ביקר לאחרונה?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

ביקר לאחרונה?

תגובהדורך ווארד2007 » מיטוואך אוגוסט 04, 2010 8:15 am

פון פאך אויס בין איך נישט קיין גרויסער ארטיקל שרייבער, און אפילו אויב אמאל ווער איך נכשל, געווענליך סעיוו איך עס נישט ביי מיר אין קאמפיוטער, ביי דעם ארטיקל אבער האט מיין הארץ מיר געצויגן איך זאל עס יא סעיוון, איך ווייס נישט פארוואס, עטליכע טעג שפעטער ווען ס'איז געשען דער 9/11 פון אונזער באליבטער קרעטשמער, און מיין ארטיקל איז מיטגעשלעפט געווארן מיט די מים הזדונים, דאן האב איך אלעס פארשטאנען.
איך מיין אז די ווערטער זענען נאך אקטועל, בין איך עס פריש מעתיק דא:


אונז האב מיר דא א באגאבטן שרייבער וואס רופט זיך 'אב זקן', ער האט אונז אלע שוין מהנה געווען מיט שיינע סיפורים וואס מיר אלע האבן זיך באלעקט די פינגער, יעדע פאר טאג פלעגט ער ריקן ארטיקלעך, ועוד ידו נטוי' האפנטליך. און די זעלבע האבן מיר נאך עטליכע ווי 'פינטל' און 'גאליציאנער', דא וואס לייגן נאר איינמאל א וואך, דא וואס מערערע מאל, און אזוי האבן אידן הנאה.

לעצטנס האט זיך אונזער 'אבן זקן' מחמת סיבות אביסל פארזוימט מיט זיינע פארזעצונגען, און פון אלע זייטן האבן זיך געהערט געבעטן, 'אלטער טאטע' מיר ווילן דיר הערן, טו דיינע פארזעצונגען פארמערן.

איין טאג באמערק איך ווי א מער פיפיגער חבר הקרעטשמע הייבט זיך אן צו זארגן אויף 'אב זקן', ער האט געכאפט א בליק אויף זיין פראפייל, און ער זעט ביי 'ביקר לאחרונה' אז אונזער 'אב' האט שוין לאנג נישט באזוכט אין קרעטשמע אריין, וואס גייט פאר מיט אים? פארוואס הערט מען נישט פון אים? (זיין תירוץ איז שוין אנגעקומען אינצווישן אז ס'איז שווער צוליב דעם זומער).

אט אין יענע מינוט ליינענדיג די תגובה, האט מיר אויפגעבליצט א געדאנק, דער הייליגער באשעפער האט נאך אזוי – און אוודאי נאך מער – הנאה פון אונזער תורה לערנען, כביכול הקב"ה באלעקט זיך די פינגער מיט יעדעס ווארט תורה וואס מיר לערנען, עס פארט איין ארטיקל נאך די צווייטע, איינער ברענגט זיין ארטיקל יעדן שב"ק ווען ער האט צייט, א צווייטער האט מער צייט לערנט ער מערערע מאל אינמיטן די וואך.

עס קומט אבער א צייט, א שטייגער ווי זומער, מען צופארט זיך אהער און אהין, און דער קול תורה ווערט אביסל שטילער, און כביכול הקב"ה קומט אין ביהמ"ד און פרעגט 'מדוע באתי ואין איש', פארוואס הער איך נישט שוין אזוי לאנג דעם קול התורה, וואס גייט פאר.

דער הייליגער באשעפער אשר לפניו נגלו כל תעלומות געט א קוק אויפן פראפייל, און באטראכט דעם 'ביקר לאחרונה', ווען איז ער לעצט געווען אין ביהמ"ד?, און דער מצב ווערט נישט גוט ווען מען זעט אז גאר לאנג האט ער זיך נישט באוויזן דעם פנים.

אז מיר שטייען עטליכע טעג אפגערוקט פון חמשה עשר באב, וואס די גמרא זאגט מאן דמוסיף יוסיף, זאל עס דינען פאר א התעוררות, אז דער ביקר לאחרונה זאל זיין אפדעיטעט.
לעצט פאראכטן דורך ווארד2007 אום מאנטאג אוגוסט 15, 2011 3:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 3:15 pm

יעלה ויבא

הקריאה מעורר הזמן
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 3:44 pm

שיינער רעיון.

---
מיין דאנק פאראיארן איז מסתם אויך פארשוועמט געווארן....

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:24 pm

ווארד 2007 געוואלדיג, נאכמער אז ס׳איז געספעלט געהעריג ממש א נחת צום ליינען נישט ווי מאנכע דא אינעם וועלטל וואס פירן זיך נישט צו נוצן די אנגענומענע גראמאטישע כללים.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 9:28 am

זייער שיין ווארד! שכוח!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מיטוואך יולי 17, 2013 10:52 am

יעלה ויבא

אויב די הנהלת המי מנוחות האלט ס'איז אינטערעסאנט קענען זיי עס אריינלייגן ביי זיך אויך
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 17, 2013 2:50 pm

שטארקע געדאנק!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג אוגוסט 02, 2015 5:37 pm

יעלה ויבא, הך מרגניתא טבא, לקראת הזמן היקר כדהבא, כאשר קול דודי דופק באהבה, ומבקש פתחו לי מנפש החרבה, ואם יועיל לאף אחד מבני החבורה החשובה, והי' זה שכרי כאלפי רבבה.
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג אוגוסט 02, 2015 7:40 pm

ווארד2007 האט געשריבן:יעלה ויבא, הך מרגניתא טבא, לקראת הזמן היקר כדהבא, כאשר קול דודי דופק באהבה, ומבקש פתחו לי מנפש החרבה, ואם יועיל לאף אחד מבני החבורה החשובה, והי' זה שכרי כאלפי רבבה.

וידבר 'דבר', כאיש נבר, אשר סבר, היצר גבר, הזמן עבר, כשאין לו חבר,
התורה מונחת, לא בא לקחת, לבורא פורחת, בדמעה צווחת, אין לי יחס,

נהניתי עד מאוד החיתנו בדבריך.
הק' איש ימיני


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גאנץ יאר פרייליך און 27 געסט