געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 3:52 pm
איך שיק דא אריין מיין ארטיקל לכבוד מיין ווערן א שר ארבע מאות תשעים ותשע.......
א לעזונג צו די געלע באס פראבלעם. ערנסט גערעדט
ווי עס איז באקאנט פאר אלע תושבי ברוקלין בכלל, און תושבי בארא פארק בפרט, איז דא אן ערשיינונג וואס געשעהט יעדע איינציגן טאג, צופרי אויף גאר א גרויסע פארנעם, און נאכמיטאג אויף א קלענערע פארנעם, אבער די פראבלעם איז נאך אלס דא.
די פראבלעם איז - געלע חדר באסעס.
קע"ה עס איז דא א ריזן ציבור אידישע קינדערלעך, וואס ווערן טראנספארטירט יעדן טאג אין חדר אינדערפרי, און נאכמיטאג צוריק אהיים געזונטערהייט.
דאס צו ערמעגליכן איז דא א ריזיגע פלאטע פון באסעס, און רובא דרובא פעלער איז די קאליר פון די באס געל, מיט גרינע זיצן אינעווייניג, וואס דאס טראגט די טייערסטע וואס מיר פארמאגן, אונזער צאן קדשים, צו די חדרים און מיידל שולעס, ווי זיי ווערן נתחנך על דרך התורה המסורה לנו מדור דור.
די אויפהאלט פון אזעלכע פלאטעס מיט באסעס, איז נישט קיין פשוטע זאך.
יעדע מוסד פאר זיך האט לכה"פ איין פערזאן, וואס זיין אויפגאבע איז צו האלטן סדר איבער טראנספארטאציע.
מען דארף מסדר זיין די ראוטס ווי די באסעס וועלן פארן,
מען דארף זיכער מאכן אז יעדע דרייווער קומט אריין באצייטנס,
מען דארף זיכער מאכן אז אלע באסעס לויפן כשורה,
מען דארף זיין אויפמערקזאם איבער א צייטווייליגע טויש וואס קומט צו די סדר ווי איין קינד קומט ארויף אויפן באס, צוליב דעם, וואס זיין מאמע זאל געזונט זיין, האט געהאט א בעיבי, וואס אין עטליכע דרייסיג חדשים ארום גייט ער אויך פארן אויף אזא געלע באס...
מען דארף מסדר זיין באס רבי'ס זאלן מיטפארן מיט די קליינע קינדער.
און דאס איז נאר מצד די מוסד,
די עלטערן דארפן עקסטער צאלן פאר טראנספארטאציע, וואס בדרך כלל, דרייט זיך קיינער, אבער קיינער, נישט ארויס פון די טראנספארטאציע הוצאות.
די עלטערן דארפן אראפגיין מיט דעם קינד צו א באס, און אפאר מינוט שפעטער פאר א צווייטע באס מיט א קינד וואס לערנט אין א צווייטע מוסד, וואס די צוויי מוסדות-טראנספארטאציע-פערזאנען רעכענען זיך נישט פונקטליך אויס אז זייער ראוטס זאלן שטימען.
די עלטערן לייגן ארויף די קינד אויפן באס, וויסנדיג אסאך מאל אז די קינד גייט אזוי ארומפארן און קורסירן איבער די גאסן איבער א דריי פערטל שעה, בו בזמן וואס ער וואוינט 5 גאסן אוועק פון ישיבה, אבער די ראוט האט עס אזוי אויסגעשטעלט
און מצד די כלליות'דיגע גאס,
די טרעפיק וואס באהערשט די גאסן יעדן אינדערפרי אין די פריע פארמיטאג שעות.
עס איז גארנישט קיין נאווינע, צו זעהן א בלאק מיט זעקס באסעס איינער אונטערן צווייטן, יעדע באס מיט די אייגנארטיגע שילד פון זיין מוסד, שטעלן זיך אפ אויפצופיקן די קינדערלעך, יעדע באס ביי זיין באשטימטע הויז.
אסאך מאל, האט די באס עטליכע סטאפס צו מאכן אויף איין בלאק, יעדע קינד ווארט פארנט פון זיין הויז, און מען דארף ווארטן די באס זאל קומען צו א גענצליכע אפשטעל איידער די קינד גייט ארויף אויפן גאדער, לקיים מה שכתוב וחי בהם.
און עטליכע באסעס אויף יעדע בלאק עטליכע סטאפס, נעמט א שטיק צייט...
חוץ פון די עצם פאקט אז ווען מען לייגט ארויף עטליכע הונדערט באסעס אויף א געציילטע שטח פון גאסן טוט עס אויטאמאטיש גאר שטארק פארקריפלן די טרעפיק.
איין אינדערפרי זיצנדיג אונטער א גאנצע שיירה פון געלע באסעס, איז מיר בייגעפאלן א געדאנק, וואס קען לעזן די פראבלעמען. נישט אלע אינגאנצן, אבער כאטשיג למחצה לשליש ולרביע.
עס הערט זיך מאדנע, עס האט חסרונות, אבער איך בין זיכער אז מען קען עס אויסארבעטען, און טרעפן א לעזונג צו די אלע חסרונות, און עס קען אפשר גיין...
אנשטאט דאס, אז יעדע מוסד זאל האבן זייערע באסעס, וואס די באסעס זאלן ארומפארן אויף אלע גאסן.
זאל יעדע בלאק האבן א באס....., אלע קינדער פון די בלאק גייען ארויף אויפן באס, און די באס פארט ארום צו אלע מוסדות און לאזט אראפ די קינדער און זייער אייגענע חדר.
דאס דארף האבן א גרויסע קארדינאציע צווישן די מוסדות, אבער מען האט שוין געזען קארדינאציע צווישן די מוסדות, פארגאנגענע זוממער, ווען אלע קעמפס האבן געקויפט אינאיינעם עסן, מיט פאפירענע עסצייג, מיט נאך פארשידענע זאכן, וואס מען האט געקויפט מיטן כח הרבים פאר א ביליגע פרייז. צוליב די עקאנאמיע.
אלזא, קארדינאציע צווישן די מוסדות איז נישט אויסגעשלאסן....
די הויפט מעלה דערפון איז, אז נישט אויף יעדע גאס וועט דורכפארן במשך די אינדערפרי שעות 30 באסעס, נאר אנשטאט דאס וועט דורכפארן בלויז איין באס, און אויפפיקן אלע קינדער פון די בלאק.
מען וועט דארפן ווייניגער באסעס, פשוט ווייל די סיסטעם דויערט אסאך שנעלער, ווייל נישט יעדע באס דארף אדורכפארן אזויפיל גאסן.
ווייניגער באסעס, מיינט ווייניגער טראנספארטאציע קאסטן.
א באס פון די בלאק גראד אין חדר, מיינט ווייניגער צייט זיצן קינדער אויפן באס.
עס האט נאך פארשידענע גרויסע לעכער, אבער איך בין זיכער אז די מומחים קענען עפעס אויסארבעטען.
וואס איז אייער מיינונג צום געדאנק?
Advertisement
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 3:59 pm
אלץ פיין און וואויל אויפן וועג צו חדר, אבער ווען מען גייט אהיים איז דא א מורעדיגער פראבלעם למשל 50 חדרים גייען אהיים 4:30 גייען די קינדער דארפען ווארטען און חדר לכה"פ איין שעה ביז זייער באס פון זייער גאס קומט אן, נאכן אויפפיקען אלע קינדער פון זייער גאס פון 50 חדרים פאר ער קימט אן צו זיין חדר.
לעצט פאראכטן דורך
קהת אום דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:00 pm
מיין ערשטע רעאקציע: כ'קען נישט טראכטן וויאזוי ס'וועט אויסזעהן ווען קינדער פון צוויי מוסדות פארן אויף איין באס...
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:06 pm
מיר דאכט זיך אז איך האב שוין אמאל געליינט אזא סארט געדאנק ערגעץ, אפשר אויף חדשות אנ"ש היידפארק ע"ה?
אלנפאלס, מזל טוב צו דיין הערשאפט פון 499.
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:07 pm
עס איז בכלל נישט אזוי פשוט, דו פארגעסט די צווייטע זייט פון די מטבע,
די מוסדות זענען נישט אויף איין בלאק און מען דארף פונקט אזוי פארן פון איין עק צום צווייטן צו די מוסדות.
והא ראיה ביים אהיימקומען איז דא די זעלבע פראבלעם, און דעמאלטס איז לכאורה לויט דיין אויסשטעל, אלע קינדער קומען פון איין בלאק און דער באס דרייווער טראגט צו פארשידענע פלעצער,
אין איין ווארט עס טוישט נישט גארנישט, (און אין א געוויסע זין נאך אסאך ארגער)
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:07 pm
סאדע,
עסי דיר נישט בייגעפאלן אז ווען דו עסט זיין אויף א בלאק פון א סקול/חדר און די עסט פונקט דארפן דארט זיין ווען אלע 100 באסעס ברויכן
נאר אראפלייגן נאר
אפאר קינדער...,
און איין מינוט דו עסט אויך דארפן אדורך פארן נאך אפאר גאסן וואו עס זענען סטאנציאנירט א מוסד און דעי באסעס וועלן ווייטער דארט זיין...
שמערי בערי האט געשריבן:מיין ערשטע רעאקציע: כ'קען נישט טראכטן וויאזוי ס'וועט אויסזעהן ווען קינדער פון צוויי מוסדות פארן אויף איין באס...
בערי לאמיר נישט פארגעסן מ'שמועסט פון שכנים...
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:09 pm
און נאך א חסרון אז אויפן וועג אהין צו חדר וועלן אפאר קינדער פון די כיתה אנקימען איין שעה פאר די איבעריגע קינדער קומען אן (און סגייט דארט זיין ששון און קלאס וד"ל) ווייל זיי גייען האבען די ערשטע סטאפ און אנדערע קינדער האבען די לעצטע סטאפ משא"כ היינט קומט אן די כיתה די זעלבע צייט יעדער איינער.
לעצט פאראכטן דורך
קהת אום דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:25 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:14 pm
מזל טוב פארן ווערן א שר וואטעווער...
דיין עצה איז גוט, אבער קהת האט א גוטע קשי'... מ'דארף אביסל ארומארבייטן מיט דעם געדאנק... (איך גלייב אז דאס קען שפארן אסאאאך הוצאות אויך...)
מיין עצה איז, מ'זאל פעינטן די באססעס גרין פונדרויסן, און מאכן די סיט'ס געיל...
נו, וואס זאגסטו דערצו?
_________
וויפיל איז די שיעור אריינצוהאקן???
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:36 pm
סאיז נישט צופיל קיין נפק"מ, ווייל ביז יעצט פלעגט די באס ארומפארן אויפנעמען קינדער אין די גאנצע שטאט און זיך אפשטעלן ביי איין בלאק ביים ת"ת, יעצט וועט די באס זיך אפשטעלן אויפנעמען קינדער ביי איין בלאק, און נאכדעם ארומפארן אין די גאנצע שטאט אראפלייגן די קינדער ביי די ת"ת בנינים.
נא, וואס שפארסטו איין?
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:38 pm
אלף בית האט געשריבן:סאיז נישט צופיל קיין נפק"מ, ווייל ביז יעצט פלעגט די באס ארומפארן אויפנעמען קינדער אין די גאנצע שטאט און זיך אפשטעלן ביי איין בלאק ביים ת"ת, יעצט וועט די באס זיך אפשטעלן אויפנעמען קינדער ביי איין בלאק, און נאכדעם ארומפארן אין די גאנצע שטאט אראפלייגן די קינדער ביי די ת"ת בנינים.
נא, וואס שפארסטו איין?
די שפארסט דיך איין זאך אז די באס גייט נישט סטאפען אכט מאל אויף איין גאס
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:43 pm
און מיינע אויגן קוקט עס נישט אויס ווי עס קען ארבעטן
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:43 pm
ער טענהט נאר וועגען די טרעפיק צופרי,
מיין עצה איז שטיי אויף אביסעל פריער העסטו זיך נישט אזוי דארפען יאגן צו דער איירבעט... די האסט גארנישט געטראכט וועגען די אהיימפארן פראבלעם, ווייל דעמאלטס יאגסטו דיך שוין נישט.
פון מיין זייט זעה איך נישט קיין פראבלעם אין די טרעפיק חלק, מיך פרזענדליך באדערט די קולי קולות וואס זיי מאכן יעדען צופרי. זיי ווארפען מיך ארויס פון בעט
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 4:52 pm
קראצער האט געשריבן:ער טענהט נאר וועגען די טרעפיק צופרי,
מיין עצה איז שטיי אויף אביסעל פריער העסטו זיך נישט אזוי דארפען יאגן צו דער איירבעט... די האסט גארנישט געטראכט וועגען די אהיימפארן פראבלעם, ווייל דעמאלטס יאגסטו דיך שוין נישט.
פון מיין זייט זעה איך נישט קיין פראבלעם אין די טרעפיק חלק, מיך פרזענדליך באדערט די קולי קולות וואס זיי מאכן יעדען צופרי. זיי ווארפען מיך ארויס פון בעט
דו אליין שרייבסט דאך:
קראצער האט געשריבן:מיין עצה איז שטיי אויף אביסעל פריער העסטו זיך נישט אזוי וגו'
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 5:00 pm
פליגל האט געשריבן:קראצער האט געשריבן:ער טענהט נאר וועגען די טרעפיק צופרי,
מיין עצה איז שטיי אויף אביסעל פריער העסטו זיך נישט אזוי דארפען יאגן צו דער איירבעט... די האסט גארנישט געטראכט וועגען די אהיימפארן פראבלעם, ווייל דעמאלטס יאגסטו דיך שוין נישט.
פון מיין זייט זעה איך נישט קיין פראבלעם אין די טרעפיק חלק, מיך פרזענדליך באדערט די קולי קולות וואס זיי מאכן יעדען צופרי. זיי ווארפען מיך ארויס פון בעט
דו אליין שרייבסט דאך:
קראצער האט געשריבן:מיין עצה איז שטיי אויף אביסעל פריער העסטו זיך נישט אזוי וגו'
טאטע שיק מיר הויזן.
לייען: מיין עצה (פאר דיר) איז וגו'
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 5:26 pm
אז דער סאדא באטל וויל שוין אריינברענגען אלע מוסדות אונטער איין קאאליציע צו ארבעטן צוזאמען, פארוואס זאלן נישט אלע מוסדות דינגען איין בנין, אדער מערערע בנינים, און איינטיילן אלע קינדער פון אלע מוסדות לויט די קלאסן, לדוגמא אין דעם ווייט סטריט בילדינג זאלן זיין אלע כיתה ד' פון אלע מוסדות, וועט דער באס נישט דארפן ארומפארן פון מוסד צו מוסד, און אז ס'איז שוין ממילא אין איין בנין קען מען זיך שפארן געלט דורכן ניצן דעם זעלבן קעכער פאר פרישטאג, און ס'איז דאך שוין א שאד אויפצוהאלטן עקסטערע מלמדים און מנהלים... וכו' וכו'...
הקיצור, ס'וועט קיינמאל נישט פאסירן...
וואס ס'וועט האפענטליך יא פאסירן, אז דו וועסט שרייבן נאך געשמאקע ארטיקלען און ווערן א שר חמש מאות...
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 5:47 pm
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 5:52 pm
ארבעט נישט
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 6:07 pm
סורי.
נאך א פרווו. (דאס איז א קליפ פון יוטיוב, יונגעלייט מיטן מעלאדיע פון ביטלס)
http://***************/watch?v=xR5Q-FffltM
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 6:41 pm
ארבעט נאכאלץ נישט
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 6:52 pm
מ'וועט דארפן האבן אסאך מער באסעס, פאר יעדע בלאק א באס.
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 6:55 pm
קענסט קאפיען די לינק אין אנשטאט די סטארס לייג אריין ***********, ס'גייט אבער סיי ווי נישט דורך ביי רוב עולם,
(ס'איז די אלטע ווידיא פין יואלי לעבאוויטש)
אין חוץ דעם איז דא א תקנה נישט ארויף צו לייגן לינקס פין יו טוב.
כ'געדענק נישט וועלכע אשכול
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 6:58 pm
סאדע, מיין נישט אז מיט דעם האסטו זיך געפאטערט פון א ארטיקל לכבוד'ן ווערן א שר חמש מאות...
וואטש אוט!! דיין נעקסטע תגובה...
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:30 pm
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צורעדן צו איינעם דערוועגן (אפשר גאר סאדע באטל) ווען מיר זענען ביידע געזיצן און טרעפיק אונטער די געלע/גרינע באסעס.
עס איז געווען א גוטע הצאה פאר חודש אדר, מיין ערשטע ריאקציע איז געווען: עקאנאמיע. שטעל דיך פאר ווען איבער הונדרעט אינגעלייט זעען זיך אן א פרנסה? ווייל עס איז נישט אמת (עכ"פ און ווילי) אז מען וועט ברויכן האבן מער באסעס.
אהה שיעור פארגעסן, מזל טוב צו דיין שר.
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 9:01 pm
אייוועלט שטעלט אריין די *** אנשטאט יעדע יו-טוב לינק!
דאנערשטאג מרץ 11, 2010 9:31 pm
שוין אויך אמאל געטראכט פון אזא איידיע אבער עס איז זייער שווער צו גלייבען אז עס וועט אמאל עפעס ווערען דערפון,
אבער וואס איך פארשטיי נישט איז פארוואס דארף די באס סטאפען ממש ביי יעדע טיר עקסטער? מ'קען אמעל זעהן ווי א באס שטעלט זיך אפ צווי מאל אויף די זעלבע בלאק אפגערוקט בלויז דריי היייזער! עס איז נישט קיין גוזמה! משוגה מטארא!
אמת ס'איז טאקע נאר ביי די קלענערע קינדער אבער פארוואס קענען נישט אלע מאמעס ווארטען ביי איין קארנער אין פיניש? איך ווייס די מאמעס ווילען נישט הערן פון אזא זאך ווייל זיי איז בעסער אז ווען זיי הערען שוין די באס פייפען הערשט דאן שנעל אראפלויפען אלע זיבען שטאק אין דערנאך וואקען שטייט צום באס אין זיכער מאכען צו רעדען מיט די באס רבי א מינוט צוויי אויפען חשבון פון יאגעדיגע דרייווער,
ווי איז די יושר? פארוואס זאלען דרייווערס דארפען ווארטען אויף א גאס צען מינוט ווייל די מוסדות ווילען געבען דאר טו דאר סערוויס?
זאלען אלע באסעס פארען נאר אויף די עוויניואס אין אפנעמען די קינדער פון קארנערס,
סא פאני?