רעכטס לינקס אונטן וסימנך רל"א

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

רעכטס לינקס אונטן וסימנך רל"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אן אקטועלע טעמע.

היינט ביים רעדל אין א געוויסע קאר אין א געוויסע גאס אין א געוויסע שטאט אין א געוויסע וועלט (נישט ריעל עסטעיט), ווען בענדיט בריעה האט זיך געוואלט אריינדרייען לינקס פון זיין קליין - איין ריכטונג=וואן וועי - געסל ביז אריין צו די גרויסע גאס, דאס איז אזא ברייטע שאסיי וואס פארמאגט טראפיק אויף ביידע ריכטונגען, דאס הייסט אהין און אהער. דאס איז א גאס וואס איז פונאנדערגעטיילט מיט א דאפלטע געילע ליניע, דאס איז א גאס וואס קינדער כאפן דארט פעטש פארן וועלן אליינס אריבערגיין, א גאס וואס געלע באסעס פארקן שיעף, א גאס וואס מען האט לעצטענס פריש איבערגעפלאסטערט מיט שווארצע קוילן צודריקט מיט די מאסיווע ראללינג טרעקלעך, א גאס וואס געפונט זיך ביי די ברעגעס נעבן וואסער און לויפט אויף צפון דרום דירעקציע.

בענדיט בריעה האט נארוואס געזיפט א שלוק פון זיין פרישע קאווע וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט פאר א גוטן פרייז ביי קאפפע אן בעדפארד, ער וואלט שוין מוותר געווען אויף די שטארקע ברי וואס האט פאסירט צו זיין געשליפן צונגל ווען נישט דאס וואס פונקט רופט אים יעצט זיין יוגנט פריינט פון לאנדאן, די צונג טוט אים וויי ער שרייט און שעלט מיט טאם דיק'ס לאזונגען, קיינער הערט אים דאך סייווי נישט דא אין קאר סאו קען ער טון וואס ער וויל. ער שעלט דעם קאווע ערפינדער, ער שעלט דעם האט-קאפ ערצייגער, ער שעלט דעם גאס בעדפארד וואס על שמו הייסט דער רעסטאראנט, ער שעלט דעם טאג וואס ער איז געבוירן געווארן, פון גרויס אויפרעגעניש פארגעסט ער צו שעלטן דעם הייס-וואסער ערפינדער.

די טעלעפאן לאזט נישט נאך, נישט לאנג צוריק האט ער דירעקט אנגעשטעלט עס זאל לאזן קלינגען גאנצע 9 מאל דירעקט פאר אזעלכע פעלער. בענדיט בריעה שפירט זיך שוין עטוואס רואיגער, ער האט שוין געענדיגט שעלטן, נאך די עטליכע מינוט פון דעם טעלעפאן געשפרעך וועט דער קאווע שוין זיין מילדער אביסל, נישט אזוי הייס, האפנטליך וועט ער זיך דעמאלטס נוקם זיין אין די קאווע וואס האט אים אזוי ארויגענומען פון די כלים, נאר ער מוז נאך טראכטן מיט וואס.

- האללאו, הייבט ער אויף מיט א אפיציעלע שטימע, כאילו ער קוקט נישט אויף די קאללער איידי.

- העללא אגיטן, דא רעדט ירחמיאל ירוחם , וואס מאכסטו עפעס בריעה'לע (בלשון חיבה) ? איך האב דיך געוואלט רופן שוין יענע וואך אבער מיין מומע האט געמאכט א קידוש סאו איך בין געווען עי ליטטל אקיופייד.

- אהה דיין מומע? מזל טוב, מיינע מומעס מאכן נישט קיין קידושים, און ווען יא בין איך געווענליך מער פריי ווייל מיין ווייב באקט דעמאלס קעיקס.
עניוועי, וואס מאכסטו עפעס גוטס רחי-רוחי (ווי מען האט אים גערופן אין ישיבה) ? ווייסט דער פארשאלטענער קאווע, אך פעך, כ'אב מיך געפערליך אפגעבריהט מיין צונג ממש פאר דו האסט מיך גערופן. אין ישיבה איז די וואסער קיינמאל נישט געווען אזוי הייס, ווייסט? איי איי איי די גוטע צייטן פון ישיבה, געדענקסט נאך פריעד? איי איז ער גוט געווען. איך מוז מיך נוקם זיין אין די קאווע מיט עפעס, זאגט בריעה'לע - דערביי נעמענדיג דעם שאל קאווע אין האנט אריין, קוקנדיג האלבוועגס צי ער קען זיך שוין אריינדרייען צו די לינקע זייט - חאחאחא נעווער מיינד איך רעד שטותים מיט לאקשן.

- כ'אב אן עצה! זאגט רחי-רוחי, ווארט אפאר מינוט אזויווי איך טו ביז עס קיל..........
פפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפיייייייפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפ..................... פפפפפפפפפפפפפפפפיייייייייייייייייפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפ................... טטטטטטררררררר ........םםםםםםםםםםםםםם.......... פפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפיייייייייייייייייייייייייייייייייפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפפ.............

די רעדל דרייט זיך אויף אלע ריכטונגען........ אויסצומיידן א צוזאמענשטויס מיט דעם אנלויפנדן האממער H2, דאס אליין איז נאכנישט אזוי געפערליך ווי זיך אנצוהייבן מיט דעם שחור באצירט מיט א ווייסן העמד ווען ער קוועלט פאר נחת ווי זיין בומבאקס צאלט זיך אים אויס מיט יעדן קאפ וואס ריכטעט צו זיין רייכן אויטא. בענדיט בריעה איז צומישט ער ווייסט נאכנישט צי ער זאל דרוקן דעם גאז און זיך פלינק אריינכאפן אינעם ליניע וואס פארט לינקס, צי איז בעסער אז ער זאל דרוקן דעם אפשטעלער ברעיק און ער זאל בלייבן טאקע שטיין אינדערמיט פון דער ליניע וואס פארט צו זיין רעכטס. די פייפערייען וואס דארט האט זיך אפגעטון וועט ער שוין אראפשלינגען, ער האפט נאר אז רחי רוחי האט נישט אויפגעכאפט וואס דא איז פארגעקומען. ער ווערט הייס, נאך הייסער פון די ברי פון די קאווע, די שוויץ קומט אים ארויף, די קריטישע מיליסעקונדעס מאכן דא אויס זייער זייער פול.

דער קריזיס איז געלויבט צו גאט אריבער בשלום, ווען דער שחור פון זיין רעכטער זייט האט עס באצייטנס געברענגט צו אן אפשטעל, זיין קאר האט זיך האסטיג געשאקלט עטליכע סעקונדען אהין און אהער אזויווי די עכטע האממערס. די שווארצינקע אין די זייט האט זיך צושריגן מיט באנומענע קולות ענליך צו אירע שלום בית טענער וואס זי האט געזען ביים טאטן. דער אנדערער פון די לינקע זייט איז צו מזל געווען א פיורטא ריקאנער (דערווייל איז ער נאך דא) T&L דרייווער, א שווארצע לינקאלן באצירט מיט געילע סטיקערס וואס האט פונקט געענדיגט א טריפ א האלבע גאס פריער, אזוי אז צו מזל האט ער זיך נישט געיאגט און געברענגט דעם קאר צו א גענצליכן אפשטעל הארט בעפארן אריינשמייסן. די קינדער וואס דארט האט זיך אפגעטון פארדינט א באזונדערן באשרייבונג.

און יא, בריעה האט געהאט א פולקאמע נקמה, נעמליך דער קאווע האט זיך ארויסגעגליטשט פון זיין האנט און געפלאסן נאטורליך אויף אראפ, אויף זיין העמד זיין הויזן זיין שיך זיין זאקן און אפילו אויף זיין שיינע לעדער פון זיין זיץ. בענדיט בריעה איז שוין רואיגער, געשאלטן האט ער שוין, א נקמה האט ער שוין אויכעט עררייכט. דער ברי האט זיך אויסגעצאלט.



כדי דאס צו פארהיטן אין דער צוקונפט איז וויכטיג צו נעמען אין קענטעניס און זיך לערנען פון בריעה'ס פעלער. ניין נישט די אפגעבריטע צונג און נישט דער הייסער קאווע, און מיט א געוויסער זין אויך נישט דער טעלעפאן געשפרעך אינמיטן פירן א קאר. נאר זיין פארנאכלעסיגטע קאנצענטרירונג ביים זיך דרייען לינקס צו א טו-וועי סטריס האט דאס פאראורזאכט, ער האט געקוקט צוליב זיין געוואוינהייט נאר אויף די לינקע זייט זיכער צו מאכן אז קיינער שטויסט אים נישט אן בעת דעם דריי זעלבסט, אבער ער האט פארפעלט צו באאבאכטן דעם רעכטן זייט אויך, דאס הייסט דער ליניע צו ווי ער ציהלט זיך אריינצודרייען, ביז דער האממער פון דער רעכטער זייט האט אים שיער געגרייכט.

איז אלזא,
1) אויף וועלכער זייט קוקט איר קודם ? רעכטס אדער לינקס?
2) און פארוואס?
3) וועלכער איז ריכטיגער אדער וויכטיגער ?





מישנדיג אין די אלטע ארכיוון, זעה איך האט מען דאך געמאכט אזא אינטערעסאנטער זאך אז מ'קען זעהן ווער ס'אט געשריבען די לעצטע אין דעם אשכול, דאס ארבייט אזוי מיט די טעכנאלאגאדיע וואס איז אזוי פארגעשריטהען אין די היינטיגע צייטען אזווי ווי לאמיר זאגען די קאר, מען זעצט זיך אריין און מען דארף גארנישט טון! עס פארט פון זיך! איך רעד שוין נישט פון די באקוועמטע זיצען, די סיעטס רופט מען העס דא. אמאל האט מען געוואלט פארען, העט מען געברויכט אויפשטייגן אויף א אלטן וואגען מיט א הארטע שטיקעל האלץ זיך אנידערצוזעצן. יא יא דאס איז היינט.. איר ווייסטעך.. מען מאכט מער און מער זאכן שיינע בענקעלעך שיינע טישן, דאס זענען די כעוורע וואס מאכן, איר ווייסט דאך.

הקיצור זעה איך דארט צודערזייט זייער ווינציג מאל מיין נאמען דערמאנט, דאס מיינט אז תמיד איז דא עמיצער וואס יאוועט זיך אפצוענטפערן מיינס א תגובה. איז דאס א מעלה אז ווייניג מאל בלייב איך מיט די צונג אינדרויסן? אדער איז דאס א חיסרון אז קעמאט שטענדיג האט מען מיר וואס אריינצוזאגן?




לעולם ינקוט אדם לשון חכמים. תא שמע שיתסר מרסנא קאפינא וסימנך שמ"ק
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ווי אזוי איז נאר יאנאש'ס חתימה?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שוועמל, ביזט דאך געוואלדיג.
און אז דיין נאמען שטייט קיינמאל נישט צום לעצט, איז עס - לדעתי לדעתי - א גוטן סימן, אז דו פארמאגסט דעם טאלאנט אז די שמועס זאל זיך קענען ציען ווייטער.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יאנאש:
א פריוואטע טובה, טויש דיין חתימה.


איך הער:
סאררי, כ'אב דיך נישט געמיינט צו מצער זיין ח"ו. ביטע ליין נישט אויב עס שטערט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

טוישן חתימה, אמער??

שוועמעל, איינס און א מעכטיגס, באמת קען מען גיין וויטער מיטן געדאנק אבער עס איז נישט פאר איצט.
און לגבי דיין צווייטע פוינט, בין איך מיטן משקה אויף איין זייט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

WWWWWWWWWWWWWOOOOOOOOOOOOOOOWWWWWWWWWWWWWWWWW דאס איז ארויסגעקומען פון אונזער נעכטיגע וויכוח נאכן לערנען? אנבעליבעוועל, אזא הערליכע מאנסע איז פראדוצירט געווארן.

חבירים, כ'וויל אייך מודיע זיין א אז דער עיקר אשכול איז געפענט געווארן נאך א שמועס צווישן מיר און שוועמלען וועלכע זייט מ'דארף ערשט באבאכטן בשעת מ'דרייט זיך ארויס פון א געסל אריין אין א גאס וואס האט א צוויי געלע ליניעס אינדערמיט, צו דער זייט איז געבוירן געווארן א בריעה'לע מיט א רוחי, אבער אייגענטליך איז דא זאכן וואס מענטשן טוען אינסטינקט ניטאמאל טראכטענדיג וואס מ'טוהט, און אז מ'קלערט אריין דארף מען אויפמישן טיפע קעמערלעך אין מוח צו דערגיין דעם פאקטישן גאנג וויאזוי מ'פירט זיך, ס'דערמאנט מיר א מאנסע יענקל מויזקאפ איז א איד וואס זיין חתימת זקן גרייכן ביז די לענדן, האט איהם אמאל א בדחן ביי א חתונה געפרעגט, זאגט נאר יענקל, וואו האלט איר דעם בארדע בשעת איר שלאפט? אויף די דעקע אדער אונטער די דעקע? אויב אונטער שטערט דאס אייך? יענקל האט באמת נישט געוואוסט וואס צו ענפערן, למאנסע עטליכע וואכן שפעטער טרעפט איהם דער בדחן, יענקל דרייט זיך ארום ווי א שאטן בלאס מיט פארלאשענע אויגן, אויף די פראגע פון דעם בדחן, וואס האט פאסירט? ענפערט איהם יענקל זאלט איר וויסן זיין אז זינט איר האט מיר געפרעגט די שאלע וואו מיין דיוקנא קדישא טרעפט א מקום מנוח בשעת איך ציה מיך אויס אויפן געלעגער, שלאף איך שוין נישט ביינאכט, איך לייג דעם בארד אויף די דעקע איז עס אומבאקוועם אונטער די דעקע קראצט עס מיר די האלז, אראפ מיט די דעקע איז ווייטער נישט קיין סעלושאן, כ'מיין מ'קען דאך נישט פרירן, דער לענדלארד געט נאר הייצונג אויף 60 די גראד, אקיצער כ'שלאף נישט קיין נעכט. די זעלבע זאך ביז היינט האט איר בכלל נישט געוואוסט אויף וועלכע זייט איר באציהט זיך ערשט בשעת'ן מאכן א לעפט טורן צו א טו וועי סטריט, פון היינט און ווייטער האף איך אז קיינע עקסידענט זאלן נישט פאסירן פשוט פון די נערוון וואו מ'דארף קודם קוקען.

איצט לעצם הענין האלט איך בפירוש אז מ'דארף קודם קוקן אויף די רעכטע זייט, אלזא כעל עס פרובירן מסביר צו זיין, ווען איר יאוועט זיך ארויסצוגיין פון סיי ווי צו אנאנדער גאס, וואס איר האט בעפאר געברויכט מאכן א פול סטאפ, נעמט געווענדליך עטליכע מינוטין ביז ווילאנג מ'איז צוריק אין פולן שוואונג, אלזא אויב קומט אן אויטא פון די לינקע זייט, לאמיר זאגן אז ער פאר אויף 50 מייל א שעה, און ער איז א פערטל מייל ווייטער פון דיר, האסטו מער צייט ארויסצופארן ווי א קאר אויף די רעכטע זייט וואס זאל אויך פארן 50 מייל פער שעה, און ער זאל זיין א פערטל מייל ווייטער ווי דיר, ממילא, קודם קוק אויף די רעכטע זייט, אויב דארט איז אוקיי, דאן קוק אויף די לינקע זייט, נאך א מעלה האט עס, ווייל די דיסטענס פון דיינע אויגן ווען דו קומסט אן צום סטאפ סיין, זעהט אוטעמאטיש עטוואס מער אויף דיין לינקע זייט, מ'שטיינס געזאגט דאס איז נענטער צו דיין אויג, ממילא ווען דו קוקסט אויף די רעכטע זייט, איז שוין די לינקע זייט האלבוועגס אבזערווירט געווארן, אלזא אויב איז קלין אויף די רעכטע זייט דאן ויסעו.

דאס איז מיין אפיניון, כ'ווייס נישט צו כאב עס גענוג גוט ארויסגעברענגט פון מחשבה לידי כתיבה, אבער דאס איז די מערסטע וואס שייך געווען אין די איצטיגע מאמענטן, אולי דורך פלפול חבירים וועט עס בעסער נתחדד ווערן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם וויצלעך אנגעפולטן ארטיקל, הגם איך זוך נאך פירושים אויף עטליכע אויסדרוקן און וסימנך'ס.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שוועמעל, איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקעל,

איך געדענק מיין חבר האט באמת געהאט בערך אזא מעשה,אבער דארט האט זיך עס נישט אזוי גיט גענדיגט, ווען ער האט איינמאל מידערהייט געדרייוט א נארוואס גערענטע קאר און נאכן איינקויפן א ווארעמע קאפי האט ער זיך אריינגעזעצט און ויסעו, פליצלינג האט ער געכאפט א שאקל (ער ווייסט נישט וויאזוי) און די קאפי האט זיך מיטאמאל געטראפען דאס פלאץ אויף זיין הויזן, העמעד, זאקען, און ווי נישט, ער האט זיך געוואלט שנעל ארענטירן און מסדר זיין די זאך, ווען פליצלנג .....טראך..באם..... אריין געזעצט אין א "נישט-פארקן" שילד, און עס אויך מיטגעשלעפט מיט זיך, און אזוי געפלויגן אן אויפהער ביז ער איז געווארן אפגעשטעלט דירך די וואנט פון א גרויסן בנין, א באקאנטע מיידל שולע ביי אינז, בדרך נס איז ער ארויס אימבאשעדיגט,
פארוואס זאג איך איך דאס ? ווייל איך וויל איר זאלט וויסן, און אויך ווייל שוועמעל האט דערציילט א ענליכע מאסע,

אה, און פאר איך פארגעס, שוועמעל, איך האב אזוי געוארט אויף דיין חתימה, ב"ה ס'איז דא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

שוועמל:

גוט, גוט, דו קענסט יא... נו, נו, מהיום והלאה ערווארטן מיר שוין מער פון דיר...

בנוגע דיין באשרייבונג איז איז אזוי:
דיינע ווערטער, לויט ווי דו שילדערסט דאס, איז מיר אביסל אומפארשטענדליך, והא לך לשון קדשך:

בענדיט בריעה איז צומישט ער ווייסט נאכנישט צי ער זאל דרוקן דעם גאז און זיך פלינק אריינכאפן אינעם ליניע וואס פארט לינקס, צי איז בעסער אז ער זאל דרוקן דעם אפשטעלער ברעיק און ער זאל בלייבן טאקע שטיין אינדערמיט פון דער ליניע וואס פארט צו זיין רעכטס...

...דער קריזיס איז געלויבט צו גאט אריבער בשלום, ווען דער שחור פון זיין רעכטער זייט האט עס באצייטנס געברענגט צו אן אפשטעל, זיין קאר האט זיך האסטיג געשאקלט עטליכע סעקונדען אהין און אהער אזויווי די עכטע האממערס. די שווארצינקע אין די זייט האט זיך צושריגן מיט באנומענע קולות ענליך צו אירע שלום בית טענער וואס זי האט געזען ביים טאטן. דער אנדערער פון די לינקע זייט איז צו מזל געווען א פיורטא ריקאנער (דערווייל איז ער נאך דא) T&L דרייווער, א שווארצע לינקאלן באצירט מיט געילע סטיקערס וואס האט פונקט געענדיגט א טריפ א האלבע גאס פריער, אזוי אז צו מזל האט ער זיך נישט געיאגט און געברענגט דעם קאר צו א גענצליכן אפשטעל הארט בעפארן אריינשמייסן. די קינדער וואס דארט האט זיך אפגעטון פארדינט א באזונדערן באשרייבונג.


ס'טייטש בענדיטל האט געוואלט מאכן א לעפט טורן אדער א רייט טורן?

פארוואס פרעג איך? ווייל דעם דרייווערס רעכטע זייט דאס איז דאך דער לעפט טורן, טא אויב אזוי שטומט מיר עפעס נישט פונקטליך די אויבנדערמאנטע ווערטער דיינע. איינמאל באצייכנסטו די לינקע זייט אלס די לינקע לעין, און א צווייט מאל אלס דער רעכטע לעין וועלכע איז די לינקע זייט פונעם דרייווער?

בנוגע דיין אנפראגע ווי מען דארף קודם קוקן:
כ'מיין אז מען דארף קודם קוקן אויף די רעכטע זייט פונעם דרייווער'ס זייט (פי' דער לינקער לעין צו וואו אהין מען וויל מאכן דעם טורן), דערנאך לינקס פונעם דרייווער'ס זייט, דערנאך שנעל א בליק טוהן צוריק אויף רעכטס, און ויסעו... הערשט דאן קענסטו מאכן דיין לעפט טורן.

בנוגע דיין צווייטע חקירה:
דיינע ווערטער זענען דאך תמיד אזוי זיס, אז תמיד יאוועט זיך איינער מעיר צו זיין דערויף. אשכולות וואס קיינער קימערט נישט צו דיינע ווערטער, איז פשט אז דיין הערה'לע איז אומאינטערסאנט...
נישט אזוי?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכפעפער האט געשריבן:ס'טייטש בענדיטל האט געוואלט מאכן א לעפט טורן אדער א רייט טורן?

פארוואס פרעג איך? ווייל דעם דרייווערס רעכטע זייט דאס איז דאך דער לעפט טורן,



???? אפשר זאגסטו איבער דיינע ווערטער אין פלעין אידיש, זיין רעכטע זייט איז די לעפט טורן? אתממההה, זיין רעכטע זייט איז א רייט טורן.

נישט אזוי?

צווייטענס שערקויעך פארן ארויסברענגן בעסער מיין אנטווארט.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך ווייס נישט ווי מען דארף קוקען פריער, אבער די פאקט איז (אפשר נאר ביי סאכדעס און ביי מיר) אז מען זעהט קודם די לינקע זייט, דערנאך קוקט מען אויף די רעכטע זייט, און אזויווי זארעכ זאגט, דארף מען נאכדעם נאכאמאל געבן א בליק אויף ביידע זייטן.

אבער דער עיקר איז אז מען זאל מאכן סיגנעלס.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

נאכאמאל, ווען דו מאכסט א לעפט טורן, איז פשט אז די קארס וועלכע קומען צו פארן אין דעם דיירעקשאן וואו דו ווילסטעך איינדרייען, קומען צו פארן פון דיין רעכטס. נישט אזוי? וואס אזוי שווער צו פארשטיין?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אפשר יאוועט זיך איינער און לייגט ארויף אזא דיאגראם מיט פונקטליכע סימנים פון וואס מ'רעדט, אזוי ווי להבדיל אלף אלפי נפתליס ביי אן עקסידעט ריפארט פאר די אינשורענס קאמפאני?
An article a day keeps the babies away
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דאס וואס סאכדעס און טרי טיימס או זאגן, אז ס'קוקט זיך קודם אויף לינקס, איך בין מסופק דערין. פארוואס? געווענדליך דער שטח אויף די רעכטע זייט פונעם דרייווער, איז אפענער צום דרייווערס אויג מער ווי די לינקע זייט, און כמובן אבזערווט די אויג בעסער א שטיקל ווייטערער און ברייטערער שטח ווי דאס וואס איז נאנט און אביסל פארשטעלט. ודו"ק.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכ, כאב געכאפט דיין נקודה, למאנסע רעדט שוועמל פון א לעפט טורן דארט ווי דער רעכטע זייט קומט מען צו פארן אזוי ווי דו זאגסט טאקען.

מאשקע, דו ביסט געווען ביי די עקסידענט פון ראובן און שמעון? :wink:
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

און טאמער יא, וויל מיך דער דיין רופן אלס עדות? כ'מיין צו זאגן, דער דיין האט זיך דאך שוין געיאוועט און ארויסגעגעבן דעם פסק, וואס וועט צונוץ קומען מיין עדות'שאפט?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קודם איז עס נאר געווען באגב, סארי פאר'ן נישט זאגן פאראויס

שנית, סתם פאר אונטערסאנטקייט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

סאכדעס, נו דאס וואס איך פרעג אים אן, דעם שוועמלען. וואס פשט וואס ער שרייבט:

בענדיט בריעה איז צומישט ער ווייסט נאכנישט צי ער זאל דרוקן דעם גאז און זיך פלינק אריינכאפן אינעם ליניע וואס פארט לינקס ד.מ. צו זיין רעכטס?, צי איז בעסער אז ער זאל דרוקן דעם אפשטעלער ברעיק און ער זאל בלייבן טאקע שטיין אינדערמיט פון דער ליניע וואס פארט צו זיין רעכטס... ד.מ. ווידער, וואס פארט צו זיין רעכטס, איז דאך דאס היינו הך?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שכוייח גדול פארן זיך מעמיק זיין אין מיינע סוגיות, דאס איז בלויז איינע פון מיינע ראשונים (באלד קומט די אחרונים מיינע..)

עס איז דא א צווייטע גירסא וואס לייגט צו א ווארט און מיט דעם ווערט דיין קשיא ווערדלאז. אט הערט:
בענדיט בריעה איז צומישט ער ווייסט נאכנישט צי ער זאל דרוקן דעם גאז און זיך פלינק אריינכאפן אינעם ליניע וואס פארט "צו זיין" לינקס [ד"ה לינקס נאך פאר ער מאכט דעם לעפט טורן], צי איז בעסער אז ער זאל דרוקן דעם אפשטעלער ברעיק און ער זאל בלייבן טאקע שטיין אינדערמיט פון דער ליניע וואס פארט צו זיין רעכטס... [ד.מ. וואס פארט צו זיין רעכטס].
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

כ'מיין אז לויט א טייל ראשונים, ברויך מען אויף נאך אפאר ערטער מגיה זיין די גירסא הישינה...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זארעכ,

הע העהע, מגיה זיין ?! מה כל הרעש?
אין די גמרא אליינס דארף מען אויך מגיה זיין ....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: רעכטס לינקס אונטן וסימנך רל"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

@שוועמל אז די ביסט נאך יא דא פונעם אלטן דור פארוואס קומט שוין נישט היינט אזעלכע סחורה ?
שוועמל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2007 1:08 am
הקיצור זעה איך דארט צודערזייט זייער ווינציג מאל מיין נאמען דערמאנט, דאס מיינט אז תמיד איז דא עמיצער וואס יאוועט זיך אפצוענטפערן מיינס א תגובה. איז דאס א מעלה אז ווייניג מאל בלייב איך מיט די צונג אינדרויסן? אדער איז דאס א חיסרון אז קעמאט שטענדיג האט מען מיר וואס אריינצוזאגן?
אינאיינוועגס האב איך דיר אויך צוגענומען די לעצטע ווארט
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”