערשי קניהויז
שר חמש מאות
הודעות: 612