בלאט 1 פון 1

דרשה אין ציגרייטונג צים הייליגען יו"ט פסח

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 12:41 am
דורך ירא שמים
לה"ו

דער עולם ווערט געבעטען זיך צי באקוועם מאכען אויף די פלעצער, מ'בעט מ'זאל אנשטעלען די סעלפאון'ס אויף "ווייבערעיט",

יהיו לרצון אמרי פי וכו', ברשות כל הקהל הקדוש, דער עולם איז דאך פארנומען מיט די הייליגע ארבעט פין אויסרוימען ס'חמץ מחורים וסדקים מ'איז פארנומען מיט די גרויסע הכנות פאר'ן זמן חרותינו, וויל איך דא אביסעל מעורר זיין דעם ציבור אביסעלע אריינציקוקען אין די אייגען הערצעלע אין אביסעלע ציגרייטען די נשמה מיטען גוף פאר'ן הייליגען יו"ט הבא עלינו לטובה,

אזוי ווי מ'ווייסט איז דאך פסח אקעגען די מדת החסד אינעם חודש וואס די חסד לייכט אין דעם חודש וואס דער שם הוי-ה איז כסדרן, ס'איז ישמחו השמים ותגל הארץ, החודש אשר ישועות בו מקיפות, דער באשעפער'ס ליבשאפט צי אונז איז געווארען נתגלה אין דעם חודש, אין אין איין רגע האט דער באשעפער אונז אויפגעהויבען פין די ניין אין פערציג טויערען פין טומאה אין אונז דערהויבען אין די ניין אין פערציג טויערען פין קדושה, דער באשעפער האט אונז דערלויכטען מיט א גרויסען אור, מיט א געוואלדיגען ליבשאפט האט ער אונז דאן אויסגעוועלט פין אלע פעלקער אין אונז געמאכט פאר זיינע קינדערלאך,

איז אקעגען דעם דארף מיר אונז אויך עפענען אונדזער הארץ צי אונזער טאטע אין הימעל אין אויפוועקען אינזער ליבשאפט צי אים אנווארעמען אונזער הארץ צי ליב האבען אונזער טאטען אין הימעל, די ווינטער איז שוין אדורעך יעדער האט זיך זיין פעקעל, יעדעס איד מאכט מיט אין דעם ביטערען גלות, אין דער יצר פרובירט אמאל צי אפשוואכען אונזער ליבשאפט צים באשעפער דורעך אריין ברענגען אין הארצען טענות אויף די דרכי השגחה ער פרובירט צי מחמיץ זיין א אידיש הארץ אין אפשוואכען די ריינע ליבשאפט צים גרויסען באשעפער,

איז יעצט ווען עס קומט דער יו"ט פסח די צייט ווען מען האט געזעהן בגילוי די אהבה פינעם באשעפער צי אונז אהבתי אתכם אמר ה', איך האב ענק ליב זאגט דער באשעפער, עטץ זענץ מיינע קינדער אין אויף אייביג האב איך ענק ליב אין דאס וואס צימאל שלאג איך ענק איזס עס נישט ווייל כ'האב ענק נישט ליב נאר פארקערט את אשר יאהב ה' יוכיח,
איז יעצט ס'צייט צי אויסרוימען ס'חמץ פין ס'הערצעלע אין דן זיין כביכול לכף זכות אז ער ווייסט וואס ער טוט אין אז אלעס וואס פאסירט איז סוף כל סוף לטובה פאר די וועלט אדער פאר יענע וועלט, אין דורך דעם וועלמיר קענען צי קומען גרינגער צי אויפוועקען ס'הארץ בליל הסדר מיט א פייער פין ליבשאפט צי כביכול אין ווען מיר וועלען זאגען די הגדה וועט זיך ס'הארץ עפענען והיה למים, אין מ'וועל מיר זיך אויסטענה'ן מיט כביכול ביי מה נשתנה הלילה הזה פארוואס איז ס'גלות אזוי לאנג, טייכען בלוט איז שוין פארגאסען געווארען , טייכען טרערען זענען שוין גערינען ווען וועט שוין נאכאמאל לעכטיג ווערען ווען וועט שוין דיין איינציג קינד דער בני בכורי ישראל צירוק אויפגעהויבען ווערען צי זיין ריכטיגען שטאנד,

אין דער באשעפער וועט זיצען דארט אין הימעל איןו הערען ווי זיינע באליבטע קינדער פרעגען די פיר קשיות אין דער באשעפער וועט ווערען מלא רחמים אויף זיינע פארבענקטע קינדער, טייערע קינדער כ'האב פין ענק נישט פארגעסען חבו כמעט רגע עד יעבור זעם, נאך אביסעלע אין די צייט וועט שוין אנקומען אין מיר וועלען זיך ציזאמען פרייען נאך אביסעלע אין ס'וועט ענק לעכטיג ווערען אין ס'וועט שוין אייביג זיין נאר גוט,

איז טייערע אידען לאמיר זיך יעדער אפיר קוקען בקירות הלב לאמיר זיך רייניגען פין די יצר'ס פלענער, דאס וויל ער דאך ער וויל נישט אונז זאל מיר שפירען ליבשאפט צים בורא עולם ווייל דאן איז ער אין טראבעל, איז לאמיר געדענקען אהבה רבה אהבתנו ה' אלוקינו אין אז מען וועט וועט שפירען א ליבשאפט צים באשעפער וועט מען אויך ליב האבען כלל ישראל זיינע קינדער אין זיין הייליגע תורה, יהי רצון אז אונז זאלמיר אלע זוכה זיין צי שפירען דעם באשעפער'ס ליבשאפט צי אונז אין מ'זאל שוין זוכה זיין צי התגלות כבוד שמים וימלא כבוד ה' את כל הארץ וכל הרשעה כעשן תכלה, אמן.