מיין צוויי טאג'גיגען קאנטרי טאג-בוך
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 11:46 am
דער ארטיקל איז געווארן ארויפגעלייגט דא געציילטע טעג בעפארן קראך. עס קומט זיך א גרויסן דאנק פאר "פיפאש" (אויף הייד פארק) וועלעכער האט מיר געשיקט די ארטיקל מיט אלע נאכפאלגענדע תגיבות וויבאלד ער האט דאס פונקט געהאט אפען. יישר כח בגדול)
עס האט זיך געמאכט אז איך בין שטעקן געבליבן צוויי געווענליכע ביזנעס טעג אין קאנטרי אונטער די פארצווייגטע ביימער און גרויסע בלעטער. אלזא האב איך זיך פארצייכענט געוויסע אנעקדאטן אין מיין טאג-בוך.
אבער אנדערש ווי געווענליכע קאנטרי ארטיקלן וועלעכע קומען באגלייט מיט הערליכע פארבן און זיסע דמיונות, - א שטייגער ווי - דער בלויער הימל און וואלקן-פרייער פרי-מארגן ווועלעכע האבן נאר צוגעגעבן צו די שוין אזוי אויך הייסער טאג נאכדעם וואס דער זין האט אנא רחמנות געשאסן אירע לאנגע שטראלן איבער די בערג און פעלדער פון אונזער גרין-גראז באוואקסענער קאנטרי – וועט איר אבער דא ווארשיינליך נישט ליינען די פראזן איבער דעם קורצן צוויי-טאג'גיגען טאג בוך, ווארום די זאכן זענען ווירקליך נישט פארגעקומען.
מ'שטיינס געזאגט. יעצט בעת איך שרייב די שירות זיץ איך אויף א בענקל וואס איז געקויפט געווארן שוין אונעם ערשטן פרייטאג פונעם זימער דא אונעם לאקאלן וואל-מארט. גענייעט איז עס פון ברוינע סחורה, אבער פארט גענוג שטארק מיך צו האלטן. האלב אויסגעטריקענט פונעם נארוואס פארלאפענעם גאס-רעגן וועלעכער האט באנעצט און דורכגעווייקט אלעס וואס ליגט אונטערן הימל. קיין זון שטראלן וועלעכע שיינען אריין אין די אויגן זעה איך נישט יעצט. איך קען האלטן די אויגן ארויף און קוקן דעם הימל אין פנים אריין פאר עטליכע מינוט אין-איין-צו און קריגן א סטיף-נעק.. כ'מיין, און נישט זיך אנשטויסן אין די געווענליכע שטארקע שטראלן. עס איז נאך אין די פריע נאכמיטאג שטונדן אבער א ליכטיג שווארצער וואלקן פארדעקט דעם האריזאנט.
געוויסט האב איך ביז היינט אז די רעגן'ס און שווארצע וואלקענעס קומען צוגיין נאר דורכאויס די דריי טאג וועלעכע ס'רוב פון די מענער וויילן אין קאנטרי. דאס הייסט אז פרייטאג, שבת און זונטאג זענען די טעג וואס רעגענען און דורכאויס די וואך שיינט א הערליכער זון און די וואלקענעס מאכן פריי א וועג צו אונזער קאנטרי. אזוי האט מיר עס אויסגעקוקט עכ"פ ביז היינט.
יעצט וויילענדיג דא אין א געווענליכער טאג זעה איך אז דאס קען זיך אויך מאכן דורכאויס די וואך, נישט ספעציעל ווען מיר זענען דא, הגם איך טראכט נאך אלץ אז דאס האט טאקע מיט מיין זיין אין קאנטרי היינט. וואלט איך ווען געווען ביי די ארבייט היינט וואלט דא אין קאנטרי געווען א הייסער וועטער און טריקענער טאג. איך בין סתם א שלעכטער. אפג'הרג'ט א טאג פאר די אלע פרויען דא..
דער ריינער אמת איז אז קיין סאך האט שוין דער רעגן נישט שאדן געמאכט. שווימען איז סייווי פארבאטן פאר אונז ארטאדאקסישע אידן וועלעכע וויילן דא ביינונז אין קאנטרי. זינט עס איז אין די ניין טאג איידערן ביטערן טרויער טאג, מער באקאנט אלץ "תשעה באב". אלזא זינט מ'קען זיך נישט ווייקן אין קיין קאלט וואסער לתורת שווימען קען שוין דער רעגן נישט קיין סאך פאדרייען דא דעם סדר היום.
זיכער האט ער זייטיגע זאכן וועלעכע ער טוט אפעקטירן דעם געווענליכען טאג. איינמאל איינס. די דריי-פערטעל לבנה רינג וועלעכע באשטייען פון א מנין ערליי פולע קאלירטע בענקלעך באזעצט מיט פרויען דעראויף ווערען גענצליך ליידיג ווי נאר די ערשטע טראפ וואסער באזעצט די שטערן פון איינע פון אט די נשים. די בענקלעך פארבלייבן דארט אונטערן ביידל עלענד אליין און וועלן הערשט צוריק באזעצט ווערן שפעט ביינאכט ווען די קינדער זענען איינגעהילט אין זייער טיפער שלאף.
די חורבן איז בעיקר אז די גאנצע קאנטרי טאג איז בכלל נישט אויסגעשטעלט פאר קיין היים ארבייט. עס איז דירעקטירט געווארן דורך אירע מייסדים דירעקט צו זיצן און פארברענגען דעם טאג מיט כל מיני הבל, אלזא איינמאל דער דרויסענדיגער וועטער ערלויבט דאס נישט ווערט דער גאנצער סדר היום און מהלך החיים געטוישט.
אלעס ווערט נערוועז. דא קען איך נישט כאפן מיין צוגערעטל אונעם מאראסטיגן פארקינג לאט ווייט פון יעדענס אויג, ס'פרוי מיינער האט געהאלטן אינמיטן א לענגערער ערצעהלונג אינדרויסן וועלעכע איז אזוי ברוטאל איבערגעהאקט געווארן אין א אויגנבליק ווען יעדער איז זיך צולאפן צו אלע ריכטונגען. דא קומט דער גאנץ קליינער אריין דורכגענעצט און באגאסן פון אויבן ביז אראפ נאכן טאנצן עטליכע מינוט אין די קליינע טייכלעך. די הערליכער באנגעלוי ווערט יעצט באשמירט און שמוציג און פון דא און ווייטער וועל איך נישט שרייבן משום כבודה..
איך האב קענען געלערנט אויך א צווייטע מסכתא דא אין קאנטרי. איך האב נעכטן אנגעהויבן א מלחמה כבידה מיט די פליגן וועלעכע האבן זיך באזעצט ביי מיר אין באנגעלוי.
מיין ערשטער וואפן און כלי זין איז געווען דער לאנגער קלעבעדיגער חפץ, איך האב אום נאך קיין נאמען נישט געגעבן, אבער זיין ארבייט איז מער ווייניגער א רואיגער, ער זיצט אויף איין פלאץ – בעסער געזאגט ער הענגט – און ווי נאר א פליענדיגער אביעקט קומט אין בארירונג מיט אום פארבלייבט ער דארט לעולמי עד ולנצח נצחים. ער קלעבט גאר שטארק און לאזט נישט אוועק פון זיך קיינעם, זאל זיין ווער ס'זאל זיין, דארט בלייבט מען פארקלעבט ביזן פגירה.
עס איז אזוי געהאנגען א טאג און איך האב געזעהן ווי ציביסלעך ווערן זיי אנגעפילט מיט פליגן און כל מיני פליענדע אביעקטן – חוץ די מאסקיטא'ס. דאס קלעבן נישט, איך ווייס דערווייל נישט פארוואס – אבער איך האב נאך אלץ געשפירט ווי די פליגן נאדזשען מיר אין די אויער צופרי און ביינאכט, איך זעה זיי אין קאך און בעט און איבעראל, זעט אויס אז ס'איז דא גענוג פארן קלעבער און גענוג וואס זאלן מיך נערווירן. אבער איינמאל מיין מלחמה איז אין שוואונג קען איך דאס נישט פארנאכלעסיגן.
אלזא, מיר האבן אנגעהויבן א צווייטן פראנט, די מלחמה איז אריין אין אירע ווייטערדיגע פאזעס בעת מיר האבן איינגעהאנדעלט א מאדערנעם "פליג-כאפער". עס איז געבויעט אזוי מיט א לאנגער שטעקן וועלעכע דינט אלץ הענטעל און דארט כאפ איך אים אן, פון אונטן האט ער א ברייטערן שטיקל וועלעכע האט פילצאליגע לעכער, אבער זייער קליינטשיק, און פון די אנדערע זייט פארמאגט ער א שיינער בלים (דער גראסערי געשעפטס מאן האט נישט געהאט קיין אנונג וואס דער באדייט פונעם בלים אויפן פליגן כאפער איז, א אויספארשונג איז אויפן וועג, אין טרעפיק) אנדערש ווי דער קלעבער וועלעכער הענגט אויף איין פלאץ און פילט זיך צוביסלעך אן ביז מ'נעמט אום אראפ, וועט אבער דער פליגער-כאפער דייקא יא ארומלויפן און זיכן קרבנות. און אויסגעשטעלט איז עס אז דער ברייטער שטיק פון אונטן, אויב לאנדט ער אויף א פליג בליץ שנעל מיט א שטארקער קראפט וועט דער פליג געווענליך נישט איבער לעבן די סארט אטאקע.
אויסגעשטאט מיט אונזער פרישער וואפן זענען מיר אריינגעקומען אין באנגעלוי און זיך געשטעלט זיכן פליגן אונעם גאנצן ראיאן, איך וועל נישט מאכן קיין גוזמא, אבער אין די ערשטע 5 מינוט האבן מיר אויסגע'שחט'ן אריבער פופצן פליגן. אלע אויף טויט! כן יאבדו. א נייער עפאכע האט זיך אנגעפאנגען אין אונזער באנגעלוי. פליגן ריין!
און מיינט נישט אז איך בין דער איינציגסטער מאן דא אין קאנטרי. עס זענען דא עטליכע אינגעלייט וועלעכע לערנען איבערן טאג און זיי זיצן אין ביהמ"ד אדער אין שכינת'דיגע בתי מדרשים און פאברענגען זייער טאג, אבער יעצט זעה איך דארט אונטערן בוים זיצן ביי א טיש צוויי אינגעלייגט, ארבייטער, אין די גוטע צייטן האבן זיי געקלאזט מארגעדזשעס רעכט'ס און לינקס. צייטן בייטן זיך, אבער די אינגעלייט בלייבן נאך אלץ מיטן נאמען מארגעדזש-בראקער, על אף וואס די בענק ווילן נישט הערן פון דעם געדאנק און בארגן נישט קיין פיאסטער פאר קיינעם.
גייען ארום שמיעות אז די אינגעלייט טיילן זיך מיט די ארבייט, איינער טוט מארגעזעשעס, שארט-סעילס, וואטעווער און דער צווייטער ארבייט אום ארויף די ביזנעס. איך וואלט עס ווען געגלייבט ווען איך זעה זיי זיצן אין אפיס. אבער נישט ווען זיי זיצן א גרינער דינסטאג אונטערן בוים און פארייכערען א ציגערעטל דערביי פארווערט ער וויצן צו זיין שותף'ס בלעקבערי.
אונזער קאנטרי האט אויפגעלאכטן פאר עטליכע טאג צוריק. איינער האט געטוען די ריכטיגע ביזנעס דיסישאן און אינסטאלירט א "סאדע-מאשין" הארט ביים אריינגאנג צום לאנדרי רום. עס איז א זאך וואס איך וואלט אינ'מת'ן נישט געדארפט בכלל צו וויסן, עס איז א פלאץ ווי איך זוך מיך נישט צו דרייען, איך האב גאנץ קנאפ מיט די לאנדרי און איך זעה עס ניטאמאל, אבער אז איך בין דא אין קאנטרי קומט מיר דער קליינער צו לויפן יעדע האלבע שעה "טאטי, כ'דארף א דאללער" וואס גייט פאר? די אייז קריעם טראק איז דא? בכלל נישט. (איך האב געוויסט אז נישט, דער אייז קריעם טראק פארמאגט נישט קיין פראדוקט וואס קאסט בלויז א דאללער) ער וויל פשוט א סאדע. נישט אז עס באדערט מיך שטארק אז ער טרינקט סאדע, איך בין אויך שטארק עדיקטאט דערצו און ער איז מיינס א קינד, אבער צוליב זיין אינגער יארגאנג קען ער בשו"א נישט דערגרייכן ביזן גענויעם פלאץ ווי מ'לייגט דעם גראדען דאללער, ד.ה. אז איך ברויך מיטגיין מיט אום צום סאדע מאשין יעדעס מאל. אהה, דאס איז שוין א צווייטע געדאנק אינגאנצן.
און אז מ'רעדט שוין פןן ביזנעס אין קאנטרי, נעכטן - בשעת איך עס מיין פרישטאג – הער איך א מייק אויסריפן אין קאנטרי, איך האב נישט געהעריג פארשטאנען וואס ער זאגט, אבער צווישן די שירות האב איך ארויסגעהערט אז ער סטראשעט אז ביז צוויי מינוט גייט ער פארלאזן דאס פארקינג לאט! אין איילעניש בין איך ארויסגעלאפן קוקן וואס אזאנס דא קומט פאר, נו, וואס מיינט איר? דער בעקערי טראק! דאס ערשטע מאל איך זעה אום, א אינגערמאן מיט א קמץ בערדל זיצט פארנט, ער האט א ספעציעלער געלערענטער אויסריפער. יענער זינגט און שרייט אז ער איז דא פארקירט יעצט און ביז צוויי מינוט פארלאזט ער דאס מקום. און ווער וועט שאדן האבן? ער טענה'ט אז איך און איך טענה אז ער. וואס מיינט איר?
אינטערסאנט איז אז אונזער קאנטרי-גבאי איז פונקט אזוי פארנומען איבערן וואך ווי שבת. איך האב פארשטאנען אז איבערן וואך בלייבט ער אן א שטאך ארבייט און ריעט זיך אויס, יעצט וויילענדיג דא איבערן וואך זעה איך אז ער איז פונקט אזוי פארנומען. ער דארף זיכער מאכן יעדן מנחה-מעריב אז ער האט טאקע 10 מתפללים, ער ארבייט און שוויצט ביז ער שלעפט דאס צוזאם, איך בין געווען א באנעס די פאר טאג.
איך האב טאקע געקריגן בשכר זאת דעם כבוד צו דעווענען פארן עמוד איין מנחה, וועלעכע איך האב אום געזאגט אז דאס וועט שוין זיין אנשטאט די געפלאנטער קבלת שבת וואס ער האט מיר שוין מכבד געווען אויף קומענדיגער שבת נחמו. צו דאס וועט טאקע העלפן ווייס איך נאכנישט.
דער מענעדזשער האט זיך אויך געפריידט צום נייעם פנים אינמיטן די וואך. ער האט גלייך אראנדזשירט א "וואלי-געים". מיר זענען טאקע געוואוינט אזוי פון יעדע וויקענד, אבער דא האבן מיר געמוזט שפילן איינער קעגן די אנדערע. בלויז א צוויי-שפילער געים. עס האט נישט אנגעהאלטן לאנג, ווארום שוויצן אין די ניין טעג איז ניקס אויסגעהאלטן, אויב קען מען נישט גיין אין שויער דערנאך.
זאגט ער מיר אז ער האט איינגעהאנדעלט א נייעם רעוואלווער צו הרג'נען די פולע סקאנסק'ס וואס דרייען זיך בתוכינו. ער צייגט מיר זיין נייער טוי און בעת ער נעמט דאס ארויס פון באקס איז ער מיר מסביר אז דאס איז לעגאל רעגאסטרירט אויף זיין נאמען און לייסענס און נישט סתם קינדערישע מעשיות, איך נעם דעם רעוואלווער אין די האנט, עס איז מער פון די שרעקעדיגע סארט, גאר א לאנגער רייפל פון ברוינעם קאליר, עס פארמאגט אויך א גרויסן שפאקטיוו דעראויף. זיין פראבלעם איז אבער אז דער שפאקטיוו איז נישט גענצליך גוט אנגעשטעלט און עס צילט נישט גוט. ער לאדנט מיר איין טיף אין וואלד אריין ווי מ'גייט דאס אויספראבירן און אנשטעלן עס זאל צילן גאר פונקטליך.
איך האב אויסגעמאלן עטליכע רינגען איינס גרעסער פונעם צווייטן אויף א גרויסן פאפיר און דאס ארויפגעשטעלט אויף א ברייטן בוים אינמיטן וואלד, דא וועלן מיר דאס אויספראבירן. העמער זעהן אויב עס וועט למעשה צוקומען דערצו ווייל ער איז שוין געלאפן פארעכטן א סוער בעק-אפ ביי מיין שכן'ס באנגעלוי.
עס איז טאקע עטליכע טעג בעפאר תשעה באב, אבער די פארהאנדלונגען צווישן די פרויען גייען שוין פיבערהאפטיג, ווער וועט דאס ערשטע ניצן די וואש מאשינען נאך תשעה באב. עס איז איינשטימיג אפגעמאכט געווארן אז א גורל וועט זיין דער מכריע און לויטן גורל וועט מען דאס איינטיילן. איין פרוי וויל פארציילן א מעשה וואס איז פארגאנגענע יאר פארגעקומען בעת די געשלעגן איבערן וואש מאשין, אבער אונזער שכן מאכט איר שנעל שטיל. "לשון הרע" זאגט זי שטרענג און גלייך ווערט די ערצעהלורען שטיל. זעהט זיך אויס אז דאס איז פארגעקומען אין די שעה וואס זי רעדט נישט קיין לשון הרע. מי כעמך ישראל.