אבאמא VS מדינת ישראל ?!...

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לאקשען ברעט

אבאמא VS מדינת ישראל ?!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

לה"ו

כ'פרוביר אביסעל צאמצישטעלען די פאקטען פין די אנגעצויגענע אבאמא/מדינת ישראל באציאונגען, אזוי ווי כ'ווייס נישט אלע פאקטען וואס ס'טוט זיך אפ אינטער די קוליסען, איז שווער צי קומען צי א געהעריגע מסקנא, אבער כ'ווען שרייבען לויט וואס כ'ווייס אין ווער ס'ווייסט מער פאקטען זאל צילייגען זיינע צוויי סענט,

באמת גייט עס נאך צירוק וועט אבאמא איז געווען א סענאטאר אין ער האט אפגעשטאט א באזוך אין ישראל אין ער איז זייער קאלט אויפגענומען געווארען דורען די איזראעיליס לכאורה צוליב זיין מוסלעמענישע אפשטאם נאכדערצי מיט א נאמען כוסעין, זיי האבען עים נישט ערענסט גענומען, אין דאס האט מסתם איבער געלאזט אבאמא מיט א זויערע טעם אין מויל,

אין דאס איז לכאורה געווען א טעות מצד מדינת ישראל,אין מען קען לכאורה ווייזען דא מיט א באשולדיגונג פינגער אויף די מדינת ישראל פאליטיקאנטען, כ'פארשטיי נישט פארוואס זיי קענען נישט זיין מער דיפלאמאטיש פארוואס קענען זיי זיך נישט אביסעל איינהאלטען זייערע געפילען, נישט אלץ גוטע מידות נאר פשוט שלח לחמך על פני המים, ס'קאסט גארנישט צי געבען איינעם אביסעלע כבוד אין אים מאכען גוט שפירען, פארוואס פירען זיי זיך אויך אזוי, כ'פארשטיי נישט פינקטליך,

דעם טערקישען אמבאסאדאר זעצען זיי אויף א קליינע בענקעל, אין פונקט ווען ביידען קומט אן דארפען זיי פראקלאמירען א נייע בוי אינטערנעמונג אין מזרח ירושלים, כ'מיין ווי איז אביסעל דיפלאמאטיע ?! , זענען זיי געבוירען אן קעפ ?! , שוין דאס איז איינס,

יעצט למעשה איז אבאמא געווארען פרעזידענט אין לויט ווי עס קוקט מיר אויס האט פין אנהייב געהערשט א אומציטרוי צווישען אבאמא אין מדינת ישראל, אין דערווייל איז אבאמא געגאנגען אין זיך דערנענטערט צי די אראבישע וועלט, אין מיט איראן האט ער היבש געצעגערט, אין דערווייל האט ער געלייגט דרוק אויף מדינת ישראל צי אויפהערען בויען אין די שטחים,

יעצט איז אזוי, אבאמא האט ליב אידען, לכאורה נישט, האט ער פיינט אידען ? קען זיין, אבער כ'האלט אז זיך רייצען מיטעם וועט ערגער מאכען , ווי נישט ווי האט זיך מדינת ישראל א עצה געגעבען ביז דעם טאג וואס דער אלי' ישי פין די ש"ס פארטיי האט באשלאסען צי פראלאמירען די בוי אינטערנעמונג פונקט ווען ביידען איז געקומען, אין דאס האט קוקט אויס אויפגעקראכט אבאמא, ער איז קוקט אויס געווארען גערעגט אין האט אנגעהויבען האנדלען נאך שארפער מיט מדינת ישראל, וואס דאס האט געפירט צי די יעצטיגע קריזיס,

איז ווער איז שולדיג, לאמיר זאגען אז אבאמא איז א מוסלעמענער אנטיסעמיט, אבער פארוואס גייסטע אים אויפרייצען, פרוביר צי האנדלען דיפלאמאטיש אין שוויץ אדורעך די פאר יאר, ניין, זיי גייען אים ווייזען !, אין די טאג וואס ביידען קומט גייט מען אים געבען א הילכיגען פראסט פאר א קבלת פנים, אין דאס איז נאכדעם וואס ביידען איז אלע יארען געווען א הייסע מדינת ישראל שטיצער,

אין יעצט נאך עפעס, ס'דא איינער א זשורנאליסט אהרן קליין וואס רעדט אוויף "כל העולם" אין האט אויך א שאו אויף "עי בי סי רעידיאו" אין ניו יארק אבער ער וואוינט אין ארץ ישראל, איז ער קומט יעצט ארויס מיט א ביך אויף אבאמא ווי ער בינד עים צאם מיט אלע בייזע גייסטער קאמאניסטען סאציאליסטען אנטיסעמיטען כ'ווייס נישט כ'האב נישט געליינט דעם ביך אבער ס'איז א ביך אקעגען אבאמא, אין ער זאגט נאך אז ער ווייסט אז אין דעם ווייסען הויז ווייסט מען דערפין,

רבונו של עולם וואס פעלט דאס אויס?! פארוואס דארף מען אים אויפרייצען ?! פארוואס פונקט א איד פין ארץ ישראל דארף ארויס געבען אזא ביך קעגען אבאמא, האלט ער טאקע אז דאס גייט העלפען, וואס פאר א הפקירות איז דאס ?!, זאל ער זיך אנפילען א מויל מיט וואסער איז זיין שטיל, וואס פאר א רעכט האט ער צי גיין אויפרייצען דעם אבאמא קעגען אידען, אין נאכדעם גייען זיי וויינען מיט קראקעדיל טרערען אז אבאמא האט פיינט מדינת ישראל,

עניוועי זאל דער באשעפער אונז אלע אפהיטען פין די אידען פיינט אין אויך פין די מדינת ישראל פאליטיקאנטען אין די אנדערע וועלט פארזארגער וואס ווייסען זיך נישט וויזוי צי האלטען ס'מויל, אין מ'זאל שוין זוכה זיין צי מקבל זיין דעם מלך המשיח ולא ישא עוד גוי אל גוי חרב, וגר זאב אם כבש , אמן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נישט אלעמאל בין איך גענצליך מסכים צו דיינע פאליטישע אנאליזן, אבער דאסמאל איז א שטארקע אויסנאם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ס'יז אנגענומען די ישראלים גלייכן נישט קיין שווארצע.

בעצם, א האלבער נאמען איז יא העברעאיש, דאס איז ברק אובמה, מיט דעם חוסיין קען מען זיך נישט קיין עצה געבן.
אפשר חוסני מוברק און פטור מיט אובמה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

לאקשן;
לעצטנס איז געווען באריכטעט אין די פרעסע, אז אבאמא האט פאר פינעף יאר צוריק זיך באטייליגט ביי א קאנפרענץ קעגן דעם גוש-קטיף ריקצונג פלאן (התנתקות), וואס איז פארגעקומען א מאנאט בעפאר אין א פריוואטע ווילא אין מאנהעטן.
יעדער וואס איז אריינגעקומען אין דעם הויז איז געווארן איינגעלאדענט פון פריער, וויסענדיג אז די קאנפרענץ איז וועגן דעם ריקצונג עס איז דארט קיינער נישט פערצופאל אריינגעפאלן.
צווישן די געלאדענטע איז געווען 5 סענעטארן און צווישן זיי דער יונגער סענעטאר פון שיקאגו באראק אבאמא, און דאס האט ער דארט געזאגט ביים קאנפרענץ:
"איר האט נישט וואס צו זארגן אדער מורא האבן פון קיין שום זאך, מדינת ישראל האט דא אמת'ע פריינט. מדינת ישראל דארף אויך נישט זיין באזארגט פון די ווינטן וואס בלאזן אין ווייסן הויז. איר האט ברייטע שטיצע אין ביידע הייזער און סענאט און אין קאנגרעס" האט ער קלאר געשטעלט. נאך מער האט ער געזאגט "מדינת ישראל האט אונזער פילסטע שטיצע אויף א קריג קעגן טעראר".
ע"כ דער באריכט.

וואס איך וויל פארשטיין דא איז, אויב איז אבאמא אלץ געווען א שונא מדינת ישראל וואס האט אים געמאכט האלטן די רעדע? ווידעראום אויב איז ער נאר געווארן א שונא שוין נאכן ערוויילט ווערן, וואס האט אים געברענגט דערצו?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

הערליך לאקשעלע.

נאר צוויי ווערטער מיין איך איז בלויז געווען א פליטת ה'פעדער'...

לאקשען ברעט האט געשריבן:באמת גייט עס נאך צירוק וועט אבאמא איז געווען א סענאטאר אין ער האט אפגעשטאט א באזוך אין ישראל אין ער איז זייער קאלט אויפגענומען געווארען דורען די איזראעיליס לכאורה צוליב זיין מוסלעמענישע אפשטאם נאכדערצי מיט א נאמען כוסעין, זיי האבען עים נישט ערענסט גענומען, אין דאס האט מסתם איבער געלאזט אבאמא מיט א זויערע טעם אין מויל,
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

כ'וויל נישט אנהייבן א געפעכט איבער דעם, אבער זה דרכם כסל למו פון די מדינת השמד, האבן זיי דען אמאל מורא געהאט אז מ'רייצט זיך מיטן גוי? ליידער ליידער האט עס שוין געקאסט פאר כלל ישראל א געוואלד, והדברים עתיקים. זייער אויפרייצן פרעזידענט אבאמא, צו ער איז גערעכט צו נישט, איז נאר א קליין חלק פון זייער אומ אחריותדיגע אויפירונג.

זאל דער רבוש"ע האלטן די רעכטע האנט און מציל זיין אידישע קינדער מכל רע, ובקרוב נזכה לעקירה מלכות המינות מן העולם, און ווי מ'זאג מיר ר"ה ביין דאווענען, "וכל הרשעה כולו כעשן תכלה כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ" און ווי רביה"ק שרייבט אין ויוא"מ ולא ע"י האומת רח"ל ווייל ס'וועט זיין א סכנה גדולה וואס מ'זעהט היינט בחוש.
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב... אמאל בסתר (און דאן מיינט מען אז די באציאונגען צווישן ארה"ב און א"י זענען געוואלדיג) און אמאל בגלוי....
"הניגון קולמוס הלב"
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

לאקשען גיט געזאגט
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

שוועמל האט געשריבן:ס'יז אנגענומען די ישראלים גלייכן נישט קיין שווארצע


תו השמיני האט געשריבן:הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב... אמאל בסתר (און דאן מיינט מען אז די באציאונגען צווישן ארה"ב און א"י זענען געוואלדיג) און אמאל בגלוי....


אין הכי נמי, רבותינו ז"ל הקודמים האבן די מדינה הטמאה אנגערופן מיט פארשידענע נעמען, אבער צו אנרופן די מדינת ישראל "עשו" און אמעריקע/אבאמא "יעקב" מיין איך איז אביסל צו ווייט געשפרינגען
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לאקשן, שכח פארן באריכט,

קרעמער גאנץ א טיפ ווארט, ס'האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן צו דאס מאל ביסטו יא מסכים צו נישט...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געלעגער האט געשריבן:לאקשן, שכח פארן באריכט,

קרעמער גאנץ א טיפ ווארט, ס'האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן צו דאס מאל ביסטו יא מסכים צו נישט...

פערצופאל איז עס געווען א טעות... איך האב עס יעצט פארראכטן.
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

אז לאקשען ברעט האט אראפגעברענגט דעם אהרן קליין קען איך מיך נישט איינהאלטען פון אראפלאדענען פון הארצן, מיינע ביטערנישן און דעם זויערן טעם אין מויל איך שפיר יעדעס מאל איך הער אויס זיינע שמיר פרעדיגרייען און העצערישע רעדעס.
איך בין ווייט פון א אבאמא סימפאטיקער און לאו דוקא ווייל איך בין פון א דער היימישע געגענט ווי בושיק דער צווייטער האט זיין שטערקסטע באזע איבער אמעריקא, נאר צילוב זיינע שטארק ליבעראלע פאלעסיס און זיין -לענ"ד- נאאיווע ציגאנג צו אויסערן פאליטיק
דאך גריצעלט מיר און די אויערן ווען קליין שיט פעך און שוועבל אויפן פרעזידענט יר"ה, דער ערן קליין איז אן אלטרע עקסטרעם נעא רעכטער פארשוין וואס האט גאר ראדיקאלע און לעכערליכע עקסטרעמע מיינונגען און געדאנקען וואס מאכט די האר שטעלן קאפויער, לויט זיין מיינונג איז אויף די וועלט קיין נארמאלע מוסלעמענער ניט פארהאן, און וועןו עס וואלט זיך ווען געוואנדען אין אים וואלט ער אויסגעטיילט פאר אלע מחמדער ארום די וועלט אן אויסנאם-אנשים נשים וטף- צעהן יאר הענגן פינף יאר שיסן וכו'
לויט אים שטעלט די מדינה גאר אפ דאס אנטימעטיזעם ארום די וועלט, און ברענגט נאר אחוה און פיעס פאר אלעמען, און יעדעער וואס שמעקט נישט עפעס ווי ביבי אדער זיין קאבינעט איז אטאמאטיש א פאלנע אנטיסעמיט
און די גרעסטע אבסורדא זיינע איז אז ער האט נאך די עזות צו שאלן אז אבאמא איז גאר הימלשרייענד לינק גענויגט און ער (משטיינס געזאגט) איז נוטראל, אין צענטער, אויפריכטיג, פעיר און בעלענס. - היפאקריט
זיינע קרימע מיינונגען, בלינדע שנאה, און פארמאכטע-אויגן פאטריאט איז אפשר גוט פאר די זשאויש פרעס ליינער ווי ער שרייבט א וועכענטליכע קאלום, אבער איז פיל ראדיקאלער פאר רוב קול העולם ציהערער (לאו דוקא איך)
יוד איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד איינער »

לאקשן האט געשריבן אן אפהאנדלונג, איבער די אנגעצויגענע מצב צווישן איזראעל אין אובאמא יר"ה, לאקשן ציהט צוריק די אנגעצויגענע באנעמונג, צו א אלט פארווייטאגטע אובאמא קומענדיג קיין ישרא' און נישט ערהאלטענדיג קיין ווארעמע אויפנאמע ווי עס פאסט פאר א שווארצן סענעטאר פון אילינוי, איז ער געווארן זייער קאלט'ירט פון די גאנצע אידן-לאנד, און איצט ווען דער "ברוב הימים" איז אנגעקומען, און דער "גוי קטן" [וואס ער איז דאן געוועהן]איז גרויס געווארן, קומען אט יענע בייזע קאשמארן אים ארויף אין אוועל אפיס! און דורך אט די שמוציגע גלעזער קוקט ער, און באטראכט ער די לאגע, און פרובירט צו בויקאטירן, און פארלויפן די וועג פאר די ישראלים...האפענדיג מיט דעם עטוואס נקמה צו נעמען פאר זיין פארגאסענע בלוט...!

אפשלאג: אובאמא א פערציג יעריגע שווארצע גוי, א מוסלמענישע אפשטאם-און מיט א טיילווייזער מוסלמענישער ערציאונג, זיך געהאדעוועט אין אינדאניזיע-ס'לאנד מיט ס'מערסטע מוסלמענער פון די וועלט...ער דענקט גאנץ קלאר די רוף צום סאדאקא-איעדן ראמאדאן אינדערפרי. ער איז א הויעך-געבילדעטער גוי, שטודירט געזעץ אין קאלאמביע יונעווערסיטי, זיך אנגעהערט אין א שווארצע-רעכטן גרופע, געלעבט און פארברענגט רוב פון זיין אדאלט-יארן צווישן די טונקעלסטע-אנטיסעמיטן די ראדיקאלסטע וואס אמעריקע פארמאגט ווי: לואיס פעריקאן מיט זיין מוסלמענישע ארגאניזאציע די נעישאן אף איסלאם-די פרעדיגער רעווערענט רייט-מיט זיין ראדיקאלע שווארץ ראסיסטישע קירכע-די וועדערמאן אנדערגראונד גרופע...און נאך און נאך, מיט זייערעוייסטע שנאה און שרעקעדיגע מיינונגען און אנשויאונגען אויף מדינת ישראל, זייער אומגלויבליכער האס צו אידן, און צו די דעמאקראטיע וואס אמעריקא און אירע נאנט פארבינדעטע מדינות אפפערן פאר די וועלט.פון האלאקאוסט דינייערס ביז ניין עלעווען האוק'יסטס...דאס זיינען זיינע חבירים ידידים און באקאנטע, און דאךךך איז ער נאכניש געוועעהן א שונא מדינת ישראל ביז אט יענע באזוך...? דאס האט אים פארטיג געמאכט? מאכט דאס סענס?

מיין מיינונג: אויב דאס אלעס האט אים נאכנישט פארמיאוסט פון די מדינת ישראל, וואס לעניית דעתי איז ער נישט קיין מדינה שונא. דאן איז ער ביי יענע באזוך דאס אויך נישט געווארן..!

לאקשן גייט א טריט ווייטער:און טענה'ט גאר אז אויך בנוגע "איראן" איז אובאמא קאלט, און טוט נישט די אטמאוסט וואס עס דארף ווען געטון ווערן-אלעס-ווייל איראן איז "אויך"!!! א ישרא' פיינט, און אז איראן העט מצליח זיין מיט איהר נוקלעארע פלאן, וועט דאס זיין א זיסע נקמה מצד אובאמא!!! ובלשונו: אובאמא האט געצעגערט בנוגע איראן...!

אפשלאג: הייסט עס אובאמא'ס איינציגע פראבלעם מיט איראן'ס נוקלעארע פלענער, און איר אוראניום באררייכערונג איז ננאאאר אויס זארג פאר איזראעל, און אז ער נעמט אין חשבון: זאלן זיי די ישראלים ליידן...איז ער גרייט צו זעהן א איראן בארייכערט מיט נוקלעארע וואפן...ווי תמ'עוואטע ברויך מען זיך מאכן, צו קענען אזא פארדרייטקייט פארבריצירן. עס גייט נישט דורך א טאג ביי אובאמא אין קאפ-און אין זיין אוועל אפיס-און אין זיין מיליטערישע-שפיאנש'ע-פענטעגאנישע קארידארן, וואס די צוויי ווערטער "איראן-נאק'ססס" זאלן נישט פארנעמען די אויבן אן!!! ער שטופט די וועלט מיט אירע פיררער צו שניידן און רעדוצירן זייערע אייגענע אטאמישע זאפאסן! ער דרוקט די גרויסמאכטן ווי רוסלאנד-כינע-יאפאן-ועוד ועוד, ארויפצולייגן ריזיגע סאנקציעס אויף איראן.! ער מאכט סאמיטן איבער די טעמע, ער גיבט לאנגע און קורצע דרשות ערקלערנדיג די גרויסע סכנה פון א איראן מיט כעמישע וואפן..! און לאקשן זאגט אז נאר די מדינה איז באדרויעט? איז טאקע די גאנצע וועלט זיכער מיט איראן? נאר די ישראלים דארפן זיך מיט דעם פאררענען?

לאקשן: אויך די שטחים לאזט ער נישט בויען-א דירעקטע רעזולטאט פון יענע באזוך!! ? ? ?

אפשלאג: אלע אמעריקאנע פרעזידענטן..איינס ביי איינס-הייבן אן מיט די שלום טאלקס, און שטופן דורך די פיר צו אכט יאר מיט פארהאנלונגען און מען איז יוצא!!! קלינטאן יוכיח. בוש נע וואדע אזוי, און שוין...אובאמא איז א פיצקעלע אנדערש, ער מיינט עס נעבעעך א טראפ צו ערענסט מחמת זיין נאאיוויטעיט בנוגע די שווערע קאנפליקט און די אמת'ע פרצוף פון די אפאנענטן. און דאס מאכט אים אזוי פארהארטעוועט און פארשטייפט קעגן די מדינה בנוגע די בויעריי-ווייל-לדעתו איז עס א טריט נענטער צום פארהאנלונגס טיש...אדערר ווייסט ער גאאאר גוט די מצב, און אונטערן טיש איז עס א מהלך צו שטופן צייט אויף א זייטיגע אישו, און דורכדעם זיין פטור פון די עצם טוסטעיט-סאלאשן צו כדומה...אויב די צווייטע איז ריכטיג דאן איז עס גאר א געלונגענע שפיל, און אטראקציע פאר ביידען און קלינטאן פלאס מיטשעל!! און עס קומט זיך פאר דעם עמאניועל א מעדאל.!

לאקשן שפעקולירט אזוי ווייטער: איז אובאמא א אידן פריינט אדער גאר אידן פיינט!

אפשלאג: עוד חזון למועד..
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

"יוד איינער" דריי זאכען ערשטענס האב איך דאס געשריבען גלייך אין אנהייב

לאקשען ברעט האט געשריבן:אזוי ווי כ'ווייס נישט אלע פאקטען וואס ס'טוט זיך אפ אינטער די קוליסען, איז שווער צי קומען צי א געהעריגע מסקנא, אבער כ'ווען שרייבען לויט וואס כ'ווייס אין ווער ס'ווייסט מער פאקטען זאל צילייגען זיינע צוויי סענט,


אין צווייטענס לערענסטו אריין אין מיינע ווערטער זאכען וואס כ'האב בכלל נישט געמיינט,

אין דריטענס אסאך זאכען וואס די זאגסט איז סברות וואס מען קען זיך טענה'ן דערויף,

כ'וועל דיר ענפערען אויף איין זאך כ'האב נישט די געדולד יעצט אלעס אדורעך צי גיין די האסט געשריבען
יוד איינער האט געשריבן:לאקשן גייט א טריט ווייטער:און טענה'ט גאר אז אויך בנוגע "איראן" איז אובאמא קאלט, און טוט נישט די אטמאוסט וואס עס דארף ווען געטון ווערן-אלעס-ווייל איראן איז "אויך"!!! א ישרא' פיינט, און אז איראן העט מצליח זיין מיט איהר נוקלעארע פלאן, וועט דאס זיין א זיסע נקמה מצד אובאמא!!! ובלשונו: אובאמא האט געצעגערט בנוגע איראן...!


איז איך האב געשריבען "געצעגערט בנוגע איראן" אין די לערענסט פשט דערין אזוי:
קודם כל זאגסטע אז ס'נישט אמת אין אבמה טוט יא די מערסטע וואס ער קען,

אויף דעם וועל איך דיר ענפערען אז ס'איז נאר א סברה ווייל די האסט נישט קיין שום וועג צי וויסען צי אבאמא טוט די מערסטע וואס ער קען צי נישט, אין איך ווייס אויך נישט צי ער צעגערט צי נישט נאר כ'רעד פין די מדינת ישראל פערספעקטיוו אין זיי האלטען אזוי ,

צווייטענס לערענסטע פשט אין מיינע ווערטער אז די סיבה פארוואס אבאמא צעגערט בנוגע איראן איז וועגען מדינת ישראל אין ווייל ער האט זיי פיינט איך האב דאס נישט געשריבען ,
סך הכל קענסטע ארויס נעמען פין מיינע ווערטער אז מדינת ישראל קוקט אן די זאך אז ווען ער האט מער א ווארים הארץ פאר די מדינה וואלט ער געווען שארפער מיט איראן, כ'בין בכלל נישט אריין אין די נושא צי ס'איז אמת צי נישט

עניוועי לאמיר עס לאזען ביי דעם
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

יוד איינער האט געשריבן:לאקשן גייט א טריט ווייטער:און טענה'ט גאר אז אויך בנוגע "איראן" איז אובאמא קאלט, און טוט נישט די אטמאוסט וואס עס דארף ווען געטון ווערן-אלעס-ווייל איראן איז "אויך"!!! א ישרא' פיינט, און אז איראן העט מצליח זיין מיט איהר נוקלעארע פלאן, וועט דאס זיין א זיסע נקמה מצד אובאמא!!! ובלשונו: אובאמא האט געצעגערט בנוגע איראן...!

אפשלאג: הייסט עס אובאמא'ס איינציגע פראבלעם מיט איראן'ס נוקלעארע פלענער, און איר אוראניום באררייכערונג איז ננאאאר אויס זארג פאר איזראעל, און אז ער נעמט אין חשבון: זאלן זיי די ישראלים ליידן...איז ער גרייט צו זעהן א איראן בארייכערט מיט נוקלעארע וואפן...ווי תמ'עוואטע ברויך מען זיך מאכן, צו קענען אזא פארדרייטקייט פארבריצירן. עס גייט נישט דורך א טאג ביי אובאמא אין קאפ-און אין זיין אוועל אפיס-און אין זיין מיליטערישע-שפיאנש'ע-פענטעגאנישע קארידארן, וואס די צוויי ווערטער "איראן-נאק'ססס" זאלן נישט פארנעמען די אויבן אן!!! ער שטופט די וועלט מיט אירע פיררער צו שניידן און רעדוצירן זייערע אייגענע אטאמישע זאפאסן! ער דרוקט די גרויסמאכטן ווי רוסלאנד-כינע-יאפאן-ועוד ועוד, ארויפצולייגן ריזיגע סאנקציעס אויף איראן.! ער מאכט סאמיטן איבער די טעמע, ער גיבט לאנגע און קורצע דרשות ערקלערנדיג די גרויסע סכנה פון א איראן מיט כעמישע וואפן..! און לאקשן זאגט אז נאר די מדינה איז באדרויעט? איז טאקע די גאנצע וועלט זיכער מיט איראן? נאר די ישראלים דארפן זיך מיט דעם פאררענען?

:roll:
הק' איש ימיני
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ארויפגעברענגט פון קעלער לאור המצב פון די לעצטע פאסירונגען צווישן די ארויסגייענדע אבאמא אדמיניסטראציע און מדנ"י, און ס'איז דא אויסגעשמיסט געווארן אפאהר גיטע נקידות.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

ש'כח פארן ארויפברענגען, שטארק אינפארמאטיוו און באלערנדע אשכול.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”