קומט אריין און כאפט א טרינק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יוסלמאן

קומט אריין און כאפט א טרינק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

הנה ימים באים נאם השם, והשלחתי רעב בארץ: לא רעב ללחם, ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי השם.

אט די ווערטער האט אונז נביאות געזאגט דער נביא עמוס, ער האט פארגעזעהן אז ס'וועט קומען א צייט פון הונגער, א צייט פון דורשט, ווי אידן וועלן לעכצן און דורשטן צום הייליגן באשעפער, צו הערן א גוט ווארט, זיך מתחמם זיין לאור הנר פון די הייליגע תורה.

דער נביא האט געזעהן אונזער דור, דאס לעצטע דור פון עקבתא דמשיחא, ער האט געזעהן דעם געמיין וועלט אין וואס עס וועט אונז זיין באשערט צום לעבן, דער סאמע ענדע פונעם טרויעריגן גלות וועט זיין שווערער ווי דער לאנגער גלות אליין, שילא דקייטא קשא מקייטא, ס'וועט זיין א שרעקליכער הונגער און דורשט, אבער נישט פאר ברויט און וואסער, פון דעם וועט זיין בשפע, צו מ'האט יא פרנסה בהרחווה צו נישט, לעבן מיר אין א וועלט וואס ס'איז כמעט נישטא דער מציאות פון הונגערן, ב"ה אז מ'האט וואס צו עסן, נאר וואס ס'פעלט אונז יא איז טאקע את דברי השם, נאר טאקע דאס, א גוט ווארט און אביסל נאנט צו ווערן צום הייליגן טאטע אין הימל.

לאמיר נישט איבריג מאריך זיין נאר צוגיין גלייך צום ענין.

ס'איז מיר בייגעפאלן דעם פסח א קבלה טובה, אבער ביזן אויספירן וועט זיין א לאנגער און זייער שווערער וועג און כ'וועל דארפן אסאך חיזוק, נישט אזוי ווייט פונעם עולם (אגב ס'קען אלץ צוניץ קומען) ווי פון מיר אליין, אנצוהייבן שרייבן יעדע וואך א מאמר בשייכות מיט די וואכעדיגע סדרה בלשון צח ונקי, נישט קיין אריכות אין די וועלט אריין, נאר אביסל דברי התעוררות, ס'טייטשט אן אויפוועקונג פאר די שלאפענע און אן אויפהאלטונג פאר די וואכע אז מ'זאל נישט איינשלאפן.

דערווייל קלער איך עס צו האלטן אין איין אשכול, ס'הייסט נישט יעדע סדרה אין א באזונדערער אשכול, נאר איין לאנגס וואס וועט בעז"ה ווערן צוגעלייגט מידי שבוע בשבוע.

דער נאמען האבעך געגעבן "קומט אריין און כאפט א טרינק", ווייל דער עובר ושב וואס גייט אריבער בין שבילי הקרעטשמע ווערט געלאדענט אריין, זיך אנוווארימען דעם געמיט, זעטיגן דעם נפש און ארויסגיין נאך מער הונגעריג.

וואס הייסט נאך מער הונגעריג?

ס'דיוע לכל אז ביי רוחניות איז נישט שייך צו ווערן זייט. א איד בלייבט אלץ הונגעריג. אז מ'קען מס' ברכות וויל מען קענען מס' שבת און אזוי ווייטער. א איד האט נישט קיין געצוימטער ציל, זיין ציל איז "אלעס". נאר ס'דארף גיין צוביסליך, מ'קען נישט גיין קיין פסיעות גסות.

סידוע דאס ווארט, "אחת שאלתי מאת השם אותה אבקש". מ'דארף גיין פאוואליע, איינס אויפאמאל, און אותה אבקש, קודם נאר דאס, נאר איין זאך, און שפעטער וועט שוין ווערן שבתי בבית השם כל ימי חי', דער רבוש"ע וועט העלפן אז ס'וועט נשרש ווערן אלעס, ס'וועט זיין שבתי בבית השם, דער מענטש וועט אינגאנצן זיין בבית השם, און טאקע כל ימי חי' און זיך פון דארט נישט ארויסזעהן. אבער אנהייבן דארף מען מיט אחת, איינס אויפאמאל.

במילא איז אונזער וואונטש אז ווען איר וועט פון דא ארויסגיין וועט איר ווערן הונגעריג פאר נאך, הונגעריג ארייצוקוקן אין א חסידיש ספר; זיך צו פארפלאגן איבער א בלאט גמרא; נישט זיך באפרידיגן מיט מיינע פאר ארימע רייד וואס איז פונקט גענוג ווי צו ווייזן דעם קליין אלט שטיקעל ברויט פארן ארימען, נאר די נשמה וועט טאקע וועלן אסאך מער אי"ה, שבתי בבית השם כל ימי חי', לחזות בנועם השם, שפירן א זיסן טעם אינעם דרך התורה, אינעם דרך פון זיין אן אפגעהיטענער ערליכער איד, ולבקר בהיכלו, אמן.

***

און מיט דעם וויל איך מודיע זיין בדרך "דיסקלעימער" אז לא הגעתי בכלל צו עפעס ערליכקייט אדער אמת, און כ'זאג עס אייך באמת, נאר ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט אן התעורעורת וואס כ'קען באשטיין אז ס'זאל אנהאלטן און כ'זעה אין דעם א געלעגנהייט.
והוא רחום יכפר אויב ס'וועט געזאגט ווערן עפעס וואס וכו'.

***

מיר שטייען היינט נאכן הייליגן יו"ט פסח, איי ווי נעמט מען די ווערטער, וואס קען מען דען נאך זאגן וועגן דעם ראש כל המועדים; דער יו"ט וואס איז העכער פון אלע; דער יו"ט וואס הייבט אונז אלע אויף; אנשים נשים וטף אין יעדע מצב און אין יעדע בחינה שפירן זיך אין אים דערהויבן?!

מ'זאגט נאך פונעם הייליגן ישמח ישראל אז ווער ס'גלייבט נישט אז יעדער איד, אפי' דער גרעסטער פושע ישראל קען תשובה טאן בליל התקדש החג, דער איז די רשע פון די הגדה...
אין אזא הייליג יו"ט ווערט קיינער נישט אויסגעלאזט, נאר מפילט זיך אן מיט אלע געהויבענע השפעות ברוחנות ובגשמיות.

און פון די די ימי העליה, די ימי החג, גיימיר אריין אין די ימי הספירה, אויך טעג הייליג און טייער וואס מ'וועל מיר האפענטליך נאך צוקומען דערצו.

אבער אין די טעג איז פארט דא עפעס אבילות וואס מ'איז נוהג אויף די כ"ד אלף תלמידי ר' עקיבא וואס זענען נעדר געווארן אין די טעג, ס'איז אביסל ימי הקטנות, נידריגערע טעג וואס קומט גלייך נאז אזא הויכער יום טוב.

איז כדאי צו רעדן פון א טייער ווארט פונעם הייליגן מונקאטשער רב זי"ע אין דרכי חיים ושלום.
רש"י זאגט אין פרשת אמור, אמור אל הכהנים, להזהיר הגדולים על הקטנים.
זאגט דער מנחת אלעזר אז די סדרות פון פר' אמור און פר' פנחס וואס אין זיי רעדט מען פון די מועדים, קומען אלץ אויס: פר' אמור אין די ימי הספירה און פר' פנחס אין בין המצרים. ביידע זענען טעג וואס מ'איז נוהג אבילות.
זאגט ער להזהיר הגדולים, מלשון והמשכילם "יזהרו", שיינען, די סדרות וואס אין זיי ווערט געברעגט די ימים טובים, די ימי הגדולה, זאל באלייכטן על הקטנים, אין די ימי הקטנות ווען מ'שטייט אין די ימי אבילות. ע"כ פון זיינע טייערע ווערטער.

דער ענין איז, אז אין סיי וועליכע צייט איז דער תורה דאס וואס ווארפט א ליכט אויפ'ן טונקעלן האריזאנט. דער גאנצע שיינקייט וואס לייכט אויף א איד אינעם לאנגן גלות איז נאר די תורה הקדושה, און אפי' מ'האלט שוין נאך יו"ט און מ'שפירט אז מ'האט נישט גענוג מיטגענומען, מ'איז שוין ארויס פון די ימי הגדולה און משפירט נישט אז מ'האט עפעס צופיל איינגעקויפט, איז אבער דא א תורה וואס מאכט לעכטיג און גלייכט אונז אויס דעם וועג א גאנץ יאר, נישט נאר אין די ימי הגדלות, נאר סיי ווען איז אוריתא וישראל חד און מ'קען זיך אלץ געבן א קלעב אן דערין און ס'שיינט ווידער אויף.

ס'ידוע דאס ווארט פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע אויפ'ן פסוק מה יפו פעמיך בנעלים, ווי שיין איז פעמיך, ווען דאס הארץ קלאפט, בנעלים, ווען מ'האלט ביי נעלות החג און מ'איז צוקלאפט אז מ'האט נישט גענוג אויפגעטאן אין יו"ט.
דאס אליין איז שיין, דאס אז א איד איז הונגעריג און דורשטיג צו עפעס העכערס, ער איז נישט צופרידן מיט וואס ער האט זיך איינגעקויפט, ער וואלט געדארפט אסאך מער, דאס אליין איז שוין אויך עפעס, און נישט סתם עפעס נאר נאך מער ווי עפעס, ס'איז דאך אזוי שיין!

***

די וואך הייבט זיך אן די סדרה ויהי ביום השמיני קרא משה לאהרן ובניו. ויהי ווייסן מיר דאך איז עפעס א לשון צער.
מ'קען אפשר זאגן א שטיקעל פשט, אז ויהי ביום השמיני מיינט טאקע א טאג נאך יו"ט ווען א איד גיבט א קרעכטץ אז ס'איז שוין אדורך די לעכטיגע טעג און, ליידער ליידער, כ'האב זיך נישט גענוג אנגעפילט. און דאן איז קרא משה לאהרן ולבניו.

לאמיר א נעם טאן דעם יום השמיני.
דער אכטער טאג איז א טאג נאכן זיבעטער טאג, וואס ס'ידוע אז די וועלט גייט אן זיבן טעג און דארט ענדיגט זיך עס און ס'הייבט זיך אן נאכאמאל פרישע זיבן טאג, ס'נישט דא קיין יום ח' לס' שמיני, ס'ווערט יום א' לס' תזו"מ.

דאס מיינט יום השמיני, נישט דייקא דער אכטער טאג, נאר א טאג נאכן זיבעטער, ס'איז שוין יום השמיני, ס'שוין נאך א יו"ט, ס'איז שוין אוועק, ס'הייבט זיך אבער נישט פריש אן ווי יעדע וואך, נאר ס'איז אוועק און ביז איבערס יאר וועט מען ווארטן אויף נאך אזא געלעגנהייט. נאך ווי ס'איז איין צער אז ס'איז שוין יום השמיני, ווי שטארק זאגט זיך וי הי ביום השמיני אז מ'קומט אן אין דעם טאג, א טאג נאך די זיבן טעג און מ'זעהט זיך מיט ליידיגע קעשענעס?!

אבער פארדעם זאגט דער פסוק קרא משה לאהרן ובניו.
משה רבינו ווייזט אויף די תוה"ק, משה רבינו האט די זכיה געהאט אז די תורה הקדושה, דער לעזונג צו אונזערע אלע שמערצן און ווייען, ווערט גערפון אויף זיין נאמען, תורת משה רבינו. רופט אונז משה רבינו און ער זאגט: נעמט אייך די תורה, אפי' ס'שוין דורך דע געהויבענע טעג, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט, מיט די תוה"ק קען מען נאך אלץ נתעלה ווערן.

ווייטער שטייט לאהרן.
אהרן איז דאך געווען דער כהן הגדול מאחיו, און דער עיקר איז געווען זיין הייליגע עבודה מיט די קרבנות. משה רבינו זאגט פאר אונז, נעמט אייך די עבודה, איזהו עבודה שבלב זו תפילה, הייבט אן דאווענען מיט כוונה און ערליכקייט, שמעתא בעי צלותא, אן א געשמאקער ווארימער דאווענען וועט אייך פעלן אין אייער לערנען, נעמט דאס אויך אריין אינעם בילד, ניצט אויך די סגולה פון אהרן הכהן, די סגולה פון עבודה שבלב, וועט איר זיין באגליקט, וועט אוועקגיין אייערע קרעכצן.

אבער דער עיקר איז ווי ס'שטייט ווייטער ובניו,
די בני אהרן וואס מ'ווייס מיר דאך אז כהנים זריזין, כהנים פוילן נישט אונטער און דאס איז דער עיקר שבעיקרם.

וויפיל מאל האבעך שוין אפגעמאכט פעסט אז כ'גיי אנהייבן דאווענען מילה במילה, אינזינען האבן וואס כ'זאג, און אוודאי וועט מען מקדים זיין ס'דאווענען מיט א שעה גמרא, נוטריקן ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל א'ריאל אז די הייליגע מלאכים זאלן מיר מעלה זיין די תפילות, און א חסידיש ספר אז דער פלאם און קאך זאל זיך צינדען?! אבער ס'קומט למעשה און ס'צינד נישט און ס'קאכט נישט, פארוואס?

ווייל איך הייב נישט אן גלייך!
אלץ קלער איך אז פון מארגן גיי איך אויפשטיין יעדן פארטאגס; מארגן גיי איך נישט מאכן קיין קופקעס אין ביהמ"ד און כ'גיי בשו"א נישט פלוידערן מיינע דברים של דופי, נאר כ'גיי קומען אין ביהמ"ד צו לערנען און דאווענען; מ'הייבט נישט אן אויף די מינוט, דאס ברענגט צו אז דער יצר וואס ברענט אייביג, צינט מיטאמאל אן די עיר קאנדישאן און ס'ווערט פיין קיל און אלעס ווערט מיטאמאל גוט אזוי אויך, און מ'פארגעסט פון די הערשט פארלאשענע התעורעורת.

דערפאר דארף מען האבן נישט נאר בחינת משה ואהרן, תורה ועבודה, נאר אויך בחינת בני אהרן, זיין א זריז נזכר און זיך גלייך נעמן אין די האנט אריין.
ויהי ביום השמיני, ווען מ'האלט שוין דא ביום השמיני, א טאג נאכן הייליגן יו"ט און ס'טוט וויי אז מ'האט נישט גענוג מיטגענומען, קרא משה לאהרן ובניו, דארף מען אפיר נעמן אט די דריי: תורה עבודה און איבער דעם זריזות, זיך נעמן גלייך נישט ווארטן אויף שפעטער.

***

אזוי ווי ס'איז היינט די יארצייט פון מרן הדברי חיים זי"ע, דער צדיק הדורות וואס אונזער דור האט נאך די זכיה געהאט צו האבן מער ווי איין דור רביעי פונעם צאנזער רב זצ"ל צווישן אונז, ס'הייסט א שטיקעל נאנטער שייכות, מעג מען שמועסן פון א שטיקעל סיפור וואס מ'דערציילט נאך פונעם הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו.

אינדערהיים איז געווען דער "מארק טאג". פאר ווער ס'ווייס נישט וואס דאס מיינט קען זיך פארשטעלן אז ס'איז נישט געווען ווי היינט א וועלט מיט פארבריקן און פראדוקציע, ס'איז נישט געווען די אלע קראמען, מער ווייניגער איז געווען אין יעדע פון די גרעסערע שטעט א טאג וואס אלע סוחרים פונעם אומגעגענט זענען זיך צוזאם געקומען אויפ'ן מארק, און יעדער האט ארויסגעלייגט זיינע סחורה וואס ער האט מיטגעברענגט צום פארקויפן און מ'האט געקויפט און פארקויפט.

דער יום השוק איז געווען ווי פאר א היינטיגער אינגערמאן יעדן טאג 9-5, ס'איז געווען די צייט ווען די אלע סחורת און הארעוואניע פון א גאנצע וואך האט געברענגט רעזולטאטען, מ'האט עס פארקויפט און געהאט ברויט און פויגל מילך פאר איבער די וואך.

אין צאנז, די שטאט וואס האט די זכיה געהאט אז דער הייליגער צאנזער רב האט פון דארט ארויסגעשיינט קדושה וטהרה איבער די גארער וועלט, דארט איז דער מארק טאג געווען אין א פרייטאג. יעדע וואך פרייטאג זענען זיך צוזאם געקומען אלע ארומיגע פויערן ולהבדיל די אידישע איינוואוינער און מ'האט געמאכט געשעפטן.

יעדן פרייטאג ווען ס'איז געקומען חצות היום האבן זיך די אידישע סוחרים גענומען די פעק און זעק און מ'איז אהיים זיך גרייטן צום הייליגן שבת.
אטאמאטיש איז דער מארק טאג פאר די אידישע סוחרים געווען נאר א האלבער, ס'איז געווען ווייניגער צייט סיי צו קויפן סחורה און סיי צו פארקויפן, הקיצור, אידן האבן געהאט א קלענערער געלעגנהייט צו פארדינען א גראשען.
האט מען מחליט געווען זיך צו ווענדן צום שטאטראט און בעטן אז מ'זאל רוקן די מארק טאג אויף אן אנדערער טאג ערגעץ אינמיטן די וואך.

איז מען געגאנגען פרעגן דעם הייליגן דברי חיים.
האט דברי חיים נישט מסכים געווען, ערקלערענדיג פאר די אידן: ווער קען זיך משער זיין די נחת רוח אויבן אין הימל ווען ס'קומט חצות היום, ס'איז אינמיטן א העפטיגן מארק טאג און אידישע קינדער לייגן אלעס אין א זייט; מ'לאזט איבער אלעס און מ'גייט אהיים זיך גרייטן צום הייליגן שבת! ס'מאכט דאך אזא נח"ר למעלה אז ס'לוינט נישט עס אויפצוגעבן פאר אפאר גראשן.

נישט קיין חילוק וואספארא שבת מ'פראוועט, צו מ'לערנט יא סידורי של שבת צו נישט, אבער א איד גייט אהיים און מאכט שנעל גרייט די לייכטער ווייל א מינוט נאכן זמן וועט ער פאר כל הון דעלמא נישט מחלל שבת זיין, קאנען מיר זיך דען פארשטעלן וואס מ'טוט דערמיט?

קוקט אן א ינגערמאן וואס רייכערט.
זיין ווייב האט אים שוין געבעטן טויזענטער מאל: הער אויף רייכערן ווייל כ'ווייס נישט וואס כ'טוה מיט דיר; זיין דאקטאר האט אים געזאגט אז ביזט משוגע אז די רייכערסט מאכסט קראנק דיר מיט אלע ארום דיר; זיינע חברים קענען נישט שטיין לעבן אים ווייל ער רייכערט און ס'גייט א רויך; אבער ער קען עס בשו"א נישט אוועקווארפן ווייל ער "מוז" עס האבן.

קומט אבער דער שבת פייפער און גיבט א פייף און פלוצליג ווערט ער אויס עדיקטעט, פאר די קומענדיגע פינעף און צוואנציג און אהאלב שעה וועט ער בטעות נישט רייכערן!
און מיינט נישט אז ס'גלוסט אים נישט, מוצאי שבת גלייך ביים זמן לויפט ער כאפן א ציגראטעל ווייל ס'גאארט אים, נאר שב"ק האט ער נישט געקענט חלומען פון רייכערן ווייל ער איז א טרייער איד צום הייליגן באשעפער.

קען מען זיך דען פארשטעלן וואס מ'טוט דערמיט? ס'גרייכט דאך הויך הויך הויך, זייער הויך, מ'קען ניטאמאל טראכטן וואס פארא זכותים מזעמיר מעורער מיט יעדע אידישע פעולה.

ס'דא א באקאנט ווארט פונעם הייליגן תניא זי"ע אויף דאס וואס די תורה איז מעיד אויף משה רבינו והאיש משה עניו מאד מכל האדם.
פרעגט ער, משה רבינו איז דאך געווען אזוי גרויס, ער איז דאך געווען דער גרעסטער נביא, גערעדט מיטן רבוש"ע פנים אל פנים און אראפגעברענגט א תורה פאר כלל ישראל, ווי איז דאס מעגליך בדרך הטבע אז ער זאל זיין אזא עניו, און נישט סתם איינס, נאר מכל אדם, די גרעסטע וואס ס'שייך?

נאר מיט די בחינה וואס מהאמיר געשמועסט זאגט ער אז משה רבינו האט געזעהן דעם כלל ישראל עד סוף כל הדורות, ער האט געזעהן ווי א איד וואס האט נישט משיג געווען עפעס גרויסע השגות אין תורה ומצות ווי משה רבינו וואס האט אלעס געהערט ממקור ראשון, מפי הגבורה אליין, ער האט געזעהן ווי א איד ווארפט אוועק דעם ציגארעט אן וויסן די פנימתדיגער הייליגקייט פון שבת קודש, ער האט געזעהן באמת די הויכקייט פון אזאליכע אידן, איז נישט קיין וואונדער אז ס'איז געווען עניו מאד מכל אדם, ער האט געהאלטן אז די אידן וואס טוען מצות ומעש"ט מיט א תמימות זענען אסאך העכער ווי די וואס פארשטייען. בערך אזוי טייטשט דער הייליגער תניא.

היוצא לנו פון די אלע זאכן.
א איד דארף שטרעבן און גלוסטן פאר מער און מער, אבער אין איינוועגס מעג מען זיך מחזק זיין אז מ'זעמיר שוין גארנישט קיין גארנישט, און אונזער דור איז טאקע אנגעגרייט מקבל צו זיין דעם מלך המשיח.

ווייל ס'דאך שוין שווער א הארבע פראגע, אויב ער איז נישט געקומען צום הייליגען רבי ר' זושע וועט ער דען קומען צו אונז?
אבער הוא אשר דברנו, טאקע דאס, ווען ס'שוין נישטא קיין רבי ר' זושע, ס'שוין נישטא די אידן וואס זענען משיג און ווייסן די טעמי המצות און די טיפקייט פון יעדע זאך, און דאך איז מען א טרייער תורה איד, צו די אידן וועט ער בקרוב קומען.
אונז וועלמיר בקרוב זוכה זיין צו זיין מקבלי פני השכינה בביאת משיח צדקינו באנפין נהירן בב"א.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

הרב יוסלמאן א גרויסן יש"כ! איך פערזענליך האב געשעפט גרויס חיזוק, איבערהויפט פון די שטיקל פונעם בעל התניא.

שוין גיימער זיך נעמען "יעצט", מיין שיעור פאר'ן דאווענען האב איך שוין פארפאסט אויפשטייענדיג שפעט, אבער מ'גייט זיך יעצט זעצן האקן שטיקער. יש"כ נאכאמאל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

החזקתנו!!!

מוראדיג פאר דיינע שיינע פערל רייד.


אגב, דער יעוד פון נביא וואס דו ציטירסט אויבן האב איך שוין אמאל זיך מתבונן געווען ווי טיף די הייליגע ווערטער זענען.
לא רעב ללחם, ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי השם.
דער נביא איז אזוי שטארק מדגיש דעם הונגער "לא רעב ללחם", ער האט קלאר געזען די פולצאליגע ארגאניזאציעס וואס וועלן טיילן מיליאנען פעקלעך עסן פאר אידישע קינדער, ער האט געזען די תומכי שבת, פאלאטשעק, קרן עזר וכו' וכו'. אבער נישט דאס מיינט ער, פון דעם וועט טאקע נישט זיין קיין הונגער.

"ולא צמא למים", ער האט געזען די שומרי שבת ביהמ"ד אין ב"פ וואו יעדער קען קומען טרונקען און עסן אגאנצן טאג אומזיסט, ער האט קלאר געזען די אלע סאדע מאשינען וואו מען קען צו אלע צייט כאפן א פיינעם טרינק, ער האט געזען די פילטערס אויף די סינקס אין אלע אידישע הייזער וואס גיבט ארויס פיינע וואסער. אבער נישט דאס וועט זיין דער דורשט.

"כי אם לשמוע דברי ה'"
ער האט קלאר געזען דאס יתמות אינעם היינטיגן דור, אבד חסיד מן הארץ, נישטא קיין רוח הקודש, נישט קיין אמת'ע רבי, קיין אמת'ע מורה דרך, די שרעקליכע הסתרת פנים האט ער געזען ווען א פשוטער איד וועט זוכן א שטיקל אמת, א שטיקל דבר ה'.

נישטא וואס צו רעדן, יעדע ווארט פון נבואה איז א שטיק תורה, א שטיק נצחית, דער נביא האט געזען דאמאלט, און מיר זען דאס היינט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

יוסלמאן:

כאפן א טרונק? דו גיסט דאך עמערס מיט יינה של תורה, די טרונקסט דאך אן דעם עולם מיט דיין לויטערע זיסע וואסער. דו פארשוועמסט דאך די טרוקענע זעהלער..

ווי גייט נאר דער ווארט, עוד היום גדול-אז דער גלות איז נאך צו לאנג, השקו הצאן ולכו רעו.

הערליך, פערעלדיג, מלא וגדוש..
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב מיך דערשראקן אויף א רגע'לע אז דיין קבלה טובה איז געווען אונז צו פארלאזן ח"ו, אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן זעהנדיג אז אדרבה, דו האסט זיך גאר פארגענומען צו זיין מיט אונז אויף א נאנטערן און שטארקערן אופן, צוגעקניפט מיט א קשר עליון דאורייתא. תשואת חן חן לך אויף די איניציאטיווע און אויף די ערשטע דרשה, וואס קען טאקע אנגערופן ווערן "איינצוגס רעדע" פארן נייעם מגיד מישרים הרב יוסלמאן!
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

שכח שכח כה יתן היוסלמאן וכה יוסיף,
יוסלמאן חפץ למען צדקו, ער האט אונטער גענומען א קבלה טובה, און במילא יגדיל תורה ויאדיר.
ממנו ילמדו וכן יעשו.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

יוסלמאן, מיר האבן געשעפט עמערס מיט חיזוק פון דיינע ווערטער. מיר קענען שוין קוים ווארטן אויף קומענדיגע וואך פאר א פרישע טרינק.
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

זייער שטארקע דיבורים, שטארקע חוזיק און אזאנע צייטן, אין טאקע ווען מ'זעהט שוין ווי די נביאה ווערט פארוויקלט, האלט אן ווייטער, מיר שלינגן מיט דורשט..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

פרשת תזריע מצורע – תפארת שבתפארת

א גוט יאר טייערע פריינט:

שלי שלכם, די מוט און כוח אפצושרייבן מיינע פאר ווערטער איז נאר אדאנק אייער דברי חיזוק. כ'בעט צום רבוש"ע אויף ווייטער!

מיר גייען די טעג אדורך זייער שווערע צייטן, כלל ישראל האט ליידער געהאט א שווערע וואך, דאס הסתרת פנים ארבעט אויף הונדערט, אידן זענען צובראכן און מ'קרעכצט זיך אונטער, הוי טאטע עד מתי?

די וואך האט מען פריש באגלייט צוויי יונגע גופים צו זייער אייביגע רוה ארט, אין א אפשניט פון צוויי טעג האט מען גונז געווען דעם ארון הקודש פון צוויי לעכטיגע צאן קדשים, תשב"ר שלא טעמו טעם חטא, וואס אינאיינעם זענען זיי קוים געווען איין בר עונשין.

ס'רייסט ביים הארץ, ס'בייסט דער געוויסן, און ס'ציפט דער מציאות. הנסתרים להשם אלוקינו, אבער והנגלות לנו, אונז דארף מיר טוען וואס מ'קען, מ'טאר ח"ו נישט ווערן געפאלן!

און וואס קען מען דען טוען?

כ'האב אמאל געטייטשט אויפ'ן פסוק אין די מגילה: ותוסיף אסתר ותדבר לפני המלך וכו'. ותוסיף אסתר, ווען ס'קומט צו מער הסתרת פנים, אסתר מן התורה מנין זאגט דאך די גמרא ואנכי הסתר אסתיר פני, אויב ס'דא מער הסתרת פנים איז דא איין עצה, ותדבר, רעדן מיט אידישע קינדער, זיך מחזק זיין מיט אונזער ריינע אמונה, מייט וואס קען מען זיך שטארקן? לפני המלך! אז א איד איז קיינמאל נישט אליין, ער שטייט לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה דער שליט בכל וואס היט אים צו יעדע צייט.

ווען מ'שטייט פארן טאטן איז נישטא קיין שרעק, ס'נישטא קיין מורא. גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי. האט איר שוין אמאל געטראכט וואס איר זאגט? איר גייט אויפ'ן שווארצן וועג, אונטערן שאטן פון טויט, אזוי שטייט דאך בגיא צלמות, ס'שרעקעדיג, אבער א איד זאגט לא אירא רע, כ'זעה ניטאמאל קיין שלעכטס, ס'גארנישט דא קיין שלעכטס דערין און אוודאי איז נישטא פון וואס מורא צו האבן, פארוואס? כי אתה עמדי! ווייל כ'גיי מיט דיר, איך כאפ זיך אן אין דיר, כי אתה תאיר נרי, די מאכסט מיר לעכטיג, איך כאפ זיך אן אין דיין האנט און גארנישט קען מיר פון דיר נישט אפרייסן!

ותוסיף אסתר ותדבר לפני המלך, אז ס'דא א הסתרת הפנים דארף מען רעדן אז מ'זעמיר אינאיינעם מיטן כל יכול, מיטן בורא עולם, און ס'נישטא וואס צו זארגן, ס'נישטא קיין שרעק!

אלזא, לאמיר זעהן ווי מ'האלט מיר אויף די וועלט, און אביסעלע שמועסן מיט אידישע קינדער, ויהיו נא אמרינו לרצון לפני אדון כל!


---

שטיי מיר די וואך אין די פרשת תזריע-מצורע ווי די תוה"ק רעדט פון טהרת מצורע און נגעים הבאים לאדם, וכידוע לכל וואס דער ילקוט שמעוני זאגט אויפ'ן פסוק שומר פיו ולשונו שומר מצרת נפשו, אל תקרא מצרת אלא מצרעת, אז צרעת קומט אויפ'ן מענטש פארן זיך נישט היטן דאס מויל, נישט גענוג אכט געבן אויפ'ן דיבור, בכן וואלטן מיר געוואלט אביסל שמועסן דערפון.

כ'פיל אז ס'איז איבריג איבערצוברענגן מיין "דיסקלעימער" פון פאריגע וואך, כ'גיי עס נישט יעדעס מאל איבערקלאפן, אבער כ'מוז דא מקדים זיין אז כ'רעד זייער שטארק צו מיר אליין. ס'דא א שיין ציבור אידן וואס הערן מיך כמעט יעדן טאג פלוידערן אז ס'איז א שרעק, סאו קיינער זאל נישט מיינען אז כ'בין דא איינעם מוסר צו זאגן אדער עפעס ענדליכס, כ'רעד פשוט צו מיר אליין און דער עולם באקומט נאר רשות עס אונטערצוהערן...

אלע דא זיכער ווייסען, וואס דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטיל קטן, אז א איד זאל דורכזייען יעדן דיבור בי"ג נפה, איידער מ'רעד ארויס א ווארט פון מויל זאל ער "דרייצען" מאל קלערן און נאכאמאל קלערן צו ער דארף עס טאקע זאגן, צו ער מעג עס אפי' זאגן, און צו ער קען זיך נישט באגיין אן דעם.

כ'גיי חלילה נישט לערנען פשט אין זיינע הייליגע ווערטער, אבער מ'קען דערפון אביסל זעהן אז דער דיבור איז עפעס נישט פשוט. נפשו יצאה בדברו קען דאך יעדער דעם טייטשט, אז דעם מענטשן'ס לעבן איז אנגעהאנגן לויט וויפיל ער רעדט. אויב ער רעדט צופיל קען זיין באטארי רח"ל אויסגיין, ווען ער האט שוין נישט קיינע ווערטער אין נשמה, דער כוח הדיבור איז א חלק פון נשמה, ענדיגט זיך עס חלילה.

אבער ווען מ'רעדט דיבורי תורה ותפילה, מ'רעד צום הייליגן באשעפער, אט די דיבורים האבן א פארקערטע אפעקט, נישט נאר וואס זיי קאסטן נישט קיינע דיבורים פונעם ווערטער קוואל, נאר זיי ברענגן גאר רווחים, לויט וויפיל מ'לערנט און דאווענט אזויפיל פרישע דיבורים קומט אריין אינעם מענטש'ס אוצר. והדברים עתיקים.

אויף דעם האבעך אמאל געהערט א טרעפליך ווארט.

די גמרא אין ברכות (ח' ע"ב) דערציילט: א״ל לר' יוחנן איכא סבא בבבל, תמה למען ירבו ימיכם על האדמה כתיב? כיון דאמרו לו מקדמא ומחשכי לבי כנשיתא אמר האי דאהני להו! ס'דאך ידוע אז עשרה קבין חכמה ירדה לעולם ותשעה נטלה ארץ ישראל. וסייג לחכמה שתיקה, א חכם האלט זיך דאס מויל, און דאס איז שווער געווען פאר ר' יוחנן, מילא א איד אין אר"י, ער האט דעם שכל צו זיין שטיל, ניצט ער נישט אויס שנעל זיין ווערטער קוואל, פארשטיי איך אז ער האט אריכות ימים, אבער איינער אין חו"ל וואס האט נישט דעם סייג לחכמה שתיקה, ווי קען זיין אז ער האט אריכות ימים?

כיון דאמרו לו מקדמא ומחשכי לבי כנישתא, ער לערנט און דאווענט, האי דאהני להו, ווערט ער דאך כסדר צוריק אנגעפילט מיט פרישע דיבורים, מילא איז דא אריכות ימים. ודבר נחמד הוא.

דער דיבור פון א מענטש לא דבר ריק הוא, א איד דארף עס האלטן הייליג און טייער, מ'דארף אכט געבן אז ס'זאל נישט גיין לטמיון רח"ל.

אגב האב איך געהערט פון א נאנטען וואס האט זיך געדרייעט ביי כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע וואס די וואך שב"ק איז געווען די יארצייט, אז סוף ימיו האט ער שוין כמעט נישט גערעדט, אבער צוויי מאל וואס ער האט גערעדט כאילו לא היה: שלש סעדות ביי קבלת עול מלכות שמים, און ביים ערשטן פסוק פון קריאת שמע, שמע ישראל ה"א השם אחד.

ס'הייסט דער איד האט שוין נישט גערעדט, ער האט שוין נישט געהאט צופיל אין זיין ווערטער קוואל, האט ער אוועקגעלייגט די דיבורים וואס ער האט נאך פארמאגט פארן הייליגן באשעפער, פאר קבלת עול מלכות שמים.

און אז מ'רעדט שוין יא מעג מען אפשר דערציילן וואס כ'האב געזעהן אינעם אינהאלטסרייכן גליון "זקניך ויאמרו לך" וואס קומט ארויס אין קרית יואל: ווען ס'געווען אידן וואס האבן מצער געווען דעם רבין און ער האט געהאלטן זייער א שארפע דרשה, יעדער האט געזעהן אז ער האט א שטרקע הקפדה אויף די אידן, ס'געווען א פחד.

האט דערציילט ר' חיים לייב זילבערשטיין הי"ו, וואס האט זוכה געווען צו א התקרבות יתירה ביים ברך משה, אז ווען דער רבי איז אהיימגעקומען נאך די דרשה פון ביהמ"ד האט ער ארויסגענומען אפאר הונדערטערס און עס אריין געווארפן אין איטליכע פושקעס אז ס'זאל חלילה נישט שאטן דאס וואס ער האט אזוי מקפיד געווען אויף די וואס האבן אים דאן באמת מצער געווען. אט אזוי האט מען געטראגן אן אחריות אויף וואס מ'האט געזאגט.

---

דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע (יעצט ערגעץ איז די יארצייט) זאגט: פארוואס נאר ווען מ'זאגט א מ' מוז מען זאגן סיי א מ' פתוחה און סיי א מ' סתומה, א ענדע מ' א ם'? ווייל ווען מ'עפענט נאר דעם מויל, ס'איז א מ' פתוחה, דארף מען גראד האבן א ם' סתומה, גלייך צוריק פארמאכן דאס מויל און קיין איבריג ווארט נישט רעדן!

און פארוואס טאקע?
ווייל דער דיבור איז נישט עפעס אבי וואס! ווען א מענטש רעדט דארף עס זיין ווי ער וואלט דא עפעס געטאן, אונז דארפן האלטן אז עקימת שפתים הוה מעשה (פלגתא בגמרא), אז בלויז רעדן הייסט אויך געטאן, און מיט דעם וועלן מיר בעז"ה מעורער רחמים זיין און דערמאנען זכות אבות, אבער פארדעם דארף מען שוין מקדים זיין אביסל בדרך דרוש (א חלק דרוש געהערט פון כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א).

תוס' אין כתובות דף ז' ע"ב ד"ה ויקח זאגט אז אליעזר איז געווען א שליח פון אברהם אבינו מקדש צו זיין רבקה אמינו פאר יצחק אבינו.

פרעגט דער הייליגער הפלאה, מ'פסקט דאך אין שו"ע (אה"ע ס"ה) אז א עבד איז פסול לשליחות קדושין, טא ווי אזוי האט אליעזר געקענט מקדש זיין רבקה בתורת שליח, ער איז דאך געווען א עבד הפסול לקדש?

איז דא א תירץ אז אברהם האט באפרייט אליעזר וועגן עשה דפריה ורביה, כי מצוה רבה הוא, איז דוחה דעם לא תעשה פון ועבדו לעולם.

דער מדרש (במס' סופרים) דערציילט וועגן אליעזר, פעם אחת גער בו אברהם ומיראתו נפל ממנו שינו. אז פון אברהם'ס געשריי איז ארויסגעפאלן א צאן פאר אליעזר, און א עבד כנעני איז דאך יוצא בשן ועין, מילא איז אליעזר געווען משוחרר. ושפיר עשה אברהם אותו שליח לקדש את רבקה לבנו.

דער כסף נבחר (פ' ויגש) זאגט אז דאס צו אליעזר איז משוחרר געווארן פון אברהם'ס געשריי איז תלוי בפלוגתא צו מ'זאגט דיבור נחשב כמעשה אדער דיבור לא נחשב כמעשה. אויב איך זאג אז דיבור איז כמעשה, האט דאך אברהם געשריגן אויף אליעזר און מיט דעם אים באפרייעט פון עבדות, און אליעזר האט געקענט זיין א שליח מקדש צו זיין רבקה. אבער אויב זאג איך דיבור לא נחשב כמעשה, איז זיין שרייען נישט גענוג געווען משחרר צו זיין אליעזר, און ער האט נישט געקענט זיין א שליח.

אין די קדמונים איז דא א חקירה ווען מ'וויל מעורער זיין י"ג מדות של רחמים צו ס'איז גענוג ווען מ'זאגט עס, ס'הייסט זאגן השם השם ק-ל רחום וכו', צו מ'דארף טוען די י"ג מדות בפועל. און ס'דא וואס זענען סותר די וואס זאגן אז מ'דארף טוען א פעולה ממש, ווייל ס'איז דאך נישט מעגליך אז א בשר ודם זאל זיין א ק-ל, מילא מוז זיין אז ס'איז גענוג ווען מ'זאגט נאר. [מיט דעם האט כ"ק מרן מהר"א שליט"א געטייטשט ק-לי ק-לי למה עזבתני, ווייל דער מדות ק-ל ווייזט אז מיטן זאגן, לך כנוס את כל היהודים, מ'האט געדאווענט, איז אויך גענוג, וק"ל].

און דאס איז אויך תלוי בפלוגתא אי עקימת שפתים הוה מעשה או לא הוה מעשה. ווייל אויב ס'איז נחשב כמעשה איז דאך זיכער גענוג מיטן זאגן אויב אבער ס'איז לא נחשב כמעשה דארף מען שוין טוען עפעס א פעולה מעורער צו זיי די י"ג מדות של רחמים.

היוצא לנו מזה, אז אויב א איד נעמט אן עקימת שפתים, עפענען דאס מויל, נחשב כמעשה, ס'נישט סתם האב איך יא געזאגט, נישט געזאגט, נאר יעדעס ווארט וואס מ'רעדט ארויס פון מויל איז ביי אים געמאסטן און געוואויגן. ווייזט ער מיט דעם אז ס'איז דיבור נחשב כמעשה, און אויב אזוי קענען אידן דערמאנען זכות אבות, ווייל די אומה"ע האבן געהאט א טענה, מה ראוי אלו להתקרב יותל מאלו? האט זיי דער רבוש"ע געענטפערט, הביאו לי ספר יוחסין שלכם כשם שבני מביאם! בזכות אבות האמיר זוכה געווען לתורה.

אבער די גוים קענען טענהן אז אידן האבן שוין גארנישט אזא גוטער עבר ווייל דער זיידע יצחק האט דאך מקדש געווען רבקה מיט א שליח אן עבד. וועט מען מוזן ענטפערן אז אליעזר איז געווען משוחרר ווייל אברהם האט געשריגן אויף אים ונפל שינו, אבער ווער זאגט אז עקימת שפתים הוה מעשה, אפשר זאג איך אז לא הוה מעשה און אליעזר איז געווען א עבד?

אבער אז א איד ווייזט אז ער היט זיין דיבור, אפי' ס'איז נאר א דיבור איז ער איז מחשיב כמעשה, זעה איך קלאר אז עקימת שפתים הוה מעשה, מילא איז אליעזר יא געווען א גוטער שליח לקדש את רבקה און מ'האמיר געקענט מקבל זיין די תורה.

און מיט דעם איז שוין מבואר אז די י"ג מדות של רחמים וואס מ'דערמאן מיר אזויפיל איז אויך גענוג ווען מ'זאגט עס, און לויט אלע שיטות זעמיר מעורער רחמים גדולים.

נו, לוינט זיך נישט אכטונג צו געבן אויפ'ן דיבור? הוי, מי יתן!

---

אבער מ'דארף דאך אלץ קוקן אויף די גוטע זייט אויך. לאמיר א בליק טאן אין א פסוק אין די וואכעדיגע סדרה און פון דעם געבן א שעפ ארויס עפעס חיזוק.

די תורה הקדושה זאגט ווען איינער האט א נגע ביי זיך אין הויז, שטייט אין פסוק: וצוה הכהן ופנו את הבית. רש"י אין מסכת יומא תחילת פרק טרף בקלפי ד"ה התורה חסה זאגט וזל"ק: על מה חסה תורה? על פכין של כלי חרס שאין להם טהרה במקוה! א"כ חסה וכו' א"כ חסה על ממונן של צירעון (ובגי' אחרת צרי-עין, שנגעי בתים באים על צרי עין) קל וחומר על ממונן של צדיקים עכלה"ק.

די תורה הקדושה הייסט ארויסנעמן די כלים פון שטוב אז דעם איד'ס ערדענע כלים זאלן נישט צוגרינד גיין. ולכאו' פון וואס און פון וועם רעדט מען דא? ער איז דאך א איד געווען א גרויסער צר עין, וואס א צר עין ווי רש"י איז עס מסביר אויף אן אנדערן ארט מיינט אז ער האט נישט געוואלט בארגן פארן חבר א כלי וכו' זאגענדיג אז "איך האב נישט" און יעצט מוז ער נעבעך אויסליידיגן דעם שטוב אז יעדער זאל זעהן אז ער האט יא די כלי נאר ער האט עס נישט געוואלט פארבארגן.

למשל מעכיל האט געוואלט בארגן פון ירוחם א נעגל שניידער, און דער צר עין ירוחם האט געזאגט איך האב נישט; קומט אים א נגע אין הויז און ער מוז נעבעך אויספאקן דאס הויז אז יעדער זאל זעהן זיין גרויסע נעגל שניידער!

הייסט אז ווען יענער איז געווען אין נויט האט אים ווייניג וואס געקימערט ארויסצוהעלפן, ער האט נאך געזאגט דעם ליגענט אז "איך-האב-נישט" נו, וואס האט מען אזוי מורא, אז ער וועט דערלייגן אביסל ערדענע כלים?!

נאר טאקע ווען ס'קומט דעם עונש פאר א איד, ס'איז שוין געקומען דער נגע בבית לכפר על נגעי בני אדם, צו ווייזן לעיני כל אז דער איד האט אין זיך נעבעך נגעים וואס זענען געווען באהאלטן; טאקע אין יענע מינוט ווייזט דער רבוש"ע א באזונדערע אהבה פארן איד, איך שוין אפ דיינע פאר טאלער, אפי' איך ווארף דיר יעצט צייטווייליג ארויס פון הויז צוליב דיינע קארגשאפטקייטן און אומוויליגקייט צו העלפן א ברודער, אבער כ'שוין דיר אפ, ביזט מיין קינד און כ'האב אויף דיר רחמנות!

ענדליכס זאגט דער בת עין די וואך וזל"ק: היינו שבכל בחי' דינים רואין ומסתכלין בחי' חסדי השם יתברך שמאמינים בה' כי חפץ חסד הוא ומה ששולח על אדם איזה צרה רח"ל הוא בחינת חסד וכו' עכל"ק עיי"ש באריכות.

ווען ס'איז נאך בשעת די צרה, ווען מ'האלט נאך אינמיטן כאפן שלעק, דארט אליין איז שוין דא די ישועה. נישט נאר אז ס'וועט קומען די ישועה, נאר דער קלאפ אליין, אין דעם ליגט אויך א טובה, ס'ליגט דערין איין שטיק ישועה.

אזוי איז ביי יעדן איד, טאקע בימי החושך ווען ס'איז אים אלעס טונקעל, טאקע דארט איז דא אזא לעכטיגקייט, אין יעדע מוטשעניש וואס א איד גייט דורך איז דא א אויסלייטערונג, מ'זאל מיר נאר די זכיה האבן עס גרינג אדורך צוטראגן און פארשטיין אז אלעס איז נאר פון אים, ומאתו לא תצא הרעה.

און מ'דארף צוריק קומען צום לפני המלך, ווייל ווען מ'איז מיטן טאטן איז גוט אפי' ווען ער שטראפט, ווען איך געב א פעטשעלע פאר מיין קליינע ווייל ס'פאלגט נישט און כ'וויל אביסל אראפנעמן די נגעי בני אדם וואס כאפט זיך אריין אפי' אין די גאר קליינע הערצער, לויפט זי נישט אוועק, פארקערט, זי וויינט און טוילעט זיך צום טאטן.

פארוואס? ווייל איר טאטע האט איר ליב!

ווען דער טאטע אין הימל שמייסט, לויפט נישט אוועק, אדרבה, טוילעט זיך מער צו אים, ווערט נאנטער צום באשעפער און שפירט דעם על כל פשעים תכסה אהבה וואס נאר א טאטע קען האבן צו א קינד!

א"כ חסה על ממונן של צרי עין, דער רבוש"ע האט אזוי ליב יעדן איד אז צו יעדע צייט זארגט ער פאר אים, אפי' ווען ער איז אים מעניש שוינט ער אים! דאס דארף אונז דינען אלץ טעגליכע חיזוק, אונז זעמיר דאס פאלק וואס ווערט קיינמאל נישט פארלאזט. יש לנו אב רחמן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה!

---

די וואך איז די וואך וואס מ'זאג מיר לתקן את אשר פגמנו בספירה חג"ת נהיס"מ שב"תפארת".
יעדע וואך האט זיך זיין מידה פון די ז' מדות וואס איז מכוון נגד די שבעה רועים. וועלמיר זעהן כפי קט שכלינו מיט וואס די שבעה רועים זענען מכוון צו די ז' מדות.

חסד, אברהם – זייער פשוט, אברהם אבינו מיט חסד דארף נישט קיינע הסברים;
גבורה, יצחק – יצחק אבינו איז גבורת, זיך מוסר נפש זיין אויף די עקידה פארלאנגט גבורה;
תפארת, יעקב, – יעקב אבינו איז געווען א יושב אוהלים, ס'געווען תפארת לעושיה;
נצח, משה – משה רבינו ע"ה האט אונז מקבל געווען די תוה"ק וואס איז פאר אונז א נצחיות;
הוד, אהרן – אהרן הכהן האט געטאן די עבודה אין ביהמ"ק, ומה נהדר היה המראה;
יסוד, יוסף – יוסף הצדיק איז געווען דער צדיק יסוד עולם כידוע, ואכמ"ל;
מלכות, דוד – דוד מלך ישראל חי וקים, את צמח דוד עבדיך מהרה תצמיח.

דאס זענען בלויז מיינע אייגענע השערות וואס על משכבי בלילות עלה בי איבער די ז' מדות מיט די שבעה רועים.

יעדע פון די מדות הקדושות האט זיך זיינע תיקונים וואס כ'האב ניטאמאל קיין מושג דערין, אבער אביסל קען מען נישטערן איבער די שבעה רועים וואס ווערן מכוון דערקעגן און זעהן וואס זיי לערנען אונז.

לאמיר גיין צו יעקב אבינו ע"ה, מיר ציילן דאך די וואך תפארת, מכוון נגד יעקב.

יעקב אבינו איז דורך ביטערע שווערע צייטן, נישט נאר ער האט קיין האניג נישט געלעקט, ער האט פון געבורט געמוזט לעבן מיט עשיו'ן, ער האט געמוזט צוזעהן ווי עשיו איז מפרכס לצאת לעבודה זרה רח"ל און נישט נאר האט ער זיך מונע געווען פון מיטגשפרינגן, אדרבה, ער האט געלעכצט צו גיין אין ביהמ"ד אריין, כידוע אז ווען רבקה אמינו איז דורך שם ועבר היה יעקב מפרכס לצאת.
ס'איז באמת געווען שמור לקדשו מבאו ועד צאתו וואס אונזער קורצע ארימע השגות קענען ניטאמאל משיג זיין.

יעקב איז געווארן גרויס, ער האט געדארפט בוחר זיין אין וועליכע דירעקציע ער וויל פירן זיין לעבן, ער האט געהאט דעם החיים ואת המות, און דא האט ער א גרויסער ברודער עשיו, אן אויסווארף פון העכסטן ראנג, א פאלנער באוואקסענער יונג וואס פאנגט חיות טמאות, ווי אזוי וואקסן ליידער היינט אויף קינדער מיט אזאליכע גרויסע ברודער?

יעקב איז געווארן א יושב אהלים, ער האט זיך מדבק געווען אין די הייליגע תורה, ער האט בוחר געווען אינעם נצחי, אין דעם עולם שכולו טוב, אזוי האט ער געפראוועט זיינע יונגע יארן!

יארן לויפן, יצחק אבינו ווערט עלטער, ער רופט זיין בכור און ער וויל אים בענטשן.
אזוי ווי ס'ווערט שפעט וועל איך נישט מאריך זיין, אבער בקיצור נמרץ, רבקה האט געזעהן אז עשיו גייט באקומען א ברכה, זי האט געזעהן ברוח קדשו אז ס'געהערט פאר יעקב'ן (די היינטיגע אויפגעקלערטע וואלטן איר אראפגעריסן...) און מיט ציגן הויט און פיין געקאכטע ריח גן-עדנ'דיגע מאכלים איז יעקב געגאנגען אפנעמן די ברכות.

עשיו ווערט געוואר און סטראשעט מיטן ארגסטן, יעקב מוז אנטלויפן און זיין אוועק פון זיין גרויסן טאטן, אביו ורבו שגדלו וחינכו. ער צילט צום פעטער לבן, דער זיידע און רבי פון אלע רמאים ווי ס'ווארט אים א ביטערער קאמפ, ער וועט נאך איין טאג דארפן זאגן פאר עשיו עם לבן גרתי ותרי"ג מצות שמרתי, אבער פאר דעם דארף מען דורכשווימן נאך און נאך שווערע שטרויכלינגען. וואס טוט יעקב אבינו? ער לאאדענט זיך אן 14 יאר בבית מדרשו של שם, ער האט סחורה מיט וואס צו גיין צו לבנ'ן תורה שלמדתי באף הוא שעמדה לי.

יעקב גייט ווייטער, ער קומט אן צו לבן און ער ווערט אויסגעטאפט מכף רגל עד ראשו ווייל "די רייכע אידן" האבן דאך געלט. אבער זייענדיג א עני ואביון איז לבן אנטוישט און הייסט אים פאשען שאף זיבן יאר אין נאכדעם שפילט ער אים ביטערליך אויס כידוע.

כ'וועל נישט מאריך זיין מיט איבריגס, אבער יעקב אבינו איז דאך געווען בבית לבן, ביים גרויסן פאפער, האט ער געדארפט האבן א ספעציעלן איבערפלוס פון אמת, דאס איז דאך תתן אמת ליעקב.

יעקב האט געדארפט צוריקלייגן דעם א' צו אמת. וואס די וועלט איז באשאפען געווארן בג' אלפין, א'דני א'מת און א'דם, וכשחטא אדה"ר איז נסתלק געווארן די דריי אלפין און ס'איז געבליבן דין, מת, דם. אברהם האט צוריקגעלייגט דעם אדני, אותי קראתי אדון, יעקב דעם אמת, תתן אמת ליעקב, יעקב אבינו לא מת, לא מת שטעלט זיך צוזאם לאמת, און כלל ישראל בדור האחרון איז מתקן דעם אדם, און דערווייל איז נאך דם, ליידער ליידער גיסט זיך אידיש בלוט, והארכתי יותר מדי.

יעקב אבינו איז אריבער אלע בערג מיט נסיונת, פונעם פארלירן זיין געליבט קינד, ביזן אראפגיין קיין מצרים ערוות הארץ, וואס יעקב האט מיט זיין כוח הקדושה געדארפט מתקן זיין, אבער יעקב איז אלעס איבערגעקומען און ער האט אהערגעשטעלט א כלל ישראל, טאקע אויף דעם וועג אז מיט די שוועריקייטן קען מען אנקומען מער און מער. על כל גל וגל בייגט מען זיך אראפ דעם קאפ און מ'איז עס מקבל באהבה, און מ'שווימט ווייטער, כ'רעד צו מיר אליין, און מ'זאגט טאטע זיסער, די פארשטייסט בעסער פון מיר, זאל זיין ווי אזוי די ווילסט!

יעקב תיקן תפילת ערבית ווייל אפי' ס'איז שווארץ טונקעל איז אויך דא האפענונג, ס'איז אלץ דא א תפילה וואס מ'קען בעטן. דאס איז די וואך פון תפארת, נגד יעקב אבינו דער בחיר האבות וואס איז אזויפיל דורך ועמד בכולם, דאס דארף אונז זיין א חיזוק ולימוד גדול.

ויעזור הקב"ה אז מ'זאל מיר די זכיה האבן צו דערגרייכן עפעס אמת, תתן אמך ליעקב, ויהיו לרצון אמרי פינו, וואס מ'רעד ארויס פון מויל. אין ספירה זעהט מען דאך אז מ'טוט נישט גארנישט, ס'איז סתם עקומת שפתים און מ'איז מיט דעם מתקן אשר פגמתי בספירה, ווערטער זענען נישט פשוט, זאלן מיר שוין זוכה זיין איינמאל פאר אלעמאל צו הערן דעם קום בתולת ישראל, שטיי אויף טייער קינד, קומי צאי מתוך ההפכה בב"א.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געוואלדיג געוואלדיג. טובא גניז בגוויה, אי בעית אימא קרא, אי בעית אימא סברא, פשט רמז דרוש סוד, יעדער קען ארויסנעמען עפעס א גוט ווארט, א חיזוק, און וואס נישט?

יישר כח!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

הוהא.. אזא חיזוק שמועס... אויף אזאנס האב איך זיך גארנישט געראכטן.

איך האף אז די גייסט אן ווייטער, ס'איז דאך כמים קרים על נפש עיפה.

ידיד נפש...(קרעדיט ר' זריעל)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך......

יוסלמאן זאלסט כאטש וויסן אז אידן ווארטן אויף דיין שיעור,

מיר קוקן ארויס אויף די קומענדיגע.

יישר כח גדול.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יאסלמאן!!!!!!!!!!!

פלאי פלאים!!!, ס'גיסט זיך אזוי סאך אז לא ימלט מ'זאל נישט ווערן באשפריצט מיט עפעס, דער קעפל דיינעם וואלט איך געטוישט אנשטאט כאפט א טרינק, וואלט איך געשריבן כאפט א שפריץ, ווייל א טרינק איז געווענדליך א געלעזלע ותו לא, אבער דו גיסט דאך סחורה מיט עמערס...., און די באשפריצט דעם עולם מיט פיינע סחורה די שפע איז אזוי גרויס אז יעדע מין ברי' קען זיך ארויס נעמען עפעס א ווארט וואס איז נגוע צו אים,

פאריגע וואך האסטו נאכגעברענגט א שטיקל פונעם מונקאטש'ער רב זי"ע, א באקאנט ווארט להזהיר גדולים על הקטנים, די גרוסע זמנים זאלן אריין שיינען אויף די קליינע... דיין טעות איז אז ס'שטייט ביי דיר דער מונקאטש'ע רב אין זיין ספר "דרכי" חיים ושלום, דעס ווארט שטייט אין חיים ושלום נישט אין דרכי חיים ושלום וואס איז בלויז די מנהגים ספר לבית מונקאטש,

שלא מאותו ענין, למען האמת האב איך אפי' נישט באמערקט דיין ארטיקל, מיט דעם קעפל, היות איך מאך כמעט נישט אויף קיין אשכולת אין קרעטשמע אויס מורא אז איך גיי אריין טרעטן אין א שטות, האב איך אפי' נישט געוויסט פון דעם אוצר, ביז ווילאנג ידידי שמיי דריי האט מיר געזאגט אז ס'לעבט זיך דא איך זאל אריין קומען, וכן עשיתי,
דא האב איך נאכמאל געזעהן דאס וויכטיגקייט פון מאכן א דשורנאל, ווייל ווען אזא ארטיקל ערשיינט אין דשורנאל וואלט איך זיכער געזעהן אזא ארטיקל....
(שיגענער דער שאץ.... ער געט נישט אויף....)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

יוסלמאן, דיינע פערל ווערטער זענען מלא תוכן. הן דאס וואס דו ברענגסט אראפ פון ספרים וקדושי עליון והן דיינע אייגענע ווערטלעך און טייטשונגען.

עס איז זייער שיין. דו גיבסט מיר אריין די חיזוק פאר די וואך.

גיי ווייטער אן. מיר קוקן ארויס דערויף.
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יוסלמאן. גלייב מיר בנאמנות. כ'האב געוויסט אז די קענסט, אבער נישט דאס! איבערמעכטיג!

קאנסט רואיג מאכן א דיעל מיט קרן שמואל ישעי'. די זאג אריין די דרשות אין קאסעטע'ס און זיי וועלן דאס פארקויפן. עס וועט גיין ווי מצה וואסער... (וועא"מ)

(שרייב אז עס איז געזאגט געווארן אין אונזער ביהמ"ד אויף איי וועלט.)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שאץ מאץ האט געשריבן:שלא מאותו ענין, למען האמת האב איך אפי' נישט באמערקט דיין ארטיקל, מיט דעם קעפל, היות איך מאך כמעט נישט אויף קיין אשכולת אין קרעטשמע אויס מורא אז איך גיי אריין טרעטן אין א שטות, האב איך אפי' נישט געוויסט פון דעם אוצר, ביז ווילאנג ידידי שמיי דריי האט מיר געזאגט אז ס'לעבט זיך דא איך זאל אריין קומען, וכן עשיתי,
דא האב איך נאכמאל געזעהן דאס וויכטיגקייט פון מאכן א דשורנאל, ווייל ווען אזא ארטיקל ערשיינט אין דשורנאל וואלט איך זיכער געזעהן אזא ארטיקל....
(שיגענער דער שאץ.... ער געט נישט אויף....)
.

?????????????

זייער גוט. אויב אזוי קומט זיך דיר זאלסט האבן פארפאסט אזעלכע גוטע אשכולות ווי דאס.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

כ'מיין אז שאץ מאץ ברויך זיך עפנטליך אנטשולדיגן פאר אלע שרייבער דא אין קרעטשמע, פאר אט די ווערטער.

and i mean that with all sincerity

זיינע איידיעס און פאנטאזיעס פון א דזשורנאל מיט קלוגע און הויך-שטאפלערישע ארטיקלען, האבן אים געטראגן א טריט צו ווייט.

סארי שאץ למפרע, אבער איך מיין אז איך זאג וואס אסאך דא שפירן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

יאסלמאן:

מיר טרונקען זיך אן מיט דיין פליסיגע קוואל וואסער, א מים חיים-אל כל"י [כלל ישרא']. עס איז אונז זייער געשמאק זיך אונטערצוהערן דיין שמועס בינך לבין קונך...!

רצוא ושוב, מלא חן, דברים ערבים ומתוקים, מנופת צופים, בנועם שיח, הוצק חן בשפתך. נפשנו יוצאים בדבריך, וערגה רוחינו לשיחתיך!!!
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

הרב יוסלמאן איך האב אלטץ געמיינט אז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב איז נאר שייך ביי דיבור, ווען מען 'הערט' א דרשה. איך האב אבער נישט געוואוסט אז ביים 'ליינען' אן ארטיקל קען עס אויך אזוי ווייט אריינדרינגען אינעם הארץ!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

פרשת אחרי קדושים – נצח שבנצח

ויהו נא אמרינו לרצון, לפני אדון כל!

הגאון ר' יעקב יוסף זי"ע רב הכולל דעיר ניו יארק, שרייבט אין די הקדמה צו זיין ספר לבית יעקב אויפ'ן מאמר הגמרא אין מס' ביצה (דף ל"ח) כי סליק ר' אבא אמר יהא רעוא דאימא מילתא דתתקבל. זאגט ער בלשונו הזך:
ר' אבא לא התפלל בתפלתו כי יתקבלו דבריו אשר יאמר, כשם שאין מתפללים על הולד שיהיה זכר (ברכות דף ס'), תפלתו היתה רק כי יהיה השם עמו לומר דבר המתקבל, דסבר דלאגמורי עדיף מלגמור, והתפלל שיזכהו השם ללמוד לאחרים עכ"ל.

ווען מ'ווענדט א תפילה צו השי"ת אז מ'זאל זאגן די ריכטיגע ווערטער בעט מען אז ס'זאל זיין לרצון לפני אדון כל, ס'זאל זיין השם עמנו מילא וועט עס שוין זיין א מילתא דתתקבל. ס'איז דאך עדיף לאגמורי מלגמור, אז מ'שמועסט און מ'לערענט צוזאמען מיט נאך אידן איז עס שטערקער.

נא, ניתי ספר ונחזה, ווי האלט מען אויף די וועלט, פרשת אח"ק די וואך פון נצח שבנצח, וזה החלי בעז"ה.

---

וידבר ה' אל משה אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני ה' וימתי.
אלע פרעגן שוין, וואס איז דער דאפעלט לשון אחרי מות און וימתו, אז ס'שטייט שוין אחרי מות ווייס איך אז זיי לעבן נישט, טא פארוואס שטייט נאכאמאל וימתו?

נאר פשט איז ווייל ס'ידוע דער טייטשט בקרבתם לפני השם, וועגן זייער גרויס התקרבות צו השי"ת, וועגן זייער געוואלדיגע השתוקקות צו גיין למעלה למעלה זענען זיי אנגעקומען ביז ביטל המציאות ממש און זיי זענען נסתלק געווארן מן העולם. פארדעם שטייט אחרי מות, און וויאזוי? בקרבתם לפני השם, ווייל זיי האבן זיך מדבק געווען אין די שכינה הקדושה, וימתו, ויצאו נפשם לכבוד שמו יתברך.

ספה"ק זאגן אז פון די אלע עשר ספירות קען מען נישט משיג זיין די ערשטע דריי, כתר חכמה בינה, ווייל די דריי זענען מרומז נגד חכמה עילאעה, עפעס א העכערע דערגרייכונג וואס מענטשליכע שכל קאן נישט גרייכן. אפי' משה רבינו וואס האט זוכה געווען אז פה אל פה אדבר מיט די שכינה הק', בכל ביתי נאמן הוא, האט ער נאר משיג געווען די ערשטע מ"ט שערים, אבער שער הנ' האט ער נישט משיג געווען כידוע, ווייל שער הנ' איז לא יראנו האדם וחי, א מענטש קאן דאס נישט משיג זיין.

נדב ואביהו האבן געשטרעבט צו דערגרייכן ס'העכסטע, אבער לא יראנו האדם וחי', און דאס איז געווען דער בקרבתם לפני השם וימתו, והדברים עתיקם.

די בני אהרן, האבן זיך מדבק געווען צו השי"ת, זיי זענען געווען בבחינת בקרובי אקדש, זיי זענען צוגאנגען פאר אהבת הבורא.
אבער אוודאי און אוודאי איז דער רצון השם אז א איד זאל לעבן און דינען דעם רבוש"ע, לא אמות כי אחיה ואספר, מ'זאל לעבן פארן הייליגן בורא און יעדע רגע אים נחת רוח טאן, אבער דאס געט א שטיקעל מושג אין אהבת הבורא, וואס מיט די תוה"ק, אוריתא וקוב"ה וישראל חד, ווען מ'איז זיך מדבק דערין בלב ונפש, קען מען אויך צוקומען צו אזאליכע הויכע מדריגות וגדולה תורה שנותנת חיים לבעליה.

כמדומה אז דאס ווארט האט געזאגט דער רבי ר' בונם זי"ע, "ווען א איד זאל ווען זעהן וואס די תורה מאכט מיט א מענטש וואלט ער אויסגעגאנגען פאר אהבת הבורא"
אונז זעה מיר טאקע נישט די אינערליכע באהאלטענע סגולות פון די הייליגע תורה, אבער דאך שפירן מיר, ווען מ'קומט שוין אביסל צום טעם, עפעס א זיסקייט דערין, כי טובים דודיך מיין לריח שמניך, ס'איז עפעס א געשמאק א גמרא תו"ס באשמורת הבוקר.

ומאידך גיסא קען מען זעהן דעם נחת דרגא-דיגער מהלך וואס א איד דארף נעמן! א איד דארף גיין שטאפעל ביי שטאפעל. מ'קען נישט גיין העכער און שנעלער ווי די פארשריפטן ווייל אויב יא ווערט דער מאשין צובראכן אדער קראכירט ער אריין אין די נישט גוטע. מ'ווערט שנעל מיד און ערשעפט און זיך ווידער אויפהייבן איז שוין שווערער.

און אז מ'איז שוין יא עוסק אין אט די געשעעניש, קען מען נישט אדורכלאזן דעם "וידום אהרן".

מ'דערציילט אז ווען דער צדיק פון באהוש הרה"ק רבי יצחק זי"ע, זון פון מרן קדוש ישראל מרוזין זי"ע, האט ל"ע פארלוירן א קינד האט ער געזאגט:
די וועלט באשטייט פון פיר זאכן, דומם, צומח, חי, מדבר. צומח חי און מדבר ווען מ'צוברעכט זיי, מ'האקט זיי אונטער, פאלן זיי פון זייער ווערט, זיי קענען שוין נישט טוען די זעלבע ווי ביז איצטערט. דער חי ווערט טויט; דער צומח הערט אויף בליען; און דער מדבר ווערט א שטומער. ווי אימער דער דומם, ער בלייבט די זעלבע, ער רירט זיך נישט פון פלאץ.

וידום אהרן, אהרן הכהן נאך די אלע צרות, ס'איז אפגעהאקט געווארן פון אים צוויי בליענדע הערליכע ביימעל'ך, אבער וידום אהרן, ער האט זיך געמאכט ווי א דומם און גארנישט איז נישט נשתנה געווארן, ער פרעגט נישט קיין קשיות און מ'איז צוריק צו די הייליגע עבודה, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם, אבער אהרן קדוש השם מיט זיינע הויכע בחינת איז געבליבן פעלזן פעסט!

צדיקים האבן מקבל געווען גזירת השי"ת מתוך שמחה ואהבה, מ'האט נישט געפרעגט פארוואס. ס'איז געווען בבחינת אשרי המחכה ווייל דאן פעלט נישט גארנישט, אז מ'גייט מיטן טאטן איז אלעס גוט, מ'האמיר הערשט גערעדט דערפון, לא אירא רע כי אתה עמדי, כ'קען ניטאמאל זעהן דעם שלעכטס.

ווי אלע ווייסן אז דער רבי ר' זושע האט נישט פארשטאנען ווי אזוי חז"ל זאגן חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה, ער ווייסט נישט וואס נישט גוט מיינט ווייל ער האט נאך "קיינמאל" נישט געהאט אז ס'זאל אים פאסירן עפעס שלעטס, ווייל וואס דער טאטע טוט איז גוט. און דאס האט ער געזאגט נישט זייענדיג עפעס א גרויסע רבי מיט טויזענטער חסידים און קוויטליך, נאר זייענדיג ביים מגיד אן די משפחה, זייענדיג א ממית עצמו באהלה של תורה און דבוק אין די שכינה, ער האט נישט געהאט גארנישט, אבער פון שלעכטס האט ער נישט געוויסט.

א איד דארף געדענקן, יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה (כמדומה א לשון החתם סופר).

---

אז מ'קוקט אביסל ווייטער אין די סדרות טרעף מיר דעם פסוק:
כמעשה ארץ מצרים אשר ישבתם בם לא תעשו וכמעשה ארץ כנען אשר אני מביא אתכם שמה לא תעשו ובחקתיהם לא תלכו.

אידיש איבערגעטייטשט: מאך נישט נאך דעם גוי, אויב דער גוי טוט אזוי איז עס נישט פאר דיר, דו דארפסט זיין מער פונען גוי, דו ביזט פון די אשר בחר בנו'יקס, אויף דיר זאגט מען אשר בחר בנו מכל עם ורוממתנו מכל לשון, ביזט העכער פון זיי און שענער פון זיי בדיבור במעשה ובמחשבה.

ווען אברהם אבינו האט זיך אפגעטיילט פון לוט'ן האט ער אים געזאגט: אז די גייסט רעכטס וועל איך גיין לינקס, ווייל מיט דיר אינאיינעם קען מען נישט אהערשטעלן א כלל ישראל, ענדערש גיין אביסל צו לינקס אבער נישט ביינאזאם מיטן רשע. און וואס מיינט איר איז געווען לינקס? די פסוק זאגט דאך שוין, פיינע פעטע ערד, הויכע ריעל עסטעיט, ס'דארט געווען געלט, ס'זעהט אויס זייער גוט, און לוט גייט פארדעם אהין. און וואס איז באמת געווען דארט? סדומע רשעים!

אויב כ'דענק גוט זאגט מען אז די סיבה פארוואס אין וויזניץ גייט מען מיטן איבערגעדרייטן היטל, איז ווייל איינער פון די צדיקים לבית וויזניץ האט אמאל געזעהן א גוי גיין מיט אזא היט, האט ער איבערגעדרייעט דעם היט, משנה צו זיין פונעם גוי, נישט זיין מיט אים אייניג אויף קיין שום זאך.

ס'איז גרויליג צו זעהן ווי א גרויס חלק פון אונזער מהלך החיים איז געבויעט לויט ווי דער גוי האט עס אוועקגעשטעלט, און אונז ביודעם ובלא יודעם מאכט מען זיי נאך על כל צעד ושעל.

כ'וויל נישט אריינגיין אין קיינע דעטאלן ווייל דאס וועט צוברענגן צו אומזיסטע דעבאטעס און געשרייען וואס דא איז זיכער נישט דאס פלאץ דערפאר, עכ"פ אין דעם אשכול, אבער ס'איז א דבר הכולל זייער אסאך פרטים ווי אלעס איז אויסגעשטעלט לויטן געשמאק פונעם אמעריקאנער גוי פון יארע צוואנציג צען. ווען יעדער זאל נאכגיין ווען ס'קומט ארויס א נייע מנהג פון ווי ס'קומט, רוב מאל וועט די רעזולטאט זיין דער גוי, דער פסוק ווארענט: ובחקתיהם לא תלכו.

---

די וואך געפינען מיר אי די פרשה מיט וועם מ'מעג יא און וועם נישט חתונה צו האבן, קרובים וכדומה.

די גמרא זאגט אין מס' שבת (דף ק"ל ע'א):
תניא רשב"ג אומר כל מצוה שקיבלו עליהם בשמחה כגון מילה דכתיב (תהילים קיט) שש אנכי על אמרתך כמוצא שלל רב עדיין עושין אותה בשמחה וכל מצוה שקבלו עליהם בקטטה כגון עריות דכתיב (במדבר יא) וישמע משה את העם בוכה למשפחותיו על עסקי משפחותיו עדיין עושין אותה בקטטה דליכא כתובה דלא רמו בה תיגרא.

וואס איז פשט אז אידישע קינדער זענען געווען אזוי אנגעווייטאגט אז מ'טאר נישט חתונה האבן מיט קרובים? איז דען נישט געווען צווישען הונדערטער טויזענטער אידן גענוג ערליכע אפגעהיטענע אידענס מיט וועם צו בויען א בית נאמן אז מ'האט געדארפט זיין א בוכה למשפחותיו?

נאר כ'האב אמאל געהערט א טרעפליך ענטפער פון הגאון ר' ישראל יעקב פישער ז"ל, ראב"ד פון די עדה החרידת בירושלים עיה"ק ובעל אבן ישראל, אז אידן האבן געוואלט חתונה האבן מיט קרובים ווייל קרובים האבן געווענדליך די זעלבע טבעיות, די זעלבע מנהגים און די זעלבע מיינונגען, אזוי אז מ'וועט נישט קומען צו קיין קריגערייען. אבער דער רצון השם איז אנדערש, דער רבוש"ע וויל אז א איד זאל חתונה האבן דייקא מיט איינעם נישט פון זיין טייג, נישט פון זיין משפחה, און ער זאל זיך אויסלערנען יענעם צו דערליידן, פארשטיי יענעם, אפי' ער האט נישט דיינע מנהגים, זיין התנהגות האט אויך א מקור, יענער איז אויך א מענשט, און זיינע וועגן זענען אויך הייליג און טייער.

פארדעם האבן אידן געוויינט, זיי האבן געוואלט אז ס'זאל נישט זיין אזוי שווער צו לעבן בשלום ובשלוה. אבער דער רצון השם איז דאך אז מ'זאל יא ארבייטן אויף זיך. פארדעם, ליכא כתובה דלא רמו בה תיגרא, אין יעדע פארפאלק איז דא פארשידענהייטן וואס מ'דארף גראד מאכן, און מ'גראד עס ב"ה אויס אזוי ווי עס באדארף צו זיין.
ע"כ מדברי הגאון זי"ע.

און כ'האב מוסיף געווען, אז מיט דעם קומט מיט א מוראדיגער תנאי קודם למעשה. איר מוזט געדענקן אז דער רבוש"ע וויל נאר אז איר זאלט פארבעסערן "דיינע" מדות, נישט זיין פארנומען מיט יענעמ'ס מדות, צו ס'יא גוט צו נישט! קודם ביזטו אחריות אויף דיר אליין, פאר די ווילסט איינעם פארהאלטן אויף סיי וואספארא מדה מגונה, קוק זיך אין שפיגעל און מוסר'ט אייך אלייך, קוקט צו איר זענט נישט פארכאפט אין די זעלבע מצב, נאר איר זענט בלינד צו אייך אליין, מילא זעהט איר נאר יענעמ'ס פראבלעמן?!

דער הייליגער עטרת ישועה זאגט אויף די משנה: "כל מקום שאין מכניסן בו חמץ אין צריך בדיקה" דארט ווי דו האסט נישט אריינגעברענגט קיין חמץ, הנרמז לחמצא דליבא, דארט דארפסטו נישט בודק זיין. ס'הייסט אין יענעם'ס הארץ לאז יענעם בודק זיין... נאר ווי "דו" האסט אריינגעברענגט חמץ, דארט קוק, לאז יענעם אליין רוימן זיין חמץ...

(ואגב דאגב, א הבחנה צו מ'מיינט נאר צו צענגערן יענעם צו מ'מיינט עס טאקע לשם שמים, קען מען זעהן פון חמץ. אויב זענט איר אזוי פארזארגט אז א איד האט חמץ אין הארץ, און איר זענט אים גרייט צו העלפן; אויב אזוי, דער איד האט אויך חמץ ממש ביי זיך אין שטוב וואס זיין אידענע איז שוין איבערגעארבייט און קען שוין נישט אוועקרוימען, אפשר גייט איר צו אים אהיים קראצען די ווענט? הא? דאס נישט! ס'פאסט אייך נישט?! דאן לאזט דעם איד אליין רייניגען די אנדערע סארט חמץ אויך! מוסר זאגן יענעם ולקנאות קנאת השם צבאות דארף קומען מגודל טובו פונעם מענטש, נישט ח"ו פארקערט, והמבין יבין).

דאס איז א כלל גדול אין מדות טובת, קשוט עצמך ואח"כ אחרים, אן דעם קען מען נישט ווערן אנגערופן א בעל מדות, אפשר א בעל מחאה?!

---

איך וועל בל"נ אנהייבן מקצר צו זיין מיט די דרשות, כ'קען נישט יעדע וואך באלומטשען דעם עולם מיט אזאליכע לאנגע מגילות. אבער די וואך איז געווען דער יום המר והנמהר ה' אייר, מוז איך ווידמען אפאר ווערטער וועגן די מדינה הציונת, די מדינה של שמד, די מדינה של גיהנם און דער שווערסטער נסיון פון כלל ישראל לגבי אמונה טהורה בדור האחרון.

איידער איך גיי ווייטער וויל איך בעטן ומודיע זיין אז כ'בין נישט גרייט מיט קיינעם צו דעבאטירן סיי וואס וועגן ציונת, בכלל פלאן איך נישט אויפצוברענגן קיינע דעבאטעס אין דעם אשכול און כ'האף אז ס'וועט נישט רעזולטירן דעבאטעס, ווייל אויב יא, וועל איך זיין געצווינגען אויפצוהערן מיטן אשכול. די אלע וואס האלטן אז די מדינה איז א ישועה רח"ל ווערן געבעטן צו בלייבן שטיל, כ'רעד נאר צו די וואס האלטן קאפויער. א דאנק!

די וואך אין די סדרה זאגט די תורה הקדושה:
ותטמא הארץ ואפקוד עונה עליה ותקיא הארץ את ישביה. ווייטער שטייט אין פסוק:
ולא תקיא הארץ אתכם בטמאכם אתה כאשר קאה את הגוי אשר לפניכם.

מתאמרא משמיה דמרן הק' מרוזין זי"ע אז ארץ ישראל איז דומה צו א דאכענע. ווען מ'דעקט דערמיט איבער א מענטש וואס ס'פליסט אין אים ווארימע בלוט, וועט עס אים האלטן ווארעם, אבער אויב מ'לייגט אים איבער קאלטע שטיינער וועט ער נישט נאר, נישט ווארימען, נאר ער וועט נאך אפקילן דעם דעקע אויך.

אקוראט אזוי איז ארץ ישראל. ווען ס'וואוינט דערין א ערליכער איד, א הייליגער אפגעהיטענער איד, איז די קדושה פון ארץ ישראל ווי א דעקע וואס נעמט ארום און האלט אים ווארעם, אויב אבער וואוינט דארט חלילה א פושע ישראל, נישט נאר האלט עס אים נישט, נאר ער איז מטמא די לופט דארט, ער מאכט קאלט דעם ארום! און דאס איז א דבר ידוע אז אינו דומה איינער וואס איז עובר אויפ'ן דבר המלך ערגעץ אין א ווייטע מדינה ווי איינער וואס בפלטרין של מלך ווייזט ער אז ער האט נישט קיין שעבוד פונעם מלך, ער איז פורק עול חלילה!

ליידער ליידער איז ארץ ישראל אנגעפילט געווארן מיט אלע ג' עבירות חמורת. די פושעי ישראל וואס האבן זיך באזעצט און האבן ערווארבן דעם הייליג ערד פון ארצה"ק האבן געמאכט פונעם "ארץ אשר השם אלוקיך דורש אתה מראשית השנה וכו'" א שוי שפיל, אנשטאט א הייליג לאנד איז עס ככל הגוים, א שטיק באדען, און נאך פיל ארגער.

די תורה ווארענט דאך קלאר: ותטמא הארץ ואפקוד עונה עליה ותקיא הארץ את ישביה, אויב מ'היט נישט די תוה"ק אין ארצה"ק איז פיל ארגער, ולא תקיא הארץ אתכם בטמאכם אתה כאשר קאה את הגוי אשר לפניכם, פונקט ווי דער כנעני איז פארטריבן געווארן, אזוי וועט מען אונז פארטרייבן אויב ח"ו מ'איז מטמא ארצה"ק.

ווילאנג די כנענים האבן געוואוינט דארט האט עס נישט געהאט קיין קדושה. ואפי' למ"ד אז ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו, און אברהם האט עס שוין מקדש געווען, איז די קדושה אוועק ביז ימי יהושע ווען מ'איז צוריק קיין ארץ ישראל. (עיין בסוגיע קצירת העומר, היכן קצרהו לעומר בשנה ראשונה, הרי מחוסר ספרים אני ואינו זוכר בדיוק, אבער כ'מיין אז ערגעץ ראש השנה דף י"ג).

אויב מ'מאכט פון אר"י א לאנד ככל הגוים, איז עס פונקט ווי ארץ כנען קודם ימי יהושע, ס'ליידיג פון קדושה, מ'דארף ווארטן אויפ'ן גואל אמיתי, ובנה ירושלים עיר הקדוש במהרה בימינו.

---

ס'איז שוין שפעט, לא עלתה במחשבתי אזוי לאנג אויפצוהאלטן דעם עולם, אבער נאך א קליינע נקודה.

שטייט אין פסוק: בזאת יבוא אהרן אל הקודש.
אהרן הכהן איז אריין אין קדשי קדשים, לפני ולפנים פארן הייליגן באשעפער. היינט האמיר ליידער נישט קיין קרבנות, מ'האמיר נישט קיין ביהמ"ק, אין לנו לא כהן בעבדתו ולא לוי בדוכנו, אבער מ'בעט מיר יעדן טאג שיהא שיח שפתותינו חשוב ומקובל ומרוצה לפניך כאילו הקרבנו קרבן התמיד, תפילה איז במקום קרבנות און בית המדרש איז במקום ביהמ"ק.

דאס קומען אין בית מדרש דארף זיין מיט א הכנעה, אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש, מ'דארף חזר'ן דעם דע לפני מי אתה עומד, פארוועם שטייסטו, ווער שטייט קעגן דיר און פארוועם דאווענסטו.

וויאזוי זעהט היינט אויס א מנין שחרית אינדערפרי?

איך וועל אייך זאגן וועגן מיין מנין!

קומט א אינגערמאן אין ביהמ"ד, ער האט ב"ה א אייגענע ביזנעס מיט אפאר אינגעלייט ארבייטער וואס דארפן אים כסדר קאנטאקטירן, בכן האט ער דעם קליינעם בלעקבערי אז אינמיטן דאווענען זאל ער נישט דארפן חלילה אויסרעדן, נאר מיט א דריי מיטן פינגער איז אלעס מסדר, אכשר דרא, נישט אזוי?

ס'איז א חרפה און בושה ווי א חסידישער אינגערמאן וואס האט א שטוב מיט קינדער זיצט אינמיטן א מנין ווי ס'דאווענען דרייסיג אידן און זיין בלעקבערי קלינגט יעדע פאר מינוט, ניטאמאל לייגט ער עס אויפ'ן קיצעלער, און ער זיצט כמלך בגדוד אינעם בית השם און טיילט באפעלען פאר זיינע ארבייטער אויפ'ן פעלד, אזוי און אזוי זאלסטו טוען, גיי דא און דארט, און ער שרייבט נאך צו: הצלחה, בעז"ה...

וואס מיינט ער, ווי איז ער? ער זיצט דאך יעצט אין א ביהמ"ד ווי אידן קומען דאווענען, און ער זיצט אויסגעצויגן און פירט געשעפטן? ווי זעמיר געפאלן אזויפיל דרגות פון אונזער עלטערן? נישט פון הונדערט יאר צוריק און ניטאמאל צוואנציג, אונזערע עלטערן האבן געהאט דרך ארץ פארן רבוש"ע!

כ'האב געקענט א איד, ער איז שוין נישט בעלמא הדין, תנצב"ה, וואס אין א ביהמ"ד האט ער נישט גערעדט. ער איז געווען א פשוטער איד און א גרויסער געשעפטסמאן, א מיליאנער וואס איר אלע האט געקענט, און קיין שיחה בטילה האט ער נישט ארויסגערעדט ביים דאווענען. און ס'נישט געווען אויפאלענד, ביי אים איז עס געווען א דבר פשוט, אין שטוב רעדט מען, אין דזשאב טוט מען געשעפטן און אין ביהמ"ד דאווענט מען!

לעצטנס האט לעבן מיר געדאווענט א איד, א שיינער בעל הבית וואס איז א רחום ומוקיר רבנן ואיהו גופא וכו', ער זעצט איין איידעמער זאלן לערנען און ער שטעלט צו ברייטע קעסט, הקיצור, תורה וגדולה. דער איד האט ניטאמאל קיין בלעקבערי, ער האט א פשוטע טעלעפאון וואס "קלינגט" א גאנץ דאווענן און ער הייבט אויף אין ביהמ"ד און נא נא נו נע נא נא, אויב ס'פארלענגערט זיך דער וויכטיגער שמועס טוט ער א טובה און שפאצירט ארויס!

איז דאס נארמאל?

און מיינט נישט אז יעדער בלייבט שטיל, ביי אונזער מנין האט זיך אמאל איינער אנגערופן צום בעל הבלעקבערי זייער איידל: מאך עס כאטש ס'זאל דריזלען? און א צווייטער וואס איז געשאנקען נאך מיום הולדו מיט א געוואלדיגע סענס-אוו-הומער און כ'דארף אייך נישט זאגן א זעלטענער חן, האט אנגעהויבן סארקאסטיש אפצוחוזקן פון אים, "זאג נאר, די האסט אלעמאל אזאליכע גוטע עצות אדער נאר היינט?" "וויפיל בעטסטו א שעה פאר קאונסלינג?" וכו' וכו' וכו', אזוי אז דעם אנדערן טאג האט שוין דער בעל הטעלעפאון געשפירט אז דער עולם איז אויף זיין זייט, מ'פארשטייט אז ער האט ביזנעס און ער מוז עס ארלעדיגן טאקע אינמיטן דאווענען. רבותי כ'זאג ענק, ס'בושות, היינט גרויל איך זיך זיי צו קוקן אין פנים.

אהיימגייענדיג נאכן דאווענען האבעך געקלערט: פארוואס זעהן מיר אזוי אויס? ועלה במחשבה אולי ואולי אז ס'קומט פון אונזער נישט האבם קיין ברעקעל דרך ארץ און רעספעקט פאר אונזערע רבנים און ערליכע אידן.

ס'דא א באקאנט ווארט אויפ'ן מאמר מורא רבך כמורא שמים, האב מורא פון דיין רבי אזוי ווי ער האט יראת שמים, והדבר ידוע.

אולי האבעך געקלערט, מ'קען אפשר זאגן פארקערט אויך. מורא רבך כמורא שמים, אזוי ווי די האסט יראת שמים אזוי האסטו מורא פון דיין רבי. ווען איינער האט נישט קיין שום רעספקעט צו זיין מנהיג ומורה דרך, איז עס פשוט ווייל אקוראט די זעלבע מאס רעספעקט וואס ער האט צו זיין רבין, אזויפיל האט ער פאר כבוד שמו יתברך.

ס'איז אמת אז היינט איז א דור פון אנשי אמונה אבדו, ס'נישטא די ערליכע אידן פון אמאל, אבער אונז זעמיר אויך נישט ווי די אמאליגע. יעדער איינער וואס האט א מורה דרך און א רבי, רב צו סיי וואספארא רוחניותדיגע הנהגה העכער זיך, דארף וויסן און עס לערנען מיט די קינדער אז מ'דארף האבם רעספעקט און זיין הארכזאם צום רבין.

ס'ליידער נישט קיין סוד ווי אזוי ס'קוקט היינט אויס, יעדער איז ביזי פארוואס האט ער געטוען אזוי און געזאגט אזי, קיינעם פאלט נישט ביי אז דיין קליינער הערט יעדעס ווארט און מארגען ווען די גייסט אים זאגן אז די קויפסט נישט די נייע DVD וועגן דער רבי האט געזאגט אז ס'איז שעדליך אין א אידיש הויז, גייט ער זיך דערמאנען וואס ער האט הערשט געהערט, און וואס וועט ער טראכטן? אז דער טאטע האט געזוכט א תירוץ נישט צו קויפן, האט ער געטראפן אז וכו', ליגנער וואס ער איז!

תמים תהיה עם השם אלוקיך, אפי' די ביזט נישט דערביי, ביזט א ברייטער מענטש וואס פארשטייט יא, אבער מאך זיך פאר א תמים, ס'לוינט זיך סיי פאר דיר און סיי פאר די דורות הבאים. מעסטן א רבין'ס יראת שמים איז זיכער נישט קיין יראת שמים...

און אוודאי און אוודאי טאר מען נישט זיין קיין מטיל דופי אויף קיין תלמידי חכמים, נישט קיין חילוק פון וועליכע קרייז, צו ער איז דיינס צו נישט. און אויב מ'הערט אמאל פון א רב אדער תלמיד חכם עפעס וואס זעהט אויס נישט אזוי בשבח פון א צווייטן גדול, מיינט נאך נישט אז ס'איז הותרה הרצועה, ווילאנג ס'איז בין הגדולים וואס זענען מחדדים זה בזה בסברא וועגן אידישקייט אדער סיי וואס, שטיי אין א זייט, און ווער נישט פארברענט, הזהרו בחכמים ווייל זיי זענען הייס ווי קויל. ווען מ'האלט אן דעם את לרבות תלמידי חכמים, מ'האט רעספעקט פאר תלמידי חכמים און ערליכע אידן, האט מען אויך דעם השם אלוקיך תירא, שטייט מען אין ביהמ"ד מיט פארכט און מורא פארן הייליגן באשעפער.

---

אוי אוי, כ'האב צופיל מאריך געווען און נאכנישט גערעדט פון משה רבינו ע"ה, דער רבן של ישראל וואס ווערט מרומז די וואך אין נצח שבנצח.

כ'האב לכתחלה געקלערט עפעס צו זאגן וועגן די ענוה פון משה רבינו, אבער כ'האב געטראפן הייליגע ווערטער פון הרה"ק רבי מענדילע מוויטעבסק זי"ע וואס דעם ר"ח איז געווען זיין יארצייט, בספרו הקדוש פרי הארץ, וזל"ק:
והנה כתיב והאיש משה עניו מאד וכו' מפני שאין הענוה אמיתית אלא לבעל מדרגה באמת והוא עניו נגדו יתברך עילת העילות ובעל הכוחות כולם, משא"כ מי שהוא ריקן וכו' בלאו הכי הוא שפל אנשים ומאי רבותא בענוה? עכלה"ק.

ענוה איז ביי אונז ליידער נישט שייך, אויב מ'איז מילא א שפל שבשפלים, וואס איז אז מ'האלט זיך קליין? ווען דער מוריטשקע האלט זיך נישט גרעסער פונעם עלעפאנט איז ער א עניו?!

אבער ענוה איז פארט א עיקר אין מדות טובת, ווי דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע בספרו הקדוש מגן אברהם זאגט בכמה מקומות אז עמלק איז גימ' רם, גאוה, זיך האלטן גרויס איז דער יסוד פון עמלק. און דער קליפה פון גאוה איז אז מ'זוכט יענעם משפיל צו זיין און דורכדעם זיך גרעסער מאכן, וואקסן אויף יענעמ'ס בלוט. ס'איז א דבר מאוס מאד, די שכינה זאגט אין אני והוא יכולין לדור במדור אחד, נאר אשכון את דכא ושפל רוח, ווי ס'דא ענוה איז דא השראת השכינה.

די תוה"ק איז מעיד "ולא קם בישראל כמשה עוד"
פון ווי איז געקומען משה רבינו אז ער איז אנגעקומען אזוי הויך?
משה רבינו גלייך נאכן געבורט איז ער אוועק פון טאטענס שטוב, ער איז נתגדל געווארן ביי פרעה אין שטוב ווי ער האט געמוזט צוזעהן אן התנהגות פון א גוישער שטוב.
מ'האט אים געמסרט, דן געווען למיתה, ער איז אנטלאפען, צוטאן געהאט מיט דתן ואבירם וואס האבן אנגעדרייעט א כלל ישראל קעגן אים.

אבער ער איז אלעס בייגעקומען און אזוי האט ער אונז מקבל געווען די תורה, און דאס איז אונזער נצחי, נאר די תוה"ק, אן דעם קען מען אפי' איין רגע נישט עקזעסטירן. נאר לערנען דערין מיט מיט א רציחהדיגער קביעות!

הרה"ק השר שלום מבעלז זי"ע האט ביי זיין לעצטן שלש סעדות עלי אדמות געזאגט: "איך האב געקענט שיינע אינגעלייט וואס האבן נישט געוויסט אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין שיעור בקביעות"!

וואס האט געמיינט א שיינער אינגערמאן בימי הרה"ק מבעלז זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן בשנת תרט"ו? היינט וואלט אזא אינגערמאן זיכער גענומען קוויטליך! און אויב ער האט נישט געהאט קיין שיעור בקביעות האט ער נישט געוויסט אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט! מוראדיגע ווערטער וואס זענען אונז אלע מחייב.

א איד דארף לערנען יעדן טאג, ס'טאר אים נישט לאזן איינשלאפן אויב היינט האט ער נאכנישט געלערענט. און בדרך דרוש קען מען פארשטיין אז א איד וואס לערנט בקביעות אינדערפרי און אויפדערנאכט, איז דאך כל קבוע כמחצה על מחצה דמי, קומט דאך אויס אז ער לערנט נישט נאר א שעה דא און דארט, נאר ס'איז נחשב ווי ער האט געלערענט האלב פון די פיר און צוואנציג שעה, ער לערנט אביסל צופרי און אביסל ביינאכט, איז נחשב ווי ער האט געלערנט א האלבע נאכט און א האלבע טאג.

און פאר כ'בין מסיים. די וואך שטייט דאך קדושים תהיו כי קדוש אני, פרעגט דאך דער מדרש: קדושים תהיו, יכול כמוני? תלמוד לומר כי קדוש אני, קדושתי למעלה מקדושתכם!

א מין השגה פון א שאלה, יכול כמוני, ס'דא א הוה אמינא צו זאגן אז א בשר ודם א קרוץ מחומר זאל זיין כמוני, ווי דער הייליגער באשפער?! אונז זאג מיר ביי נשמת די אלע לשונות ווי שטארק אין אנחנו מספקים להודת לך על אחת מאלף אלפי אלפים, א מיליאן פון א מיליאנסטעל, אז די חסד פונעם רבוש"ע איז אזוי גרויס, שטעלט אייך פאר אז די קדושה איז נישט קלענער, קען מען האבן אזא הוה אמינא, כמוני גאר?

נאר א איד איז הייליג און טייער, א איד איז מצור כפיו של הקב"ה, און פארדעם ווערט ער אנגעזאגט קדושים תהיו, כמוני קען מען טאקע נישט, ס'נישט מעגליך, אויב ס'איז בקרבתם לפני השם, מ'פורבירט צו גיין צו נאנט ווערט מען פארברענט רח"ל, אבער א איד דארף זיין און ער איז פארט הייליג, אפגעהיטן און ערליך.

גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד, ווען א איד איז עוסק בתשובה קען ער אנקומען טאקע ביז דארט, גאר הויך.

ואגב דאס קאן אפשר זיין פשט אינעם מדרש פליאה (הובא בישמח משה) בשעה שנכנסו שני פולסין דנורא לחוטמיהן של נדב ואביהו האבן די מלאכי השרת געזאגט השיבינו השם אליך ונשובה.

נאר נדב ואביהו האבן געוואלט גיין צו נאנט, זיי האבן געוואלט אריינגיין דארט ווי די תורה זאגט ואל תבא בכל עת אל הקודש, נישט אלץ איז דא א שעת הכושר העכער ארויפצוגיין אין קדושה. און פארדעם איז טאקע געשען וואס ס'איז געשען, כי אש אכלה הוא. האבן די מלאכי השרת געזאגט השיבינו השם אליך ונשובה: אידן טוט תשובה, גדולה תשובה שמגעת, מיט דעם קען מען אלץ אנקומען!

זאל דער רבוש"ע העלפן, מ'זאל מיר זוכה זיין צו זיין נאנט צו השי"ת, אנן בעינן למהוי גבא מלכא קדישא, אונז ווילמיר באמת זיין נאנט צום רבוש"ע נאר דער שאור שבעיסה איז מעכב. והקב"ה משיב בראתי יצר בראתי תורה תבלין נגדו, זאלמיר נעמן דעם הימלישער געווער די תורה הקדושה און מיט דעם אפשיינדן די קוצים מחבלי הכרם. אין זכות פון משה רעיא מהימנא קדישא, וואס ווי דער ר"ן ברענגט אז יעדע דבר טוב וואס א איד טוט איז בזכותו פון משה רבינו, און רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע ערגעץ אין די חידו"ת זאגט אז דאס איז פשט פון ולא קם בישראל כמשה עוד, ווייל ווער ס'זאל נאר זיין גרעסער איז עס אויך לזכותו פון משה רבינו; זאלן מיר זיך קענען האלטן מיטן נצח שבנצח, און שוין זוכה זיין צו דערלעבן דעם "וכל הרשעה כולו כעשן תכלה כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ" מ'זאל קענען דאווענען פארן באשעפער באימה וביראה, און אויסבעטן אז ס'זאל שוין זיין והביאנו לציון עירך ברנה ולירושלים בית מקדשך בשמחת עולם, ותחזנה עינינו בשובך לציון ברחמים, אמן.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

איך האב עס אנגעהויבן לייענען. איך האלט נאך אינדערמיט אבער איך דערשטיק מיך שוין פון טרינקן...

דיינע דרשות זענען מלא תוכן און מען קען ארויס נעמען אזוי פיל.

גיימער עס פארטיגן לייענען.

א ריזן יש"כ מען ווארט מיר און מיר קוקן ארויס אויף די קומענדיגע.

נ.ב. די וואך זעהט מען קלאר אז דו רעדסט צום עולם און נישט צו דיר אליינס. אבער וואס א חילוק, די עיקר איז אז מיר האבן געהאט פון ווי זיך צו "רעטשארטשען" פאר די קומענדיגע וואך
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס לאזט זיך נישט גלייבן וויפיל תוכן ליגט אין א פשוט'ע קרעטשמע מיטגליד. יישר כח פארן אונז אנגיסן מיט עמערס גוטע ווערטער און געדאנקן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז נישטא דאס ווערטער דיר צו באדאנקן.

די וואך האסטו גענומען יעדע חלק, און אזוי שיין אויסגעשמוסט,

הערליך הערליך!!!

איך ווייס נישט פארוואס די האסט אגאנצן צייט מורא אז די האלטסט אויף מענטשען?
מיר זענען דא צו ליינען און ליינען נאך און נאך, זיך דערקוויקן און שעפן עמערס....

שפאר נישט גארנישט!!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

יוסלמאן, דיינע ווערטער זענען אויסטערליש באטעמט און רייך אין תוכן. זיי ממשיך מיט דעם ארבעט וואס מיר אלע האבן אזוי שטארק הנאה דערפון.
(בד"וו, ס'איז א כבוד פאר די משפחה אז מיר האבן אזאנס ווי דיר!)
לחיים ולברכה!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' יוסלמאן, א הערליכע דרשה.
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”