חכמה בגוים תאמין ? אלבערט איינשטיין דערציילט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 11, 2010 10:03 pm

ווי איך האב מקובל (פרעג נישט פון ווי, ווייל איך אליינס געדענק אויך נישט, זע ווייטער די סיבה) איז ער געווען וואס מען רופט "עפסענט מיינדעד" ער פלעגט קענען ארויס גיין מיט צווי אנדערע זאקען! ווייל צווישען אונטיען די זאקען איז אים איינגעפאלען א געדאנק, און די צווייטע זאק האט נישט געהאט גאר קיין שייכות מיט די ערשטע!

די שפיעטץ מעשה אויף זיין "עפסענט מיינדעד'קייט" (סארי אזוי קוקט אויס ווען מען איז מגייר א ענגלישע ווארט! אוי מי יתן לנו ר' אליעזר עפשטיין ע"ה ער האט געקענט מגייר זיין ווערטער אזוי גיט, אז מ'האט געקענט - אפ' פאר עשרה דרי - בפני די ווארט רעדן אויפן גוי, ווייל די ווארט אליינס האט פארגעסען זיין פארגאנגענהייט "באט איי דייגרעס") דערציילט מען אז איינמאל האט איינער אריינגערופן אין קאלידזש ווי איינשטיין איז געווען א לערער, און געפרעגט איינשטיינ'ס אדרעסע, די סעקרעטאר האט זיך אנטשאלדיגט אז מען קען נישט געבן זיין אדרעס פאר זיכערהייט סיבות, זעהנדיג אז ער האט נישט קיין ברירה האט דער רופער געזאגט דעם סעקרעטאר "זאלסט קיינעם דאס נישט פארציילען, אבער דאס בין איך איינשטיין אליינס, איך האלט אנמיטען אויספילן א פראגע בויגן, אין האב פשוט פארגעסען מיין אדרעס" !!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג מאי 11, 2010 10:23 pm

אן אוטיסט איז ער מן הסתם נישט געווען, ווי פרייליכערהייט האט שוין ערווענט;

מעגליך אז ער קוואליפיצירט פאר א צווייטע ענליכע דיאגנאזע, נעמליך aspergers syndrome,

ביי עספערגערס ליידענדע געפונט מען יא אז זיי זאלן האבן אויסערארדנליכע מוח קראפט.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך מאי 12, 2010 8:20 am

מ'זאגט אויף איינשטיינען אז ער פלעגט שפאצירן אין גאס, און אינמיטן האט ער געמאכט מיט די הענט גרימאסן ווי ער עפנט א טיר און ער גייט אריבער און מאכט עס צו, אויך ווי ער עפנט א פענצטער, קריכט עס אריבער און מאכט עס צו פון די אנדערע זייט.

דאס קען טאקע זיין איז געקומען פון זיין שטארקן מוח, זייענדיג פארטראכט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » מיטוואך מאי 12, 2010 1:51 pm

לא לחכמים לחם האט ער אויך מקיים געווען?

אפשר מיינט דאס אז צו זיין צו קלוג איז נישט נארמאל.

א שטארקע מוח איז אזוי ווי איינער איז שטארק מיט זיין פיס. נאר מיט די פיס קען מען נאר שטויסן אדער ארבעטן, און מיט די שטארקע מוח קען מען העלפן די וועלט.

יעצט קוק, ער האט פארגעברענגט די וועלט אין אסאך ענינים, אבער מיר אידן ווען מיר האבן נישט איינשטיין נאר אונזער תורה וואלט אונז דען עפעס געפעלט?

קומט אויס אז נאר פארן גוי האט ער אויפגעטון מיט זיין געלערנעכץ און וואס טאקע? עטליכע זאכן וואס די סייענטיסטן זאלן טוישן זייער מיינונג נאך עטליכע הונדערט יאר קבלה, און צו בויען אטאמען,

דאס קומט אונז לערנען אז אויסערליכע חכמה לייגט די וועלט אין דער ערד, און אידישע חכמה איז תחי' את בעליה.

נאר, עס קען זיין א הילף פאר די פארבלאנדזשעטע פון אונזער פאלק, זיי זאלן אויך אנערקענען אז אפי איינשטיין מיט זיין חכמה איז ביים סוף צוגעקומען אז אין פשוט'ע אידישקייט איז "די" חכמה.

וויפיל נאך חכמים וועלן דארפן אויסטרעפן אויף דער עלטער אז זייער חכמה איז נישט ריכטיג נאר די תורה איז ריכטיג, אז זיי זאלן דאס איינמאל פאר אלעמאל, אננעמען באשטימט?

איך מיין אז קיינמאל נישט, זיי זענען נישט גענוג "קלוג" דערפאר.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
שיך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:26 am

תגובהדורך שיך » מיטוואך מאי 12, 2010 2:19 pm

איינשטיין, דו ביסט מתוק מדבש, זייער שיין געשריבן.
(אגב, אויב איך מעג פרעגן, דו פארשטייסט טאקע אינגאנצן דיינע ערפינדונגען און טעאריעס? צווישן די שורות קוקט מיר אויס אז נישט ממש... אבער ס'גארנישט אפילו אזוי, דו שרייבסט זייער גוט און זיי זיכער ממשיך, נאר איך פרעג פאר אינטרעסאנטקייט צו מ'האמיר דא א ריכטיגן סייענטיסט וואס קען די ענינים. אויב יא, האב איך אסאך צו פרעגן.)

אוועטאר
שיך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:26 am

תגובהדורך שיך » מיטוואך מאי 12, 2010 2:31 pm

חיים של פרנסה האט געשריבן:
יעצט קוק, ער האט פארגעברענגט די וועלט אין אסאך ענינים, אבער מיר אידן ווען מיר האבן נישט איינשטיין נאר אונזער תורה וואלט אונז דען עפעס געפעלט?

קומט אויס אז נאר פארן גוי האט ער אויפגעטון מיט זיין געלערנעכץ און וואס טאקע? עטליכע זאכן וואס די סייענטיסטן זאלן טוישן זייער מיינונג נאך עטליכע הונדערט יאר קבלה, און צו בויען אטאמען,
.


און וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב? דו ווייסט וויפיל ערפינדונגען מיר האבן אדאנק איינשטיינען, צווישן וואס כ'געדענק אויסעווייניג איז דער אטאם באמבע, וואס ווער ווייסט וויפיל נאך אידן וואלט געמארדעט געווארן ווען נישט דער אטאם ענדיגט דעם קריג. אויך גאר אסאך היינטיגע טעכנאלאגיעס זענען נאר מעגליך אדאנק איינשטיינס טעאריעס, צווישן זיי דאס וואס דער עלעוועטאר טיר עפנט זיך אין די רגע וואס עס פילט עפעס דארטן. דער סי-די-, וואס וויפיל שעה תורה האט דאס מיר שוין געגעבן, און נאך אסאך זאכן וואס האט נאר געקענט געשען צוליב זיינע ווערק. און אפילו סתם פאר די אומגלויבליכע חידושים זיינע מעגן מיר אים דאנקען, ווייל די נפלאות הבורא וואס ער האט געוויזן אין די בריאה איז אין לשער.

לידיעה בעלמא, האט נישט איינשטיין ערפונדען דעם אטאם באמבע, נאר זיינע טעאריעס האבן באשטייערט דערצו און ער איז אויך געווען פארמישט אין בעטן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט ער זאל זיך צואיילן און מאכן איינס איידער די דייטשן. ער האט אבער שפעטער, נאך די באמבעס אויף יאפאן, חרטה געהאט פאר'ן האבן א טייל דערין .

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מיטוואך מאי 12, 2010 3:20 pm

דערציילט מען אז איינמאל האט איינער אריינגערופן אין קאלידזש ווי איינשטיין איז געווען א לערער, און געפרעגט איינשטיינ'ס אדרעסע, די סעקרעטאר האט זיך אנטשאלדיגט אז מען קען נישט געבן זיין אדרעס פאר זיכערהייט סיבות,


זייער א שיינע ערציילונג, איך ווייס פשוט נישט אויב די באנוצונג פון דער טעלפאן איז שוין געווען דאן...

דער טעלפאן איז ערפונדען געווארן ערגעץ ווי אין די סוף 1800'ס  
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך מאי 12, 2010 6:16 pm

דאכט זיך מיך אז איינשטיין איז שוין געוועהן ביי צייטן פין ערפינדונגען פין די טעלעפאנען מען דארף מברר זיין אבער ליגט מיך עפעס אין קאפ
参考专家

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 12, 2010 9:22 pm

די טעלעפאנען איז ערפינדן געווארן אין יאר ת"ר לזכרוני.
צדיקים האבן געזאגט בעפאר יענע דור אז גרויס אוצרות פון חכמה גייען אראפקומען אויף די וועלט און אידישע קינדער זאלן זען עס אויסצונוצן דורך זיך מעמיק זיין בדברי תורה. ליידער האבן עס די אוה"ע פארכאפט ווען דאן זענען ערשינען די עלעקטרי מיט טעלעפאן אא"וו עד היום הזה.

ולענין, מען רעדט און מען רעדט פון איינשטיין, קען איינער שרייבן וואס פונקטליך זענען זיינע אויפטרעפונגען געווען??
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך מאי 12, 2010 10:24 pm

שיך האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב? דו ווייסט וויפיל ערפינדונגען מיר האבן אדאנק איינשטיינען, צווישן וואס כ'געדענק אויסעווייניג איז דער אטאם באמבע, וואס ווער ווייסט וויפיל נאך אידן וואלט געמארדעט געווארן ווען נישט דער אטאם ענדיגט דעם קריג. .


וואלסט שוין געמעגט וויסן אז ווען די אטאם באמבעס זענען געפלויגן אויף יאפאן, האט שוין דייטשלאנד לאנג געהאט אונטערגעשריבן דעם שלום-אונטערגעבונג פאקט, און די גאנצע שיסעריי איז בלויז געווען נאך דעם וואס עס האט נישט געשמעקט פאר אמעריקע צו לאזן דעם יאפאנישן פראנט אומבאזיגט גענצליך.

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך מאי 12, 2010 10:31 pm

ביזנעסקאפ האט געשריבן:
דערציילט מען אז איינמאל האט איינער אריינגערופן אין קאלידזש ווי איינשטיין איז געווען א לערער, און געפרעגט איינשטיינ'ס אדרעסע, די סעקרעטאר האט זיך אנטשאלדיגט אז מען קען נישט געבן זיין אדרעס פאר זיכערהייט סיבות,


זייער א שיינע ערציילונג, איך ווייס פשוט נישט אויב די באנוצונג פון דער טעלפאן איז שוין געווען דאן...

דער טעלפאן איז ערפונדען געווארן ערגעץ ווי אין די סוף 1800'ס  


ס'צרות מיט דיין ביזנעס...
סוף 1800'ס, קומט אויס בערך תר"נ און איינשטיין האט אנטדעקט דעם אטאם ביי די צווייטע וועלט מלחמה (אין יאר תש"ה בערך, אדער אויפן ענגלישן דאטום ארום 1945), דאס קומט אויס אויפן געווענליכן ביזנעס קאלענדער שפעטער ווי די סוף 1800'ס.
(קען גראדע זיין אז אויף איינשטיין'ס (נישט די ניק...) קאלענדער נישט, זינט א טייל פון זיינע פארשונגען און מסקנות גייען בערך דעם וועג...)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 12, 2010 11:49 pm

imzist האט געשריבן:
שיך האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב? דו ווייסט וויפיל ערפינדונגען מיר האבן אדאנק איינשטיינען, צווישן וואס כ'געדענק אויסעווייניג איז דער אטאם באמבע, וואס ווער ווייסט וויפיל נאך אידן וואלט געמארדעט געווארן ווען נישט דער אטאם ענדיגט דעם קריג. .


וואלסט שוין געמעגט וויסן אז ווען די אטאם באמבעס זענען געפלויגן אויף יאפאן, האט שוין דייטשלאנד לאנג געהאט אונטערגעשריבן דעם שלום-אונטערגעבונג פאקט, און די גאנצע שיסעריי איז בלויז געווען נאך דעם וואס עס האט נישט געשמעקט פאר אמעריקע צו לאזן דעם יאפאנישן פראנט אומבאזיגט גענצליך.

ער מיינט נישט דאן, ער מיינט די פיוטשור, אז וויבאלד דער אטאם האט אנגעזייעט א פחד צווישן לענדער דערפאר האט קיינער נישט געמאכט א דריטע וועלט מלחמה די לעצטע 65 יאר ב"ה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

איינשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 9:38 pm

תגובהדורך איינשטיין » פרייטאג מאי 14, 2010 9:25 am

טייערע ברודער!

אזוי ווי איך האב פארשפראכן אנהייב וואך, וויל איך איצט איבערייסן אונזער אינטעלעקטואלע שמועס, און אייך פערזענליך באגריסן, עס ווילט זיך מיר באקענען מיט אייך, איר האט אויסגעשטרעקט א האנט, און גע'עפענט אייערע הערצער, מיך אויסצוהערן, צו מיין העכסט צופרידנהייט, איז דאס מער נישט ווי רעכט, און אפילו א פליכט פון מיין זייט.

אומזיסט-שלום, דו ביזט דאך דער ערשטער, אייער שארפע ארויסטריט קעגן מיר, און נאך אין נאמען פון דעם סאטמאר רב, זאל זיין געדענקעניש זיין גע'ערט, האב איך שוין אביסל בארירט אין מיינע רייד. איך האף נאך צו פארלענגערן די שמועס. אייער פראגע אין צוזאמענהאנג צו מיין טעאריע איבער צייט, און אייער שטארקע ווילן מיט איר זיך צו באנוצן צו ראטעווען אייערע עלטערן פון די בי-ציקלאן גאזן, און איר באזירט אייערע ווערטער אויף צייט"ש. וויל איך אייך מעלדן, און דאס איז א כלליות'דיגע באמערקונג, צו מיין גרויס פארדרוס, זאגט מען נאך זאכן אין מיין נאמען, וואס איך האב אויף זיי קיינמאל גע'חלום'ט נישטאמאל אין מיין ווילדסטן געדאנק, וואס ווי איר ווייסט, איז מיין געדאנק שטענדיג געוועהן פול מיט ווילדע אויסטרעפונגען, אבער דאס אוממעגליכע, אומלאגישע האב איך נישטאמאל ארויפגעברענגט פאר מיין מח פאר א פארהער. פונקט ווי די וועלט האלט אז "איינשטיין איז געוועהן א אטעאיסט" וואס איך האב שטענדיג געלייקנט" (זעה שפעטער) אזוי איז עס, מען ווארפט ארויף אויף לייטן זאכן וואס עס ווילט זיך פאר די ווארפערס. וויסן זאלט איר, אז מיט אלע ניי-קייטן וואס איז בשייכות צו צייט און די חידוש אז "צייט לויפט שטייטער, ווען מען יאגט נאך די ליכט-גאלאפ" קען מען אין קיין פאל נישט צוריק פירן די צייט אויף צוריק, פאסירונגען וואס זענען פארלאפן, זענען גארניש מער, אויסער אז מען קען וועגן זיי רעדן, דערציילן, אפילו געדענקן, אבער מער נישט, איז צו מיין באדויערן קען מען שוין דיינע זיידעס, און באבעס נישט ראטעווען! וואס צייט"ש שרייבט, קען איך נישט נעמען פאראנווארטליכקייט.

שטארק זיך-שלום עליכם, איר בעט אזוי שיין, און אזוי העפליך איך זאל מיט אייך פארבלייבן. איך פארשפרעך מיט ג-ט'ס הילף אזוי צו טוהן, עס איז מיר א פארגעניגן מיט אייך צו שטיין אין ווארט, דרך אגב, איך זעה אז אינעם שמועס בנוגע צו איך בין געוועהן אוטיסטיק שטעלסטו דיך אויך אביסל צו צו מיין כבוד, ווילסטו אבער א אנדערע פסיכלאגישע ווארט באנוצן צו באצייכענען עפעס א סארט מח פעלער, ניין, איך גיי נישט דערויף איין.

צייטליך-שלום וברכה. יא, עס איז אמת, אז איינשטיין האט אויסגעלעבט זיינע יארן מיט ג-ט, טאקע נישט די ג-ט וואס א איד א גלייבער איז באפוילן צו גלויבן, חס ושלום א איד זאל גלויבן און דענקן ווי איינשטיין, אין קיין איינע פון די דרייצן עיקר אמונה באהויפטונגען האט איינשטיין נישט געגלויבט, "איז ער אבער נישט געוועהן א וויסטער, פוסטער אטעאיסט. איינשטיין האט געזאגט און געשריבן, אז ווי מער ער ווייסט, און קוקט זיך ארום זעהט ער איבעראל א געטליכן כח, א כח וואס מען קען נישט פארשטיין, און באצייכענען. מער פון דעם דאכט זיך, איז נישט פאר איצט. איינשטיין האט אמאל געזאגט בזה הלשון: דאס דערקענטעניש צו דערכאפן און דערשפורן, אז אונטער אלעס וואס מען קען זעהן, איז דא עפעס וואס אונזערע קעפעלעך קענען נישט דערטאפן-דאס איז רעליגיע, און אין די רעליגיע, בין איך זייער רעליגיעז!!

פארשער, שלום וכל טוב, איך פלאן נישט צו געבן לעקציעס אין איינשטיין'ס ערפונדונגען, ניין! נישט פאר דעם בין איך געקומען, אז מען רעדט, קען מען כאפן א שמועס איבער זיי, זיי זענען איטערעסאנט, אבער נישט דאס איז די הויפט טעמע..

געלעגער, שלום וכל טוב סלה, א קאמפלימענט אויף מיין געשריבאכטץ, גראדע ביים לעבן, האט איינשטיין נישט עקסטער טשאמפיאנירט אין די שרייבן און ליטעראטורישע פעלד, כאטש וואס ער האט געשריבן פאועם'ס פאר זיינע באליבטע, און משפחה, ער האט עס מיט פיליזאפיע באשפריצט, סוכ"ס איז די וועג צו זיין התגלות געקומען דורך זיין'ס א געשריבן פאפיר... איז ער אבער נישט געוועהן אין דעם אויף די העכסטע שטאפל, פונקט ווי זיינע מוזיק וואס ער האט געשפילט.. איז נישט געווהן די ערהארבענסטע.

שוועמל, שלום עליכם אייך, אייער באגער צו הערן נאך און נאך, זענען קלארע שטריכן פון חכמה, די דאזיגע באגער איז די איינציגע וואס קען קלוג מאכן דעם טיפש...און, דאס וואס איר פרעגט וועגן דאס קעפל, פארשטיי איך נישט וואס איר גאפט אזוי, טאקע ווייל איך בין צו אידישע עלטערן געבוירן, דערפאר פרעג איך בלשון ? צו חכמה בגוים תאמין, אזוי ווי די אין די באבילאנישע תלמוד שטייט? די וועלט זאגט: פיר גרויסע מענטשן האבן אין די לעצטע הונדערט יאר צוגעגעבן צו די מאדערניזם פון די וועלט, אלבערט איינשטיין-פיזיקא, זיגמוד פרויד-פסיכאלאגיע, קארל מארקס-סאציאליזם, און דארווין-עוועלוציע. דריי דערפון זענען אידן, און איין דארווין א גוי איז טאקע נישט גערעכט, נעמליך, עס איז יא דא א באשעפער. איז דען דא חכמה בגוים? יא, אין חזל שטייט אז יא. און זיי דארפן נישט אונזער הסכמה חס ושלום.

וואדקע, אז מיר האבן אזא געטראנק, איז דא א האפענונג פארן פארקוועטשטן, מיט אייך איז גוט צו שטיין אין ווארט.

ווילדער קאפ, אייער בילד, איז דאך פון מיר אין די עלענדע יארן, איך האב א לאך געטון.

קרעמער,שלום עליכם,

קארל, העלוי, איר ווארט שוין נעבעך אזוי לאנג, אייער באקלעגרענישן אויסצושמועסן, אייערע געדאנקן ווארפן אייך אריין אין צומישטע אננעמונגען, איר קענט ממש נישט ווייטער אזוי אנגיין. אזאנס איז א זעלטנהייט. אין א שטרענג רעליגיעזע סאסייעטי, זאלט איר אזוי אויסגיין פאר אביסל קאלטע חכמה, איר שרייבט אבער דאך אליין, אז אייער הרגשים זענען פול אזש ביז טרערן, דאס איז ווי איך פארשטיי א דירעקטע געפיל אויסברוך, איז ווי קומט געפיל צו קלוגשאפט, דער קלוגער ווייסט דאך אפצונויגן און פארטעמעווען זיינע געפילן, נישט נאך זיי נאכצוגייין, און זיי לאזן געוועלטיגן, דאס איז נישט וואס מיר האבן געלערנט, דאס קוקט עפעס אויס ווי א שרעקליכע נייגונג, צו אנטלויפן פון עפעס וואס די מח אנערקענט אלס ריכטיג, און עס טוט זיך א פריקציע צווישן די איבעריגע טיילן, און די שלום געשפרעכן זענען נאך דערוויייל נישט אין פראגרעס... אלזא ברויך מען א פארמיטלער, א מידיעיטאר ווי מען רופט דאס...און דערנאך דאס וואס דו באשולדיגסט מיר מיט'ן אנטון א פאלשן מאסקע קומענדיג צווישן אייך. אין א גענעראציע פון אינפארמאציע, קען מען זיך נישט באהאלטן, איר האט רעכט, מען קען נישט, דאן פארוואס באהאלט איר אלעס אנדערש וועגן מיין "יא אמונה", פארוואס ברענגט איר נישט אלס פאזיטיוו וואס איך האב געשריבן, און געזאגט? איך וואונדער מיך אויף אייך, גע'ערטער קארל. אלע ווייסן אז איינשטיין האט געזאגט דאס פאלגאנדען: רעליגיע אן סייענס איז א בלינדקייט [וואס איז אוודאי כפירה, אין אמונה פשוטה!] אבער סייענס אן רעליגיע איז א פארלאזירטע קלוגשאפט!! און פונקט ווי זיינע פארגייער אריסטאטעל, און פלאטו, און אנדערע האט ער געגלויבט אין א וועלט באשאפער...אוודאי איז עס א פארשאלטענע כפירה, צו גלויבן אין אזא ג-ט ווי זיי, נעמט דאס אבער נישט צו דאס אומגלויבליכער פאקט, אז איינשטיין איז געוועהן א גלייביגער...

וועל איך מיך צוריקקערן ביי די קומענדיגע געלעגנהייט,ווייל די צייט לויפט פאראויס צום הייליגן שבת. בלייבט געזונט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 14, 2010 11:29 am

עס קוקט אויס ווי יעדן פרייטאג באקומט איינשטיין אורלויב פון די אוניווערזיטעט פירער, און ער נוצט עס אויס אויף נישט עפעס אנדערש ווי זיך שרייבן מיט אונז קרעטשמעריסטן. א גוט שבת!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מאי 14, 2010 1:49 pm

דאנקע פרופ. איינשטיין, כ'אב טאקע נישט באמערקט אינעם קעפל דעם 'פראגע צייכן'.

אגב, איר דערמאנט זיגמונד פרויד, ער איז אויך געווען א דייטשער\אסטרייכישער מסתם האסטו אים גוט געקענט אפשר אפילו אינעם זעלבן אוניווערסיטעט אויסגעשטיגן.
אבער זיין אויפטוה איבער געשלעכטליכע אנגעלעגנהייטן וואס דאס איז די הויפט מאטיוואציע אינעם געזעלשאפטליכן לעבן, זע איך נישט די גרויס חכמה אין אזא שטודירטער לערע, אין פאקט האב איך דאס אליינס אנערקענט קורץ נאך מיין הייראט. דאס איינציגסטע וואס לאזט מיך טראכטן דערוועגן איז, קען זיין ער האט געברענגט דערצו פסיכילאגישע הוכחות וואס אן פילאזאפיע וואלטן זאכן געבליבן מוטל בספק און ער האט דאס אויסגעקלארט. עס איז באמת שווער אין די ראמען פון דעם פארום צו רעדן דערוועגן טא וועלן מיר עס מוזן לאזן ביי דעם.

דער עיקר איז לאמיר הערן ווייטער פון איינשטיינס ערפינדונגען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

איינשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 9:38 pm

תגובהדורך איינשטיין » זונטאג מאי 16, 2010 9:49 pm

שוועמל, יא דעם זיגמוד האב איך זייער גוט געקענט, נישט אזוי ווייט אויף א פערסאנאלע שטייגער, נאר מער פון אונזער בריוו קארעספאנדענס, מיר האבן זיך אסאך געשריבן, אין אויסגערעדט פארשידענע זאכן וואס זענען געשטאנען אויף די וועלט'ס אגענדע, אין די צייטאפשניט פון פאר די גרויזאמע וועלט קריג וואס האט פארניכטעט דעם אלטן וועלט אין וואס איך האב געשאפט.

איך בין נישט צוזאם מיט אים אויסגעשטיגן, ניין.

איך בין געוועהן זייער א שוואכע אנהענגער צו זיין פסיכאלאגישע אויסטרעפונגען, און איך בין געוועהן גאנץ אנטשלאסן דערקעגן, דאס לאז איך פאר א אנדער מאל,

נאר אז דו פרעגסט, וויל איך דיר אין קורצן זאגן, אז יא! איך האב מיך מיט אים געטראפן אין בערלין אין שטוב פון זיין יונגסטן זוהן, ווי מיר האבן ביי יענעם געלעגנהייט אויסגעשמועסט אין א לענגערע פארמאט, אונזערע אויפטוען, און די טעמע האט זיך פארצויגן צו די וועלט'ס פראבלעמען, איך האב געגלויבט אז פרויד קען אויפקומען מיט א באפרידיגע אויסוועג צו שליכטן די וועלטס געיעג נאך קריג, וואס די וועלט האט שוין דאן זייער געשמעקט פון פולווער, היטלער איז געקומען צום מאכט ארום יענע צייט, און זיינע בייזע אנשויאונגען זענען געוועהן וואויל באוואוסט, און טאקע אין די פראגע האט זיך באצויגן אונזער קארעספאנדענס אין בריוו'ליכע פארעם, וואס איז פובליצירט געווארן אין א פובליקאציע וואס די "אינטערנאציאנאלע אינסטיטוציע פאר אינטעלעקטואלע קא-אפעראציעס" האט דאן אין יארע דריי און דרייסיג פובליצירט.

די אויבנדערמאנטע אויסגאבע, האט מיר געפרעגט, מיט וועלכע גרויסע דענקער איך וואלט געוואלט פירן א דיסקוסיע, איך האב אויסדערוועלט פרויד. כאטש אין פסיכאלאגיע האב איך גאר ווינציג פארשטאנען, אין פאקט האט ער אפילו געשריבן, אז "איינשטיין פארשטייט צו פסיכא-לאגיע, ווי איך צו פיזי-לאגיע...!האב איך אבער אין די וועלט פאליטיק, זיך גאר גוט פארשטאנען מיט אים.איך האב אים אנגעפרעגט, "וואס די גרונד פון די מענטשליכע גייסט צו מלחמה איז" איך האב געוואלט געפונען א שליכטונג צו די גאנצע קריג שטעלונג, פון הומעניטי, דורך שטעלן א סארט וועלט פאליציי, וואס זאל באהיטן און באוואכן, עפעס ענליך צו א פאראייניגטע וואך איבער פעלקער.

ער האט אבער ווידערהאלט, אז דאס "מענטש" איז זייער קראנק, און זייער שלעכט. "ער-דער מענטש" זוכט אויס שוואכלינגען, וואס דארפן א העכערע אויטאריטעט וואס זאל זיך פאר זייערע רעכטן שלאגן, און בויעט אויף זיי זיין פאוער, און אז מען וועט אים נישט היילן, וועט ער ווייטער נאכגיין זיינע פארדארבענע אינסטינקטן!!! און זיינע רייד האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין די שרעקליכע ווארהייט.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג מאי 16, 2010 11:01 pm

געהרטער לערער איינשטיין,

שפירט איך נישט באקריוודעט פון פרויד'ס עגאיסטישער לאזונגן אין אייער דירעקציע, דען דער זעלבער סייענס וואס האט אייערע טעאריעס באשטעטיגט, האט זיינע טעאריעס אפגעפרעגט.

דאס הייסט אז דער אקעדעמישער וועלט נאכפאלגערשאפט האט באשטעטיגט אין פאקט אז איינשטיין האט צו פיזיאלאגיע שוין איינמאל פארשטאנען, ווידעראום אויף פרויד'ס פסיכיאלאגיע האט דער פאקט - דערוויילע - נאכנישט מיטגעשטימט.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מאנטאג מאי 24, 2010 12:12 pm

איינשטיין האט געשריבן:קארל, העלוי,
...דער קלוגער ווייסט דאך אפצונויגן און פארטעמעווען זיינע געפילן, נישט נאך זיי נאכצוגייין, און זיי לאזן געוועלטיגן, דאס איז נישט וואס מיר האבן געלערנט

אזוי?! זאלן דיינע אייגענע אויערן הערן וואס דיין מויל רעדט. זינט ווען ווייסט א חכם וויאזוי צו "פארטעמעווען זיינע געפילן"? לאמיך דיר נאר פרעגן א פראגעלע: קענסטו זיך אפשר דערמאנען וואס איז געשען מיט דיר פעברואר 14, 1919? געדענקסטו וואס איז געווען די לעצטע שטרוי צוצוברענגען צו דעם?
און דערנאך דאס וואס דו באשולדיגסט מיר מיט'ן אנטון א פאלשן מאסקע קומענדיג צווישן אייך. אין א גענעראציע פון אינפארמאציע, קען מען זיך נישט באהאלטן, איר האט רעכט, מען קען נישט, דאן פארוואס באהאלט איר אלעס אנדערש וועגן מיין "יא אמונה", פארוואס ברענגט איר נישט אלס פאזיטיוו וואס איך האב געשריבן, און געזאגט? איך וואונדער מיך אויף אייך, גע'ערטער קארל. אלע ווייסן אז איינשטיין האט געזאגט דאס פאלגאנדען: רעליגיע אן סייענס איז א בלינדקייט [וואס איז אוודאי כפירה, אין אמונה פשוטה!] אבער סייענס אן רעליגיע איז א פארלאזירטע קלוגשאפט!!

די אלע ציטאטן פון "יא אמונה" ווערן ערקלערט אין די אנדערע ציטאטן פון "נישט אמונה". איינשטיינ'ס דעפיניציע פון "גאט" און "רעליגיע" איז געווען גאר עפעס אנדערש ווי דו פארשטייסט אין דיין יעצטיגן גלגול.
אין 1930 האסטו זייער קלאר געשריבן אז רעליגיע באדייט פאר דיר די מיסטעריע, שיינקייט און אָה פון דער בריאה, און "אין דעם זין, און בלויז אין דעם זין, בין איך א שטרענג רעליגיעזער מאן."

איינשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 9:38 pm

תגובהדורך איינשטיין » פרייטאג מאי 28, 2010 9:30 am

קארל טייערע, וואס מיינט איר אנצודייטן ווען איר דעמאנט מיר פון מיין אפגע'גט'ע פרוי, איך האב איר גע'גט ווייל מיר זענען זיך פונדערגעגאנגן אויף אנדערע דירעקציעס אין לעבן. און יא חכמים האבן געפילן, די פראגע איז צו זענען זיי וואס הערשן אדער זיי קענען באהערשן.

איז אזוי, איצט וויל איך זיך ווענדן צו אייך מיט א פראגע וואס עגבערט מיין געוויסן שוין אסאך יאר, זינט איך האב מיך נענטער באקענט אביסל מיט די געדאנקן-גאנג פון תורה טרייע אידן, אידן וואס "טראכטן" הערשט נאכן זיך דורכרעדן מיט די געזעצן פון איר פארגעשריבענע געזעצן-בוך. דאס איז אזא העריטעדזש וואס איז פארירש'ענט געווארן פון די נעשה ונשמע באשלוס וואס די אור עלטערן פון דאס פאלק האבן אנגענומען, ביים קליינעם בארג אין סיני. איך אין מיין לעבן האב שטענדיג פון זיך זעלבסט-געפאדערט "קיינמאל קיינעם נישט בלינד נאכצוגיין", "קיינעם נישט צו גלויבן". און דערפאר בין איך איבגעשטיגן מיינע פארגייער, די גרעסטע חכמים פון פריעריגע צייטן, און איך האב פארגעשריבן א פרישע סייענטיפישע געזעץ בוך, און עס איז ביזן היינטיגן טאג פאררעכנט אלס קראנט! וואלט איך נאכגעקומען די פארלאנגן פון נאטור לויט ווי די פריערדיגע האבן עס אפגעלערנט וואלט איר היינט נישט געוואוסט פון מיין עקזיסטענץ!

רעליגיע וואס איז געבויעט אויף גלויבן, קען נישט פארטוישט ווערן דורך פארשונגען, ווייל גלויבן איז גענוי דאס פארקערטע, און אז ביי תורה אידן, איז דאס גלויבן די העכסטע און וויכטיגסטע איז דעריבער פארשטענדליך זייער געטריישאפט צו אירע גרעניצן. איך דערהער עס און איך בין באגייסטערט!

וויל איך מיך אבער אויך אביסל נענטער באקענען מיט אייער לעבנס-שטייגער, און אייער קולטור, און איך וועל ערקלערן וואס איך מיין. דאס אז איר זיינט קלוג בין איך איינשטימיג, דאס אז איר זענט זייער געריבן שטים איך אויך מיט, איר זענט עס שטענדיג געוועהן, אין אלע תקופות פון וועלט, שטייט איר ארויס מיט אייער שטארקע אינטעליגענץ און מער פון דעם אייער מעגליכקייט צו פארוואנדלען די "וועלט'ס געלט" אלס אייער פארמעגן, איר האט זיך ספעציעל אויסגעצייכנט אין פינאנץ דוירכאויס היסטארי, די ערשיינונג פון טשעק"ס האט איר צום ערשט ערפונדן, די גרעסטע בענק האט איר געשאפן און אנגעפירט, איר האט פינאנצירט די מאכטפולסטע מלוכות מיט אייער אומגעהויערע סומעס פון געלט, א ראטשילד פאמיליע איז ביי די גוים נישט פארהאן, און ביז'ן היינטיגן טאג זענען די בענק "אידישע" יא! אין די ביזנעס צענטער פון די וועלט אמעריקא, איז לעהמאן בראדערס, בער סטערנס, און גאלדמאן זאקס די וואס דאמינירן די עקאנאמיע. איר האט פארפיגט איבער די פארטן אין דייטשלאנד פאר א צוויי הונדערט יאר צוריק ווען עקספארט אימפארט האט געברענגט די גרעסטע איינקופטן, איר האט אלעמאל גוט דערשמעקט ווי די געלט ליגט און איר האט דאס צו אייך דירעקטירט!! נעמט פאר א ביישפיל די יונגע לאנד אין מיטל מזרח, זי איז שוין היינט נאך בלויז זעכציג יאר אויף די מאפע אלס א זעלבסשטענדיגע מלוכה, מיט שטענדיגע שטרייטן און קריגן מיט אירע שכינים. און....זי איז פון די וועלטס שטערקסטע עקאנאמיעס, זי פארקויפט געווער פאר "אינדיע"...קאמפיוטער טשיפס פאר האלב אייראפע....און מעדיצין פאר די איבעריגע וועלט...דערפאר האט מען אלס פיינט געהאט דעם דשיד ווייל ער באראבעוועט די וועלט, אזוי האט שוין קארל מארקס געשריבן אין פריערדיגן יאר הונדערט "די סעקולארע ג-ט פון די אידן, איז "געלט"."

דאס איז אבער גערעדט אויף די ברייטערע פארנעם, און א כלליות'דיגע איבערבליק איבער אידן און פינאנץ, אבער, לאמיר פרובירן אריינצוגיין אין ספעציפיש. און ספעציפיש מיין איך לאמיר געבן א אינערליכען בליק אין די היימישע קרייזן, ביי די היימישע פרומע אידן, די וואס געהערן צו די חסידישע סעקטס אדער ווי מאנכע באצייכענען עס אלס אולטרא-ארטאדאקסישע אידן, דאס הייסט לכאורה די פרומסטע פליגל פון די אלגעמיינע אידנטום, שטעלט זיך ארויס עטוואס מער א צומישטער בילד, זיי פארמאגן טאקע אויך נאטורליך די קרייעטעריעס וואס קען זיי צוהעלפן צו פארדינען זיי האבן פיפיגע כלים, און שטארקע פעהיגקייטן און א שטארקע בלאק וואס ערלויבט זיי צו געניסן פון א אומגעהויערע "טראסט" צווישן זיך, און מען קען האנדלען וואנדלען, מאכן געשעפטן, דרייען, און "פארדינען"!

אלס רעזולטאט זענען טאקע דא צווישן זיי פולע וואס פארמאגן טיפע קעשענעס, פארהאן צווישן זיי ביזנעס לייט וואס פירן אן ברייטע פארצווייגטע געשעפטן, וואס דארפן זיך פון קיין איין אומה ולשון נישט שעמען. און דאס אלעס אן קיין שום בילדונג, אן קיין שום פריערדיגע לערנונג...מען קומט ארויס פון ישיבה, ווי מען האט פארבראכט איבערגעבויגן איבער די גרויסע בבלי'שע תלמוד, מען פארהייראט א מיידל פון די זעלבע ענגע קרייז, און מען לאזט זיך ארויס אויף די יארכע, אזוי צו זאגן, און, איינער דערזעהט זיך פלוצלינג אלס גלעצנדען ביזנעסמאן, איינער ווערט א שיינע פארדינער, און דער דריטער ווערט אריינגענומען אין די ארבעטער רייען, און ער ברענגט אויך אהיים עפעס פון וואס צו ברענגן ברויט צום טיש און שפייזן זיין פאמיליע וואס וואקסט שנעל, כן ירבו!

דאס איז אבער זייער ווייט פון קענען אנרופן אז דער אלגעמיינער ציבור "לעבט און שפייזט זיך בדרך כבוד" און דאס איז נישט קיין סוד אז עס הערשט א אלגעמיינער ארעמקייט צווישן זיי, מען ראנגעלט זיך שטענדיג מיט דאס דלות, מען דראפעט זיך אויף די ווענט צו ברענגן פרנסה, און אז עס גייט נישט, שווימט מען אין די ים פון חובות, און איך רעד נישט פון הייראטן די קינדער, און עקסטערע אויסגאבן. איך רעד פון די טאג טעגליכן. דאס באגריף פון ארעמקייט איז נישט ווילד פרעמד, די רעגירונג שטעלט צו הילפס פראגראמען וואס העלפט צו שטופן דעם ראד פון חובות, אבער דאס איז ווייט נישט גענוג, און נישט דויערהאפטיג, ריכטיג ווען די בענק האבן געהאט אפענע טירן האבן זיי פינאנצירט גרויסע חלקים פונעם אידישן לעבן, ווייל נאטורליך אז די בענק פארטיילן געלט זענען עס אידן וואס ווייסן וויאזוי דערפון צו געניסן, האבן זיי דאך געליטן גרויסע פארלוסטן אין די לעצטערע צייטן און זיי זענען פארהאקט און פארריגלט, און זייער א ענגע קרייז פירן געשעפטן מיט זיי!!!

מיין פראגע איז וואס טוט זיך מיט א פראפעסיע, איז נישט א בילדונג אן אינסטרומענט מיט וואס זיך צו פארמעסטן מיט ארעמקייט, איז זי נישט א זאך וואס וואלט געהאלפן לינדערן די אלגעמיינע דלות וואס הערשט אין די חרדישע געזעלשאפט? האבן נישט אונזערע חכמים געפאדערט פון א יעדן טאטן צו לערנען מיט זיין זוהן א "אומנות" ווייל אז נישט "דערלערנט ער אים רויבעריי" ריכטיג עס זענען פארהאן היימישע בוך פירער, היימישע קאמפיוטער פראגראמירער, א קליין ביסל היימישע טעראפיסטן אין סאציאלע ארבעטער, אבער ווייט ווייט נישט גענוג, און קיינער קימערט זיך נישט אז עס זאל זיין א לעבנסשטייגער זיך צו לערנען א פראפעסיע און דאס זאל זיין א וועג זיך צו שפייזן מיט עהרע...

א גוט שבת.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » פרייטאג מאי 28, 2010 10:18 am

איינשטיין האט געשריבן:קארל טייערע, וואס מיינט איר אנצודייטן ווען איר דעמאנט מיר פון מיין אפגע'גט'ע פרוי, איך האב איר גע'גט ווייל מיר זענען זיך פונדערגעגאנגן אויף אנדערע דירעקציעס אין לעבן. און יא חכמים האבן געפילן, די פראגע איז צו זענען זיי וואס הערשן אדער זיי קענען באהערשן.

איך האב זיך נישט באצויגן צו דעם פאקט אז איר האט זיך גע'גט - זיך צו גט'ן איז נישט קיין פעלער. כ'האב דיר דארטן געפרעגט: "געדענקסטו וואס איז געווען די לעצטע שטרוי צוצוברענגען צו דעם?" און אויב דו קענסט אויפפרישן דיין זכרון וועסטו דיך דערמאנען פון שאנדפולע אקטן וואס דו האסט געטאן, נאכגייענדיג דיינע נישט-כשר'ע געפילן.

מיין פראגע איז וואס טוט זיך מיט א פראפעסיע, איז נישט א בילדונג אן אינסטרומענט מיט וואס זיך צו פארמעסטן מיט ארעמקייט, איז זי נישט א זאך וואס וואלט געהאלפן לינדערן די אלגעמיינע דלות וואס הערשט אין די חרדישע געזעלשאפט? האבן נישט אונזערע חכמים געפאדערט פון א יעדן טאטן צו לערנען מיט זיין זוהן א "אומנות" ווייל אז נישט "דערלערנט ער אים רויבעריי" ריכטיג עס זענען פארהאן היימישע בוך פירער, היימישע קאמפיוטער פראגראמירער, א קליין ביסל היימישע טעראפיסטן אין סאציאלע ארבעטער, אבער ווייט ווייט נישט גענוג, און קיינער קימערט זיך נישט אז עס זאל זיין א לעבנסשטייגער זיך צו לערנען א פראפעסיע און דאס זאל זיין א וועג זיך צו שפייזן מיט עהרע...


א דאנק פאר'ן אויפברענגען די טעמע. איך בין מיט דעם אינגאנצן איינשטימיג.
מען קען צו דעם צולייגן דברים כדרבונות וואס א שרייבער האט לעצטנס געשריבן אין א היימישער אויסגאבע:
אויב איז שוין יא דא איינער וואס פאדערט אויף אז אונזערע קינדער דארפן באקומען א נארמאלן אלגעמיינעם חינוך וואס וועט זיי צוגרייטן צו פירן א נארמאלן ערליכן, תורה'דיגן, פרנסה'דיגן לעבן, פונקט ווי יעדער האט פארשטאנען ביז 20-30 יאר צוריק, דארף ער זיך אנטאן קופערנע קליידער כדי צו קענען פארנעמען הויפנס קריטיק אז ער איז א קל און אן אויסוואורף איבער דעם וואס ער זאגט אז מען דארף טוישן דעם יעצטיגן סיסטעם. איי וויאזוי וואגט מען זיך צו קריטיקירן אזעלכע רייד ווען חז"ל האבן שוין אזויפיל יארן צוריק פארדאמט א מענטש וואס גיט נישט פאר זיין זון די פאטענציאלן פון האבן א געהעריגע פרנסה: "כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות!" – ווער עס לערנט נישט פאר זיין זון א פאך איז עס פונקט ווי ער לערנט אים צו זיין א רויבער.
ס'איז אינטערעסאנט אז די גמרא שרייבט ערגעץ אנדערש זייער אן ענליכן לשון: "כל המלמד את בתו תורה כאילו מלמדה תיפלות." – ווער עס לערנט פאר זיין טאכטער תורה איז עס פונקט ווי ער לערנט איר אומווערדיגקייטן. פארוואס זאלט איר נאר וויסן פון דער צווייטער גמרא און נישט פון דער ערשטער? איז "תיפלות" חשוב'ער פון "ליסטות"? פארוואס לגבי "תיפלות" קערט מען איבער א וועלט מיט מחאות אויף די וואס געפינען הלכה'דיגע היתרים, און ווען די זעלבע חז"ל זאגן אן ענליכן לשון לגבי "ליסטות" נעמט מען אן א מויל פול מיט וואסער? איין גמרא שטעמפלט מען אפ אלס כמעט "יהרוג ואל יעבור", און די צווייטע איז אגדתא, נישט-רעלאוואנט, אדער גאר... השכלה! רחמנא ליצלן מהאי דעתא.
כדי צו וויסן וואס "תיפלות" מיינט דארף מען אריינקוקן אין די פירושים – עס איז נישט א געווענליך ווארט. אבער וואס "ליסטות" מיינט איז דוכט זיך גאנץ קלאר – אויב האט איר נאך א ספק, זייט אייך מתבונן אין אונזער לעבנסשטייגער אדער קוקט נאר (אדער קוקט בעסער נישט) אויף די פאדערשטע זייטן פון די נאציאנאלע צייטונגען אין דער לעצטער שטיק צייט.
לעצט פאראכטן דורך קארל אום פרייטאג מאי 28, 2010 1:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 28, 2010 10:28 am

קארל;

זאג דעם שרייבער אז בעפאר ער פרעגט קשיות פון גמרות, זאל ער כאטש נאכקוקן די גמרא אינעווייניג.

די ריכטיגע ווארט איז "ליסטות".

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » פרייטאג מאי 28, 2010 11:17 am

גערעכט (כ'דארף איבערקוקן צי עס איז טאקע אזוי געווען געדרוקט, אדער עס איז געווען מיין טעות בשעת'ן איבערטייפן).

לינגוויסטיש גערעדט איז עס אבער נישט אזא גרויסער טעות, ווייל דאס ווארט שטאמט פון דעם גריכישן λειστές (ליסטוס).

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » פרייטאג מאי 28, 2010 11:36 am

איבערגעקוקט. ס'איז געווען געדרוקט מיט דעם טעות'דיגן אויסלייג "ליסטוס".

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 28, 2010 11:42 am

קארל האט געשריבן:גערעכט (כ'דארף איבערקוקן צי עס איז טאקע אזוי געווען געדרוקט, אדער עס איז געווען מיין טעות בשעת'ן איבערטייפן).

לינגוויסטיש גערעדט איז עס אבער נישט אזא גרויסער טעות, ווייל דאס ווארט שטאמט פון דעם גריכישן λειστές (ליסטוס).

עס צייגט אבער אז דעם שרייבערס קאפ איז מער אין די גריכישע פילאזאפיע ווי אין די הייליגע גמרא.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג מאי 28, 2010 12:21 pm

קרעמער!!!!!
א שארף'ס און א גוטס!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טריליאנער און 14 געסט