גאלדענע באסעס
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 3:22 pm
העי, האסט נאכנישט געהערט פון אזא זאך? שרעק דיך נישט, איך אויך נישט ביז לעצטענס, סאו, פיל דיך נישט באפאטשט, באדראעט, באמאכט, פארשעמט ענד אן ענד אן.
איך קוק אזוי איבער די בליק'ן פונ'ם עולם גולם, און כ'זע אז דער ציבער הויבט אויף די ברעמען. ס'רוב חברה ווייסען נישטאמאל וואס דער סאכדעס וויל, זינט ווען איזער א שרייבער, ווער האט אים געגעבן די אוטארעטי צו עפענען אנעשקויל? און דער איבריגער עולם, זענען דאך ס'רוב שויניש דא, (יאכער, כאדעך באמערקט, דארפסט נישט אריינשרייען, אוקעי, צייטליך דו אויך, לאמיך קומען צום ווארט. עלקא פנים, לאמיך קומען נעבן ס'ווארט.) און ווער עס זענען יא דא, שרייעט יעדער גוט מארגן געלער, האסטעך דערמאנט אז דו האסט א קי-בארד? כ'מיין יעדע ציגעלע האט א בארד, (יעדע? נע דברה תורה בלשון בני אדם) וואס האסטעך דערמאנט פון די קיעלעך? און נאך מער, אפשר קומסטו צום ווארט דארט? ס'גייט זיך נאכמאאל אנהויבן די קארני דזשאוק פון הקדמות? קאט די קרעפלעך, און לאז עסן עפלעך, און רעדט צום זאך.
אבער ווען עס קומט צו רעדן פון די גאלדענע באסעס, דאן אישוין אנאנדערע מאנסע. אמער? דאס אישוין אן אלטער חידוש, און מ'האט זיך איצט געכאפט דערויף.
אונזערע זיידעס, ווען מ'האט גערעדט פון די גאלדענע אמעריקע, האבן זיי דאך תיכף פארשטאנען, אז מ'רעדט פון ניו יארק, מ'קען דאך נישט רעדן פון נוי גערסי, ווייל פרעג א לעקוואוד'ען אידל צי ער לעבט אין די גאלדענע אמעריקא, וועסט נישט פארטיגן פאר א שעה. ער וועט דיר אויפצייגן אז אפילו לויט'ן רמב"ם, וואס ר' חיים לערנט אריין פשט, קעמען ניט זאגן גאלדענע אמעריקא, ווייל די פאן איז בלוי רויט און ווייס. אלזא, אויב עפעס גאלדענע אמעריקא, רעדט מען נאר פון נוי יארק. אדער ווי אנדערע רופן נוב דרהק. עפעס אזוי, כ'קען עס נישט געהעריג ספעלן.
נו, גיי זאג אונזערע זיידעס אין יוראפ, אז אין די גאלדענע אמעריקע איז דא גאלדענע באסעס. ער וואלט דאך דיך אנגעקוקט ווי פון זינען אראפ, ווי א וואנזיניגער בארירטער פארשוין. איי פארוואס גאלדענע אמעריקא יא און גאלדענע באסעס נישט? אהה דאס איז שוין פשוט, ווייל (אבי, ברענג שנעל א משל) אמממ וואס נאר? אה יא, פארוואס אמעריקע יא, און באסעס נישט. אהה יא פשוט, ווייל ווי האט מען דען געזען אזא זאך ווי באסעס אין הוידא-נאנאש? א טרעין ליידער האט מען געזען, און שוין צופיל, ירחם ה'. אבער באסעס? מרדכי שמאיע, נישטא אזא זאך. נו, איז וואס גייט דא פאר? כ'מיין יא די באסעס פארן, אבער וואס פארט די מיט אונזער ענין דא. אוי כ'בין דא פארפלאנטערט געהעריג, א_ווי צוויי גאלדענע באסעס זאלן מיר שטיין פאר מיין נאז. און איינס פון הינטן. איז אזוי, מ'דארף דאך וויסן וואס גייט פאר דא, אהה דעס ווארט האט נאך אויסגעפאלט, דאס ווארט: דא. פינטל.... (שוין האבעך גענוג פאר גרויזאמער'ן אויך.) גיימער איבערכאזערן, אונזערע זיידעס אפילו ווען זיי האבן געוואוסט פון די גאלדענע אמעריקא צו זאגן, האבן זיי אבער פון קיין גאלדענע באסעס, נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטאן. (אויך מיר אן אויסדרוק... אבער וועמ'ווייסט ווען וואס וואו צו שטעלן, איז ממש א פלאנדזשער, אוי, כ'זאג נישט גוט די ווארט, כ'רוף אן מיין ס'אידענע, רגע..... אוקעי, פלעזשור....) אלזא, קומער צוריק צום ענין, מה זה ואבו מאזען, דאסיניען פון די גאלדענע באסעס.
דערוילעם ווייסטאך, מ'זעמיר דאין נוי יארק, מ'האמיר דא די הויכע פאלטישענס, (פארציילט נישט קיינעם, עס זענען דא היבש נידריגע, הן ברוך והן בוועשעם.) מ'האמיר געהאט א הויכגעשפריצטער שפריצער, וואס ער איז אגב יא גאנץ (גארנישט מיט משפחת גאנץ, קרעמער, שריי נישט גלוי) הויעך, אבער ליידער זייער נידעריג געוועזען, פארשעמט די נויב יארקער פנים, משרוף האינטערנעט עד סופו, כ'רעדט שויניש פון דעם וואס פון וואשינגטאן האט מען פארלאנגט א רעזיגענאציע תיכף... בומס, צי ער וויל צי ער וויל נישט, גרויסער דיסטריקט אטוירני וואדוביסט, פאק פעק, און גיי ארויס פון סיטי האל.
שוין, לאמיר נישט קערן קיין שמוץ, ווייל כ'קענאך שמוציג ווערן. (הגם כאב א בעזעם, אבער לאמיר נישט פארציילן פאר קיינעם, אוקעי שמערי?) דער שפיצער איז ארויסגעלאפן פון סיטי האל, ער האט זיך כמעט איבערגעדרייעט אויף די טרעפ, ווען קיינער זעט נישט, אינאך איין זאך, אבער דא איז מען דאך אים נאכגעגאנען, אזש ס'געווען בושות. (ווי זאגט נאר ס'עפעס, אז מ'קען נישט תיכף פארציילן ווער עס איז אויף די נאן פליי ליסט, ווייל אויב יא, און עס וועט זיך אויסשטעלן נישט ריכטיג, וועט דאך זיין בושות.... אוי לאותה בושה, ענדערש זאל דער טעראריסט, עה וואס זאג איך? דער פארשוין אנטלויפן, אבער קיין בושות וועט נישט זיין.)
בקיצער, לאמיר לאזן דעם שפיצער לויפן, ער האלט שוין באלד ביים טאנעל, ער ווארפט זיך אט אט אריין אין וואסער, הו קערס. האט ער אונז איבעגעלאזט מיט גאר א חשובן ממלא מקום, וואס איז נישט קיין אנדערע ווי אונזער בלינדער שחור, מר פעטערסאן שטורעם הודו. דער יעניגער האט מיך דערמאנט ווי איך זיץ אין גיטע חעס, און כ'שפיל קאגעלעך. ווער האט נאך געווינען ווי איך? הא? ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף א בענקל, ער קוקט נישט אין ערגעץ, ווייל ער קען פשוט נישט זען. אבער געלט וויל ער מאכן. נו וויאזוי מאכט מען געלט? הא?
דער פעטערסאן וואקט אין גאס, ער האט מיט זיך זיין בלינד הינטל, און זיין בלינדע שטעקן (זייטס שטיל, כ'ווייס כ'ווייס, לאטס מיך אויסרעדן) און ער שפאנצירט זיך אזוי אויף די גאלדענע גאסן פון אמעריקא, און גארנישט, ער זעט נישט. אלל אוו א סאדען, ער וואקט אראפ אין די נישט ריכטיגע מינוט אויפ'ן שטראוז, און בובסססס א קוויטשע א שריי, גארנישט א באס פון סקול האצעך פונקט גענומען פארן דארט ביי די זייט, און פונקט איז ער דארט אראפ. פרעג ער עמיצין, זאג מיר, וואס אידא געווען? דער חכם וועמען ער האט אפגעשטעלט, האט זיך בארעכנט צו זאגן, אז א גאלדענע באס האט אים כמעט אראפגעקלאפט.
בומססס די מחשבות הויבן אן ווירבלען, נוי יארק וועט זיין ס'רייכסטע סטעיט אין אמעריקא, ער לויפט ארויף צוריק צו זיך אין אפיס, ער טראכט נישט קיין צוויי. ער הויבט אויף א טעלעפאון צו אן אלטן חבר זיינעם, מיט די אטעם אינעם שטעקן זאגט ער אים, הערסט? כ'גיי זיין גאווערנער אין די רייכסטע סטעיט אין אמעריקא. ער געט אים א פרעג, זאג מיר, וואסערע קאלער האבן די קאר פלעיטס? זאגט ער אים, סייסט? ווייס און בלוי. יוי דער פעטערסאן אטעמט אפ, הההה טענקס גאד. ער פארופט אן עמערדזשענסי מיטונג. חברה מ'גייט מאכן געלט. דהיינו, מ'זאל מאכן נייע פלעיטס, יעדער וועט דארפן קויפן נייע. דערוילעם קרומט מיט'ן קול, ווייל מיט די נאז העלפט סייווי נישט, ער זעט דאך נישט. וואס גייט כאפן דעם עולם? פארוואס זאל מען קויפן נייע? אההה דא קומט עס, האלטסט ענק דעם אטעם:
מ'גייט מאכן גאלדענע פלעיטס...... WOW נאר באסעס מעגן זיין גאלד? פירט ער אויס מיט פאטאס. דערוילעם האט שוין געכאפט וואס עס גייט דא פאר, און מ'האט אפגעמאכט ר'לעדיגט, מ'גייט טוישן פון ווייסע פלעיטס, צו געלע פלעיטס.
פעטארסען געעט א געשריי, ווווואאאאאאס??????? געלע? כאגעזאגט גאלדענע, אהה יא, אייעם סארי מיסטער גאווערנער, גאלדענע פלעיטס.
אלזא, אלע האבן פארשטאנען אז עס איז גאלד נישט געל, און ווען מ'רעדט פון די נייע פלעיטס רעדט מען נאר פון גאלדענע פלעיטס. (שפעטער איז פעטערסאן געוואויר געווארן אז עס געל די באס נישט גאלד, איז די גאנצע פלאן צופאלן, נישט אזוי יודל?)
אבער דאס אלעס גייט מיך נישט אן, זאל נוי יארק זיין רייך זאל זי זיין ארים, וואס אידע חוצפה פון נעמען אונזערע שיינע פלעיטס און עס בייטן אויף אזא עקעלדיגע קאלער? שטיי איך און כ'רעג זיך, זע איך אין די צייטונג, אז עס איז גארנישט געל, ער שרייבט פלעין אז מ'האט עס געטוישט צו גאלד און בלוי. כ'ציפ מיך צי כ'זעה גוט, ביז כאבאשלאסן, אז די געלע באסעס איז אויך גאלד, והי' בזה פעטערסאן, ותהא נשמתו צרורה מיט אלע צרות אמן כן יהי רצון.