געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
זונטאג פבואר 14, 2010 12:39 pm
8 בלעטער פאר אן אומאינטרעסאנטען דימיון
Advertisement
מאנטאג פבואר 15, 2010 4:17 am
וועגן דער דיבוק וואס האט זיך אנגעטשעפעט אין דעם אומגליקלעכן יידן, ווייסט זיך ארויס, אז עס האנדלט זיך דא אין זייער א פארשפארטער קליפה. זי האט זיך פשוט און פראסט אויסגעלאכט פון הרב באצרי'ס באמיונגען זי צו פארטרייבן.
הרב באצרי געפונט זיך דערפאר אין א פארלעגענהייט. דער עולם שושקעט, אז זיינע יחודים, השבעות און חרמות, טויגן ווי פאר א דיבוק באנקעס.
די גמרא אין ברכות זאגט: אוי לו לערוד שפגע בו ר' חנינא בן דוסא. און דא, ווייסט זיך אויס, אז אוי לו להרב באצרי שפגע בדיבוק און ער מאכט זיך נישט וויסנדיק...
מען האט אמאל געפרעגט דעם קאצקער רבי'ן: ווי קאן זיין אז דער רמב"ם זאל זאגן אז ס'איז נישטא קיין שדים, בשעת אז אין די גמרא ווערט דערציילט מעשיות וועגן שדים? האט ער געענטפערט: אז שדים זענען טאקע געווען, נאר ווען דער רמב"ם האט געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שדים, פון דעמאלט אן עקזיסטיקן זיי מער נישט.
זונטאג נובמבר 14, 2010 11:20 am
צירוק אין די נייעס. יעצט זאגט ער אז ער האט עס גוט געמאכט דעם שפיל. דער עיקור איז אז מ'רעדט פון אים..
Remember The Dibuk Story? It Was One Big Pack Of Lies
http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=75391
זונטאג דצמבר 05, 2010 2:49 pm
שפיל אהער שפיל אהין, מ'דארף זיין פאר'דיבוק'ט צו מאכן אזעלכע שפילעריי..
אויך די אלטע דיבוק האט מען געזאגט זי האט זיך מודה געווען, אבער לכאורה זענען ביידע געווען אמת, און פון די אלטע איז פארהאנען אויף יאטאב צען קליפס פונעם גאנצן 'שפיל' ווי איר ווילט עס רופן, און עס קוקט גארנישט אויס ווי א שפיל.. זי ווארפט זיך ווי א געשאכטענע הינדל.
וואס וועט שוין זיין אז מ'וועט גלייבן אז ס'פארהאנען אזא זאך. פארשטייט זיך אז ס'איז א ווילדע בושה פאר איינעם וואס האט אין זיך געהאט א דיבוק, און יענער וויל עס אוודאי לייקענען אינגאנצן.
דאנערשטאג אפריל 28, 2011 12:42 pm
איך האב פריער געליינט פין די וואך אין משפחה מעגעזין א ארטיקעל פון א אינטערוויא מיט הרב אברהם שלמה יאוואו פון וויליאמסבורג , רב דנטעי אביגדור- איבער זיין רבי ר' אביגדור מיללער זי"ע
עס איז מיר געוועהן זייער אינטערסאנט דארטען צו ליינען וואס הרב יאוואו זאגט אז בשעת ס'איז געוועהן די מעשה פין די דיבוק פון תשנ"ט האט ער געפרעגט ר' אביגדור וועגען דעם, אבער ער האט דאס אפגעלאכט , און גאזאגט אז עס איז נישט דא קיין שום מקור פון חז"ל אויף אזא זאך בכלל פון א דיבוק!!!!!
האט איינער געהערט פון אזא שיטה??? אז אלע מעשות פון דיבוקים זענען לויט דעם לכאורה בעלאוני???
דאנערשטאג אפריל 28, 2011 1:56 pm
זייער אינטערעסאנט. קיינמאל געהערט אזא השערה.
דאנערשטאג אפריל 28, 2011 2:33 pm
און אז איך וועל זאגען אז די מעשה איז נישט אמת, ר' אביגדור מיללער זצ"ל האט אזוינס קיינמאל נישט געזאגט,
וועל איך זיין אן אפיקורס?
געלאכט פון דער מעשה און שנת תשנ"ט, אפשר יא, (אסאך גרויסע אידען האבען דענמאלטס געלאכט) אבער זאגען אז עס נישט דא א מקור?
איך גלייב נישט אז ער האט אזא זאך געזאגט.
אויב יא, קומט אויס אז ער האט אפגעלאכט פון דעם חפץ חיים דיבוק?
גראדע, איך האב געקענט א איד ווער עס איז דארט געווען.
דאנערשטאג אפריל 28, 2011 3:02 pm
scy4851 האט געשריבן:און אז איך וועל זאגען אז די מעשה איז נישט אמת, ר' אביגדור מיללער זצ"ל האט אזוינס קיינמאל נישט געזאגט,
וועל איך זיין אן אפיקורס?
געלאכט פון דער מעשה און שנת תשנ"ט, אפשר יא, (אסאך גרויסע אידען האבען דענמאלטס געלאכט) אבער זאגען אז עס נישט דא א מקור?
איך גלייב נישט אז ער האט אזא זאך געזאגט.
אויב יא, קומט אויס אז ער האט אפגעלאכט פון דעם חפץ חיים דיבוק?
גראדע, איך האב געקענט א איד ווער עס איז דארט געווען.
סנישט סתם איינער וואס זאגט די מעשה, הרב יאוואו איז א חשוב'ע איד, און א גרויסע ת"ח -גאנץ ש"ס קען ער אופן לשון!!
די שאלה איז נאר צו משפחה האט גוט נאכגעשריבען, אויב דערציילט טאקע הרב יאוואו די מעשה , נעם איך עס אן!!!פינטעל.
דאנערשטאג אפריל 28, 2011 3:25 pm
א וויליאמסבורגער איד האט געשריבן:scy4851 האט געשריבן:און אז איך וועל זאגען אז די מעשה איז נישט אמת, ר' אביגדור מיללער זצ"ל האט אזוינס קיינמאל נישט געזאגט,
וועל איך זיין אן אפיקורס?
געלאכט פון דער מעשה און שנת תשנ"ט, אפשר יא, (אסאך גרויסע אידען האבען דענמאלטס געלאכט) אבער זאגען אז עס נישט דא א מקור?
איך גלייב נישט אז ער האט אזא זאך געזאגט.
אויב יא, קומט אויס אז ער האט אפגעלאכט פון דעם חפץ חיים דיבוק?
גראדע, איך האב געקענט א איד ווער עס איז דארט געווען.
סנישט סתם איינער וואס זאגט די מעשה, הרב יאוואו איז א חשוב'ע איד, און א גרויסע ת"ח
-גאנץ ש"ס קען ער אופן לשון!!די שאלה איז נאר צו משפחה האט גוט נאכגעשריבען, אויב דערציילט טאקע הרב יאוואו די מעשה , נעם איך עס אן!!!פינטעל.
אבק לשון הרע, מתוך שבחו וכו'
דאנערשטאג אפריל 28, 2011 5:45 pm
דיבוקים איז געווען ביי חסיד'ישע רבי'ס אן א שיעור, עס איז ידוע אן א שיעור מעשיות, און כאטשיג איך האב נישט אויף מיר די מראה מקומות, גלייב איך אז טייל פון די ווערן אראפגעברענגט אין ספרים פון פריערדיגע.
דאנערשטאג אפריל 28, 2011 9:17 pm
א וויליאמסבורגער איד האט געשריבן:scy4851 האט געשריבן:און אז איך וועל זאגען אז די מעשה איז נישט אמת, ר' אביגדור מיללער זצ"ל האט אזוינס קיינמאל נישט געזאגט,
וועל איך זיין אן אפיקורס?
געלאכט פון דער מעשה און שנת תשנ"ט, אפשר יא, (אסאך גרויסע אידען האבען דענמאלטס געלאכט) אבער זאגען אז עס נישט דא א מקור?
איך גלייב נישט אז ער האט אזא זאך געזאגט.
אויב יא, קומט אויס אז ער האט אפגעלאכט פון דעם חפץ חיים דיבוק?
גראדע, איך האב געקענט א איד ווער עס איז דארט געווען.
סנישט סתם איינער וואס זאגט די מעשה, הרב יאוואו איז א חשוב'ע איד, און א גרויסע ת"ח -גאנץ ש"ס קען ער אופן לשון!!
די שאלה איז נאר צו משפחה האט גוט נאכגעשריבען, אויב דערציילט טאקע הרב יאוואו די מעשה , נעם איך עס אן!!!פינטעל.
הרב יאווא איז טאקע א חשוב'ע איד א תלמיד חכם, און קענסט טאקע אננעמען אז ר' אביגדור מיללער ז"ל - וואס איז אויך געווען א גאר דערהויבענע איד - האט אפשר אפגעלאכט פון דיבוקים, אבער דאס ווענדט נאך נישט אפ די מציאות אז עס ווערט קלאר געברענגט אין ספרים די ענין פון דיבוקים, די חיד"א ברענגט אויף עטליכע פלעצער די ענין פון דיבוקים (איך מיין אז טאקע אין די הגדה של פסח פון חיד"א איז דאס געדריקט איבער א פרוי וואס האט אפגעלאכט פון יציאת מצרים רח"ל
און דעריבער האט זיך א דיבוק אנגעכאפט אין איר ה"י), און אזוי אויך ווערט די ענין פון דיבוקים דערמאנט אין אסאך הייליגע ספרים אשר מפיהם אנו חיים, ממילא וועט אוודאי נישט זיין קיין פחיתות הכבוד אין הרב יאווא און אין הרב ר' אביגדור מיללער צו זאגן אז די אלע גרויסע צדיקים זענען קטנם עבה ממתנם און עס איז נישט שייך זיך צו קריגן אויף דעים, נאר וואס דען עס מיז טאקע נישט זיין אז די מעשה איז גיט נאכגעשריבן, אבער בכל אופן איז דאס נישט ריכטיג. פינטל!
זונטאג מאי 01, 2011 10:45 am
די מעשיות פון תיקון נשמות און דיבוקים זענען אמת. קען זיין אז ר' אביגדור האט נישט געהאלטן אז די לעצטיגע מעשיות זענען אמת, אדער אז מ'זאל קלערן דערפון. איך וועל פרעגן, אויב ר' אביגדור וועט אפלאכן פון עפעס וואס 'דו' גלייבסט. וואס וועסטו דעמאלטס טוהן.. חחחח הא?
זונטאג מאי 01, 2011 1:41 pm
דאנציגער האט געשריבן:די מעשיות פון תיקון נשמות און דיבוקים זענען אמת. קען זיין אז ר' אביגדור האט נישט געהאלטן אז די לעצטיגע מעשיות זענען אמת, אדער אז מ'זאל קלערן דערפון. איך וועל פרעגן, אויב ר' אביגדור וועט אפלאכן פון עפעס וואס 'דו' גלייבסט. וואס וועסטו דעמאלטס טוהן.. חחחח הא?
איך נעם אויך אהן אז די אלע מעשיות פין דיבוקים זענען אמת!! איך נעם אבער אויך אהן אז די מעשה פין הרב יאוואו וועגען ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז אויך מסתמא אמת!!!!
און עס איז מיר פשוט א חידוש, אז ער האט בכלל נישט געגלייבט אין אזא מישג ווי דיבוקים !!
זונטאג מאי 01, 2011 2:01 pm
וואס איז נייעס" האט יעצט ארויפגעלייגט יד ארטיקעל פון די משפחה מעגעזין -
http://www.vosizneias.com/82421/2011/05 ... lliamsburgדא איז די קוואט וואס איך האב פריער גערעדט פין:
Around twelve years ago, when the story of an alleged dibbuk circulated first through Eretz Yisrael and then throughout the world, Rav Yavo asked during the shiur whether the Rav felt that there was any truth to the claims. “Come after the shiur and we’ll discuss it,” was all Rav Avigdor would say.
After the shiur, Rav Avigdor led him into a hallway where they could discuss it privately. Many people tried to follow them, but Rav Avigdor told them to remain in the shul. “We began to discuss the issue at length. I tried to cite proofs for the concept of a dibbuk from different statements of Chazal, but he refuted every one. In many instances he told me that this conversation was not to be repeated, so as we were wrapping up, I asked him what I should tell the curious audience awaiting my return to the shul.
“‘Tell them that we don’t find any source for it in Shas or Chazal,’ he replied, ‘and we shouldn’t make an issue out of it.’”
זונטאג מאי 01, 2011 2:26 pm
א וויליאמסבורגער איד האט געשריבן:דאנציגער האט געשריבן:די מעשיות פון תיקון נשמות און דיבוקים זענען אמת. קען זיין אז ר' אביגדור האט נישט געהאלטן אז די לעצטיגע מעשיות זענען אמת, אדער אז מ'זאל קלערן דערפון. איך וועל פרעגן, אויב ר' אביגדור וועט אפלאכן פון עפעס וואס 'דו' גלייבסט. וואס וועסטו דעמאלטס טוהן.. חחחח הא?
איך נעם אויך אהן אז די אלע מעשיות פין דיבוקים זענען אמת!! איך נעם אבער אויך אהן אז די מעשה פין הרב יאוואו וועגען ר' אביגדור מיללער זצ"ל איז אויך מסתמא אמת!!!!
און עס איז מיר פשוט א חידוש, אז ער האט בכלל נישט געגלייבט אין אזא מישג ווי דיבוקים !!
hאיך גלייב עס נישט בשם ר'אבגדור, זייער אסאך מאל הערט מען א האלבע ווארט וואס יענער האט נאך געהערט, וכדו'
דיבוקים איז געווען פעסט אין אסאך צייטן נישט ווי די גולם פון פראג וואס האט געזאלט זיין נאר אין צייטן פון מהר"ל, איי דאנט בעליוו איט
זונטאג מאי 01, 2011 4:00 pm
די מעשיות זענען נישט קיין אויסגעזויגענע פון פינגער, עס זענען נישט קיין באבע מעשיות, ס'דא גרויסע צדיקים וואס פארציילן עס, און סיי די גולם פונעם מהר''ל און סיי די ענין פון מתקן זיין נשמות פון דיבוקים, איז באקאנטע היסטאריע, וואס מ'קען נישט זאגן איך גלייב נישט, מ'קען זאגן איך ווייס נישט. וואס ר' אביגדור מילער זאגט זענען מיר נישט אחראי, גרעסערע פון עהם האבן דאס שוין באשטעטיגט.
זונטאג מאי 01, 2011 6:29 pm
איך זיך שוין דאס עטליכע טעג, היינט האב איך עס דעטראפען.
און ספר 'מנחת אליהו' פון בעל 'שבט מוסר' אהנפאנגענדיג פרק חמישי האט ער א לאנגע מאמר בעניני דיבוק.
עס איז אויך דארט און יענעם פרק דא א לענגערע מעשה פונעם מחבר אליינס וויא ער האט געהאנדעלט מיט
א דיבוק וואס האט זיך אריינגעזעצט און א פרוי און וויא ער האט אוהם אויסגעפרעגט פארשידענע זאכען און
צום סוף האט ער פארטריבען דעם דיבוק.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=32 ליינט עס אדורך און דערנאך זאל איינער מיר קומען זאגען אז עס איז נישט דא קיין מקור.
און איך זאג ווידער אז ר' אביגדור מיללער זצ"ל האט
נישט געזאגט וואס מעברענגט בשמו.
די מעשה פונעם דיבוק מיטען בעל 'שבט מוסר' האט פאסירט בשנת
ה'תמ"ח
זונטאג מאי 01, 2011 9:11 pm
scy4851 האט געשריבן:ליינט עס אדורך און דערנאך זאל איינער מיר קומען זאגען אז עס איז נישט דא קיין מקור.
און איך זאג ווידער אז ר' אביגדור מיללער זצ"ל האט נישט געזאגט וואס מעברענגט בשמו.
[/b]
דערמאנסט מיך פון די פעלער ווען מ'האט נאכגעברענגט א מאמר אדער א שיטה פון א ראשון אדער א צדיק און עס האט נישט געשמעקט פאר'ן הערער, עס האט נישט געשטימט מיט זיין שיטה, איז מען גלייך געטאנצן צו "ער האט עס נישט געזאגט". און ווען מ'האט עס געפונען אינעווייניג, איז געקומען "ער האט אפשר נישט דאס געמיינט". און ווען עס איז געווען קלארע דיבורים און האט נישט געקענט משתמע ווערן לשני אנפין איז בלית ברירה געקומען דער " עס איז א טעות סופר" אדער "א תלמיד האט עס אריינגעשטעלט".
יא, עס קען אמאל זיין און עס איז קלאר געווען אזעלכע פלעצער ווען ס'טאקע געווען אזוי דער פאל, אבער באלד זיך צו נעמען צו דעם תירוץ איז אביסל לעכערליך. מ'דארף קענען פארנעמען אז עס זענען דא אנדערע וואס האלטן נישט יעדע ריר ווי דיר און יענע האבן אויך א שיטה. (אפשר למשל אין אונזער פאל האט ר' אביגדור אזוי געזאגט ווייל ער האט נישט געוואלט אין היינטיגן דור זאל מען גלייבן די וואס זענען סתם געפאפטע? אדער האט ער באמת אזוי געהאלטן אז ס'נישטא מער היינט. אדער אפשר אז ס'קיינמאל געווען, איי די אלע מעשיות, האט דאך שוין איינער פריער דא געברענגט וואס דער רמב"ם האט געהאלטן וועגן שדים, טראץ וואס דאס איז ממש שווער צו פארשטיין ווייל די גמרא איז פול דערמיט. אבער [כמעט] קיינער וועט נישט זאגן אז דער רמב"ם האט עס נישט געשריבן.)
און אויב וועסטו הערן א טעיפ ווי ר' אביגדור זאגט עס, וואס וועסטו דעמאלט זאגן?
זונטאג מאי 01, 2011 9:31 pm
ליין וואס 'וויליאמסבורג' האט מעתיק געווען.
ר' אביגדור מיללער האט דאך נישט געוואלט ענטפערען ברבים. עס איז דאך דענמאלטס געווען א גאנצע געטועכטס מיט בצרי און עס האט זיך דערנאך ארויסגעוויזען אז עס איז געווען א פאלשע זאך.
מיין טעארי איז אז 'משפחה' האט נישט גוט נאכגעשריבען וואס רב ייאוא האט זיי געזאגט.
אונז האמער א פערזענליכע עקספיריענס וויא 'משפחה' האט עפעס פארדרייט אן אינטערוויא און געדריקט וואס מעהאט זיי נישט געזאגט.
זונטאג מאי 01, 2011 9:56 pm
הא הא הא.. וואס??? די מעשה מיט הרב בצרי איז דאס ערשטע מאל איז פאלטש? ס'דא היינט עטליכע קליפס ווי יעדער קען זען די גאנצע מעשה, מ'זעט קלאר ווי עס פאסירט ווי מען רעדט צום פרוי און א אנדערע קול הערט זיך פון איר, און ווי די פרוי פאלט אראפ און טוישט קאלירן, דער בעסטע אקטיאר קען דאס נישט מאכן! וואס פראבירט מען צו לייקענען פאקטן.
איך האב עס געזען, און איך פארשטיי צו געמאכטע זאכן, דאס קוקט אויס זייער ווירקליך.
מ'האט פארציילט דעמאלטס אז די פרוי האט זיך מודה געווען, זי האט זיך געקענט מודה זיין ביז איבערמארגן איבערנעכטן, זי האט נישט געוואוסט וואס גייט פאר מיט איר ווען די דיבוק האט קאמאנדעוועט, זי האט געשווינדעלט. מ'האט איר אנגעהאלטן און מיט אומ'מענטשליכע כוחות איז זי געפלויגן.
אדרבה, ווער ס'וויל קען זען די קליפס, זייער קלאר. די יעצטיגע דיבוק האט עפעס אויסגעזען זייער געדעכט און מאדנע, אבער יענע מעשה איז קלאר אמת. צו הרב בצרי קען טרייבן דיבוקים? די כח פון יודען וואס נעמען זיך אונטער צו מתקן זיין ענינים און לערנען לתיקון הנשמה, טוהט זיכער אויף.