בארשט, מה זה ועל מה זה!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך מארטש 18, 2015 5:31 pm

זאגט מיר פאריאר א חבר וואס ליידט אויף מאגן ברעניניש, הארט בורן בלע"ז, אז פסח זייט ער טרינקט בארשט ליידט ער נישט דערפון,
האב איך אים געזאגט, אז מאנכע זאגן, אז נאטירליך געזייערטע זאכן, זענען מונע הנ"ל, כידוע אז lacto fermented עסען האט א גוטע השפעה
געשטעלטע בארשט איז לעקטא פערמענטיד
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 18, 2015 10:30 pm

גיי מער פראבירן צו מאכן בארשט היי יאר מיט לכתחילה'ס אנווייזונגען.

געדענק גוט די אלטע רעבעצין'ס בארשט, גענוי ווי לכתחילה'ס אנווייזונגען, אלע טעמים געהאט.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך מארטש 18, 2015 11:20 pm

שטימט ניט מיט די מלחמה וואס די רביצן פירט מיט די שטויבן אינם אנדערן אשכול...

ממוז שניידן צוויקל ווען די שטויב איז נאכנישט אינגאנצן אויסגערוימט. מיין איזעי וויל נישט הערן דערפון פאר כל חללי דעלמא
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » פרייטאג מארטש 20, 2015 12:03 am

כאבעס געלייגט אין די באולער רום, איזעס א פראבלעם?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אפריל 07, 2016 5:14 pm

ר"ח איז שבת. דארף מען גיין פרייטאג אדער זונטאג?

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג אפריל 07, 2016 5:18 pm

ווינקל האט געשריבן:ר"ח איז שבת. דארף מען גיין פרייטאג אדער זונטאג?
וואו גייט מען?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אפריל 07, 2016 5:19 pm

קיין דותן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג אפריל 07, 2016 5:26 pm

ווינקי, דערווייל האט'ר נאכנישט געענטפערט...

#טריי יעצט
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אפריל 07, 2016 5:30 pm

כ'האב עם פריער געטראפן, ער זאגט מען זאל גיין א טאג פריער ווי שפעטער.

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » דאנארשטאג אפריל 07, 2016 5:36 pm

ווינקל האט געשריבן:כ'האב עם פריער געטראפן, ער זאגט מען זאל גיין א טאג פריער ווי שפעטער.

איך גלייב דיר נישט.. איך דארף דעס הערן פון אים אליין.
אז דו טרעפסט אים נאכאמאל זאג אים בשמי אז איך בין שוין מוחל די 20 טויזענטסטע, ער זאל נאר קומען ענטפערן די הארבע שאלה.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג אפריל 07, 2016 5:46 pm

ווינקל האט געשריבן:כ'האב עם פריער געטראפן, ער זאגט מען זאל גיין א טאג פריער ווי שפעטער.

ווינק. זעה דא viewtopic.php?p=1030160#p1030160
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » פרייטאג אפריל 08, 2016 6:17 am

מיר זענען געווען פון די זריזים מקדימין מ'האמיר שוין נעכטען אויפגעשטעלט די בארשט
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

רץ כצבי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 12:39 am

תגובהדורך רץ כצבי » מיטוואך מארטש 29, 2017 12:45 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:(דא אין אנדערען אשכול ביי די מאכלי פסח האבעך דערמאנט די חשוב'ע פסח'דיגע בארשט, וועל איך אביסעל דערציילן מה טיבו!)

מען גייט ארויס - טאקע דייקא - אין סאמען "ראש חודש", פון דער גרויסען חודש "אשר ישועות בו מקיפות", און מען גייט אין גראסערי איינקויפן די צוויקעל.

איין טאג פארדעם איז צו פרי, און איין טאג נאכדעם איז שוין צו שפעט. ווער עס איז א אפשטאמיגער פון יוצאי הגר, ווייסט שוין די "טריקס" וואס מען דארף שפיערן אויף די צוויקעל, נישט צו הארט און נישט צו ווייעך, עס זאל ח"ו נישט זיין בלאס, נישט זיין פארוועלקט, נאר פריש, און רויט ווי בלוט.

מען קומט אהיים און מען פאנגט אן צוצוגרייטען - נאך נישט די צוויקעל - נאר די פלאץ ווי מען וועט דעם צוויקעל אנרעכטען, אפגעהיטן זאל מען ווערן, אז מען לייגט נישט קיין געהעריגען צודעק אויפן "קאנטער", אדער מען טוט נישט אן א "בולעט פרוף" שירצעל, און מען פראביערט צוגרייטן דעם צוויקעל, איז עס א מעוות שלא יוכל לתקן, די קלינערס די פעינטערס וכדו', אלע וועלן שוין מאכן געלט!!

איז האלט מען שוין צוגעדעקט די קאנטער, מיט - כאטש - צוויי דריי פלעסטיקס, אנגעטאן די שירצעל, די הענטשיך, קען מען אנהייבן.

מען צושניידט די צוויקעל אין פיר, פיר האבעך געזאגט!! נישט פינעף און נישט דריי! מען לייגט דאס אריין אין די גלאזענע כלי, (שוין ליידער דא אזעלעכע וואס לייגן דאס אין פלעסטיק, ווייל גרויסע גלאזענע כלים איז נישט אזוי פראקטיש, שוין וה' הטוב יכפר, אבער וויסן זאלט עטס אז דאס איז פונקט ווי לאזן וויין זיך עלטערען אין פלעסטיק, עס קומט אויס, אבער ווי קומט עס צו האלצענע פעסער) מען לייגט אריין צוויקעל כמעט ביז אויבן, איי סוועט קוים אריין גיין וואסער? נא וועט די בארשט זיין ... ווי רופט מען דאס? .... יא! מער קרעפטיג! (די ווארט אליינס בלענגט ארויף שפייאכטס).

מען פילט אן די כלים מיט וואסער דורך א שטיקל סחורה פארשטייט זיך, מיר ברויכען נישט קיין שמוץ, און חלילה נישט קיין חמץ. די סחורה וואס מען ניצט איז לכתחילה א טאשען טיכעל! (יא, איינס האט די באבע ארויס געגנב'ט פון זיידענס לעדעל), אבער אז מען האט נישט, קען מען ניצן אן אנדערער סחורה, מען בינט עס צו מיט שטריק אזוי ארום אין ארום, עס זאל נישט אריינפאלען, מען מאכט אזא גריבעלע, אזוי אז עס זאל זיין ראו מקבל צו זיין, און מען פאנגט אן גיסן, ביז די פעסעלע איז פול.

מען לייגט צו אביסלע זאלץ, מען לאזט די עפענונג צוגעדעקט מיטן שמאטע, און מען פארפאקט די פעסעלע מיט א פיינעם דאכענע (לכתחילה א פאכענע! ווייסט נישט וואס עס מיינט א פאכענע דאכענע? גיי פרעג דעם באבען), יא מען פאקט אים איין אזוי הארציג ווי מען פאקט איין די קליינווארג באנאכט ביים גיין שלאפען, א גלעט אויפן שטערען, און מען שטעלט עס ביי די סטים! אויף א קליין ספעציעלער פסח'דיגע בענקעלע, מען לייגט דאך נישט קיין פסח'דיגע כלים אויף דער ערד ח"ו, אז עס איז שוין נישט קאלט, און די סטים איז שוין אויסגעלאשען, מוז מען נעמען אזא פארטעבל סטים, און מען שטעלט די פעסעלע נעבן אים.

יעצט קומט די עיקר, מען זאגט א הייסע תחינה, מען איז מתפלל אז דע בארשט זאל זיין געראטען, אז עס זאל גיט "אויפשפילען" (דאס איז זייער א קריטישע ווארט אין בארשט, די סאמע יסוד), אז עס זאל שוין זיין אינגאנצען פערטיג דעם ערשטען טאג ביים סדר, און עס זאל זיין קרעפטיג, גיט זויער, און נישט צו געזאלצען אא"וו.

יעצט ווארט מען א פאר טאג, און מען גייט באקוקען דעם פאס, מען עפענט אויף די שמאטע, און אויב אלעס איז בסדר, וועט זיין אזא - זייט מיר מוחל - פעסטע שיכט ווייסער שימל! יא שימל, דאס איז די סימן מובהק אז דער בארשט איז אויפן ריכטיגער דרך! ער אנטוויקעלט זיך פיין קעניינע הרע! נאך א סימן אז עס בלייבט א גערוך אין שטוב, אז א האלבע שעה שפעטער שפיערט מען נאך, אז מען האט דא אפגעשיילט די שימל פונעם בארטש, ווייסט מען אז ס'איז דא פון וואס צו רעדן.

מען נעמט אראפ דעם שימל, שטייט איידל אזוי אז עס זאל נישט בלייבן קיין שטיקלעך, און מען פאקט אים צוריק איין. אזוי חזר'ט מען איבער די פראצעדור אפאר מאל ביז פסח. פארשטייט זיך אז קיינער חוץ די מאכערין, טאר אין דעם פאס נישט אריינקוקען, אפי' נישט גיין נאענט, און מען טאר נישט רעדען דערפון, אלס כדי ס'זאל נישט שאטן קיין גוט אויג.

און אז דער יום טוב קומט אן, און מען נעמט ארויס דעם פאס, און מען גיסט אים נאכאמאל דורך דעם שמאטע, אזוי אז עס זאל נישט בלייבן ח"ו קיין שימל (פארשטייט זיך אז ביי די שמאטע, איז עס די לעצטע תפקיד אויף די וועלט, ווייל פון דארט גייט עס גראד אין די מיסט, ווייל פראבירן אויסרייניגען, איז ניטעמאל קיין הוה אמינא), מען לייגט עס אריין אין באטלעך, און אריין אין פרידעזשער.

יעצט ווענט זיך שוין לויט מנהגים, אנדערע ווילען דוקא די מאסט אזוי מגיתו, גארנישט אריין געלייגט, און גוט קאלט, אנדערע ווילן עס מיט די אלעמען באליבטן פסח מאכל, די ווויל באקאנטער און בארימטער "קארטאפעל" די קארטאפעל ווארעם, און די בארשט קאלט, און אנדערע ווילען עס ... אינטערגעשלאגען!!

מה זה אינטערגעשלאגען? אה, דאס הייסט אז מען לייגט צו אייער.

וועט איר זעכער מיינען אז דאס איז פשוט, ניין! דאס איז א עקסטרע עבודה, און חכמה, ווי אזוי מען טוט דאס אינטערגעשלאגען!

מען נעמט רויע אייער, מען מישט עס גאר גוט אויס, זייט געווארענט, אזוי ווי מען מאכט אייער שפייז, אדער פסח לאקשען איז ווייט פון גענוג! עס מוז זיין גאר גיט אויסגעמישט, קיינע שטיקלעך ערלויבט. מען מאכט די בארשט הייס, און ווען עס איז שוין גוט הייס, פאנגט מען אן אריינגיסען די אייער, זייער שטייט צוביסלעך.

אבער דא דארף מען שוין הילף, איינער דארף שטארק מישען דעם בארשט, בשעת דער אנדערער גיסט, ווייל אויב נישט, קען ח"ו ח"ו ח"ו (אויף אלע שנאי ישראל געזאגט) ווערן אזעלעכע ציעדיגע שטיקלעך אייער אין דעם בארשט, און דעמאלס איז טוב שלא נברא - די גאנצע בארשט - משנברא, ממילא דארף מען אב'אכט געבן, אז ווי די אייער רינט צוביסלאך, און עס ווערט גלייך אבגעקאכט פונעם הייסן בארשט, זאל מען נישט זעהן קיין שום שטיקלעך, די גאנצע "עווידענס", אז עס איז דא אייער, קען נאר זיין אז די קאליר האט זיך געביטן פון שטאק פערפעל, צו אביסל לעכטיגער פערפיל!

יעצט פארשטייט איר שוין, פארוואס איך ווארט אזוי ארויס אויפן יו"ט?!!

און אז מען הערט אט די זיסע רייד,
און מען דערהערט און מען פארשטייט,
פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד,
און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט!

מיר דאנקן און לויבן, פאר אונזער גלויבן,
דעם באשעפער פון אויבן, וואס גייט מיט אונז און היט,
און האט אונז געגעבן, א גליקליכען לעבן,
און האט אונז געלערנט, ווי אזוי צו זיין א איד!!
(קרעדיט יו"ט ערליך זצ"ל)

לכבוד פסח תשע''ז

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » זונטאג אפריל 02, 2017 3:03 pm

לכתחילה
שיין און זאפטיג אראפגעלייגט
יא, איך שפיר זיך אויכט ב"ה היימיש מיטן שימל גערויך וכו'

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג אפריל 02, 2017 3:25 pm

הבארשט שעושים אצלי בעז״ה זה שלשים שנה, כולם שוים לטובה אין בו לא רקבון ולא שימל. אלא כולו צח ואדום, כאדום האדום הזה. זך וצליל, ושכולה אין בו.

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מאנטאג מארטש 12, 2018 9:16 am

שוין באלד צייט צי שטעלן.... תשע"ח

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:43 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:יעצט איבערגעליינט און די שפייעכטס רינט...

חילי, אפאר קאשעת‏

דאס יאר איז ראש חודש שבת, ווען קויפט מען?? איך מיין ווען ווייקט מען עס איין?? וואס האט מען מורא פון עס מאכן 3 טעג פריער?‏

ווען מען וויקעלט עס איין אין די פאכענע... דאכענע, דארף מען לאזן די עפענונג אויפן, איא?

אין א 5 גאלאן באטל, וויפיל זאלץ לייגט מען?

בערך וויפיל צוויקל דארף מען קויפן פאר 5 גאלאן?

קאשעס העסטע פרעגן ביים סדר פלעגט די זיידע זאגן......

אויב קען מען נישט ר"ח, איז אלס בעסער א טאג לענגער ווי א טאג ווייניגער.

די עפענונג דארפ נישט זיין אפען. א דאכענע לאזט סיי ווי ארויס די געז.

זאלץ איז א גרויסע מחלוקה. א לעפל אדער א לעפל און אהאלבן.

וויפיל צוויקען איז נישט שייך צו זאגען, ווייל עס ווענט זיך ווי גרויס עס איז. בעיקר עס זאל זיין פול דריי פערטל מיט שטיקער צוויקעל.

ארויף אשכול; צייטליכע דערמאנונג....
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:10 pm

ב"ה מיין גרויסער פאס בארשט איז שוין צוגעשטעלט - עס ארבעט אווערדרייוו.
ס'איז רויט ווי עשו, און וויינט ווי לאה.

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » מאנטאג אפריל 15, 2019 10:36 pm

די שטיקער צוויקעל איז א גאנג נאכדעם אדער סהאט נאך (מער)קראפט פאר חריין וכדומה

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:46 pm

רבקה לאה ווי איד דער שימעל היי יאר ?
ווער דענקט נאך די שפראך

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3245
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:35 pm

וויאזוי מאכט מען ג'קאכטע בארשט?
קען מען נוצן די צוויקל פאר א סאלאט? וואס און וויאזוי?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3177
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:59 pm

געקאכטע בארשט קאנסטו נוצען סיי די זאפט און סיי די צוויקל
קאך אויף די צוויקל איבערגעדעקט מיט וואסער. נישט איבערקאכען ווייל די זאפט ווערט ברוין
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט