די וואך האבן מיר געהאט די זכי' צו הערן א פרק און בטחון פון א איד וואס
יעדער קען, און יעדער האט שוין לכאורה געהערט פון אום.
לאמיר אנפאנגען מיט די סדר הדברים,
די וואך ביים
באטע האבן מיר זיך געטראפן מיט א גאסט, די נאמען איז פאר יעדעם באקאנט, דאס איז הרב ר' מנחם שלמה גאנצפריעד שליט"א.
ווער די איד איז דארף איך פאר קיינעם נישט זאגן, יעדער געדענק די הארציגע און טרעפליכע ווערטער וואס ר' מנחם שלמה האט געזאגט ביי די לוי' פון זיין צווייטע קינד השם ירחם,
לאמיר אביסעל געבען א טיפערן טראכט וואס דאס מיינט פאר א מענטש זיך צו באטייליגן ביי א קינד'ס לוי' רח"ל,
יעדער ווייסט אז צו ערציען און האדווען קינדער איז פון די שווערסטע זאכן, ס'פאנגט זיך אן גלייך נאכן געבוירן וואו לאנג דאס קינד לערנט זיך אויס דורך צושלאפן די נאכט, נאכדעם קומט די חלק פון גיין און חדר אא"וו
יעצט ווען מ'באקומט די בשורה אז די גאנצע הארעוואניע און פלאג איז א פארגאנגענהייט, מ'גרייט זיך צו באגלייטן דאס בלוט און פלייש צום אייביגן רוה, די צער און יסורים איז נישט צום באגרייפן, קיינער זאל קיינמאל נישט געפראוווט ווערן,
יעצט לאמיר זיך דורך טראכטען ווען ס'קומט צו א דאפעלטען ברוך , וואס דאס איז אז מ'דארף באגלייטן דאס צווייטע קינד צו זיין אייביגע רוה,
ס'איז נישטא קיין פעדער און ס'איז נישטא קיין שפראך וואס זאל קענען מסביר זיין אדער באשרייבן די ווייטאג,
א מענטש ווערט צוריסען און צופליקט, א מענטש קען חלילה אנפאנגען צו פרעגן קושיות א מענטש קען שפורן א שטיקל תערומות,
און וואו מ'רופט עס אז קיין טענות וואלט מען נישט געקענט האבן,
אבער דאס איז וואס ס'האט אונז געכאפט און אונז אריין געלייגט און א טאטאלע שאק און סורפרייז,
שטייט דא א איד וואס דער אייבערשטער האט אום אויסדערוועלט ווייל ער האט אום זייער ליב, און ער פראוווט נאר אזאנע מענטשען וואס ער ווייסט אז זיי קענען דאס דורך טראגען, און ער האט פאר דעם איד געגעבן אזעלכע נסיונות
וואס די קאפ קען ניטאמאל באגרייפן און משיג זיין,
ר' מנחם שלמה האט זיך אויסגעדריקט מיט א צובראכן שמייכל אז אידן זענען געקומען טרייסטן און מחזק זיין ביים זיצען די צווייטע מאל שבעה ה"י, אז יעדער אויף דעם עולם דרייט זיך מיט זיין פעקל, און יעדער מאכט מיט,
האט זיך ר' מנחם שלמה אנגערופן מיט ווייטאג: דאס וואס יעדער מאכט מיט האב איך אויך, איך האב נאך פלאס!
מיינענדיג צו זאגן, אז דאס אז א קינד שפירט זיך אמאל נישט גוט אדער מ'דארף אויף זיין ביינאכט מיט א וויינעדיגע בעבי אדער די פרנסה וואקעלט אונטער, דאס האט ער אויך, און ער האט און דער זייט פלאס פלאס.
נו, וואלט איר אודאי געמיינט אז אזא. איד זיצט אנגעזעצט און בלאזט אויף'ן באשעפער און זיין וועלטל, אז ער קוקט אויף אלעס קרום און אנגעווייטאגט,
נעה, נישט אזא איד וואו ר' מנחם שלמה, ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז א איד זאל קענען און האט די שטארקייט זיך אנצוהאלטן מיט אזא נאנקייט און גלייבן אז אלעס איז באשערט און אלעס איז אנגעשריבן,
ער זאל גאר זיין דער וואס גיבט חיזוק און איז מסביר וואו אזוי א איד דארף גלייבן און לעבן מיט'ן באשעפער און אלע מצבים,
קיין פייכטע אויג און קיין טריקן האלדז איז נישט געוועהן און די שטוב ווען ר'מנחם שלמה האט זיך אויפגעשטעלט און אראפגעלייגט די השתלשלות הדברים וואו אזוי ס'איז צוגעגאנגען און וויאזוי ער האט אויפגענומען די בשורה, און אזוי רעדענדיג האט זיך גאר ארויסגעשטעלט אז די צרות וואס די גאס ווייסט איז נאר א מקצת פון וואס די איד גייט דורך.
און דאך, שטייט די איד מיט אזא פעסקייט און שרייט צום באשעפער, טאטע איך ווייס אז די האסט מיך ליב און דאס איז די פריינטליכע קלעפ וואס די גיבסט מיר,
טרערן רינען פון די צוהערער, מ'זעהט וואו א איד שטייט דא און דאנקט דעם אייבערשטען פאר די חסדים און גוטס וואס ער טוהט שטענדיג,
א טיפן קרעכץ האט זיך ארויסגעלאזט פון די העלדזער, און אויגן פול מיט טרערען האבן מיר אויפגעהויבן צום באשעפער, און מיט א קול געשטיקט פון געוויין זיך אנגערופן:
באשעפער, די האסט נאך געטרייע סאלדאטען אויפן פראנט, קעניג און הער פון די וועלט, די האסט נאך געשולטע סאלדאטן אויפן פראנט, זיי וועלן דיך פאר קיין געלט נישט פארטוישן און פאר קיין שום מצב אויסבייטן,
באשעפער, זאג פארן מלאך המשחית גענוג!
גענוג אויספראבירט דעם מענטש,
פון היינט און ווייטער זאל אום נאר גוטס באגלייטן, נאר חסדים באשיינען,
און אלע זיינע קרובים וואס דארפן ישעות און רפאות זאל'ן אויסגעהיילט ווערן און שענק זיי און באגיס זיי מיט ברכות עד בלי די,
און מיט די מחשבה האבן מיר זיך אויפגעשטעלט און געשטעלט טאנצען די באקאנטע לידל: מ'זאל קיינמאל נישט וואוסן פון קיין צער... בעטן מיר באשעפער דערפאר...... הו.... אך טוב אך טוב וחסד.....