אלעס איבער דיגיטאלע סטארידזש

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

אלעס איבער דיגיטאלע סטארידזש

תגובהדורך נעה » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 3:42 am

האסטו קלאזעטס אין דיין דירה?
פארוואס נישט איין גרויסע רום פאר אלעם, וועש בעטן פריזשעדער טישן אלעס מ'זאל זיין ווי אין א ווערהויז?

די תירץ איז פשוט
ווי ליגט די זאקן אדער ווי איז די מילך נישט די רויטע איך דארף די בלויע לייג עס אויפן טיש יעצט ווי זענען די קאפס אךך קענסט נישט זיין שיין מסודר
צוליב דעם האט מען געמאכט א באמבע פון אן איידיע סווערט אנגערופן רומס קלאזעטס ווי אלעס ליגט שיין מסודר אויף זיין פלאץ די מילך שיין און די קאפס אין קלאזעט




אט דאס איז דא אין יעדע SD Card אדער USB און Hard drive ווי סלייגט שיין מסודר אלע דיינע MP3 פיילס אויף איין פלאץ און אלע פיקטשורס אויף אן אנדערן פלאץ און אזוי ווייטער
אין ענגליש הייסט עס File system

מער איבערדעם קומט

א קליינע הקדמה צו פארשטיין וואס מיר גייען דא זיך אויסלערנען די חילוקים צווישן די סארט נעמען וואס סמיינט ווי אזוי א SD Card און א USB ארבעט
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

באגלייבט
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך באגלייבט » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 10:56 am

יישר כח. גיי אן

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך green sunday » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:59 am

שכח פארן זיך נעמן די מי אין מסבר זיין

אוועטאר
נייגעריגע תלמיד
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 2:39 pm
לאקאציע: אויפן וועלטל

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך נייגעריגע תלמיד » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 11:38 pm

FAT 32 קען מען ניצן סיי אויף ווינדאס און אויף לינעקס
און NFTS איז פאר אן ווינדאס אפרעיטינג סיסטעם
און עס איז דא בערך 20 מינע פארמעטס
און לינעקס איז ISO 9600
עס איז דא צוויי זאכן די MBR און ...
הרב נעה זיי מסביר עס פעלט מיך אויך קלארקייט
שיך פרוכט שטנז סיליפוטי סאלאמי
ווען משיח וועט קימען וועל איך ווייזן מיטן פינגער

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך נעה » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:59 am

מגיימיר משלים זיין אי"ה נעקסטע וואך

וואס איס רעם אדער א 32 ביט 64 ביט פראגרעם מיט וואס סהאט מיט פעט32
וויאזוי מפארמעט א פלעש דרייוו און וויאזוי מריקאווערט אדער בכלל נישט דארפן פארמעטן די פיילס
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:50 pm

נעה האט געשריבן:מגיימיר משלים זיין אי"ה נעקסטע וואך

וואס איס רעם אדער א 32 ביט 64 ביט פראגרעם מיט וואס סהאט מיט פעט32
וויאזוי מפארמעט א פלעש דרייוו און וויאזוי מריקאווערט אדער בכלל נישט דארפן פארמעטן די פיילס

די גייסט אויכעט מסביר זיין רעיד און דעטע פול?
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:58 pm

אריינגעטשעקט, אינטערסאנט צו וויסן מער.
איך מיין אבער זאלסט נישט לייגן אלעס אין איין קלאזעט, ווייל סוועט ווערן א געמיש פון זאקן מיט מילך, ענדערש נעם איינס אויף א מאל און דערנאך ווען מווערט קלאר גייט מען צום נעקסטן.

ווארט איך אויף דיין באשרייבונג איבער די נושאים.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:01 pm

שטארקע הקדמה!
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
נייגעריגע תלמיד
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 2:39 pm
לאקאציע: אויפן וועלטל

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך נייגעריגע תלמיד » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:11 am

נעה האט געשריבן:מגיימיר משלים זיין אי"ה נעקסטע וואך

וואס איס רעם אדער א 32 ביט 64 ביט פראגרעם מיט וואס סהאט מיט פעט32
וויאזוי מפארמעט א פלעש דרייוו און וויאזוי מריקאווערט אדער בכלל נישט דארפן פארמעטן די פיילס

וויפיל איך ווייס איז די ביטס אונעם רעם צוטוהן מיטן פראססער
שיך פרוכט שטנז סיליפוטי סאלאמי
ווען משיח וועט קימען וועל איך ווייזן מיטן פינגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:12 am

נא? ווען גייט די מגיט שיעור ווייטער.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

אלעס איבער דיגיטאלע סטארידזש

תגובהדורך נעה » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 8:52 pm

כדי צו פארשטיין אלעס וועלן מיר קודם אביסעל מסביר זיין וואס דאס איז א ביט און בכלל די קאמפיטאר
א קאמפיטאר ווי מיר ווייסן איז צוזאמגעשטעלט פון ביינערי נאמבערס וואס באשטייט פון 0 און 1 וואס די מעלה דערפון איז אז מען דארף נישט ניצן צופיל פלאץ פאר אפאר זאכן
אביסעל קלארער א קאמפיטאר באשטייט פון דריי טיילן:
איינס אינפאט, אינפא וואס מלייגט אריין
צוויי פראסעסער, ער פראסעט די אינפא וואס מען וויל זעהן
דריי אוטפאט, די חלק וואס די סקרין ווייזט נאכן איבערטייטשן די ערשטע חלק וואס דאס איז די חלק וואס מען ריקוועסט

למשל: א קאר מלייגט ארויף די פיס אויפן געז פעדל און די קאר נעמט געז און מאכט אז די קאר זאל פארן, ער כאפט די פארלאנג,

נמשל: א קאמפיטאר לייגסט דיין הענד אויפן קיבארד און דריקסט דארט זאכן די קאמפיטאר כאפט אויף דיין פארלאנג און פראסעסט די אינפא און שיקט ארויס דיין פארלאנג אויפן סקרין
יעצט וואס איז די סקרין?? א מייקרא פעקטארי פון לייט באלבס!
די סקרין פון א קאמפיטאר איז פיל מיט פיצקעלע לייט באלבס קאנעקטעט צו פיצקעלע סוויטשעס וואס ווען צינדען זיך אן און לעשן זיך אויס לויט די פארלאנג וואס מגעט אריין

יעצט ווי קומט אריין דא די ביינערי שפראך?
לעצט פאראכטן דורך נעה אום דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 9:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 9:15 pm

הו! זעט אויס אינטערעסאנט.

א שאד נאר די קעפל איז וואס ס'איז, ס'מאכט נישט אריינקומען דא. כ'מיין זאלסט טוישן קעפל.

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך נעה » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 1:28 am

גייען מיר מארגן אי"ה דורך גיין וואס ביינערי איז וויאזוי ספראסעסט די דעטא און אנפאנגען אביסעל מיט די קאמפיטאר וויאזוי סהאלט די דעטא....
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך נעה » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 6:20 pm

ברוך: צייל מיר צען נאמבערס
בערל: 0 1 2 3........

ברוך: יעצט צייל מיר 16 נאמבערס אן דאפלען ווי למשל 10 11
בערל: סאיז נישט מעגליך

ברוך: קום לאמיר דיר אויסלערנען נאך3 מינע וועגן פון ציילן נאמבערס
סאיז דא פיר מינע באקאנטע וועגן פון ציילן
ביינערי: באשטייט פון צוויי נאמבערס 0 1
אקטעל: באשטייט פון אכט נאמבערס 0.........7
דעסימעל: באשטייט פון צען נאמבערס 0.........9
העקסעדעסימעל: באשטייט פון זעכצן נאמבערס 0..........9 ABCDEF

לאמיר גיין צו ביינערי וואס דאס איז דאך נוגע פאר אונז
1 אוז 1
10 אוז 2
11 אוז 3
100 אוז 4
101 אוז 5
.........
1100100 אוז 100
דא האט איר א ליסט https://www.javatpoint.com/binary-numbers-list
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך נעה » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 6:23 pm

נישט פארטיג
סקומט נאך
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 9:21 pm

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: אלעס איבער דיגיטאלע סטארידזש

תגובהדורך נעה » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:43 am

יעצט ווי מיר האבן שוין געזאגט באשטייט די סקרין פון פיצקעלע לייט באלבס וואס צינדען זיך און לעשן זיך
האט מען גענומען ביינערי זאל זיין די טראנסמישן, דאס הייסט אז 0 לעשט אויס און 1 צינד אן
און דעס איז גרינגער ווי צו האבן פאר יעדע נאמבער אדער אות א עקסטערע סוויטש
שטעל דיך פאר ווען יא וואלט מען געדארפט א גאנצע רום פאר דעם

אלעס איז זייער גוט אבער וויאזוי ווערט די ווערטער אדער פיקטשורס וואס מיר ריקוועסטן געטוישט צו ביינערי צו אנצונדען און אויסלעשן געוואנדן אין וואס?

איז די תירץ אז סאיז דא קליינע טשיפקעלע וואס ווערט אנגערופן סענטרעל פראגרעם יוניט אין קורצן CPU וואס דעס קאנווערט די טעקס צו מאשין קאוד וואס דאס איז ביינערי

וויאזוי ארבעט די CPU
גיי מיר עס מסביר זיין אי"ה מארגן
די פיר חלקים וויאזוי עס ארבעט
און איינוועגס וועט מען שוין וויסן די מעלות פון א שנעלע CPU פארוואס סארבעט שטאט אסאך מאל וכו'
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך נעה » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:50 am

איינס האט געשריבן:בענין זה
viewtopic.php?p=2227331#p2227331




האב איך עס דורכגעליינט
ער שרייבט דארט אז כדי סזאל ווערן ביינערי גייט עס קודם דורך עקסידעסימעל
איך מיין סהאט אן אנדערע נאמען יענע חלק פונעם CPU ווי מיר וועלן מארגן מסביר זיין סאיז איינס פון די פיר חלקים אינעם CPU
אלעס אנדערש איז הערליך באשריבן
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך נישט פשוט » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 9:31 am

נעה האט געשריבן:ברוך: צייל מיר צען נאמבערס
בערל: 0 1 2 3........

ברוך: יעצט צייל מיר 16 נאמבערס אן דאפלען ווי למשל 10 11
בערל: סאיז נישט מעגליך

ברוך: קום לאמיר דיר אויסלערנען נאך3 מינע וועגן פון ציילן נאמבערס
סאיז דא פיר מינע באקאנטע וועגן פון ציילן
ביינערי: באשטייט פון צוויי נאמבערס 0 1
אקטעל: באשטייט פון אכט נאמבערס 0.........7
דעסימעל: באשטייט פון צען נאמבערס 0.........9
העקסעדעסימעל: באשטייט פון זעכצן נאמבערס 0..........9 ABCDEF

לאמיר גיין צו ביינערי וואס דאס איז דאך נוגע פאר אונז
1 אוז 1
10 אוז 2
11 אוז 3
100 אוז 4
101 אוז 5
.........
1100100 אוז 100
דא האט איר א ליסט https://www.javatpoint.com/binary-numbers-list

איך האב שוין געזן אפאר פלעצער דא אויפן וועלט רעדן פון ביינערי דא האט איר, אויב איר קענט מסביר זיין וויאזוי די פייל סיטעם ארבעט און וויאזוי מקען עקעסען א קארטל פארן פארמאטן וואלט איך שטארק האנה געהאט.
מיסטער נעה איר ברויכט מער מסביר זיין מיין איך .
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=70&t=16867
ווען די ווילסט עפעס שרייבן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=26456
http://ftp.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p1556161

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: אלעס איבער דיגיטאלע סטארידזש

תגובהדורך נעה » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:33 pm

מיין ציל איז אנצוקמען מסביר זיין אלעס איבער די מעמארי פון א קאמפיטאר SD CARDS HARD DRIVES
כדי דאס צופארשטיין דארף מען קענען די בעיסיקס סוא איך גיי עס איבער שנעל סתם צו האבן א קליינע השגה
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
אלטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6250
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אלעס איבער דיגיטאלע סטארידזש

תגובהדורך אלטער » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:38 pm

זייער אינטערעסאנט! גיי אן דערמיט.
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

חוות דעת
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע: ארץ ישראל

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך חוות דעת » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 9:01 pm

נעה האט געשריבן:ברוך: צייל מיר צען נאמבערס
בערל: 0 1 2 3........

ברוך: יעצט צייל מיר 16 נאמבערס אן דאפלען ווי למשל 10 11
בערל: סאיז נישט מעגליך

ברוך: קום לאמיר דיר אויסלערנען נאך3 מינע וועגן פון ציילן נאמבערס
סאיז דא פיר מינע באקאנטע וועגן פון ציילן
ביינערי: באשטייט פון צוויי נאמבערס 0 1
אקטעל: באשטייט פון אכט נאמבערס 0.........7
דעסימעל: באשטייט פון צען נאמבערס 0.........9
העקסעדעסימעל: באשטייט פון זעכצן נאמבערס 0..........9 ABCDEF

לאמיר גיין צו ביינערי וואס דאס איז דאך נוגע פאר אונז
1 אוז 1
10 אוז 2
11 אוז 3
100 אוז 4
101 אוז 5
.........
1100100 אוז 100
דא האט איר א ליסט https://www.javatpoint.com/binary-numbers-list

וואס איז די ציל פון די אלע מינע וועגן פון ציילן? וואס איז נישט גוט מיט די פשוטע וועג ווי אזוי די באבע'ס האבן געציילט זייט בריאת העולם???

פארוואס דארף מען אלעס מאכן אזוי קאמפלעקערעט?

ווי אזוי פלעגט די רבי אין חדר זאגן: אז מען קען גיין גלייך פארוואס דארף מען גיין פארקערט?

נעה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: אלעס איבער דיגיטאלע סטארידזש

תגובהדורך נעה » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 10:08 pm

דאס האבן מיר מסביר געווען
אז די סקרין איז סתם לייטס און סדארף סך הכל אן אנצינדער און אויסלעשיר
האט מען געמאכט אז 0 גייט פאר אויסלעשן און 1 פאר אנצינדער און דעס קען אלעס פארשטיי וואס מען וויל צוליב ביינערי באשטייט פון די צוויי נאבערס
אבער ביז סווערט אויסגעשטעלט פאר די צוויי נאמבערס גייט עס דורך א סיסטעם וואס ריפט זיך CPU וואס ליינט וואס מען שיקט און עס איז מסדר נאך א גאנצע פראסעס צו סך הכל די צוויי נאמבערס וואס דעס זענען די סוויטשעס
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך בבקשה » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 10:30 pm

חוות דעת האט געשריבן:
נעה האט געשריבן:ברוך: צייל מיר צען נאמבערס
בערל: 0 1 2 3........

ברוך: יעצט צייל מיר 16 נאמבערס אן דאפלען ווי למשל 10 11
בערל: סאיז נישט מעגליך

ברוך: קום לאמיר דיר אויסלערנען נאך3 מינע וועגן פון ציילן נאמבערס
סאיז דא פיר מינע באקאנטע וועגן פון ציילן
ביינערי: באשטייט פון צוויי נאמבערס 0 1
אקטעל: באשטייט פון אכט נאמבערס 0.........7
דעסימעל: באשטייט פון צען נאמבערס 0.........9
העקסעדעסימעל: באשטייט פון זעכצן נאמבערס 0..........9 ABCDEF

לאמיר גיין צו ביינערי וואס דאס איז דאך נוגע פאר אונז
1 אוז 1
10 אוז 2
11 אוז 3
100 אוז 4
101 אוז 5
.........
1100100 אוז 100
דא האט איר א ליסט https://www.javatpoint.com/binary-numbers-list

וואס איז די ציל פון די אלע מינע וועגן פון ציילן? וואס איז נישט גוט מיט די פשוטע וועג ווי אזוי די באבע'ס האבן געציילט זייט בריאת העולם???

פארוואס דארף מען אלעס מאכן אזוי קאמפלעקערעט?

ווי אזוי פלעגט די רבי אין חדר זאגן: אז מען קען גיין גלייך פארוואס דארף מען גיין פארקערט?


ווייל עס עקזיסטירט נאך נישט עכט קיין קוואנטום קאמפיוטערס. און די Babbage Machine איז קיינמאל נישט געבויט געווארן, און אפילו ווען יא וואלט עס געווען צו גרויס.

אנטשולדיגט איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן.

איך גלייב איז די פארשטייסט נישט עכט וואס איך האב געשריבן, די נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז מען האט יא געקלערט צו ניצן די געהעריגע וועג, סאיז נאר געווען פראבלעמען דערמיט, מילא ניצט מען ביינערי. סאיז נאר שווער מסביר צו זיין על רגל אחת, אויב די ווילסט, ליין די ארטיקל וואס איינס האט גלינקט צו, וועסטו בעסער פארשטיין פארוואס מען ניצט ביינערי.

חוות דעת
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע: ארץ ישראל

Re: Fat32 NTFS ExFAT. וואס זענען דעס

תגובהדורך חוות דעת » זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:46 pm

בבקשה האט געשריבן:
חוות דעת האט געשריבן:
נעה האט געשריבן:ברוך: צייל מיר צען נאמבערס
בערל: 0 1 2 3........

ברוך: יעצט צייל מיר 16 נאמבערס אן דאפלען ווי למשל 10 11
בערל: סאיז נישט מעגליך

ברוך: קום לאמיר דיר אויסלערנען נאך3 מינע וועגן פון ציילן נאמבערס
סאיז דא פיר מינע באקאנטע וועגן פון ציילן
ביינערי: באשטייט פון צוויי נאמבערס 0 1
אקטעל: באשטייט פון אכט נאמבערס 0.........7
דעסימעל: באשטייט פון צען נאמבערס 0.........9
העקסעדעסימעל: באשטייט פון זעכצן נאמבערס 0..........9 ABCDEF

לאמיר גיין צו ביינערי וואס דאס איז דאך נוגע פאר אונז
1 אוז 1
10 אוז 2
11 אוז 3
100 אוז 4
101 אוז 5
.........
1100100 אוז 100
דא האט איר א ליסט https://www.javatpoint.com/binary-numbers-list

וואס איז די ציל פון די אלע מינע וועגן פון ציילן? וואס איז נישט גוט מיט די פשוטע וועג ווי אזוי די באבע'ס האבן געציילט זייט בריאת העולם???

פארוואס דארף מען אלעס מאכן אזוי קאמפלעקערעט?

ווי אזוי פלעגט די רבי אין חדר זאגן: אז מען קען גיין גלייך פארוואס דארף מען גיין פארקערט?


ווייל עס עקזיסטירט נאך נישט עכט קיין קוואנטום קאמפיוטערס. און די Babbage Machine איז קיינמאל נישט געבויט געווארן, און אפילו ווען יא וואלט עס געווען צו גרויס.

אנטשולדיגט איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן.

איך גלייב איז די פארשטייסט נישט עכט וואס איך האב געשריבן, די נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז מען האט יא געקלערט צו ניצן די געהעריגע וועג, סאיז נאר געווען פראבלעמען דערמיט, מילא ניצט מען ביינערי. סאיז נאר שווער מסביר צו זיין על רגל אחת, אויב די ווילסט, ליין די ארטיקל וואס איינס האט גלינקט צו, וועסטו בעסער פארשטיין פארוואס מען ניצט ביינערי.

wow!!! געליינט, און זייער אינטרעסאנט און רייך. קיינמאל געוויסט ווי טיף איז די פשוטע זאך פון נומערן.
איך וואלט יעדעם ג'עצה'ט צו לייענען יענעם ארטיקל, אויב וויל מען באמת פארשטיין די פאלגענדע ארטיקלן.


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט