Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אז תשביתו איז ספרינג קלינינג-איז טאקע פייסאח דער יאנטעב!

שבת מרץ 06, 2010 8:23 pm

בקיצור!

מיר האלטן שוין ענדליך דא! מיר זענען אנגעקומען, ברוך שהחיינו וקיימנו והיגיענו...

די מגילה איז שוין ענדליך פארפאקט אין טשיינע קלאזעט אונטער שלאס און ריגל, די שאלאח מאנעס שוין אפגעשיקט, די ערהאלטענע פונעם שכן'טע שוין אין מיסט קאסטן, די פארשטעלאכטץ שוין פארשטעקט אינעם ד' על ד'דיגן קלאזעט וואס דארף דינען אלס סטאריזש, די פורים איז שוין לאנג פארגעסן געווארן גענוי ווי די פאריג-וואכיגע שניי, זי האט א מקום מנוחה נכונה שוין געפונען, ביז איבער'ס יאר.

און דער חודש אשר נהפך ווערט שוין אט אט צוריק נתהפך משמחה לתוגה, מששון ליגון, מחדוה לאנחה...

וואסיז? וואס איז דער קרעכצעניש? וואס איז דער געוויין, וואס איז דער דרוקעניש? ס'הייסט! פייסאח איז עראונד די קארנער, דער לוח דערציילט שוין פונעם אט-אנקומענדיגן יאנטעב הממשמש ובא, דער טיק טאק פונעם זייגער זינגט שוין דעם פסח טאן, די גאנצע אטמאספערע קלינגט שוין די פרי-פסח'דיגן מעלאדיע.

איז דאך פסח דירעקט א זמן חירותינו, א שמחה'דיגע זאך, א באפרייטע צייט, וואס באפרייט און דערפרייט. מוז אבער א פרייהייט קומען נאך א ענגשאפט, נאך א קנעכטשאפט, אבער ווי וואס ווען? אין די גאלדענע אמעריקא, די מדינה של חסד, ווי קען מען דארט זיין פארקנעכטעוועט?

און אזוי שפאצירן מיר אריין אין איינס פון די מאדעלן פון א זעלבסט פארכאפטע טורמע, אזא אייגן-פאבריצירטע תפיסה ווי מיר וועלן וויילן די קומענדיגע פאר וואכן, ווילאנג דער פייסעך וועט אויף אונז אויסשפרייטן זיינע פליגל און אונז פון דעם באפרייען.

אינעם סאמען ברען פונעם עבודת הפרך זכר לוימררו-האבן מיר זיך אזוי שטילערהייט אריינגעשלייכט אנדעם וואס איינער זאל אונז אפילו באמערקן, מחמת יעדן'ס פארטיפטפעניש אינעם ארבעט, אט איז א שטיקל בילד: די מורפי איז דארט פון די קרואי מועד, סאפט סקראב די אנשי שם, איזי אף פארנעמט דעם מזרח, און נאך פארשידענע שאר ירקות מינים ממינים שונים דרייען זיך ארום פראנק און פריי, זיי פילן אן די פאליצעס, די פאדלאגעס, און וואס-נישט. און שטייען נישט מיט פארלייגטע הענט. א נענטערע בליק מערקט תיכף זייער היימישקייט, מיט נישט קיין איינגעהאלטענע חוצפה באלבאטעווען זיי אויף'ן גאנצן ארום, זיי זענען איצט אין קאנטראל פונעם דירה קטנה'לע, זיי לאזן זיך אין וועג, און ווי זיי גייען לאזן זיי נאך זייער דערקוטשענדע ריח, זיי לאזן זייערע פינגער אפדרוקן ווי זיי לייגן א האנט...

זיי גייען נישט אליין, זיי האבן באגלייטערס וואס פירן זיי אויף טריט און שריט. אזוינע בעלעגאלעס ספעציעל געדונגן פאר די צוועק. אט זענען זיי: די בערשטלעך מיט די שיין פארקעמטע פלאסטישע הערעלעך, זייערע ציינדלעך אויסגעשפיצט, די מעסערלעך פארשארפט, די שמאטעס פריש איינגעקויפטע, די וואקיום מאשין שטייט דארט אין שפיץ ווי א מלך, מיט זיין הדרת פנים'דיגן געזיכט, ער איז נארוואס אהיימגעקומען פונעם מעכאניקער פארראכטן גרייט אריינצונאגן אלעס וואס אונטער אים וועט זיך פארוואלגערן, בעזעמס מאפ'ס שאוולען...און אלע קלאפערגעצייג ליגן אזוי פארווארפן אין אלע ד' כנפות הבית. זיי האבן זיך מיט א סדר געשטעלט אויף זייערע פאזיציעס, און זענען קאמפסגרייט, זיי זענען גרייט זיך צו שלאגן מיט די געפערליכסטע, מיט די ערגסטע באנדיטן, נעמליך:שמוץ שטויב,קלעב, אה! און אויך די ברעקלעך, די גארניש'עס, די וואס באדרויען דעם גאנצן פסח אונטערצוברענגן...דאס יאר איינמאל פאר אלעמאל וועט מען זיי פארטוליגן, און פארטרייבן מיט אלע שווארץ יאר.

און די ארכיטעקט, די מעסטערמיינד פון דאס אלעס, אה! פרעג בעסער נישט...

זי-ווי א געשולטע מלחמה "מאן" איי אין דרכו של אשה, איז דאך פסח עפעס מיט פרעה א מחותן ווי ער האט מהפך געוועהן עבודת אנשים לנשים, איא? יא שטימט. זי האט שוין איינגעהאנדלט אפאר טעיפס פון פונקטליכע אנווייזונגען אלעס און ארום דעם א.ג.כאמעץ.. אביסל דענקט זי נאך פון אונטער די מאמע'ס פארטוך אויך, נאך א היבש ביסל וואס זי וועט נאך נאשן פון די שכן פון די אנדערע זייט גאס, און נאך א טראפקי איז זי דאך אליין'ס א בר הכי און א נפלא'דיגן בעלת מחדשת.. זי איז שוין מיט די וואיס לעסאנס פארטיג, די קול איז שוין אנגעדרייט אויף א הויכען מעידשאר טאון, מען וועט דאך ברויכן פארטרייבן די וואס וועלן די ארבעט שטערן. אירע אויגן אנגעשפיצט צו מערקן דעם שונא און זייער באהעלטענישן, אלעס איז פאר איהר יעצט גלוי וידוע.

ניין דאס איז נישט קיין פרישע מלחמה, זי פלאנירט שוין חדשים, זי זיצט מיט סטראטעגיסטן אויפן טעלעפאון וואכן, מיט א פונקטליכן טיים-פלען, א דעטאלירטן מאפע פון אלע קלאזעטן שטיבער און בוידעמעס, א שטאב מיט מיטהעלפערס, פון פוילן און דעם שכינות'דיגן מעקסיקא האט זי שוין פארשאאפט. אלזא! זי איז פארפאנצערט מיט די נויטיגע שוץ מיטלען, אנגעגארטעלט מיט מוט, אויפגעריסטעט מיט געווער, און מיט א שטאלצע זיכערקייט מאכט זי איר וועג צווישן די אלע מאשינערי און ארטילערי, און זי איז מנצח על מלאכת...

ס'ערשט געט מען זיך א לאז צו די קינדער צימער-די פאדלאגעס, די ווענט, די דאך, עד מקום שידה מגעת, אויפן דאך אונטערן דאך אינעם פענסטער, און נאכמאמאל, און מען האט געכאפט דעם טאטער א שמוצעלע וואס קען גרינג פארטוישט ווערן אויף דעם שעדליכן חמץ האט זיך אפגעפונען נאך לאנגע זוכענישן, און דאס ווי פרישע אויל אויף הייסע אייזן גיבט דאס חשק ווייטער און ווייטער צו הארעווען-אט האלט מען שוין ביי די סאמע שרעקליכסטע מקום מקלט פאר די ברעקעלעעך און דאס איז-יא-די ווענט. אה דער רא"ש האט דאך שוין וועגן דעם פארפירט, מען האט דאך ווייט אוועק אין קיך געבאקן כאלע, איז דאך אולי פארקלעפט געווארן א ווייצעלע אויפן וואנט, ווען דאס וואלט געוועהן דער פראבלעם, וואלט דאך די צרה נישט אזוי גרויס געוועהן, נא רוקט זיך ספאנטאניש צו די לייטערל און יאלא געגאנען ארויף און אראפ, און נאכאלץ נישט פארטיג....

אה! ווי שיין עס שפיגלט שוין, עס איז שוין כמעט נישט קענטליך אז מען האט אמאל דא געפעינט, עס שיילט זיך די הויט פון די וואנט חצוף, און די פיקסטשור דארט הויעך חא חא ער מיינט טאקע אז פון אים וועט מען פארגעסן, ווארט נאר ווארט, פאר דיר איז אויך דא די נויטיגע מיטלען. מיר האבן געדולד און צייייט! בקיצור אזוי ריקט מען זיך פון איין מקום שאין מכניסין צום צווייטן, מען וואשט מען ווישט מען שטויבט מען גלאנצט, און אט האלט מען דריי וואכן פאר פסח, אלע טוי'ס זענען שפיגל ניי, אלע בוקס ווי קיינמאל גענוצט, אלע שמאנצעס אוועקגעווארפן, די שמות בעג שוין פארפולט, די קיך פארשלאסן, און מען האלט נאך אין ערגעץ נישט, יוש-הערט זיך טאג איין און אויס-דאס יאר קומען מיר נישט אן..איך ווייס נישט וואס דא העט זיין...ווייל די צווייטע קעבינעט לינקס פונעם מילכיגן סינק איז נאך א שטיק חמץ...עס וואקסט דארט ברויט מיט ראללס...אוי וויי-ווי גיבט מען זיך אנייצע.

ניין! דאס איז דאך מיין גויט'ע, איך נוץ דאך איר שוין זינט סוכות אויף דעם ארויף, וואס העל איך יעצט טון אן איהר, איך העל דאך נישט אנקומען, די גאנצע הויז איז דאך חמץ'דיג, סדאך א הימלדיגער-וויי געשריי, סארא חוצפה, סעט דאך קיין פייסח דא נישט ווערן, וואס טוט מען,..פונקט ווען איך דארף זיי אזוי נייטיג קען איך זיי נישט האבן,.

און דא אינדערמיט פון די גאנצע סאמאטוכע, אינדערמיט פון די גאנצע מהפכה, הערט זיך א געשריי, א טומל א געפילדער: יא די תפיסה וועכטער, די הויפט סעקיוריטי פערסאנאל זענען אלאמירט געווארן, די סירענעס אינעם הויפטקווארטיר האבן זיך אקטיוויזירט, וואס איז, די קליינווארג האבן זיך א רוק געטאן, דאס געהינדל האבן זיך א לאז געטאן אריין אין....שטוב, אוי וויי, וויי, זיי אנטלויפן? זיי נעמען זיך פרייהייט? אוי דאס איז דאך דחיקת הקץ. א גאולה פאר די צייט, אויף דעם האט מען דאך אונז אזוי אנגעזאגט....דאס איז דאך א חורבן, זיי זענען ווידערשפעניגן אינעם גזירת הגלות, ווייסן זיי דען נישט די ביטערע קאנסעקווענצן?....

און........א כאר: יאנקעלע גיי נישט דארט, מלכה'לע דיין פוס שלעפט חמץ, ברוך'ל אז דו אטעמסט דא פארשווערסטו די פראצעדור. גיי נישט, שטיי נישט, שפיל נישט, טרעט נישט, רוק נישט, גיי אין האל, שטיי גלייך, אאו"ו... און די שעפעלעך, נעבעך... זיי ווייסן נישט וואס יא, ווי יא, ווען וועט דאס זיין, אוי ווען וועט דאס זיין...און אין קעפעל זינגט זיך אונטער דעם אני מאמין-אוי-עם כל זה אחכה לו בכל יום, מיר האלטן דאס מער נישט אויס, ווען לייזטו אונז שוין אויס, ווען וועט אונזער מאמע שוין אויסטון די שטרענגע טורמע קליידער, ווען וועט זי שוין צו אונזער פיין צוקוקן, און זיך אויף אונז מרחם זיין, ווען וועט אירע מאמע געפילן איר צוריק באהערשן? ווען וועט שוין דער שרעקליכער פסח דא לאנדן, עס איז דאך פחד פחדים, כלו כל הקיצין..און מתי אבא ואראה.

פארוואס פארוואנדלען דעם פסח אין פעססויווער, פארוואס תשביתו פארטוישן אין ספרינג קלינינג, פארוואס די רואיגקייט פארשטעלן מיט א געמאכטע נערוועזיטעט, פארוואס אזוינע הערליכע מצוות הבורא פארשווארצן, אזוינע ריינע געבאטן פאשמוצן, פארוואס נאכגיין א נאכגייעניש, און פארדרייט ווערן פון א פארדרייעניש, און אודאי "אויב שמוץ איז חמץ"-דאן איז-"פייסאח א יאנטעב!".

אוודאי איז זויבערקייט, ריינקייט, נקיות, ציכטיג, ריין-אידישע ווערטער, רוב דערפון געפונט מען ניטאמאל אין קיין גויישע וועטערביכער, אוודאי איז דאס די חן פון א אידישע שטוב אז עס איז לעכטיג און שמעקעדיג, דארף מען אבער אין אויסטויש צאלן אזא טייערע פרייז? אנגעצויגן, פאריאגט, פארפלאגט, פארשווערט, פארשריגן....

אוודאי דארף מען אויסרוימען, און טאקע גוט אויסרוימען די חמץ פון שטוב, ועל זה בא לנו אזהרה מפורש בתורה: אך ביום הראשון תשביתו שאר מבתיכם. און אז מען האט צוויי האלבע כזיתים אין אנדערע עקן פון שטוב וואס קען צוזאמגעברענגט ווערן און זיין ראוי לאכילה האבן חז"ל חושש געוועהן שמא יבא לאכלו, דארף מען דאס טאקע בודק זיין, אור לי"ד לאור הנר שיפה לבדיקה, און אז איז דא אין א טאש א שטיק פרעצעל וואס איז שייך א יבא לאכלו דארף מען דאס אויך בודק זיין, די חמץ'דיגע טעפ פארקויפן לנכרי-זעכער, די פריזער אלע חלות ארויסנעמען און פארברענען כדברי ר' יהודא לאחר שש שעות, - אבער די ברעקלעך שממילא בטלו, די פיצינקע חמץ שטויבעלעך? מאן דכר שמי', חמץ איז במשהו אסור צו עסן מדרבנן, אבער איז דען דא א חיוב בדיקה אויף א משהו? יא! די מלאכים פון קשר"ק איז אויף די קאך ווי מען וועט עסן, די טיש אויף וואס מען וועט עסן, די פרידשידער ווי מען וועט האלטן דאס עסן, אבער מכדי כלפי לייא?!!!

[ידעתי אז אסאך איז שוין אויף די נושא געשריבן געווארן, דאס איז מיינע פאר ווערטער-זיך ארויסגעכאפט אינמיטן די שווערע עבודה פון זעהן די עבודה, דאס פארשריבן,און איך לויף שנעל צוריק...ווייל!]

Advertisement

שבת מרץ 06, 2010 8:37 pm

שוין געקאפיט יעצט גיי מיר זוכן ווי עס ערשט צו פעיסטען,
געוואלדיג גיט אראפגעלייגט,

זונטאג מרץ 07, 2010 9:41 am

א_ווי זאגט נאר משה קאפויער...? אבי קאפויער!!! אמת ויציב יעדעס ווארט, גוט ארויסגעברענגט.

זונטאג מרץ 07, 2010 11:37 am

מיטגעשאקלט ביי יעדע ווארט, אויסער ביי די לעצטע פאראגראף. איך האב אויך געמיינט (און וואלט געקענט באשטיין) אז בדיקת חמץ זאל זיין נאר אויף כזיתים, אבער אנפרענדיג מיין דיין שליט"א האט ער מיר געזאגט אז מען דארף קלאר אויפזוכן אפילו א משהו חמץ!

(אדרבה, הלואי זאלט איר מיר ברענגן פונקטליכע מראי מקומות דערויף)

זונטאג מרץ 07, 2010 12:32 pm

רב קרעמער איך האב אמאל שווער געארבעט ארויס צו קומען קלאר דערמיט, למעשה בין איך נאכאלץ צומישט דערין, אבער אזויפיל יא איך בין ארויס געקומען קלאר, אז עס איז נישט קלאר אז מען דארף בודק זיין פאר א משהו, די בעטסט מראי מקומות איך טריי זיך צו דערמאנען עפעס ליגט מיר אין קאפ די שועה"ר סימן תל"ג אין די הערה אויב איך געדענק גיט איז עס ערגעץ אין די כ' סעיפים, און נאך און נאך צוווארפן אין גאנץ הלכות פסח, א מג"א דא א ט"ז דארט וכו', אויב איך וועל האבן צייט וועל איך פראבירן אפיר זיכן אויב איך האב עפעס פארשריבן.

זונטאג מרץ 07, 2010 2:25 pm

יישר כח למפרע, ר' למעלה משבעים.

זונטאג מרץ 07, 2010 4:05 pm

ס'געווען א געשמאק צי ליינען דיינע ווערטער, איך האב מיך ממש געפילט אין די מיטן פין די מפכה!

זייער שיין א גרויסן שכוח. ;l;p-

זונטאג מרץ 07, 2010 5:00 pm

פריילי, א-חוץ דעם וואס דיין שריפט איז אויסערגעווענליך זאפטיג און זיס, האסטו נאך א מעלה און דיין באזיס און דאס איז צו קענען שרייבן א קעפל!
דיינע קעפלעך אויף דיינע ארטיקלן זענען אויסטעליש גוט, די לייגסט אריין דיין גאנצע ארטיקל און די פאר ווערטער פונעם קעפל, ווייניג דא קענען דאס,

זונטאג מרץ 07, 2010 8:27 pm

קרעמער האט געשריבן:מיטגעשאקלט ביי יעדע ווארט, אויסער ביי די לעצטע פאראגראף. איך האב אויך געמיינט (און וואלט געקענט באשטיין) אז בדיקת חמץ זאל זיין נאר אויף כזיתים, אבער אנפרענדיג מיין דיין שליט"א האט ער מיר געזאגט אז מען דארף קלאר אויפזוכן אפילו א משהו חמץ!

(אדרבה, הלואי זאלט איר מיר ברענגן פונקטליכע מראי מקומות דערויף)


כבוד הרב קרעמער ובני קהלתו, וחכמי הקרעטשמע,

איך ווייס נישט ווער אייער דיין איז, און אלס דע במקום גדולים אל תעמוד, וויל איך חס ושלום מיר נישט אריינשטעקן מיין קעפעלע צווישן די הויכע ריזן, און מעכטיגע פעלזן, וויל איך אבער דאך ברענגן עטוואס דעקונג צו מיין שטעלונג, און אדרבה כדרכו של תורה-זה בונה וזה סותר,

די עצם ענין ארום די חובת הבדיקה אויף פחות מכשיעור, אדער אויף פירורין, איז פון די שווערסטע הלכות און זייער קאמפליצירט, און ארויס האבן די זאך לארכו, לרחבו, און לעומקו, איז זייער שווער, מען דארף די סוגי' גוט אדורכלערנען און דורכטוהן, אנהייב פסחים, אלע שיטות הראשונים דערביי, מחלוקת'ן עד אין מספר, און נאכדעם און שולחן ערוך ונושאי כליהם, מיט די אחרונים וגדולי הפוסקים, און נאכדעם ערשט כאפט דאס צומישעניש, כמה קולמוסין זענען שוין אויף דעם צובראכן געווארן, און די סוגי' איז אין די בחינה פון "הל' אכסנאי" אום חנוכה, וואס מען קריכט קיינמאל נישט ארויס דערפון, און "הל' בן עיר ובן כרך" אום פורים וואס טיילט די זעלבע גורל-הצד השווה שבהן עס איז מאד מסובך,פשוטו כמשמעו פארצווייגט,

דאך אבער וויל איך א צוויי דריי מראה מקומות אהערשטעלן, און קורצן: פסחים דף ו' ע"ב, פירורין ממילא בטלו, בפשטות קאי על חובת הביטול, ולא מיירי שם מחובת בדיקה, ועל זה קאמר בג' דהם ממילא בטלו, מחמת אי חשיבותם, ולא צריכין לדין ביטול עליהם-ולכאורה דחובת הבדיקה דהוא משום שמא יבא לאכלו בפסח, [עי' רש"י ותוספ' ריש דף ב' ע"א] שייך אפילו אפרורין, וכ"כ להדיא בחיי אדם כלל קיט סו בשם הריא"ז בשלטי גבורים, און אזוי נעמט די רדב"ז ח"א סי' קל"ה אן, און דער פרי חדש גייט אויך מיט דעם בשיטת הר"ן אז די פירורין זענען קיינמאל נישט נפטר געווארן מחובת הבדיקה,

קומט אבער דער משנה ברורה אין סימן תל"ג אין שערי ציון סקל"ג צו גיין און ער טענה'ט אז אויף די ברעקלעך איז נישט שייך קיין חיוב בדיקה אויך נישט, אזוי אויך דער הייליגער תניא אין רב שולחן ערוך תמ"ב סכ"ח, און אין קונטרס אחרון סקי"ח טענה'ט אזוי בדעת הרא"ש, און דאס אלעס איז אויסער די שיטות וואס האלטן בכלל אז חיוב הבדיקה האבן חז"ל נאר מחייב געוועהן אויף א שיעור כזית, [נישט דער שו"ע הרב-אין סעיף כ"א, און אין קו"א סימן תמ"ו סק"א באריכות-וע"ע במג"א תמ"ב ס"ק י"ב, (ועיין עוד ביאור הגר"א תמ"ב)...

כלל העולה בקיצור נמרץ איז אז עס קוקט אויס ווי א ריזן מחלוקת הפוסקים, און איז נישט פון די זייער קלארע זאכן, אסאך אסאך אחרונים, האבן אנגענומען ווי די משנה ברורה ושו"ע הרב, אז עס איז כלל נישט דא קיין חיוב בדיקה אויף פירורין, ווייניגער ווי א כזית יא, כמבואר ברב באריכות, אבער נישט אויף פירורין....גראדע דער משנה ברורה ברענגט אראפ דעם בית יוסף בשם הרא"ש דישראל קדושים אז מען קראצט די ווענט, זעהט אבער אויס אז מען רעדט פון אנגעקלעבטע מעל, נישט סתם שמוץ.....און אזוי האט הגרש"ז אויערבאך גע'פסק'נט לגבי ספרים למשל, אז מען ברויך זיי נישט פסח'דיג מאכן, ביי ספרים גראדע האט ער א זייטיגע ספרים דלא שייך שמא יבא לאכלו ווייל די ברעקלעך זענען מאוס, ועוד אז עס וועט קיינעם נישט בייפאלן אריינצונעמען א שטיק ברעקל-ווארום עס קען דאך זיין א ווערעמעל...

דער חזון איש כידוע האט יא שטארק שטארק מחמיר געוועהן, און ער שרייבט אין הלכות פסח סימן קט"ז ס"ק י"ח, זיין באקאנטער אויסדרוק "ונראה" וואס דאס כידוע איז געווענליך זיינס א חידוש-שרייבט ער: הלכך חייבין לבדוק את הספרים, משום חשש פירורין, אף שאין בהם כזית עכ"ל...און ס'איז וואויל באקאנט די גרויסע עבודה ביים בית חזון איש ביי בדיקת הספרים, וואס מען האט געפלאנט צו נוצן אום פסח האט מען מדפדף געוועהן דף אחר דף, און וואס נישט האט מען פארקויפט פאר'ן ערל מיט א מחיצה עשרה...אבער איז כנראה א ריזן חומרא, וגדולים וטובים לא חששו לזה...

דאס איז בקיצור מאד מאד נמרץ, ולהוי ידוע: די זאך האט אסאך מחלוקת'ן, ס'דא אסאך סתירות אין שו"ע הרב אויך, דער ערוך השלחן האט זיך זיין גאנג, פארשידענע סתירות בדברי החזו"א, בסימן קט"ז, נישט קלאר צו ער איז מחייב אלס חובת בדיקה צו אלס מחיצה....אין גר"א איז דא פארשידענע חילוקים, איין חילוק מאכט ער בין פירורים יבישים ללחים, און אין מעשה רב פון די אנדערע זייט שטייט קלאר אז דער גר"א האט אלעס בודק געוועהן פון פירורים כולל די ספרים אויך, ס'דא א שפת אמת בגמרא דף ו'. וואס איז גאר מסופק דערין ער ברענגט זיך ראיות לכאן ולכאן,אין חת"ס בדף מ"ה איז דא א משמעות להיתר,! מען דארף אסאך לערנען ארויסצוהאבן די סוגי' ואדרבה איך בין גרייט,

וזאל לדעת אבער: די ענין פון חומרות אום פסח וואס מיר ווייסן, און מיר זענען אזוי אנגעזאגט געווארן, איש על מחנהו, ועל דגלו, האט קלאר "נאר" געהאט צוטאן מיט'ן עצם פסח, וואס מדרבנן איז חמץ אסור במשהו, און חמץ זייענדיג א לא בדילי מינייהו אגאנץ יאר [תוס'] פארשווערט דאס די זהירות שכרוך אין דעם,

ד.ה. אז דו גייסט מיט א טיש-כאלעטל פון א גאנץ יאר ווי עס ווייקט זיך אין כאלע אין פיש יוך, איז דאס א ריזן פראבלעם ביים מצה טאש, אזוי אויך אז די רעביצין גייט מיט א אנצוג וואס זי פארזוכט קאקאש טארטן דורכאויס'ן יאר לאזט דאס נישט קאכן קיין פאלשע פיש אום פסח--פאר פסח איז פיל בעסער ווייל דאן איז דא ביטול, און אויף לח בלח איז נישט דא קיין חוזר וניעור...וכולי,

און פארדעם זענען צושטאנד געקומען די "חומרות" אום פסח, אין פרעמישלאן זענען די קעץ געגאנען מיט זאקן, און אין ליסקא האט מען גע'הרגעט מענטשן, וכולי וכולי, והדברים עתיקים, ופשוטים למבין. און אויף דעם איז אויך ידוע די מכתב פונעם ליסקא'ר אודות חומרותיו של הישמח משה, ואין להאריך!

דאס איז בקיצור אויף וואס כ'האב באזירט מיין שטעלונג,....ואדרבה נא להעמידינו על האמת אם שגיתי!!

זונטאג מרץ 07, 2010 9:52 pm

שיינע זאך פון דיר אהערצושטעלן אזא בירור, וועלן מיר פרובירן אנפרעגן אן אנדערן דיין דערוועגן און האפנטליך באקומען א מילדערן פסק.

זונטאג מרץ 07, 2010 10:36 pm

זייער שיין הרב פריילעכערהייט, אין א געוויסן זין קען איך זאגן ברוך המחזיר אבידה די אלע זאכן האבן מיר געהאט דורך געטון און.... פארגעסן...
איך וועל צולייגן אין נקודה וואס איך האב זיך דערמאנט זעענדיג דיינע שורות, לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ איז ארויסגעקומען א חילוק צווישן פירורים המושלכים לארץ וואס א מענטש איז עס נישט מחשיב, און אין דעם ליגט פארשטייט זיך אויב עס איז מאוס, די זאכן זענען בטלי ממילא, און צווישן א גלוסקא יפה לדוגמא, וואס דאס אפילו עס קען ווערן אנגעריפן פירור אבער האט עס א חשיבות און מען זאגט נישט אויף דעם ממילא בטלי. און דאכט זיך מיר איך האב ערגעץ געזען אז דאס איז די סיבה פארוואס די חזון איש האט אזוי מחמיר געווען אויף ספרים ווייל ביי א ספר איז עס נישט מאוס, און עס מאכט זיך אמאל וואס מען זעט א ברעקל און נישט וועלענדיג כאפט מען עס אריין אין מויל.

און לגבי דאס וואס די האסט געפרעגט/געזאגט אז דאס וואס עס שטייט פירורין ממילא בטלי רעדט זיך לגבי ביעור, אויב איך געדענק גוט איז ארויסגעקומען פון דעם שועה"ר אז די כלל איז דאך אז דארט ווי די תורה האט מחייב געווען ביעור האבן חז"ל מחייב געווען בדיקה, און ווי עס איז נישטא קיין ביעור איז נישטא קיין בדיקה, וממילא אויב פירורין ממילא בטלי און עס איז נישטא ביי דעם קיין חיוב ביעור, איז נישטא ביי דעם קיין חיוב בדיקה.

(הרב קרעמער, איך זע שוין איך גיי זיך נישט נעמען די צייט איבער צו גיין דעם סוגיא איך וועל נאר פראבירן כאפן א בליק אויב איך האב עפעס אפגעטייפט אויף דעם סוגיא, ווייל אפילו יעצט שרייבענדיג הייב איך שוין אן צו פלאנטערן און וואס איך האב געשריבן צו עס שטימט יא צו נישט (ווי הרב פריילעך זאגט אז עס איז דא סתירות אין רב אליין, און איך דערמאן זיך די פלאגעניש צו פארענפערן די סתירות, אבער ליידער ליידער האב איך שוין פארגעסן צו איך האב עפעס געטראפן אדער ארויס געקומען מיט א קלארן מהלך), און איך האב נישט צופיל איבעריגע צייט, אולי יחוס דורך פסח וועל איך האבן איבעריג צייט, וועל איך אפשר צוריק קומען.)

און נאך א ווארט צו אייך הרב פריילעך איך גיי אויס פאר דיין קלארן כתב, האלט אן זיי אונז מחיה מיט נאך און נאך סחורה.

מאנטאג מרץ 08, 2010 3:09 pm

אז תלחחו, ווען פריילי שרייבט, לאכט מען!!!

מאנטאג מרץ 08, 2010 4:53 pm

נאכנישט געהאט די צייט צו ליינען דעם ארטיקל, אבער די בילדער זענען זיכער גוט...

משה, נאדיר ;l;p-

צום ארטיקל וועלמער שוין צוריק קומען בעז"ה...

מאנטאג מרץ 08, 2010 8:26 pm

העי מושי!!

ווער האט דיך דא אריינגעלאזט מיט דיין פאטאגראף מאשינקע...

מיטוואך מרץ 10, 2010 2:36 pm

ערשט אנגעקומען צו ליינען

הער פריילינג
דיינע ווערטער זיינען פערל, צו קושן יעדן זאץ.. מיטן אמאליגן געשמאק, רייכע אויסדרוקן, א שטייגער ווי מנחם מנדל בשעתו.. און א שמוץ אריבער.
אויך זעה איך האסטו אריינגשמירט פיינע הומאר, פאר טשערי אן טאפ..

מיר האבן פיין הנאה געהאט.

מאנטאג אפריל 19, 2010 11:21 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן:און פארדעם זענען צושטאנד געקומען די "חומרות" אום פסח, אין פרעמישלאן זענען די קעץ געגאנען מיט זאקן, און אין ליסקא האט מען גע'הרגעט מענטשן, וכולי וכולי, והדברים עתיקים, ופשוטים למבין. און אויף דעם איז אויך ידוע די מכתב פונעם ליסקא'ר אודות חומרותיו של הישמח משה, ואין להאריך!
כפי ידיעתי האט מען אין פרעמישלאן אן געטוהן זאקן פאר די הינער,
אין ליסקא ועוד האט מען נישט געגעסען קיין מצה נאר די כזיתים בליל הסדר,
אין קאמינקא איז מען ליל בדיקת חמץ נישט געשלאפן אויף א בעט,
הרה"ק מ'ווארקא-אטוואצק מנו"כ בטבריה האט בכלל געהאט חומרות, גדרים וסייגים במאכלים ובפרט בפסח.
שרייב א תגובה

Advertisement