געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג מרץ 16, 2010 1:35 pm
אקעי, רעדי סטעדי גא!
---
ס'כאפט מיר א שוידער און א שרעק, אזש די פרעש האבן זיך אריינגעווארפן אין אויבן, מיינע אברים אינגאנצן צוטרייסעלט, די הענט ווארפן זיך... און... מיין קאווע האט זיך צוגאסן אויפן קאמפיוטער קיבארד, מיינע פיס קלאפן אזוי שטארק אז די שכן קומט צולויפן שרייענדיג" זאג נאר אפשר הערט איר אויף צו האמערן און אזא שפעטער נאכט שטונדע!"
ווי נאר ער האט מיר דערזעהן איז ער שיעור נישט געפאלן און חלשות. רעב איד רעב איד!!! וואסי געשעהן?? וואס האט פאסירט?? זאל איך קאנטאקטירן ערשטע הילף?....
ששש....
------
יויש...וואס שרייבעך? מן הסתם קומט עס פון פסיכיאטרישע סטרעס אדער טראומע, אזא אנגעצויגענשאפט, די קנייטשענעס אויפן שטערן לאזן נישט נאך, די מוח ארבעט פיבערהאפטיג צו לייזן די גרויסן און שווערן פעקל, אבער זי איז צו אנגעשטרענגט צו טראכטן מיט א קלארקייט, איך פיל אזוי ווי מען האקט מיר אין קאפ מיט אייזערנע האמערס.... איך האלט עס שוין נישט אויס!!!!
העלפט'ס ראטעוועט! מעדיקס אן עי קאוד וואן! אלעס ווערט שווארץ! און אט אט איז עס געשעהן...
-----
טוב ה' לכל, ורחמיו על כל מעשיו...
יא יא די באשעפער, אונזער טאטע, איז גוט צו אלע זיינע באשעפענישן, אבער נישט נאר גוט נאר אויך מיט רחמנות!
-----
כ'פארשטיי נישט! דאס הייסט גוט? ביי דיר מיינט דאס גוט??
איך זעה נישט א וועג ארויס, די חובות וואקסן פון טאג צו טאג, די ווארט מנוחה און ישוב הדעת זענען פונלאנג נישט מער אקטועל, רעד מיך איין אז דאס איז גוט! פאר מיינע שונאים זאל דאס הייסן גוט!
-----
אקעי וואס ווילסטו רעב איד?
האסט נישט וואס צוטוהן מיט די צייט?
ווילסט מיר סתם דערנעווירן?
...ניין! איך וויל אויסדריקן מיין הכרת הטוב צום בוכ"ע פאר'ן מיך העלפן אין מיינע שווערע צייטן.
ב"ה איך האב געהא די כוח דורכצוטראגען די שווערע משא, ס'איז טאקע געווען שווער,אבער בס"ד האבעך מיר געשטארק און מאיז עס דורכגעגאנגען!
און גלייבטס מיר אז ווייניג מענטשן און מיין עלטער גייען דורך אזא שווערע צייט.
אקעי רעב איד א שיינע מעשה וואס ווילסטו פון מיר?
איך וויל דיר מיטטיילן די הצלחה פון מיין דערגרייכונג, וויאזוי איך בין געווען ביכולת צו אדורכשווימען די שטורעמישע ברויזענדע ים. ביזט גרייט? יא אדער ניין? הא?
כאפט דיך אן שטארק, פלאצן זי ביטע (זעצן זי ביטע), פיל אן דיינע לונגען מיט א טיפן לאנגזאמע פארציע פרישע פרילינג לופט און ליין גוט פאלגענדע שורות:
איי עם עי פאזיטיוו מען! איך טראכט פאזיטיוו און איך לעב פאזיטיוו.
מיין שמייכעל וועט זיך נישט אפטאהן פון מיין פנים ווען אימער, ווען איך קום אן אין ביהמ"ד וועט יעדער צוריקשמייכלען, נו זעכער כמים פנים וכו' ווען מען שטייט פארן דארסטעפ און מען הערט ווי די קינדער קריגן זיך אדער די בני בית איז נישט און די בעסטע שטימונג, ציהט מען ארויף א שמייכעל אויפן פרצוף און קאל סאלווד, ווען מען טרעפט א חבר פאטראכט מיט א פארקנייטשטע מינע אויפן פנים, ציה ארויף די שש.. שמייכעל (זייער גוט!) מוטיג איהם אז קרוב ה' לכל קוראיו, הייב אויף דיין קעלעכל צום טאטע אין הימל און מיט אן אמונה שלימה ווארף ארויף די גאנצע פעקל וואס די האסט "השלך על ה'" און זאג צום באשעפער "הייליגע טאטע, איך פארלאז מיך אויף דיר אינגאנצן, וויאזוי די וועסט מיך פירן אזוי וועל איך מיטגיין, גארנישט רירט זיך אן דיר, און איך קען גארנישט טוהן אן דיר, אויב דאס פאסירט מיט מיר האט עס זעכער א השגחה עליונה וכו'"
אקעי ביז אבער האבן מיינע פינגערס געטייפט נאן סטאפ!
העי דיר! פארוואס האבעך בכלל אנגעהויבן טייפן? גיי ווייס!
כ'קאן מיר נישט דערמאנען!
לאמיר קוקן אויפן נעגלעך (סגולה לזכרון) וויפיל נעגלעך אויפן...אזוי פיל מלאכ... און י..יא! כ'האב מיר דערמאנט!
כהאב געוואלט מאכן א גאנצע ברייטל פון מיין 400'סטע תגובה, אבער צו מיין באדויער נאכן אויספארשן אפאר פון מיינע שפיאנאזש אגענטורן וואס זענען איינגעפלאנצט און אלע פיר עקן פון איי וועלט האבן זיי מיר צו-וויסען געטאהן אז... נע! מיין טיטל וועט זעך נישט טוישן מיט נאך איין תגובה!
דערפאר וויל איך ענק מודיע זיין אז עס אינטרעסירט מיך א בוידעם, די אלע טיטלען העלפן גארניקס, די עיקר איז אז איך האב א
פאזעטיווען בליק אויף מיין 400סטע ארטיקל, ענד טו בי אנעסט, אז ביז אהער האבן מיינע פינגערס געטייפט נאן סטאפ!
איך וועל יעצט צוברענגען א טייער ווארט, וואס כקען עס נאר ארויסברענגן און ענגליש, ההמממ.. כהאב מיר יעצט דערמאנט א צווייטע גוט ווארט,
המביא דבר בשם אמרו געהערט פונעם חאצאצקער רבי'ן שליט"א: דער רשע טשארלי קריסט ימ"ש האט געקאלט די טונקעלע גאווארנאר פעטערסאן מיט א קאמפלעינט, הלמאי ער באראבעוועט געלט פונעם גאווארמענט
גאווארנאר פעטערסאן איז אינגאנצן שאקירט, ער פארשטייט נישט וואס דער טשארלי וויל פון איהם!
"קוק אהער פעטערסאן" רופט זיך אן טשארלי, "די גאווערמענט געבט דיר געלט פאר בילדונג, דאס הייסט אז מען זאל לערנען שרייבען, שפראכן, חינוך, סייענס א.ד.ג... יעצט הער מיר גוט צו, איך האב פאריגע וואך באקומען 50 טויזענט אימעיל און קיין איינער פון זיי איז נישט געווען ריכטיג געספעלט!"
(ועתה ילחכו הקהל – דא לאכט מען)
אקיצור.. א טייער ווארט אין ענגליש:
A pessimist sees the difficulty in every opportunity; an optimist sees the opportunity in every difficulty
עניוועי חברים, האטס מיר און זייטס מיר געזונט און שטארק האטס הנאה פון ענקער לעבן דורכן קוקן מיט א פאזיטיוון קוקער.
עכל"ק
אוי רבי איד, רבי איד, איר ווערט נישט מיד!
---
יעצט שטייעך און א שווערע דילעמא זאל איך ארויף לייגן דעם ארטיקל אויף אידישן וועלט אדער נישט?
אפשר מאכן פאולס?
דיין שנעלער ענטפער איז עפרישיעיטעד!
מיט דאנק פון פאראויס,
רעב יודל
Advertisement
דינסטאג מרץ 16, 2010 1:52 pm
שכח פאר די אמת'ע ווערטער, גוט אראפגעלייגט.
גראַדע אויך געהערט א גוט ווארט אויף פעסימיסטן:
...The nice part about being a pessimist is that you are constantly being either proven right or pleasantly surprised
דינסטאג מרץ 16, 2010 2:02 pm
reb yid האט געשריבן:איי עם עי פאזיטיוו מען!
אוי רבי איד ווי גוט די זאגסט.
דערמאנסט מיר פון א מעשה,
א איד איז געווען ביים דאקטאר דורכצוגיין א פעסידזער, פארן אנהייבן האט דער דאקטאר געמאכט א בלאד טעסט,
דער דאקטאר גייט ארויס פאר אפאר מינוט, ווען ער קומט צוריק אריין, דרייט זיך דער איד אינגאנצן אנגעצויגן פון איין זייט שטוב צום צווייטן.
דער דאקטאר קומט אריין און זאגט דעם איד "בי פאזעטיוו!".
דער איד וועלכע האט געהאלטן פאר א שווערע פעסידזער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, נאר רופט זיך אן פארווייטאגטערהייט:
ווי קענסטו מיר זאגן אז איך זאל זיין פאזעטיוו, דו ביסט דאך דער וואס האט מיר אנגעשראקן ווי שווער די פעסידזער איז, און די אלע סייד עפעקסט, וכו'.
זאגט דער דאקטאר: איים ווערי סארי, איך וויל מיר נישט מישן אין דיינע געפילן, נאר פריער פארן נעמן די בלוט האסטו מיר געפרעגט וואס איז דיין בלאד טייפ, זאג איך דיר ס'איז "בי פאסעטיוו".......
איי געסס ר' איד'ס איז "עי פאזעטיוו"...
מיטוואך מרץ 17, 2010 5:56 am
רעב איד איר זאגט פיין.
מיטוואך מרץ 17, 2010 9:28 am
עבדו את ה' בשמחה תמיד
מז"ט צו 400
מיטוואך מרץ 17, 2010 11:43 am
יוי האסטו מיך פארשראקן.. עניוועי. אז ביסטע גיט ביסטעדאך(וועא"מ) גיט! נישט אזוי?!?!
א געוואלדיגע שיינע זאך צי זיין א פאזיטיווע בריאה, ס'מאכט אסאך אויס אויפן טאג טעגליכן לעבן, ווי זאגט נאר יענער.. נא כ'אפארגעסן וואס ער זאגט, עניווע איזעס נישט נוגע דא,
באט יא קנוי וואט! די ביסט גיט אין פערטיג, פרעג נישט איבער אפילו...
מיטוואך מרץ 17, 2010 12:11 pm
ממעג זיך לערנען פון דיר צו זיין פאזיטיוו אין יעדן מצב!
אדאנק פארן באשרייבונג!
שבת מרץ 20, 2010 9:39 pm
אן אפטימיסט וועט אראפפאלן פונעם עמפייער סטעיט בילדינג, וואס וועט ער טראכטן??
איך האלט דערווייל ביי די פופציגסטע שטאק, דערווייל איז די רייד נאך גוט...
רבי איד דו בוסט גוט... איט אפ.. אי"ה ביז 120,000 געזונטערהייט..
שבת מרץ 20, 2010 9:42 pm
ר'איד, פיר הינדערט געלונגענע תגובות,
גיי אן ווייטער, דו האסט די אמאליגע חן.
זונטאג מאי 23, 2010 12:28 pm
די ארטיקל איז אלץ אקטועל, סאו איך ברענגעס ארויף דורך זיך באדאנקען פארן פותח האשכול.
יישר כחכם.
זונטאג מאי 23, 2010 12:35 pm
טו בי פאזעטיוו, איכער האט יא וואס צו טוהן היינט....