א טאג אין מיין אפיס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

א טאג אין מיין אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

קודם, פירסט פראם אלל, העלאו, און שלום עליכם, פיינעלי און די האלב יא האלידעי, און האלב נישט האלידעי האב איך א מינוט צייט צו שרייבן, נאך א שיינע צייט אפשניט וואס איך האב נישטאמאל (וועא"מ) געהאט צייט אריינציקוקן אין קרעטשמע (חוץ ווען קרעמער אדער סאכדעס האבן מיר געשיקט א לינק), האב איך נאך עטליכע מינוט זיך אביסל דערמאנען וויזוי מטייפט.

סעקאנד אף אלל, וויל איך מיר פארשטעלן פאר אלע נייע ניקים, וכל אחד משמו יבורך, מי אנכי, אפס פארגעסן, אך...... קודם שלום עליכם, אייך אלע, וועלקאום, פילט אייך באקוועם. זשאסט א הינט, פון זיצן אין קרעטשמע קען מען אויך בויען א ביזנעס, ואנוכי יוכיח, פרעגטס זיך נאר נאך וויזאוי מיין טרעוועל אגענטור האט זיך דערעפנט.

עני וועי מיר אנכי, איינער פון די נישט גאנץ ערשטע, נאר פון די צווייטע אדער אפשר אפילו די דריטע שיכט פון ניקים. קען זיין קרעמער באטשי, וועט בעסער וויסן. אמתן אריין וואלט איך געדארפט דא זיין כאטשיג איין מאל א טאג, נאר אזוי ווי איך בין געווארן זייער א ביזי מענטש קומט מען אריין דא נאר איין מאל און יעדע שטיק צייט, זיך צו לאזן הערן אז איך לעב נאך.

איז אזוי זיצנדיג און קלערנדיג, עפעס א נושא פון וואס צו רעדן, איז מיר ארויף געקומען אין געדאנק צו פשוט פראסט צו אראפלייגן, (לויט מיינע ארימע שרייב טאלאנטן) בארך וויזוי סקוקט אויס א סערוויס קאל אין מיין טראוועל אפיס.

איז אזוי מיינע קאסטאמערס זענען צוטיילט אויף דריי חלקים, די ערשטע איז קאפדרייערס, די צווייטע זענען נארמאלע קאסטאמערס, און די דריטע זענען זייער גוטע קאסטאמערס. און לאמיר זיי באהאנדלען איינע ביי די אנדערע.

די ערשטע חלק איז קאפ דרייערס. והנם טרררררררררררררררררררר. טאגליכט טראוועל וואט קען איי העלפ יו.

קאסטומער: אמממממממ.. יא.. איז דאס דער טרעוועל עיזשענט

-יא

-הממ.... מיט וועם רעד איך

-מיט די טרעוועל עיזשענט

-יא אבער וויזוי הייסט איר?

-טרעוועל עיזשענט

-אהה......ההה איך האב געוואלט וויסן א פרייז צו פארן אויף א"י .

-וועלכע דעיטס

-כבין נישט זוכער. בערך 20 וואכן ארום

-פאר וויפיל מענטשן?

-בין איך אויך נישט זוכער, זאגטס מיר בערך א פרייז

-אקעי אין יענע גענגנט קאסט בארך 800 דאלאר נאן סטאפ.

-וואו אזוי טייער? פאריאר האב איך געהאט פאר פינף הונדערט דאלאר ראונד טריפ

-איך הער, אבער יעצט למעשה האב איך נישט ביליגער, אז איר ווילט לאזט מיר דא איבער אייער טעלעפון נו. מיט אייער נאמען און איך וועל אייך צורוק רופן אויב איך וועל טרעווען עפעס ביליגער אויף יענע צייט

(דא איז דא צוויי מינע מענטשען, איינער ווען יא געבן א נו. און איינער וועט זאגן אז איך וועל שוין צורוק רופן שפעטער)

-אקעי מיין נו. איז 8885552222

-און אייער נאמען?

-יצחק ייצכאקוויטש

-אקעי זייט געזונט

-ביי

איז אזוי ווען איך האב אזא קאל אנפאנג פלעג איך נאך טראכטן אז יענער איז אינטערסירט טאקע צו קויפן, אבער שפעטער האב איך געסטאפט אפילו אראפ צו שרייבן די טעלעפון נו.

---------------------------------------

יעצט קומט די נארמאלע קאסטאמערס

טטרררררררררררררררררררררררררר.

האלאו טאגליכט טרעוועל, וואט קען איי העלפ יו

-יא איך זוך א טיקעט אויף לאנדאן איך האב געזען אייער אדווערטייזמענט אז איר האט טיקעטס קיין לאנדאן פאר 415.00

- יא סווענדט זיך וועלכע דעיטס טאמער סאיז נאך דא אוועילבל

- אקעי איך וויל פארן קומענדיגע וואך דינסטאג ביז א וואך דערויף

-איין מינוט לאמיר טשעקן, ........... ניין אויף דינסטאג האב איך נישט אבער אויף מיטוואך יא, איז אינטערסאנט מיטוואך.

-קען זיין.... איך ווייס?, און וויפיל קאסט דינסטאג,

-דינסטאג איז מיט פינף און צוואנציג דאלאר טייערער.

-אקעי גיטס מיר מיטוואך. ווען קען איך פארן.

-אנגעהויבן פון אכטע אינדערפרי ביז עלעפ ביינאכט.

-אקעי, מאכטס א רעזעוועשאן און איך וועל מארגן צורוק רופן אויב איך נעם עס צו נישט אדער קען זיין איך וועל נעמען דינסטאג, אגב, איר האלט אז סוועט נאך ווערן ביליגער (א קשיא וואס איך פארשטיי נישט, בין איך דען א נביא?).

-מקען נישט וויסן קען זיין אז סוועט ווערן ביליגער אדער טייערער.

-אקעי איר האט געמאכט א רעזעוועשאן?

-גיטס מיר די נעמען מיט אייער טעלעפון נו. און איך וועל מאכן א רעזעוועשאן.

-אקעי.....................

אזעלכע רעזעוועשאןס מער ווי ווייניגער איז צום סוף א סעיל

-----------------------------------------

נאך דעם קומט די בעסטע, וואס הלואי זאל יעדער זיין אזוי

טרררררררררררררררררר...............

-טאגליכט טרעוועל האלו

-יא איך וויל איבערמארגן פארן אויף א"י וואס קענט איך מיר געבן.

-ווען ווילט איך צורוק קומען?

-א וואך דערויף

-איין מינוט, לאמיר טשעקן, ........... אקעי אויף איבערמארגן האב איך פאר 856.00

-אקעי ווען וויפיל אזייגער און וועלכע עירליין

-קאנטינענטל עירליינס איבערמארגן די נאכמיטאג פלייט.

-סאיז דא פלאץ פאר צוויי מענטשן מיט א קינד

-איין מינוט לאמיר זעהן............ יא סאיז דא

-אקעי בוק עס דא האסטו מיין קרעדיט קארד און ............... די סעיל איז פארטיג.

----------------------------------------------------------------------------------------------------

נו אין וועלכע קאטאגאריע שטעלט איר זיך אריין?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

טאגליכט, אין וועכע קאטעגאריע שטעלסטו מיר אריין?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אה... עליכם שלום טאגליכט.
איר רעדט פון די היינטיגע האלב יא כאגע און האלב נישט, זייט וויסן ס'איז א געהעריגע כאגע! דער באנק האט פארצויגן אירע לאדענס און איז הערעמעטיש (וואס-דאס-זאל-נאר-נישט-מיינען) א ווי קיינמאל גארנישט, קיינמאל גארנישט? עממ... כ'מיין צו זאגן ווי א שווארצן זונטאג...

און פון ווייס איך דאס? אט הערט:
פארגאנגענע וואך איז זארעכ געווען א שטיקל פארשלעפטער קרענק, אין לאשענקוידעש רופט מען אזא איינעם: "א כאסידישער יונגערמאן"..., און האט זיך פארלאזט אז מערצעשעם דעם היינטיגן מאנטאג, דעם פופצנטן אין מספרם, וועט ער זיך לאז טוהן צו די באנק און אן אפצאל טוהן די הלואה וואס ער קומט זיי, ושלום על העמים. וואס עפעס דוקא דעם פופצנטן? עה... ס'לאו דוקא..., דוקא איז דער פינפטער אין מספרם, דער פופצנטער איז שוין נאר אזוי כאכאם-טייסע'דיג, אבער אויב חלילה-ועכאס עס רוקט זיך אונטער דער זעכצענטער דאן וויל איך אפי' נישט זאגן ווייטער, ווייל דאס וועל ער מערצעשעם מארגן – דאס ערשטע מאל אין זארעכ'ס היסטאריע – געוואויר ווערן...

הכלל, היינטיגן פרימארגן זארעכ שפאנט איין פערד אין וואגן ווי א ברייטער מחותן, לאזט זיך אין וועג אריין צו דער באנק, און... באפס... ס'טונקל! ס'געווען דארט, אין באנק, אזוי שטאק טונקל אז פשוט ס'איז אים טונקל פאר די אויגן... נישט גלייבנדיג מיט וואס ער דערזעט זיך.

וואס גייט פאר? פארוואס איז אצינד מכת חשך אין אן איינפאכער פאכמורעטער מאנטאג? - פרעגט ער אזוי די ארומיגע – הא, יו דאונט נאו? איטס מארטין לוטער'ס מעמארי. איטס עי ביג 'בלעק' האלידעי... – ענטפערט אים דארט א שרצ'ל -
ס'ארא 'שווארצער' מאנטאג ס'איז געווארן פאר די אויגן... איר קאנט אייך גארנישט פארשטעלן.

נו, וואס האט ער געטוהן, דער זארעכ?, נו וואס? שיין געזאגט דריי מאל דעם פסוק: "ארור כנען עבד עבדים יהי'"... - יא, נישט מעזיסט האט דער זיידע נח אים מקלל געווען, דעם שווארצן שחור דארט*, - געמאכט א בואי בשלום און דא בין איך... אין די קרעטשמע...

---
* אגב, מ'זאגט נאך, כ'מיין פון שינאווער רב זצ"ל, אז בעת מ'האט געשאסן פרעז. לינקאלען, האט ער געזאגט, דאס איז דער שטראף פאר אזא איינעם וואס איז מחולק מיט גזירת השם, די תורה זאגט ארור כנען עבד עבדים יהי', און ער האט באפרייט די שחורים. דאס זעלבע ווערט געזאגט אויף פרעז. קענעדי, וועלכע האט געגעבן מער פרייהייט פאר די שחורים און איז אויך געשאסן געווארן. (הערת זארעכ: הגם דעמאקראטיע פאר די שחורים איז אויטאמאטיש א מעלה פאר יודן, אבער דער עונש בלייבט...)

===
בנוגע דיינע ביזנעס-קליענטן שילדערונג.
ס'דא דא ביי אונז אין די קרעטשמע א אשכול פון: ס'דא מענטשן און ס'דא מענטשן, יש ויש, אשכול,געגרינדערט לעצטענס דורך אונזער באגאבטן סעקרעטאר, וואס באהאנדעלט בערך די סארט מענטשן. פארט אבער האב איך באזונדער הנאה געהאט פון דיין לאנגס און ברייטס, ווי גוט דו צולייגסט דאס. איך האב זיך ממש געטראפן רעדנדיג אויפן טעלעפאן מיט מיינע פארשידנארטיגע קליענטן...
טערעסאנט, די כעוורע קומען אן צו יעדן, לאזן קיינעם נישט ארויס...
מאשקעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקעלע »

גראדע האבעך היינט געזעהן דעם יו-פי-עס טראק ביי די ארבעט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליכע ארטיקל טאגליכט, כמותו (און אויב איז אן ארטיקל א נקיבה: כמותה) ירבו על ידך.

זארעך;

איך האב אויך געהערט דעם ווארט פונעם שינאווער רב זי"ע, און די הוספה דערצו אויף פרעזידענט קענעדי האט יענער נאכגעזאגט בשם ר' איציקל פון פשעווארסק זי"ע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

העלאו טאגליכט, הערליך באשריבן.

אגב, איך וויל יעצט פארן קיין פלארידע

האסט עפעס א דיעל?


(זעסט, איך בין פון די 'פערטע' סארט מענטשן, וואס קאלן 'דיך' צי דו האסט עפעס פאר מיר..)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

טאגליכט

איך פראטעסטיר איך בין נישט פין די ערשטע סארט מענטשן

מיין {..געוועזענע..} בעה"ב, ער איז אלעס געווען שילדיג, יעצט אז מען האלט שוין דא גיי איך אלעס דערציילען
ער איז געווען דער ........... וואס האט מיר כסדר געהייסן קאלן א יעדן אפילו מען האט זיך געשפארט נאר 88 סענט

איך פראטעסטיר איך רעג מיר פארן מיר פארשעמען, איך פארלאנג א אפאלעשי, איך בין נישט קיין שווארצע
רפוליקאנער פרוי, אין זאלסט אומגיין מיט מיר מיט רעספעקט

כאב נישט געגלייבט אז די וועסט טיען שוין דעם ערשטן טאג וואס די זעסט מיר דא
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

זארעך'ל, איך האב געשריבן האלב יא האלידעי און האלב נישט, ווייל געווענליך און א גאנצע האלידעי ארבייט איך נישט (ביי מיין געהעריגע זשאב, נישט די טראוועל ביי די טרעוועל ארבייט איך אפילו אינמיטן שלאף.....!).

מאשקעלע, כפארשטיי נישט דיין תגובה, (סאררי איך בין געווען אבוועזנט פאר א שיין שטיק צייט, און יאך האב נישט קיין צייט (ליין געדולד) אלעס אפצוליינען)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ווי נעמט מען נאך אפאר אזעלעכע שווארצע טויטע? אויב דאס קען ברענגען ארטיקלעך זאל זיין נאך עטליכע פון זיי.
מאשקעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקעלע »

טאגליכט, מ'האט גערעדט צי ס'איז יא חגא אדער נישט, האב איך געשריבן אז איך האב געזען אז יו-פי-עס מאכט יא דעליוועריס היינט, מילא איז עס נישט קיין גאנצע חגא.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

:grin:
שבעה מי יודע!?
זאנוויל'ס זוהן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל'ס זוהן »

zibala האט געשריבן::grin:


איינער שמייכעלט אין 2017 פון א תגובה אין 2007
מיז זיין די טאג אין אפיס איז קאנקעדיג אראפגעלייגט.
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

זאנוויל'ס זוהן האט געשריבן:
zibala האט געשריבן::grin:


איינער שמייכעלט אין 2017 פון א תגובה אין 2007
מיז זיין די טאג אין אפיס איז קאנקעדיג אראפגעלייגט.

he is just laughing like a ZIBALA
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”