Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

עפ"י הוראת הרבנים מותר לקנות ממעות מעשר!

מאנטאג מאי 31, 2010 12:14 pm

צדקה... צדקה... איינס פאר צען, דריי פאר צוואנציג....

כאפט'ס אריין היינט נאכט איז דער גורל..... געציילטע שעה'ן פארבליבן....

פאר בלויז איין דאללער געווינט איר....

די און ענליכע פראזען זענען כהיום פון די טאג טעגליכע ערשיינונגען, וואס די המון עם איז שוין צוגעוואונט צו הערן. אדער 10 אזייגער אויף די נאכט באקומען א טעלעפאון קאלל וואס מעלדט אייך איין די פריידיגע בשורה אז איר קענט נאך היינט נאכט זיין די גליקליכע געוואונער פון....

צדקה אז אייביג געווען א באליבטע מצווה ביי כלל ישראל וועלכע האט סימבאלאזירט די סימן ישראל פון רחמנים און גומלי חסדים,
דער איז געגאנגען פאר הכנסת כלה, און דער סתם אזוי פאר א הכנסה קלה... אידישע קינדער זענען נתבעים ונותנים און מיט א ברייט האנט געטיילט שווערע סכומים.

אבער די לעצטע תקופה קומט פאר א דראסטישע טויש און די גאנצע צדקה אפאראט, עס איז דא האפענונג אז עס זאל שטיל ווערן אין בתי מדרשים ביים דאווענען, כ"ו אב ביים ציון אין ק"י, און בימי אדר און אלע חרדי'שע געגענטער.... אז איינער וועט אייך פארציילן אז ער איז לעצטנס געגאנגען שנארן צו מאכן א דאלער זאלט איר אים נישט גלייבן, ס'איז פשוט נישט אמת... מער נישטא קיין געלט גייער....

מער נישט דא קיין חתן פון אר"י וואס דארף זיך אליינס חתונה מאכן, א איד מיט א נישט געזונט קינד, א בעל חוב וואס מאכט חתונה די דריטע קינד אין איין יאר, נישטא!

וואס יא, 'ס'פארקויפט' זיך צדקה לאטא'ס, 'מ'ארגאנעזירט' טייערע אוקשענ'ס לרחצה יאפאנעזע אדער כינעזע, מ'אראנדזירט א קומזיץ אדער קאנצערט פארשטייט זיך אליין אז אלע הכנסות זענען מוקדש פאר צדקה, אדער פארקויפט זיך הבטחות פאר ערליכע געזונטע אור אייניקלעך, אבער נישט צדקה!

עכ"פ אזוי זעט עס אויס...

וואס בלייבט נאר יא אינטערעסאנט איז אז ביי די אלע ראפפעלס, אוקשענ'ס, פארטי'ס, אדער פלעיס שטייט צו געשריבן "עפ"י הוראת הרבנים מותר לקנות ממעות מעשר".... אפשר האלט מיר שוין נאנט צו די לאנג ערווארטעטע טאג ווען אויפן טיר פון גראסערי אדער רעסטעראנט וועט שטיין "לויט די פארלאנג פון פארוואלטונג מעג מען דא איינקויפן מיט מעשר געלט...."

Advertisement

מאנטאג מאי 31, 2010 12:19 pm

;l;p-
מ'האמיר דיך שוין לאנג נישט געהאט דא, וועלקאם בעק! און נאך מיט אזא זאפטיגן שפראך...

נ. ב. איז דא א וועג מ'זאל מיך דיך קענען אנהאלטן זאלסט אונז נישט ווידער אנטלויפן?...

מאנטאג מאי 31, 2010 1:05 pm

איר רעדט איבער די הלכה חלק פון דעם?
אינעם ספר 'ממונם של ישראל' פון א סקווערער חסיד, שרייבט ער אז ס'איז מותר לכתחלה צו קויפן ראפלס מיט מעות מעשר. ער ברענגט אז ליתר שאת אויב האט דער געווינער דאס געקויפט ממעות מעשר, זאל ער דאס אויסקויפן מיט אייגענע געלטער, אבער דאס איז נישט לחיובא.

מאנטאג מאי 31, 2010 3:40 pm

איך רעד אינגאנצן נישט פון די חלק צו מ'מעג קויפן ממעות מעשר.
די רעדע איז איבער די פארלוירענע גלאנץ פון די הייליגע מצוה פון צדקה, היינט האט מען זיך צוגעוואונט אז מ'גיבט באקומט מען, אז מ'באקומט נישט גיבט מען נישט.
ריין צדקה לשם צדקה איז מער נישט אקצעפטירט.

(איך פארשטיי אז ס'איז ווייט נישט אזוי עקסטרים, אבער מ'האלט אויף א וועג....)

מאנטאג מאי 31, 2010 3:56 pm

וואס פארשטייסטע נישט
אלע ניין חלקים זענען שוין אויסגענוצט (אויב ס'יז אמאל געווען....), סאו וואס ווילסטו? איז דאך נאר געבליבן צו נעמן פון מעשר, נישט אזוי?

מאנטאג מאי 31, 2010 3:58 pm

גימעל האט געשריבן:ריין צדקה לשם צדקה איז מער נישט אקצעפטירט.


נישט אמת...קופת העיר יוכיח.... :wink:

דינסטאג יוני 01, 2010 10:03 am

נא לאמיר בייצאלען הרב גימל פאר אזא שיינע ארטיקל מיט מעות מעשר עפ"י הוראת הרבנים

דינסטאג יוני 01, 2010 2:17 pm

טאמער איז דא וואס קאמפלעינען אז ס'איז מער נישט דא די ריין צדקה וכדו'.

קען זיך באקלאגן נאר אויף אונז.

די מציאות אז פאר א ראפעל אדער אקשען געסטו (יא.. דו אויך!) גרינגער ארויס א דאלער פון טאש.

מיטוואך יוני 02, 2010 6:13 am

א פיין ארטיקעל גימל,
כ'האב איינגעפירט ביי מיר אז מ'קויפט נישט קיין ראפעלס, וואס יא? מ'געט די געלט און פיניש!
מיין ווייב זאגט אז ווען זי קומט צו א פארטי שטייען פרויען און מ'דינגט זיך וועליכע ראפעל צו קויפן, די צו דאס, און זי האט ב"ה נישט די פרעשור, מ'ווארפט אריין ס'געלט אין שיסל, און מ'גייט ווייטער.
אויב ס'איז מיר באשערט צו מאכן א צוואנציג אלפים, בין איך נישט באזארגט, דער בורא עולם וואס האלט אן די וועלט יעדע רגע קען מיר עס צושיקן דורך גענוג וועגן.
אבער כ'רייס ח"ו נישט אראפ קיין ראפעלס, סוכ"ס געבן רוב מענטשן יא מער ווען ס'דא א ראפעל, און די צדקה קאסע פארדינט.

ר' שמחה, ביי קופת העיר איז דאך יעדער א זיכערער געווינער, ר' חיים'ס רעביצין וועט דאך נעמן חלה און זאגן דעם נדבן'ס נאמען דריי מאל...

מיטוואך יוני 02, 2010 7:45 am

קויפט און געווינט אפן פלאץ!.....אפסס, כ'האב געזעהן עפעס צדקה האט זיך מיר דאס ארויסגעכאפט. זעהסט, דו האסט יא געגעבן פון דיין "כבד את ה' מ'הפעדער שלך", האסט מיט דיין חסד געמאכט אידן שמייכלן.

מיטוואך יוני 02, 2010 9:41 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:ר' שמחה, ביי קופת העיר איז דאך יעדער א זיכערער געווינער, ר' חיים'ס רעביצין וועט דאך נעמן חלה און זאגן דעם נדבן'ס נאמען דריי מאל...
נישט דריי מאל...פערציג מאל....

דאנערשטאג יוני 03, 2010 9:02 pm

אינטערעסאנטע געדאנק!

שיין באשריבן און א גליטשאיגע שפראך
שרייב א תגובה

Advertisement