Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:55 pm

איך בין די גרייט צי געבן אידיש...
ווי אזוי דארפסטע עס, אויף די וואג? אדער לויט די צאל?

Advertisement

דאנערשטאג מרץ 22, 2007 1:35 pm

דרך אגב;
זאג וועלכע ווינדאוס דו האסט, און מ'וועט דיר פרובירן צו העלפן.

דאנערשטאג מרץ 22, 2007 1:37 pm

thanks for your quickly reply. i have windows xp

דאנערשטאג מרץ 22, 2007 2:04 pm

אין ווינדאוס XP איז פארהאן אזא זאך ווי Control Panel דו ווייסט פון אזא זאך?

דאנערשטאג מרץ 22, 2007 2:23 pm

אויב ווייסטו נישט דערפון, קענסטו גיין צו סטארט, ראן, טייפ אריין (אדער קאפי און פעיסט) intl.cpl, און פון דארט און ווייטער לאז איך שוין פאר א צווייטען.

דאנערשטאג מרץ 22, 2007 2:26 pm

האלט!!!!!!!!!!!!

גיי נישט צי סטארט, ראן, נאר אויב די ווייסט וואס די טיטסט
אז נישט, קענסטע ח"ו טיען זאכען וואס די קענסט שפעטער חרטה האבן,

דאנערשטאג מרץ 22, 2007 2:32 pm

שמערל האט רעכט.

דאנערשטאג מרץ 22, 2007 6:23 pm

נו, סאכדעס, ענדיג צו... "דרך אגב" האט שוין אידיש? ענטפער ביטע! אז נישט וועלן מיר דיר אנצייגן את הדרך אשר תלך בה ואת המעשה אשר תעשה.

פרייטאג מרץ 23, 2007 1:43 pm

שמעק ביסט גערעכט, אזוי וואלטן מיר געדארפט טוהן.

I M סארי דרך אגב.

פרייטאג מרץ 23, 2007 3:47 pm

נו חברה וויאזוי געט מען אידיש פאר דעם דרך_אגב ?

גלייבט מיר איך ווייס אליינס נישט פון וואו איך האב עס

שבת מרץ 24, 2007 10:32 pm

ער קען עס אין קאנטראל פענעל אליינס ארויסנעמען ביי לענגוויטשעס און בלא בלא. ער זאל זיך נאר ווענדן.

דינסטאג מרץ 27, 2007 4:51 pm

דרך אגב וואס איז געווארן?

דינסטאג מרץ 27, 2007 5:03 pm

וואס הייסט וואס ס'איז געוווארן, קיינער האט אים נישט געהאלפן, אוודאי איז גארנישט געווארן, ס'ארא שאלה ?

מיטוואך מרץ 28, 2007 9:03 am

צייטליך, דו האסט נישט רעכט, סארי פאר'ן דיר דאס מוזן זאגן.
ער האט ארויפגעבראכט זיין פראבלעם, אבער מ'וויל איהם העלפן איז ער נישט דא. נעכטן האביך איהם געזעהן דא זיך דרייען, האביך געפרעגט צו ער דארף נאך הילף דעציט.

מיטוואך יוני 20, 2007 2:55 pm

אורחים טייערע, שעמטס אייך נישט. קומטס אריין, מאכטס אייך באקוועם.

מיטוואך יוני 20, 2007 3:03 pm

אזוי ווי עס קומט יעצט פאר א גרויסער איינוואנדערונג פון אורחים, ווילן מיר יעדעם איינעם מכבד זיין בכבוד הראו,

זעצט אייך אלע, ס'איז דא געניג, נישט כאפן, יעדער וועט האבן, כאפסט א טרינק, און ליינט וואס איר ווילט,

אז איר ווילט ליינען עפעס גוט'ס יעצט, גייט אריין אינעם פארום וואס הייסט "די סמעטענע" דארט וועט איר טרעפן א גרויסן אויסוואל.
אנציקומען אהין דריקט די "אינדעקס" קנעפל, דאן די "סמעטענע" קנעפל.

דא האט איר א לינק אהין,
http://yiddishworld.com/forum/viewforum.p ... 24f44db682

מיטוואך יוני 20, 2007 4:50 pm

כ'מיין זיי זענען נאר געקומען דאווענען.

מיטוואך יוני 20, 2007 5:13 pm

אבער מדארף זיי מכבד זיין -- נא מאשקע געב אביסל צי טרינקען פאר די ארחים און יעקב אלי געב עפעס צי עסן

מאנטאג יוני 25, 2007 9:22 am

קוקטס וויפיל אורחים ס'זענען יעצט דא.
עטעטשמענטס
36 (Custom).JPG
36 (Custom).JPG (11.16 KiB) געזעהן געווארן 2919 מאל

מאנטאג יוני 25, 2007 10:12 am

איך וויל נישט ספוילן די פאון, אבער מיר האבן נאכנישט געהאט 453 ליינער אויפאמאל, איי וואס קומט דא פאר?

ווי עס קוקט אויס איז די מאנסע אזוי, ווען איר מאכט א סורטש ביי עני סורטש ענדשין, נעמט אים בערך 10 סעקונדן און ער שפייט אייך צוריק מיליאנען אדרעסן וואו איר קענט געפונען וואס איר זוכט, נא וויאזוי ווייסט ער זוי שנעל קען ער דען און אזא קורצע צייט אפשטאטן אזויפיל באזוכן ביי אזויפיל ערטער? הלא דבר הוא.

נארוואסדען, זיי האבן אזא באג (נישט באגאר'ס) פראגרעם וואס האלט און איין ארומשיקן קליינע מענטשעלעך (נישט עכטע) וואס זאלן אגאנצן טאג אפליינען יעדע איינציגע סייט וואס זיי קענען נאר טרעפן, און זיי שרייבן זיך אראפ קליינע נאטיצן, וואס ווען איר פרעגט זיי אן א פראגע, דארפן זיי נאר ארויסשלעפן זייערע קליינע נאוט פעד'ס און דארטן נאכקוקן וואס דאס נעמט שוין נישט אזוי לאנג.
איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז צו יעדע צייט זאל אין יעדע סייט זיין מערערע געסט וואס שטייען פונדערזייט אין ליינען אפ וואס מיר שרייבן.

איי וואס איז איצט געשעהן וואס ביז היינט איז דאס נישט געווען, ביז היינט פלעגט נאר גוגל אפליינען אונזערע אידישע בוכטשטאבן, און די וועג וואס זייער פראגרעם ארבעט קומען אלע זייערע באגס פונעם זעלבן אייפי אדרעסס (מנהלים קענען זעהן אייפי אדרעסן נאר פון אורחים) אזוי איז נאר ארויפגעקומען אז עס איז דא איין אורח ווען אין פאקט האבן זיי מאחורי הפרגוד באמת געשיקט מאסן מאסן באג'ס אויפאמאל.

זעהט אויס אז די נאכט האט יאהו געליינט די סמעטענע אדער דעם עד אין היידפארק, און אפגעמאכט אז 'יא מיר ווילן דא ליינען יעדע שורה פון יעדן אשכול', סאו האבן זיי אראפגעשיקט א מחנה ליינער 450 און צאל, וואס זיי האבן געליינט און געליינט און געליינט און געליינט (יוי פילט זיך גוט עס צו שרייבן וואוו פיר הונדערט פופציג ליינער האבן געליינט די נאכט 'מיינע' אלע תגובות, לאמיך עס זאגן נאך איין מאל) און געליינט, אבער איז אנגעקומען צופרי האבן זיי אביסל נאכגעלאזט און איבער געלאזט נאר א קארגע 30 40 ליינער זאל צוענדיגן די ארבעט.

דערווייל רעד איך און רעד און זאג נישט גארנישט, די עיקר שחכתי (אפס.. שכחתי) יאהו זעהט אויס שיקט ארום זייערע חברה פון הונדערטער לאקאציעס, סאו פארשטייט דער סיסטעם דא אז עס איז פון מערערע עקסטערע מענטשן.

כן נראה לפי עניות דעת היאנאש.

מאנטאג יוני 25, 2007 10:15 am

די "עיקר" איז, אז "שחקתי".

מאנטאג יוני 25, 2007 11:05 am

יאנאש, אזוי קלאר געשריבן, א נחת צו ליינען דיין תגובה (איך בין נישט אינטערגעשטעלט פון יאהו..)

מאנטאג יוני 25, 2007 11:17 am

ווי אויך אלעקסא האט אנגעהוין שיקן ראבאט'ס, קוקט מיר אויס אז גוגל איז דער בעסטער, איך האב הערשט פאר דריי פיר וואכן צוריק סאבמיטעד די סייט צו גוגל אבער זיי זענען שוין דא זינט דעם ערשטן טאג, צו יאהו'ן האב איך עס נישט סאבמיטעד, זיי זענען הערשט אנגעקומען א יאר שפעט.

מאנטאג יוני 25, 2007 11:20 am

וואס איז אלעקסא?

מאנטאג יוני 25, 2007 11:22 am

קענסט אים נישט.
שרייב א תגובה

Advertisement