Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

השגחה פרטיות דורך די וואלקענא אויפרייס

זונטאג אפריל 25, 2010 7:43 am

די גמרא זאגט אין מס' יבמות דף סג ע"א אין פורענות באה לעולם אלא בשביל ישראל, איך מיין אז ס'שטייט שוין ערגעץ, אויב נישט וועל איך עס זאגן לענ"ד, אז אפילו די פורעניות וואס קומט אויף די וועלט איז אויך נאר צו ברענגן גוטס פאר אידן.
מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אז אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט איז נישט קיין מקרה, און אז מיר שטייען יעצט עטליכע טעג פונאדערשיידט פון די גרויסע וואלקענא אויסברוך וואס האט פאראלאזירט א האלבע וועלט, איז זיכער אז דאס איז אויך געווען לטובת די אידן.

***
מיר ברענגן דא איין השגחה פרטיות וואס האט זיך אפגעשפילט אין די לעצטע טעג, און אלע יושבי וחכמי ומבקרי הקרעטשמע זענען מכובד מוסיף צו זיין נאך.

דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח האט מען אין אנטווערפן אריינגעפירט אין שפיטאל א יונג בחור'ל מיט א ערנסטן פראבלעם אין די לעבער וואס האט זיך געפאדערט א באלדיגע טרענספלענט, למעשה איז דער בחור נישט מער ווי ארויף אויף א וועיטינג ליסט וואס שוין געהאט אויף זיך 16 מענטשן, און דא זאגן די דאקטורים אז יעדן טאג מאכט אויס, און דער מצב טוט זיך ליידער נאר פארערגערן, די משפחה האט אבער גארנישט געקענט טון מער ווי ווארטן אויף רחמי שמים.
מה עשה הקב"ה, דעם פארגאנגענעם זונטאג פ' אח"ק איז געשטארבן א דייטשער ערל אין דייטשלאנד וואס האט זיך פארשריבן מנדב צו זיין זיינע איברים פאר קראנקע מענטשן, און מען האט א געזונטן לעבער, די באאמטע באקומענדיג דעם מעלדונג האבן זיי געזען אז דער נעקסטער אויף די ליסט וואוינט אין אמעריקא, לעבער ווען מען נעמט ארויס פון א טויטן מענטש דארף דאס ווערן פריש איבערגעפלאנצט אין די קומענדיגע דרייסיג שעה כדי דאס זאל זיין ווירקזאם, און דא איז אייראפע פארשלאסן אין יוצא ואין בא.
האט מען אפירגענומען די ליסט און געזוכט די נענטסטע פלאץ ווי מען קען עס יעצט שיקן פאר אזעלכע וואס זענען אויף די ליסטע, האט מען געזען אז אנטווערפן איז די נענטסטע פלאץ, ווי צוויי מענטשן ווארטן דערויף, דער ערשטער איז א ערל און דער צווייטע להבדיל דער אידישער בחור, און אז דער ערל איז געווען פריער אויף די ליסטע האט מען עס פרובירט צו איינפלאנצן אין אים, למעשה האט די בלוט טייפ נישט געשטימט, און דער בחור האט ב"ה באקומען דעם לעבער, בעזרת הבורא יתברך שמו הרופא חולי עמו ישראל.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

Advertisement

זונטאג אפריל 25, 2010 9:25 am

וויפיל יודען לויפן געבן בלוט פאר מערראו טרענספלעטס? וויפיל יודען געבן אוועק נירען פאר א צווייטען יוד?

גלייבטס מיר אז ווען די אידען וואס האבן געווארט און די עירפארטס ווייסען וועהן אז זיי ווארטן דא נאר צו ראטעווען א יונגען בחור'ס לעבן, וואלטן אלע זייער גערן געווארט, אמת שאץ??

מורא'דיגע מעשה מר. מי יודע יישר כח
לעצט פאראכטן דורך מוישע_יאכעס אום זונטאג אפריל 25, 2010 12:45 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג אפריל 25, 2010 10:35 am

מוישע_יאכעס האט געשריבן:מורא'דיגע מעשה מר. מי יודע יישר כח

זונטאג אפריל 25, 2010 12:43 pm

די מעשה איז נאך טיפער, ווייל אט די געשעהנישט איז געוועהן פאריגע וואך דינסטאג, דער גוי פון דייטשלאנד איז געשטארבן און מ'האט ארויסגענומען זיין לעבער, (נישט זונטאג ווי מי יודע האט געשריבן) ווער ס'איז געוועהן אין עירפארט אין אייראפא די לעצטע וואך ווייסט אז אין די צייט וואס אנדערע עירליינס זענען שוין געפארן איז די דייטשע לופט ליניע לופטהאנזא נישט געפארן, (אני הקטן איז איך געוועהן פון די חברה וואס זענען געוועהן פון די פליטי לופטהאנזא וואס די געזעלשאפט האט ארויף געלייגט אויף אנדערע עירליינס יעדער איז געפארן אויסער זיי) והוא הנותנת, ווען פון דייטשלאנד וואלט געוועהן דינסטאג א פליגער וואלט דער לעבער אנגעקומען קיין אמעריקא און נישט קיין בעלגיע...

נישט אומזיסט האבן צדיקים געזאגט אז די גאנצע מלחמה מיט נאפאליאן איז געוועהן צוליב איין שידוך, ווער ווייסט צו נאר צוליב דעם בחור'ס געזונט זענען נשתנה געווארן סדרי בראשית...

ד' מצעדי גבר וגו'.

זונטאג אפריל 25, 2010 12:56 pm

מי יודע, שכח פארן ברענגען די מורא'דיגע מעשה.

זונטאג אפריל 25, 2010 1:10 pm

די מעשה איז נעכטן באריכטעט געווארן אויף קול מבשר.

זונטאג אפריל 25, 2010 1:34 pm

נורא נוראות. יישר כח "מי יודע"!

זונטאג אפריל 25, 2010 2:21 pm

WOW ! אפענע השגחה פרטיות !!!!

זונטאג אפריל 25, 2010 2:39 pm

וואס האבן א גרופע פון נאס"א איינגעשטעלטע געזאגט פאר א חב"ד שליח? וואס האבן די פילאטן פארלאנגט פון זייער קאלעגע אידישע פילאט? דאס און נאך אינטערעסאנטע פונקטן, וואס איז אפירגעקומען אדאנדק די וואלקענא וועט נאכפאלגן אין א שיין ארטיקל, ועוד חזון אי"ה

זונטאג אפריל 25, 2010 8:46 pm

א געוואלדיגע מעשה, שכוח פארן עס באשרייבען

זונטאג אפריל 25, 2010 9:36 pm

גרייט איך מיך אן, איך קום אהיים מיט געשמאק מיט א אייפער, איך האב א גוטס צו דערציילן אינדערהיים. איך טוה מיר אויס די קאלאטשן, וויש אפ די פוס אינעם קאָץ, שאקל אפ די שירעם, באגריס די קינדערלעך, שמייכל צו די שטוב, און מען זעצט זיך אנידער אויפן ריקליינער מיט א מעשה.

הערסטו?
א בחור'ל פון אנטווערפן נעבעך האב געברויכט האבן א לעבער טרענס...
- יא מיט די וואלקעינא עירפלעין?
יא, פון וואו ווייסטו?
- איך האב עס שוין געהערט אויף קאל מעוואסער.
אה יא אמת'דיג? ווייסט פון וואו ער נעמט עס, פון דארט וואו איך נעם עס..?

א דערשלאגענער שטעל איך מיך אויף פון ריקליינער, איך לויף אריין אין קרעטשמע פארציילן מיין מעשה פון מיין אייגענעם וואלקעינא.
נישט איז נישט, מוזט נישט הערן.

כמראה וולקעינא עם אפר שחור מראה שוועמל
כמראה אירופה בלי תעופות מראה שוועמל
כמראה תגובה בלי ירוקות מראה שוועמל
כמראה קרעטשמע בלי שוועמל מראה שוועמל


א"צ לסיים, ואח"כ אומרים תיקון לאה קודם קראות הגבר

מאנטאג אפריל 26, 2010 6:23 am

ישר כוח מי יודע פארן ברענגן נאך א מעשה פון השגחה פרטיות, פון די זאכן וואס פאסירן יעדע רגע וואס דער רבוש"ע איז א מנהל עולמו בחסד ובריותיו ברחמים.

כ'וועל נאר צולייגן וואס כ'האב פאר איטליכע וואכן צוריק געזעהן ברענגן אז א איד פון די מרחקים, פון עפעס א ווייט לענדל, איז געקומען ביים צום חפץ חיים און דער חפץ חיים האט אים אויסגעפרעגט איבערן מצב פון די אידן אין יענעם לאנד, לסוף האט ער דערציילט אז אין איינע פון די עקן לאנד האט אויסגעבראכן א מלחמה צווישן די שבטים און ס'גיסט זיך בלוט ווי וואסער.

דער חפץ חיים האט אויפגעציטערט!
האט אים דער איד בארויאיגט אז ב"ה ס'נישט דא דארט קיין אידן, און פאר אידן האט עס גארנישט געשאדט.
האט אים דער חפ"ח מסביר געווען: ווען איינער שטעלט זיך אויף רעדן פאר צען מענטשן, און פינעף זענען ל"ע נישט הערענדיג, און נאר פינעף קענען הערן, צו וועם רעדט דער מענטש, צו די וואס הערן אדער צו די וואס נישט? זיכער נאר צו די וואס יא!

אזוי איז מיט יעדע זאך וואס פאסירט אויף די וועלט. אמת ס'פאסירט ביי גוים, אבער קענען זיי דען הערן? זיי פארשטייען דען אז אלעס איז מיט א חשבון און ס'האט פאסירט איז ווייל עפעס טיפער ליגט דערין, די גאנצע בריאה קען נתהפך ווערן אז איין אידישע בחור זאך אויסגעהיילט ווערן, פארשטייט דאס דער גוי? ניין! אלא מאי, רעדט מען דאך צו די וואס פארשטייען יא!

מאנטאג אפריל 26, 2010 7:56 am

א גרויסן דאנק פארן ברענגען דעם סיפור,

ס'דערמאנט נאכאמאל די יש מנהיג לבירה

מאנטאג אפריל 26, 2010 8:35 am

געלעגער האט געשריבן:א גרויסן דאנק פארן ברענגען דעם סיפור,

ס'דערמאנט נאכאמאל די יש מנהיג לבירה

האסט שוין געהאט פארגעסען???
קום אריבער אין אפיס איך מוז רעדן מיט דיר,

מאנטאג אפריל 26, 2010 8:43 am

איך האב געהערט פון אן עד ראשון וואס האט בייגעוואינט די אפעראציע.
ער זאגט: די טראנסספער מיז ווערן געמאכט אין ווייניגער ווי 9 שעה! (נישט 30)
די לעבער איז דירעקט געשיקט געווארן פארן בחור און נישט פאר קיין שום אמעריקאנער גוי. (בכלל נישט געווען אין פלאן, נישט 2 נישט 16)
קיינמאל וועט מען נישט זאגן פון ווי די לעבער שטאמט (נישט ווי באריכטעט) פארוואס דא יא? ווייל ער אליין האט געפרעגט די ערל וואס האט עס געברענגט מיטן קאל-באקס.
די איינציגע שוועריקייט איז געווען, אז געווענטליך בלייבט יעדע לעבער אינעם אייגענע לאנד, דייטשלאנד אין דייטשלאנד, אמעריקא אין אמעריקא, משא"כ דא האט מען מיטן איבערמידליכע שתדלנות עס יא אריבערגעברענגט.

ע"כ שמעתי מעד נוכח.

מאנטאג אפריל 26, 2010 10:36 am

שוועמלס מעשה איז נאך די מערסטע באלערנד... יענע נאכט האט זיך שוין די תיקון גאר אנדערש געזאגט.

מאנטאג אפריל 26, 2010 11:14 am

ווארום האט געשריבן:איך האב געהערט פון אן עד ראשון וואס האט בייגעוואינט די אפעראציע.
ער זאגט: די טראנסספער מיז ווערן געמאכט אין ווייניגער ווי 9 שעה! (נישט 30)
די לעבער איז דירעקט געשיקט געווארן פארן בחור און נישט פאר קיין שום אמעריקאנער גוי. (בכלל נישט געווען אין פלאן, נישט 2 נישט 16)
קיינמאל וועט מען נישט זאגן פון ווי די לעבער שטאמט (נישט ווי באריכטעט) פארוואס דא יא? ווייל ער אליין האט געפרעגט די ערל וואס האט עס געברענגט מיטן קאל-באקס.
די איינציגע שוועריקייט איז געווען, אז געווענטליך בלייבט יעדע לעבער אינעם אייגענע לאנד, דייטשלאנד אין דייטשלאנד, אמעריקא אין אמעריקא, משא"כ דא האט מען מיטן איבערמידליכע שתדלנות עס יא אריבערגעברענגט.

ע"כ שמעתי מעד נוכח.


סאו די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער ? די וואלקענא האט נאר געמאכט שוועריקייטן, אז מען זאל דארפן איבערמידליכע שתדלנות ?

מאנטאג אפריל 26, 2010 11:22 am

שוועמל האט געשריבן:גרייט איך מיך אן, איך קום אהיים מיט געשמאק מיט א אייפער, איך האב א גוטס צו דערציילן אינדערהיים. איך טוה מיר אויס די קאלאטשן, וויש אפ די פוס אינעם קאָץ, שאקל אפ די שירעם, באגריס די קינדערלעך, שמייכל צו די שטוב, און מען זעצט זיך אנידער אויפן ריקליינער מיט א מעשה.

הערסטו?
א בחור'ל פון אנטווערפן נעבעך האב געברויכט האבן א לעבער טרענס...
- יא מיט די וואלקעינא עירפלעין?
יא, פון וואו ווייסטו?
- איך האב עס שוין געהערט אויף קאל מעוואסער.
אה יא אמת'דיג? ווייסט פון וואו ער נעמט עס, פון דארט וואו איך נעם עס..?

א דערשלאגענער שטעל איך מיך אויף פון ריקליינער, איך לויף אריין אין קרעטשמע פארציילן מיין מעשה פון מיין אייגענעם וואלקעינא.
נישט איז נישט, מוזט נישט הערן.

כמראה וולקעינא עם אפר שחור מראה שוועמל
כמראה אירופה בלי תעופות מראה שוועמל
כמראה תגובה בלי ירוקות מראה שוועמל
כמראה קרעטשמע בלי שוועמל מראה שוועמל


א"צ לסיים, ואח"כ אומרים תיקון לאה קודם קראות הגבר



איך האב מיטלייד מיט דיר, אזוי קוקט אויס ביי מיר יעדן שבת טיש כמעט ווען איך וויל דערציילן א מעשה פאר מיין יונגל, זייענדיג טרוד (מיט וואס????....) קוק איך מיר נישט פאר, איך פרוביר נאר צו דערציילן וואס איך געדענק גירסא דינקותא, און רוב מאל רופט זיך אן מיין יונגל דער סיום המעשה, ער קען עס שוין.


אונז דארף מיר אויסלערנען דרך ארץ פאר אונזערע קינדער.

נישט אומזינסט מאכט יאיר וויינשטאק נייע מעשיות, די קינדער זאלן נישט קענען זאגן איך קען עס שוין.

איך מיין אז אונזער אב זקן ווער ער דערציילט א מעשה האט ער נישט דעם פראבלעם

דינסטאג אפריל 27, 2010 10:07 am

יא יא און נאכאמאל יא, דער אייבישטער פירט די וועלט, ער האלט אינץ און איין ווייזען

דינסטאג אפריל 27, 2010 12:29 pm

ווארום, איך האב געהערט פון אן עד שמיעה, אז די שידוך ביי נאפוליאן, איז שוין געווען מסודר נאך פאר די מלחמה.

דינסטאג אפריל 27, 2010 1:17 pm

נו, נו... איך ווייס די מעשה פון א קאזין פונעם באטרעפנדן, איך בין נישט מעיד אויף אלע פרטים אבער די לעגנדע איז ריכטיג.
אפילו חרב חדה מונחת על צוארו של אדם אל יתיאש עצמו מן הרחמים!!

דינסטאג אפריל 27, 2010 1:45 pm

http://dreamingofmoshiach.blogspot.com/ ... tdown.html
שרייב א תגובה

Advertisement