מאנטאג ינואר 11, 2010 1:04 pm
היינט צופרי האט געלאנדעט אין מיין אימעיל קאנטע א אימעיל זשורנאל מיטן נאמען "בעל בית", איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון זייער גאנצע דירעקציע. זיי קומען ארויס וועכנטליך, (דאס פארשטיי איך נישט, פארוואס נישט ארויסקומען טעגליך?)
איך האב נישט געקענט ארויפלייגן די גאנצע זאך אויפאמאל, לייג איך עס שטיקלעך:


Advertisement
מאנטאג ינואר 11, 2010 1:13 pm
ווילאנג וועט עס אנהאלטן?
מאנטאג ינואר 11, 2010 1:15 pm
די אדרעס צו סובסקרייבן זעהט אויס :
subscribe@balboos.comאיז דאס נאר עדס און די הלכות?
לעצט פאראכטן דורך
פריילאך אום מאנטאג ינואר 11, 2010 1:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג ינואר 11, 2010 1:16 pm
גוטע קשיא, אבער אים קאסט לכאורה נישט אזויפיל כח וויפיל גלגל פלעגט קאסטן. ער קומט ארויס איינמאל א וואך, ער לייגט נישט קיין גאנצעטע ארטיקלעך.
איין פרט האב איך פארגעסן צו שרייבן, עס איז html, דאס הייסט עס עפנט זיך גלייך אין אימעיל, מען דארף גארנישט דאונלאודען.
מאנטאג ינואר 11, 2010 1:17 pm
איך קען באשטיין צו וויסן וויאזוי זיי האבן באקומען מיין אימעיל אדרעסע אנדעם וואס איך האב מיך אויפגעסיינט דערויף. (איך האב עס באקומען אויף מיין פריוואטע אימעיל קאנטע, נישט קרעמער-טאלק וואס איז אדווערטייזט אין קרעטשמע).
דינסטאג ינואר 12, 2010 9:43 pm
קרעמער האט געשריבן:איך קען באשטיין צו וויסן וויאזוי זיי האבן באקומען מיין אימעיל אדרעסע אנדעם וואס איך האב מיך אויפגעסיינט דערויף. (איך האב עס באקומען אויף מיין פריוואטע אימעיל קאנטע, נישט קרעמער-טאלק וואס איז אדווערטייזט אין קרעטשמע).
איך האב ס'זעלבע קשיא...
איך זע אבער אז זיי בעטן זיך מ'זאל זיי נישט ספעמ'ן, למעשה איז אבער שיקן אומגעבעטנע שטאפ יא א סיבה צו דייקא שיקן אין ספאם, דערווייל קוקט עס אבער אויס צודערזאך.
דאנערשטאג ינואר 14, 2010 10:22 am
ווען מ'האט געקליקט אויפ'ן אנסובסקרייב לינק, איז מען אנגעקומען צו אן אפשן זיך צו אנסובסקרייבן פון עפעס א "תלמידי רבינו" ליסט
(Talmidei Rabeinu).
שפעטער האבן זיי עס שוין געפיקסט.
דאנערשטאג ינואר 14, 2010 10:25 am
וועלכער טאג פון וואך קומט עס ארויס?
מאנטאג ינואר 18, 2010 1:07 pm
מאנטאג ינואר 18, 2010 3:59 pm
איך האב זייער הנאה געהאט פון די תשובה דארט איבער נאכקיקען א ארבעטער אן זיין וויסען. בעלי בתים מיינען אז עס לית דין צריך בושש. עס איז א מצוה לפרסם אז עס איז א איסור גמור. סאיז אינטערעסאנט אריינצוקיקען דארט אין די קליינע אותיות, ער ארבעט עס אויס זייער שטארק, ווייל למעשה איז עס נישט קיין זאך וואס איז געהעריג מבואר אין די פוסקים. ווער איז דער משיב? איך הנאה געהאט ווי אזוי ער ענדיגט,
"ובאמת איני רואה שום תועלת בזה שהם לא ידעו שמעקב אחריהם, אלא כדי להוכיח חסרונם ולא כדי שיעבדו בשלימות. ודוק."
איך האב לעצטענס מיטגעהאלטען א פלאץ ווי עס האט געברענגט ערענסטע מחלוקת און שברי לב און א גאנצע ביזנעס איז געפארען אויף רעדער צוליב דעם וואס דער בעל בית מיט זיין מענעדזשער\פרענד האבען נאכגעקוקט דעם עולם און ס'איז געווען יוםטוב, מן הסתם האט מען געכאפט עפעס שמוץ אדער פריוואטע זאכען אויך, זיי האבען נישט געוואלט רעדן געהעריג, בקיצור ס'איז געווען א מיסע מעשה.
מיטוואך ינואר 20, 2010 10:08 am
אגב, ער שרייבט דארט וועגן א FREE אנליין בעקאפ סיסטעם.
קען מען טראסטן די אלע אנליין בעקאפס. אז עס בלייבט אין געהיים?
און פארוואס געבן זיי בחנם?
מאנטאג פבואר 22, 2010 9:11 am
ביי מיר איז די אימעיל געווען פון די וואך, אבער די לינק וואס זיי געבן דארט איז פון פאריגע וואך.
מאנטאג פבואר 22, 2010 9:45 am
מאנטאג פבואר 22, 2010 9:46 am
כ'האב געהט דער זעלבער פראבלעם, כ'האב פשוט געטוישט ביידע 6 צו 7:
http://balboos.com/issues/7/balboos7.htmlאגב, צו מיר אין אימעיל קומט עס אויס זייער פארקריפעלט, דערפאר דארף איך טאקע אייביג גיין גלייך צו זייער סייט.
---------
באנקיר האקט אריין. וויאזוי קענסטו לייענען פון מיין קאמפיוטער?...
מאנטאג פבואר 22, 2010 9:54 am
האניג האט געשריבן:וויאזוי קענסטו לייענען פון מיין קאמפיוטער?...
מאנטאג פבואר 22, 2010 10:01 am
מאנטאג פבואר 22, 2010 10:12 am
גיי יעצט אינעם לינק וואס דו האסט באקומען אין אימעיל, זיי האבן עס געטוישט צו די היי-וואכעדיגע
מאנטאג פבואר 22, 2010 1:56 pm
באקומען היינט
אבער אויף די ב"ב איז עס געשטיקלט
די שטיקלעך האבן נישט קיין המשך, אבער אויפ'ן קאמפיוטער איז עס פיין
דינסטאג פבואר 23, 2010 2:23 pm
נישט באקומען די וואך.
איז עס שוין אינטערגעגאנגען? עס איז דאך א הערליך שטיקל. ביטע?
דינסטאג פבואר 23, 2010 3:13 pm
מיטוואך פבואר 24, 2010 9:26 am
ווידער האט JNET עס אריינגעשליידערט אין ספעם.
ווייסט איינער א סיבה פארוואס דאס געשעהט?
מאנטאג מאי 31, 2010 9:11 am
פויא! וואס איז געשען מיט די פאנטס דער וואך??
מאנטאג יוני 07, 2010 8:11 am
שוין, ס'איז אן אבידה, די פאנטס קומען שוין נישט צוריק, זיי טענה'ן אין דער וואכענדיגן גליון אז איטס דיר טו סטעי צוליב טעכנישע סיבות, עיי"ש. א כפרה אויף קלאמבוס, טאקע א שאד.
דער נייער שרייבער דארט מתתי' גראס האט גאר א זיסע ארטיקל דארט, ס'ברענגט אונז אלע א פארביטערטע שמייכיל, זייער תוכנ'דיג.
קיפ איט אפ! (פאנט? עה... אקעי.)
מאנטאג יוני 07, 2010 10:12 am
באבסקעס, עס איז דא גענוג און נאך פאנטס וואס ליינען זיך גוט אויפן קאמפיוטער סקרין.
אדרבה זאל ער נעמען ראט פון אונזערע גרעפיק מבינים.
מאנטאג יוני 07, 2010 10:15 am
אונזער היימישע קרעטשמע אליינס ניצט טאקע אריאל.