וואס וואלסטי געטיען??

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטאטס נער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2007 3:22 pm

וואס וואלסטי געטיען??

תגובהדורך שטאטס נער » דינסטאג ינואר 16, 2007 3:29 pm

איך מיז עס אויסרעדן

די וואך שבת איך וואק אין שול. איך האב שוין געהאלטן פאר מיין שול, א גיטע פאר גאסן אוועק פין מיין הויז
איך גיב מיר א קראץ אין ריקען והנה, איך פיל א קנעפל!!! איך האב אנגעטיען א אלטע ביקעטשיע אנשטאט מיין רעשוואלקע

די בושה איז געווען גרויס, אבער געוואלד וואס טיט מען?? אויסטיען די אויבערשטע בעקיטעשע, יעדער וועט זען מיין דורכפאל
בלייבען דערמיט איז זיכער נישט שייך, אויסדרייען אין זיך נעמען וואקען צוריק אהיים? אנגעטיען דערמיט, האלטן אין די הענט?
קיקען צי יעדער זעט טאקע, פארוואס האט מיר קיינער נישט געזאגט ביז יעצט??

ענעוועי כפרות עוונות, זאל דאס זיין די ערגעסטע, אמן

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג ינואר 16, 2007 3:34 pm

איך פארשטיי נישט.

ממה נפשך, וואוינסטו אין ווילאמסבורג אדער בארא פארק, דאן פארוואס מיינסטו אז די בושה איז אויסצוטון דעם בעקיטשע מחמת עצמו, דער פראבלעם וואס וועט דעם עולם שטערן און אויף וועלכע מען וועט זיך קאנצעטרירן איז דאך נאר דאס וואס די טראגסט אום שבת. ווידער אום, אויב וואוינסטו אין מאנסי, דאן וואס איז די בושה? אין מאנסי קענסטו גיין מיט די גאטקעס אויפן קאפ יום כיפור פאר נעילה, און עס וועט קיינעם ניט אנגיין. אלא מאי, וואוינסטו אפשר אין קרית יואל? נא, ס'איז נישט מסתבר. מוז דאך זיין אז די וואוינסט גאר אין פאר-ראקעוועי, און די האסט דיך דא אריינגעדרייט געדענקענדיג דעם אידיש פון דיין פאטער'ס הויז....

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג ינואר 16, 2007 3:44 pm

דערמאנסט מיך א מאנסע, ווען איך בין געווען עטליכע חדשים צירוק ביי א גרויסע חתונה וואס איז געמאכט געווארן מיטן גאנצן פאראד, האלט מען אזוי אינמיטן די קבלת פנים, האט זיך געשטעלט א מנין מעריב און די חתן האט אויך דארט געדאווענט, און ווי דער מנהג איז דער חתן געגאנגן מיט זיין רעשוואלקע, אבער ווי אינטערעסאנט זעה איך אז עפעס איז פאני, ביז כ'האב געכאפט אז דער חתן האט אנגעטוען פון אינווייניג אלץ בעקיטשע די רעשוואלקע, און די בעקיטשע, מיט די צוויי קנעלען פון אינטען, דעראויף,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

שטאטס נער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2007 3:22 pm

תגובהדורך שטאטס נער » דינסטאג ינואר 16, 2007 3:47 pm

קרעזי, אין וומסב"ג

B T W קרעזי איך שרייב אלץ וומסב"ג ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי מען ספעלט עס גיט אויף אידיש, דיין נוסח איז זיכער נישט גיט, עס פעלט א יודעלע

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 16, 2007 3:49 pm

וויליאמסבורג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג ינואר 16, 2007 4:09 pm

איך קען נישט שרייבען וואס איך וואלט געטין , איך קען שרייבען וואס איך האב געטיען , בקיצר איך בין געווען צי גאסט אין בארא פארק איך האב געבעטן מיין ווייב אונציגרייטן מיין טיש בעקיטשע מיט די רשוואלקע האט זי איינגעפאקט מיין זיידענע בעקיטשע מיט מיין טיש בעקיטשע פרייטאג צי נאכט אימיטן גיין אין שיל פיל איך אז עס איז צרות אין האב אן מיין זיידענע בעקיטשע איך בין געגאנגען ווייטער אין שיל אין אופגעהאגען מיין זיידענע בעקיטשע אין נאכן דאווענען בין איך אהיים אן גארנישט עס איז געווען בערך 25-30 דעגרי איך בין געפרוירן געווארן נאר צי גיין מיט א דינע טיש בעקיטשע ,אין ציפרי בין איך געווען די איינציגסטע נאר מיט א טלית אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד !!!
ערשט מצושב"ק אופן וועג אהיים מיט די קאר האב איך געסטאפט אין יענע בהמ"ד וואס איך האב געדאווענט פרייטיג צינאכט און אויפגעפיקט מיין זיידענע בעקיטשע
============== וואס מיינט איר גם זה יעבור ==================

שטאטס נער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2007 3:22 pm

תגובהדורך שטאטס נער » דינסטאג ינואר 16, 2007 4:16 pm

איך האב געבעטן מיין ווייב אונציגרייטן מיין טיש בעקיטשע מיט די רשוואלקע האט זי איינגעפאקט מיין זיידענע בעקיטשע מיט מיין טיש בעקיטשע



האסט זייער שיין דערציילט די ערשטע האלבע מעשה

דערציל ביטע שיין די צווייטע האלב מעשה, וואס האט דיין ווייב געכאפט דערפאר,?? הא???????? :wink: :wink: :wink:

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג ינואר 16, 2007 4:19 pm

איך האב איר געזאגט אז מער זאל זי נישט אונגרייטען מיינע זאכען ווען מער פארט אוועק ,איך וועל אלעס אליין טיען o-h?e

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » דינסטאג ינואר 16, 2007 4:39 pm

דארפסמאן, צוה שנעל צוריק, איך האב איר איינמאל אזוי געהייסן, און געיסט וואט, איך בין יענעם שבת געגאנגן מיט מיין טאטענ'ס האלבע הויזן.. מיינס איז געבליבן אינדערהיים

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 16, 2007 4:42 pm

יעקב אלי', איך געדענק נישט זאלסט האבן אמאל גענומען מיינע הויזן. דערמאן מיך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג ינואר 16, 2007 5:00 pm

יעקב אלי' איך האב נישט געוויסט אז די גייסט מיט האלבע הויזן -rf
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג ינואר 16, 2007 7:48 pm

טשולדיגט, איך זעה נישט וואס די בושה איז? ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות...

כ'מיין אז איך וואלט ווייטער געבליבן דערמיט. וועם גייט עס אן? ווער קוקט דיר פונקטליך נאך וואספארא סארט קאפטן דו טראגסט? און אז איינער מערקט שוין יא, נו, וואס איז? האסטו דען געטון עפעס אן עולה צו עפעס א ספעציעלע אויפפאלנדע זאך?
און אפשר מיינט יענער אז דו ביסט פון די קרייזן וואס גייען כלל נישט אין קיין רעזשוואלקע?

צו גיין אום פינעף און צוואנציק דער גראד אן א מאנטל צוליב די איינגערעטע, קלאמפירשטע, בושה איז פיל מער אויפפאלנד...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 16, 2007 9:30 pm

דא איז פאסיג צו דערציילן די מעשה פון דעם מלבי"ם. נישט ווייל איך האב א ראי' אז ס'איז געווען מיט'ן מלבי"ם, נאר פשוט ווייל אזוי ווי יעדע קינדערישע חכמה'לע גייט אויפ'ן חשבון פון ר' יונתן אייבשיץ, און יעדע חשבון פשעטל גייט אויפ'ן קאנטע פון אסטראווצער, אזוי אויך גייט יעדע מעשה מיט א משכיל אויפ'ן מלבי"ם.
הקיצור, דער מלבי"ם האט שפאצירט אויפ'ן גאס אין איינע פון די פרילינג טעג, און אזוי ווי ס'איז געווען אביסל קיל האט ער אנגעהאט א מאנטל. האט אדורכשפאצירט א משכיל, און זעענדיג דעם מלבי"ם אנגעטון מיט'ן מאנטל, האט ער זיך אנגערופן מיט שפאס דעם לשון הגמרא אין מס' שבת: חמרא אפילו בתקופת תמוז קרירא ליה, ד.ה. אז פאר א אייזל איז שטענדיג קעלט, אפילו אין די הייסטסע זומער טעג.
האט אים דער מלבי"ם געענטפערט, אדרבה, דער אייזל ביזטו. איך, ווען איך בין קאלט, טוה איך מיך אן א מאנטל, נישט קיין חילוק וועלכע חודש ס'איז, און אזוי בין איך באווארנט אז איך ווער נישט פארקילט. אבער אזא אייזל ווי דיר, וואס דו ווילסט דיר נישט אנטון קיין מאנטל ווייל אויפ'ן קאלענדער איז נישט ווינטער, וועסטו טאקע פארקילט ווערן פון די קעלט וואס הערשט פאקטיש יעצט אויפ'ן גאס. דאס איז פשט אין די גמרא, אז א אייזל קען זיך פארקילן אפילו אין די הייסע תמוז טעג, אויב ס'איז פערצופאל קאלט און ער אנטזאגט זיך אנצוטון א מאנטל.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך ינואר 17, 2007 10:57 am

זארעכ. כ'וואלט אויך געטוהן וואס דו זאגסט, און יישר כוח פאר מאשקע פאר די שיינע סיפור.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך ינואר 17, 2007 11:13 am

מאשקע האט געשריבן:דא איז פאסיג צו דערציילן די מעשה פון דעם מלבי"ם. נישט ווייל איך האב א ראי' אז ס'איז געווען מיט'ן מלבי"ם, נאר פשוט ווייל אזוי ווי יעדע קינדערישע חכמה'לע גייט אויפ'ן חשבון פון ר' יונתן אייבשיץ, און יעדע חשבון פשעטל גייט אויפ'ן קאנטע פון אסטראווצער, אזוי אויך גייט יעדע מעשה מיט א משכיל אויפ'ן מלבי"ם.

אזוי אויך יעדע דזשאוק אויפ'ן חשבון פון יענקל מיללער.......

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך ינואר 17, 2007 11:19 am

נו אוודאי אזוי... ווער דען האט עס געזאגט אז נישט יאנקל מיללער?... איך ווייס נישט ווען יאנקל מיללער האט געקענט זאגן אזויפיל וויצן... אפילו ער זאל לעבן אזוי לאנג וויפיל אומזיסטע AOL שעה'ן איך האב שוין באקומען אין מיין פאסט קעסטל, וועט ער נאך אלץ נישט קענען אניאגן צו זאגן אזויפיל...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » מיטוואך ינואר 17, 2007 11:29 am

איך האב געהאט א צווייטע מעשה, אוי איז דאס געווען בושות, עשרה בטבת ביי מנחה, בין איך ביים ליינען אזוי געווען פארקלאצט, און נאך די הפטרה, און דער בעל מפטיר לאזט אויס מגן דוד, גיב איז אזא שריי אויס "יקום פרקן מן שמיא", אוי בין איך רויט געווארן.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך ינואר 17, 2007 11:47 am

זארעכפעפער האט געשריבן:טשולדיגט, איך זעה נישט וואס די בושה איז? ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות...

עס איז בכלל נישט קיין בושה עס איז א מעלה איך קוק אים ארויף

שטאטס נער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2007 3:22 pm

תגובהדורך שטאטס נער » מיטוואך ינואר 17, 2007 12:39 pm

טאגליכט
עשרה בטבת ביי מנחה, בין איך ביים ליינען אזוי געווען פארקלאצט, און נאך די הפטרה, און דער בעל מפטיר לאזט אויס מגן דוד, גיב איז אזא שריי אויס "יקום פרקן מן שמיא", אוי בין איך רויט געווארן.


קימט נישט צי מיין דורפאל, אין א פלענער דינסטאג
נאך עלינו פין מנחה, כ'בין געווען פארקלאצט ווי עס דארפט צי זיין דער בעל תפלה האט געענדיגט ושמו אחד האב איך געגעבן א שריי אויס ברכו את השם המוברך
מיינעדיג אז מען האלט נאך מעריב, אין כ'האב פארפאס ברכו, איי געווען בושות, א פילע ראדני פאליש געווען, בערך 5 נאכמיטאג ס'נאך געווען ליכטיג אינדרויסן

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך ינואר 17, 2007 12:41 pm

ס'איז דא אן עקסטערע אשכול פאר דוירעכפעלער, פארוואס דארף מען האבן צוויי?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך ינואר 17, 2007 12:42 pm

יאו האב איך געלאכט , איך מיין אז די זאגסט אייביג ברכו נאך מעריב
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך ינואר 17, 2007 12:43 pm

עס איז נישטא צוויי, דעס האט מען געפענט פאר א עצה, און אזויווי רוב אשכולות איז עס פארפארן. און יענע האט מען געפענט פאר דורכפעלער, און מסתם איז שוין יענע אויך פארפארן.

איך מיין אז מען זאל סתם טוישן די קעפל פון ביידע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך ינואר 17, 2007 12:44 pm

דאס אליין איז א דורכפאל, אז מ'עפנט אן אשכול אויף איין זאך און ס'פארפארט צו א צווייטע זאך. אין וועלכע אשכול זאל מען באשרייבן דעם דורכפאל?
An article a day keeps the babies away

שטאטס נער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2007 3:22 pm

תגובהדורך שטאטס נער » מיטוואך ינואר 17, 2007 12:48 pm

דאס אליין איז א דורכפאל, אז מ'עפנט אן אשכול אויף איין זאך און ס'פארפארט צו א צווייטע זאך. אין וועלכע אשכול זאל מען באשרייבן דעם דורכפאל?


איך האב א גיטע אשכול דערפאר

נעכטן האב איך געעפענט א נייע אשכול אינטערן נאמען WOW WOW OW פאר עפעס א סיבה איז עס אנגעקימען אינעם תהום אריין
{כהאב נאך נישט די חוצפה צי פרעגן פארוואס עס איז געשען.. אפשר שפעטער מיט די צייט וועל איך עס טיען} נ. ב. יענטץ איז געווען א משוגענע גיטע קליפ

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך ינואר 17, 2007 12:50 pm

[="שטאטס נער"]
יענטץ איז געווען א משוגענע גיטע קליפ

משיגע אדער גיט ?
לעצט פאראכטן דורך דארפסמאן אום מיטוואך ינואר 17, 2007 12:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה ידידות, נעכטיגן טאג און 17 געסט