גאסט עדיאטאריעל: אין לך אלא וואטעווער שבדורך, ענדזשוי איט.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

גאסט עדיאטאריעל: אין לך אלא וואטעווער שבדורך, ענדזשוי איט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

גאסט עדיאטאריעל: אין לך אלא וואטעווער שבדורך, ענדזשוי איט.



יוקל דער זיידע פון די כלה זיצט ביים טיש, ס'איז די לעצטע שבע ברכות פונעם אכצנטן אייניקל צום גוטן, בליעה"ר, 'זאל ג-ט העלפן אויף ווייטער' שעפשעט ער פון אונטער די געל-ווייסע -פון די מוציא פארברעקלטע- שנויצן.



די קרובים פון ביידע צדדים קענען זיך שוין דורך און דורך נאך א צירקע וואך זיצן צוזאמען. אלע לשון הרע'ס האט מען שוין דורכגעקייעט, יעדעס דורכפאל און אומאנגענעמע סיטואציע וואס קען זיך מאכן האט שוין פאסירט, אפילו די קליינע קינדער זענען שוין באלד נמאס פון די גלאנציגע שיך און שבת'דיגער אנצוג.



צום וויפלטן מאל עסט דער עולם די לעבער און צוריבענע בונדלעך קייענדיג צום טאקט פון די לייכטע מוזיק. ווען די טיר עפנט זיך און דער יארמער רב ר' יענקל מיללער שפאנט אריין, מיטן באקאנטן רבי'שן שטעקן און וויזניצע פיאות. מיט א פרייליכן שמייכל באגריסט ער דעם מונטערן מחותן וועמענס שנעלער אטעם וועלכער זעט זיך אויפן ארויסגעשטעקטן בויך זאגט אז ער האט א ספעציעלער הנאה פון זיין סופרייז.



די אנוועזנדע גיבן זיך א שטיקל צו אויס דעם רוקן און פערגראדן זיך די פלייצעס. אהה..... הערן זיך רופן צווישן דעם ציבור וועלכע האט הנאה אז מען וועט כאטשע האבן עטוואס אונטערהאלטונג ביים היינטיגן שבע ברכות.



אלע חוץ דער זיידע.... ר' יוקל הערנדיג א שטיקל גערודער פון ציבור הייבט זיך עטוואס אויף דעם קאפ פון איבער די בונדלעך, שענקט א בליק אופן עולם, א בליק אין ריכטונג פון די טיר, א בליק אויפן אריינקומענדן בדחן, מאכט א ביטול'דיגן גרימאס מיטן קייענדן מויל, און קוקט צוריק אריין אין טעללער.



דער בדחן זעצט זיך אנידער אויפן אויבן אן נעבן דעם חתן אויפן אנדערן זייט פונעם זיידע, וואונטשט עפעס דעם חתן וועלכער רעאגירט דערויף מיט א פרייליכער געלעכטער.



הערנדיג דעם לאך בויגט זיך דער זיידע צו צום חתן'ס אויער בעת מיטן טאשטיכל פארווישט ער זיך די לעפצן, און מיט א שטיקל היס פון פראנאויס מורמלט ער אריין דעם חתן 'עההה.... די העסט ווען געברויכט הערן רעב-חיי-מענדל'ען'......



צום העפליכן לחיים פונעם בדחן רעאגירט אויך דער זיידע מיט א פערטל שמייכל כמעט מיט שנאה. און בעת דער עולם קייכעט זיך פאר געלעכטער פון די טיפזיניגע וויצן קוים כאפנדיג דעם אטעם זיצט דער זיידע פארבויגן אויף אראפ, מיט אויפגעברויזטע אויגן און א גרימאסיגער פנים, און מורמלט מיט ביטול 'עההה.... ווען זע העטן ווען געהערט אמאל ב-חיי-מענדל'ען'......



נישט נאר ר' יוקל, נאר אויך ר' מעכיל, ר' פייוול, ר' גרונם, און ר' זרח. אלע אידן העכער א געוויסע עלטער האבן דעם אבסעשאן מיט דעם ב-חיי-מענדל'ען.



ב-חיי-מענדל פלעגט, ב-חיי-מענדל העט ווען, ב-חיי-מענדל ארויף, ב-חיי-מענדל אראפ, ב-חיי-מענדל אהין, ב-חיי-מענדל אהער!!!.....

לאזט אונז אפ מיט ב-חיי-מענדל'ען'! שרייט זיך ארויס פון יעדעס יונגע נשמה! מיר האבן אים נישט געקענט! מיר וועלן אים נישט קענען! מיר האבן אים נישט געהערט! מיר וועלן אים נישט הערן!



ווען איר פארציילט נאך זיינע וויצן ביי א שמחה פארשטייען מיר זיי נישט! און ווען איר פארציילט דאס נאך אינמיטן א היינטיגן בדחן'ס וויצן פארשטייען מיר שוין דעם היינטיגנ'ס אויך נישט!



גענוג מיט ב-חיי-מענדל'ען'! מיר וועלן לערנען א משנה לעילוי נשמתו העכסטנס! אבער זיינע וויצן זענען א פארגאנגענהייט!!!



*****



מורי ורבותי, אה... שלום עליכם בירדער'לאך! אינגאנצן פארגעסן... וואס מאכט איר עפעס?..... אה זארעכ! מעסטער! כער! סאכדעס!!!, קרעמער'שקע זיסער!!, יעדער איינער, ......ווער איז ער?...... הא?!..... מאשקע הייסט ער?..... שלום עליכם ר' מאשקע, מיין נאמען איז יענטאאש.... קוק שוין קוק, קעניינעהארע ווא-דא-טיצעך....



עניוועי, הערט זיך איין מורי ורבותי.



איך ווייס נישט וויפיל פון אייך בענקען זיך נאך מיר און מיינע דרשות. אבער די פון אייך וואס בענקען, הערט מיך אויס.



איך בין נישטא! איך האב נישט קיין צייט, קיין טראפ צייט. כ'האב שוין געוואלט צו אייך שרייבן עטליכע מאל און איך בין נישט אנגעקומען. למעשה האב איך מיך קוים גענומען די מי און פאר מינוט אייך צו שרייבן איצטערט.



עניוועי, יענטאאש איז שוין נישט אין די קרעטשמע. פאקט.



צו איך וועל זיך אמאל צוריק-קערן? איין באשעפער ווייסט. אויבנאויף קוקט נישט אויס אזוי.



נו צו וואס פעלט'זשעט אויס צו קלאגן? פארוואזשע מעסטן אנדערע לפי ערכי? יענער איז א גוטער געלונגענער בא'טעמ'טער געשמאקער שרייבער, מיט הערליכע זאפטיגע נארהאפטע ארטיקלען וועלכע ער גוט אייך שלא על מנת לקבל פרס.



די איינציגגע זאך וואס א שרייבער אין די קרעטשמע פארלאנגט איז א גוט ווארט, א יישר כח, אן אנערקענונג. דעטסאיט. טא זייט נישט נאריש, גיבט עס אים.



לעבט מיטן מציאות, אין לך אלא וואטעווער איט איז שבדורך. און אויב האט איר שכל, טוט הנאה האבן און ענדזשויען דער וואס איז יא דא, נישט קלאגט אויף ווער עס עס איז שוין נישט דא.



רעיגען פרעזידענטירט שוין נישט.

ב-חיי-מענדל בדחנ'ט שוין נישט.

און יענטאאש שרייבט שוין נישט.



זייט געזונט. סאו לאנג.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ער איז שוין אוועקגעגאנגען? איך קען שוין אויפהייבן מיין קאפ?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
מאשקעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקעלע »

גרויזאמער, דיין קאפ איז דאך א גאנצן טאג אין דער הייך...
*
יענטאאש, עליכם שלום. איך בין צופרידן אז מ'פרובירט מיך אפילו צוצוגלייכן צו דיר. לאו כל מוחא סביל דא, נישט יעדער איז זוכה דערצו.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יא,פארפאלן, יענטאאש איז די חיי-מענדלען שבדורני.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאב נאך נישט קיין צייט געהאט עס צו ליינען, אבער כ'מוז קודעם ארויסברענגן מיינע אינערליכע געפילן צו יענטאשש

יענטטאש'ל כ'ווארט שוין אזוי לאנג דיר צו זעהן
וואו ביסטו געווען אזוי לאנג?
ווילאנג פלאנסטו צו בלייבן צווישן אונז?
איז דיין עדיטאריעל אפילו א פארגלייך צו זארעכ'ס
גייסטו אין זיין מהלך?
עניוועי האופ טו סי יו מאר, איצט וועליך ליינען דיינע ווערטער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אבער די עלטערע אידען זאגען אז ר' חיים מענדל איז געווען בעסער , איך האב אמאל געהערט א טעפ פון חיים מענדל אין איך בין בכלל נישט משיגע געווארען פון אים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איינער דא וועט מוזן שאפן א קליפ פונעם
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
מאשקעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקעלע »

איך וועל ברענגען. איך האב אינדערהיים אן אויפטריט זיינעם ביי א פורים טיש ביי רביה"ק בעל דברי יואל/ויואל משה זי"ע.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

פארגעס נישט דערפון פליז, עס וועט זיין א באמבע קליפ.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

יאך האב נאך קיינמאל נישט געהערט חיים מענדל'ען, אבער איך הער מיט וואס פאר א הערצה דער יארמער רב ר' יענקל, רעדט פון זיין רבי'ן אין בדחנות, ר' חיים מענדל, שטעל איך זיך פאר אז ער איז נישט אוועקצומאכן.....
מאשקעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקעלע »

ערעב חייעם מענדל אידאך געוועיען אזא זיסער יודל, אז ווער ס'האט אים נאר געקאנט האט זיך אויפ'ם אויסגעדרוקט, אשרי יולאדעתו, וואויל איז דעם וואס האטעם געבאאארן.
ווער ס'האט אים שוין געהערט, וועט פארשטיין.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מאשקעלע ברענג שוין א קליפ פון אים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
מאשקעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקעלע »

האב איך נישט פריער געזאגט אז איך האב אינדערהיים? איך בין נאך אין די ארבעט. איך ווייס אז אויפ'ן קרעטשמע זייגער איז שוין נאך די ארבעטס שטונדן, אבער מיין בעה"ב רעכנט זיך נישט מיט יענעם זייגער.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אה טאקע , איי עם סארי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

פשיהא? א גאנצע מאנסע פון א שבע ברכות אלעס אנצוהערן אונז קרעטשמע מיטגלידער, אז אין לך אלא וואטעווער, כאבב זיך אויף דעם נישט געראכטן, זיס צוקער וכו'.

יישר כוח, כ'וואונטש דיר אז דו זאלסט זיין פארנומען אין א גרויסע אפיס פירן א ריזיגע ביזנעס, און אוועקגעבן איין טאג פון די וואך פאר די מעין טינג, כ'מיין צוזאגן פאר די קרעטשמע.

מסכים.?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך דריי מיך שוין ארום דאהי פופצן מינוט, און הערשט יעצט מערק איך אז דאס איז דא, לאמיר שוין זיך זעצן ליינען.
מאשקעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקעלע »

יאנאש, ביזט געשטאנען ביז היצטערט? א רחמנות אויף דיינע פיסעלעך.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך שרייב געווענליך א יישר כח, פאר איינעם וואס שרייבט א גוטס, כדי יענער זאל באקומען חשק צו שרייבן נאכאמאל, אבער ער זאגט דאך קלאר אז נישט, נאר וואס דען, מ'קען קיינמאל נישט וויסן, ער וועט נאכאמאל אריין פאלן דא, און א קוק טוהן ווי אזוי דער עולם האט רעאגירט, וויל איך נישט אים חלילה מאכן שלעכט שפירן אז איך האב מיך נישט וואוסנדיג געמאכט, ממילא וועל איך אים יא געבן א גרויסן יישר כח פארן נעמען די מיה, און אראפ שרייבן עטליכע ווערטער וואס ס'קען ארויס העלפן פאר די בליה פון די קרעטשמע.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אה... לייכעמשאלעם יענטאאש.

סטיצעך? ווי גייטעס?

הער'זעשך איין, די מאנסע מיט דעם חיי-מענדלען איז אזוי:

חיים_חייקל האט געשריבן:דערשלעפט זיך דער אלטער חייקל, מיט זיינע ליידיגע אמפערס, צו די טויערן פון זיין אזוי-באליבטע קרעטשמע. דער אלטער חייקל וואס די בלויזע שטריכן וועלכע ציען זיך איבער זיין געזיכט דערציילן אונז שוין אלעס; זיין גרעי-גרוי בארד, די גרויסע שרעקעדיגע אויגן ברעמען, די הארלעך וועלכע שטארן אים ארויס פון די נאז לעכער... די קנייטשעס, די אדערן וועלכע זעהן זיך אים ארויס פון זיינע אלטע ציטערדיגע הענט, אלעס אלעס, איז דאך נישט מער ווי צייכענעס וועלכע באצייכענען אן היסטאריע אונטער זיך. אונטער יעדן ארגאן באזונדער קען מען דאך אפליינען דעם באהאלטענעם אמאל וואס שטעקט אונטער איר...

אוי... חיים חייקל... חיים חייקל... ער שטופט אזוי דעם נייעם מאדערענעם נארוואס אינסטאלירטן טיהר, וועלכע די פארוואלטונג האט געשפירט פאר וויכטיג איר איינצוהאנדלען, אבער די טויערן עפענען זיך נישט פאר אים, דען פאר דעם אלטן חייקל איז דאס צו שווער, ער פארמאגט שוין נישט די כוחות פון אמאל, ער קען שוין קיין טיהר נישט עפענען מיט א בלויזן שטופ. ער ווארט... ער ווארט... אפשר וועט זיך אים מרחם זיין אן אלטער גוטער ידיד וואס וועט אים נאך געדענקען, דערקענען, פון די אמאליגע געזונטע יארן, אבער אן ערפאלג, קיינער קימערט נישט נאכעמען. מילא די יונגעלייט, די פרישע כוחות, אויף זיי אידאך א רעכמאנעס, וואס וויסן זיי? פארוואס זאלן זיי נעם ענטפאנגען און זיך אנשטרענגען פאר נעם? אבער די אלטע גוטע פריינד, וואו זענען זע?. חייקל שטייט און ווארט ווען פון אונטער זיינע טיפע אויגן באאבאכט ער די נייע וואנדערערס, וועלכע ער קען נישטאמאל ביים נאמען זע אנרופן, נישטאמאל א שלום-האנט קריגט ער פון זע, אבער מאכט נישט, חייקל מיט זיינע גאלדענע מדות האט נישטאמאל קיין פאראיבל אויף זיי, ער שרייט נישט, ער פאדערט נישט, זיי זענען נעבעך גארנישט שולדיג, וואס וויסן זיי דען...

ענדליך... ענדליך... נאך חדשים לאנג ווארטן וואס חייקל האט אזוי ערליך מקיים געווען דאס וואס מאדכע עצאדיק פלעגט טוהן, ובכל יום ויום איזער געגאנען לפני שער המלך זען וואסעטיצעך, אפשר וועט עפעס אפיר קומען, ענדליך איז אים א שטראל פון האפענונג אנטקייגן געקומען ווען ער האט פונדערווייטנס געמערקט זיינס אן אלטער ידיד, און נישט בלויז זיינס א ידיד נאר גאר א יוגנט פריינד פון דער אלטער היים, נאך פון די אלט-קרעטשמע, און נישט בלויז זיינ'ס א פריינד, נאר דער פריינד און באליבטער פון אלעמען, דער פריינד פון די גאנצע קרעטשמע...

אוי יענטאאש... אוי יענטאאש... דאס איז דאך טאקע יענטאאש... חייקל טראכט אזוי ביי זיך: כ'בין טאקען אלט אבער כ'אף אז כ'מיש נישט..., ווען פלוצים גיט ער געשריי ווי פון זיך אליין: "יא... יא... ס'יענטאאש... אוי... יענטאאש... וואס מאכט איר עפעס?
ווער דענקט דען נישט... ווער דענקט דען נישט... אוי יענטאאש... יענטאאש...

חיים חייקל שפאנט אריין אין די קרעטשמע בענעזאם מיט יענטאאש'ן, פארציט זיך דעם אלטן צוריסענעם אויבער ראק, הענגט איר אן ווי זיין געוואוינהייט פון דער אלטער היים אויפן ערשטן טשוואק וואסי נעם צו דער האנט, פארגיסט זיך א גלעזעלע משקה, זעצט זיך אנידער ביי א טישל און...

חייקל קוקט זיך אום הער-און-עהין, לייגט צו אן אויער דא, אן אויער דארט, בעת ווען צו דער זעלבער צייט הערט זיך א געברומאכץ פון אונטער זיינע וואנצן:
איי... איי... איי... וואס וויסן זיי די יונגעלייט?... וואס וויסן זיי?... וואלטן זיי כאטש געהערט דעם יענטאאש'ן... עה ס'ארא גוטע צייטן... ס'ארא פארגלייך... אוי יענטאאש...

די יונגע כעוורע, וועלכע זענען נאך געווען אונטערן איבעראשונג פון דעם פלוצימדיגער ערשיינונג פון דעם אומפארגעסליכן יענטאאש פון וועמען זיי האבן זיך שוין אזויפיל צוזאמענגעהערט, האבן זיך ווי פארשטענדליך נישט צופיל געקימערט אן אויער צו טוהן צו דעם אלטנ'ס געברומאכצער, איבערהויפט ווען זיי וויסן נישטאמאל ווער דאס איז...

חייקל נעמט זיך צונעזאם אלע זיינע כוחות, די אדערן אויפן שטערן הויבן אן ווייזן אירע בלויע צייכענעס, און גיט א שריי אויס:
נו, וואס זאגט ער דארט? וואס פארציילט ער אייך דער יענטאאש?

- אה, איר פרעגט וואס?, ער זאגט בעסער איר זאלט נישט פרעגן..., ער זאגט עפעס פון אלטע לייט וועלכע ברומען זיך אונטער א שטייגער ווי איר אצינד. ער זאגט עפעס חיימענדעל... חיימענדעל... אפשר איר וועט וויסן וואס ער רעדט?...

- אה, חיימענדל פון די אלט קרעטשמע?... דאס אי דאך טאקען ער זעלבסט... ער... יא, ער יאנטאאש זעלבסט...

נו - זאגן די יונגע אזוי צו חייקלן, מיט אזא סארקאסטישן שמייכל - ער רעדט דאך צון אייך... איר דערהערט וואס ער זאגט?

נע... ווייסט ער דען וואס ער זאגט, דער חיימענדל/יענטאאש

די יונגע, זעענדיג ווי דער אלטער רייבט זיך צו זאגן עטליכע זאצן, הויבן זיך אן צו גרופירן ארום חייקלען, שפיצן אויערן, און חייקל זאגט:
הערט מיך איין יונגע לייט, יענטאאש איז טאקען א פארגאנהייט, און מיר קלאגן נישט ח"ו. זיין פארגאנגענהייט איז, אין אונזער פאל, גראדע א גוטע נייעס. זאל אים גאט באגליקן אין זיינע וועגן מיט אלעם וואס ער טוהט. צו פארשטיין זיינס א וויץ האבן מיר נאכאלס די מעגליכקייט מיט נאכגיין זיינע פיס טריט וואס איז אלעמאל רעלאוואנט, אבער צו זאגן אז א וויץ פון די היינטיגע יונגעלייט, א ווי איר זענט, איז אוועק צו מאכן? חלילה! אבער... אבער... איי, וואס ווייסט איר פון חיימענדלען צו זאגן?...

זאל נאר חיימענדל היינט אויפשטיין צו תחיית מתים, אוי וועלן מיר אים נאכלויפן... א-וועהא ראי' קוקט וואס מיר האבן אצינד געטוהן בעת מיר האבן יענטאאש'ן...

חייקל פארענדיגט זיינע קורצע רייד, שטרעקט האנט פאר יענטאאש'ן געזעגנט זיך אפ פון די קרעטשמע בענעזאם מיט אים'ן, און זיי ווערן ביידע פארשווינדן ווי אין וואסער אריין...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יוי האב איך מיך געקאטשעט פאר געלעכטער פון דעם יענטאאש'ישע באשרייבונג

דאס איז דאך אזוי ער! אזוי טיפיקל יענטאאש !!

שכוייח פארן מיך אונטערהאלטן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכ, אזא תחיית המתים צו מאכן? נו אפשר זעהסטו כאטש אז חיים חייקל זאל זיך אנשעפן פרישע כוחות, און אריינקומען געהעריג דורכ'ן טיר, היינט קען מען שוין מיט א לייכטן דרוק אויף א קנעפל עפענען די שווערסטע טויערן, אלזא ברענג איהם אריין, זאל זיין א קידוש לבנה זאל זיין וואסער, זאל זיין וואס ס'זאל נאר נישט זיין. אבער ברענג איהם צוריק.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פאר די וואס ווארטן אז איך זאל עפעס קאמענטירן אויף דעם אשכול;

איך בין ווערטערלאז!

עס איז געקומען בהיסח הדעת, אומגערישט, און עס וועט נעמען צייט ביז איך וועל זיך אריענטירן און קענען אנהייבן קלערן וואס צוצושרייבן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער, נו?

==
סאכדעס:
כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדסט. ווייסטו דען נישט אז דער אלטער חיים חייקל, זיצט שוין פון לאנג דא צווישן אונז בין החיים?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זארעך;

נו, תובע בפה?

==

אבער אז מען רעדט שוין. פון דעם ארטיקל קען מען זיך ארויסלערנען א געוואלדיגע מוסר השכל, דהיינו: א איד טאר נישט אויפגעבן!

איך רעד אפט צום געוועזענעם ראש הקהל, ווירטואל אדער טאקע טעלעפאניש, און צומאל פערזענליך אויך כפי המצב, און איטליכע מאל געב איך אים א קליינע שטופ, כלומר אזוי צו זאגן: אפשר דאך שרייבסטו אונז אפ אן ארטיקל, דער עולם לעכצט צו הערן. און יעדע מאל באזונדער ווארף איך אים אריין אין אויער א ווארט צוויי בשם דעם און יענעם: ארענדער פרעגט פארוואס דו האסט געקענט ליינען די סעמאטוכע איבער יענטאאש און מאשקע און זיך ארויסגיין אן צושרייבן עפעס אויפן פורום, דריי-נול דרייט מיר אראפ דעם קאפ פארוואס מען הערט נישט פון דיר, איך_הער וויינט פארוואס מען זעט דיר נישט, און אזוי ווייטער און ווייטער.

און וואס מיינט איר?

ער האט זיך געבראכן! און נישט סתם געבראכן!... נאר די "אין לך אלא וואטעווער שבימיך" וועט שוין אריינגיין אינעם קרעטשמע לעקסיקאן לדור דור!

יענטאאש;

איך ווייס נישט אויב דו ליינסט מיינע ווערטער (גראדע מיין איך אז איך ווייס יא..), אבער אויב יא, וויל איך דיר פערזענליך באדאנקן פארן צוליב טאן אן אלטן פריינט, בעסער געזאגט "אסאך אלטע פריינט", און אפשרייבן די הערליכע בויך-טרייסלענדע ארטיקל (דאס איז א נייע קאמפלימענט, פאטענט פענדינג).
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער; קיין איין ווארט פאר זארעכ'ן האסטו נישט פארגינען נאר א שאלה?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”