הוי דן את כל אדם לכף זכות...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

הוי דן את כל אדם לכף זכות...

תגובהדורך גארגארפיק » זונטאג ינואר 21, 2018 2:06 pm

הוי דן את כל אדם לכף זכות

שוין לאנג וואס איך זיך דא אויפן וועלטל ווי ארויסצוגעבן אינטערעסאנטע מעשיות אינעם ענין פון דן זיין לכף זכות, איך זאג נישט אז איך בין דער אויסגעארבעטער איד, אבער ס'איז אמאל אינטערעסאנט צו הערן פון נישט קיין פראפעשענאל אויך, נו וועל מיר אנהייבן מיט א אינטערעסאנטע פאסורונג וועלכע איז זיך פארלאפן מיט קנאפע א חודש צריק, אין עיר הבירה קרית יואל,

געווען איז עס א קאלטע נאכט, די קעלט שנייד אין די ביינער ממש ווי מיט פלעסטיק מעסערס פון חדר, (יא יענע שארפע....) גארגארפיק גייט אין גאס און פארבירט אכט צו געבן זיך נישט אויסצוגליטשן און אריינפאלן אין די אפענע ארעמעס פון ר' איייזיק פלאהר וועלכע ווארט אים אפ מיט א ברייטע שפאטישע שמייכל, די גאסן זענען באדעקט מיט א שיינע שיכט פון ר' אייזיקלס מפעל החסד,

און דאן האב איך אים באמערקט, ער א בחור'ל א ישיבה קטנה רייסער, אקעי גראדע נישט קיין רייסער גאנץ א וואוילער בחור, אבער דאך א בחור, גייט ווי א בחור דווקא אויף די אייז, עס איז געווען א שמאלע וועג ווי ר' אייזיק האט ב"ה קיין שליטה נישט געהאט דארט, אבער דער יונגער שנאק איז דא און וואקעלט זיין קליין קערפערל אויף די אייז, עס זעהט אויס ווי ער וויל דווקא א פערזענליכע מיטונג אין פאבליק (אריין אין די היכי תמצא אשכול...) מיט ר' אייזיק,

יעצט וועט גארגארפיק אייך געבן דעם כבוד צוצוטרעפן ווי אזוי אים צו דן זיין לכף זכות,

נו געגאנגען,
איך בין דא צריק ביז געציילטע מינוט,

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » זונטאג ינואר 21, 2018 2:13 pm

נאך פינף מינוט

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » זונטאג ינואר 21, 2018 2:21 pm

נו איך זעה אז קיינער ענטפערט נישט וועל איך אייך דערציילן דער המשך פון די מעשה,

גייט זיך גארגארפיק ווייטער, און ער באמערקט אז דאס בילד איז אינגאנצן אנדערש, יא א בחור יא ער גייט אויף די אייז אלעס פיין און וואויל, אבער וואס האלט ער אין די האנט?

א שאכטל זאלץ צו באגיסן ר' אייזיקל! יא א בחור'ל ער קוקט נישט אויף זיך און מיט מסירות נפש שטייט אין די גליטשיגע זאנע און גיסט זאלץ כדי אנדערע מענטשן זאלן קענען גיין אומגעשטערט, מי כעמך ישראל,

און יא,
הוי דן את כל אדם לכף זכות

האט איר עפעס א אינטערעסאנטע מעשה איבערן ענין פון דן זיין לכף זכות? זייט מזכה אנדערע

פאר קאמענטארן קוק מיין חתימה

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג ינואר 22, 2018 1:57 am

איך האב ליב מיר אליינס צו טשעלענדשזען ביי געוויסע פעלער ווי אזוי ס'איז שייך דן צו זיין לכף זכות ווען ס'קוקט אויס ממש אוממעגלעך,

איך בין אמאל געזעצן אין בעיסמענט נאנט צום סטעפס ארויף, די טיר אויבן ביים גאס איז געווען אפען און ס'איז געווארן קאלט אין בעיסמענט,
זעה איך וואו איינער גייט אין די ריכטונג פון די סטעפס (זוכענדיג איינער זאל צומאכן די גאס טיר אויבן) פרעג איך איהם; זאג, דו גייסט יעצט ארויף? ענטפערט ער "ניין", און בתוך כדי דיבור געבט ער א יאג ארויף די סטעפס,

איך בין געווארן גערעגט, וואס זאגסטו מיר ליגענט אין פנים אריין??
איך האב איהם געטראפן איטלעכע מינוט שפעטער פרעג איך איהם פארוואס האסטו מיר געזאגט ניין ווען איך האב דיר געפרעגט אויב דו גייסט ארויף?
זאגט ער מיר; אההה, איך האב געמיינט אז דו פרעגסט מיר צו איך גיי "ארויס"....

#הוי דן...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » מאנטאג ינואר 22, 2018 8:56 am

גארגארפיק האט געשריבן:הוי דן את כל אדם לכף זכות
און דאן האב איך אים באמערקט, ער א בחור'ל א ישיבה קטנה רייסער, אקעי גראדע נישט קיין רייסער גאנץ א וואוילער בחור, אבער דאך א בחור, גייט ווי א בחור דווקא אויף די אייז, עס איז געווען א שמאלע וועג ווי ר' אייזיק האט ב"ה קיין שליטה נישט געהאט דארט, אבער דער יונגער שנאק איז דא און וואקעלט זיין קליין קערפערל אויף די אייז, עס זעהט אויס ווי ער וויל דווקא א פערזענליכע מיטונג אין פאבליק (אריין אין די היכי תמצא אשכול...) מיט ר' אייזיק,

איך העט ווען געזאגט אז ער וויל גיין ווי אן ערליכער בחור ברויך גיין אויף די גאס מיט די אויגן אראפ, און גייענדיג אויף א שמאלע וועג ברויך ער האלטן די אויגן אויפן ארום צו קיינער קומט אים אנטקעגן...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט