ניגון מיוזיק געהעקט!

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

ניגון מיוזיק געהעקט!

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:45 am

ווי עס זעהט אויס איז "ניגון מיוזיק" געהעקט געווארן דורך אומבאקאנטע העקערס.
ווי עס שיינט זענען די באאמטע פון ניגון נאכנישט באוואוסטזיניג צו דעם פאקט.

סיי וועלכע פעידזש מען לאודט אויף ניגון מיוזיק ווערט געלאודט דזשאווא סקריפט פון https://sitiodamata.com.br

אויב איינער האט שייכות מיט די חברה ביי ניגון מיוזיק קען ער זיי מודיע זיין דערוועגן




niggun.jpg
niggun.jpg (127 KiB) געזעהן 1453 מאל



אויף דערווייל איז שטרענג אנגעזאגט אז מ'זאל נישט מאכן קיין שום פעימענטס אויף זייער סייט


(פארראכטן די קעפל, אראפגענומען "ווארשיינליך")
לעצט פאראכטן דורך עין טובה אום מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:26 am

א ווארטזאגער פאר ניגון האט נארוואס ריפלייט אין אימעיל (אין א פרייע איבערזעצונג): "יישר כח פארן דאס ברענגען צו אונזערע אויגן, מיר זענען באוואוסטזיניג דערצו און ארבעטן עס צו פאררעכטן. אלע פעימענט דאטא זענען סעיף, היות עס ווערט נישט געפראסעסעט אויף אונזער סייט דיירעקטלי."

די מעלווער איז ווארשיינליך געווארן איינגעפלאנצט אויף זייער סייט ערגעצוואו צווישן מעי 9 און מעי 19 פון די יאר.

ס'איז ראטזאם אז סיי ווער האט עפעס געקויפט אויף זייער סייט נאך מעי 9, זאל איבערקוקן די קארטלעך פאר אומבאקאטנטע טשארזשעס.

עין טובה פאר קנ"א טעכנאלאגיע
...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5543
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:38 am

;l;p-

ייש"כ פאר די פרייע מאניטערינג, און איבערזעצונג...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:23 am

ניגון האט שוין אראפגענומען די מעלווער פון זייער סייט.
ווי זיי זאגן האט עס נישט אפעקטירט קיין קאסטומער דאטא, אבער ווי געשריבן פריער איז אוודאי ראטזאם צו באקוקן די קארטלעך, ווי אויך איז ראטזאם צו טוישן די פעסווארד פון ניגון אויב האט מען אריינגלאגט נאך מאי 9.
די מעלווער וואלט נישט געלאפן אויב האט מען א גוטע עד בלאקער, א שטייגער ווי יו-בלאק.

קודאס פאר די באערדע פון ניגון פארן שנעל מסדר זיין די פראבלעם, און אוודאי זאלן זיי ווי שנעלער טוישן אלע אדמין יוזערנעינס און פעסווארדס.
...

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:18 pm

עין, דו ביסט פיין... דו קוקסט דורך די סאורס פון יעדע וועבסייט וואס דו באזוכסט? וויאזוי אין די וועלט האסטו דאס געטראפן??

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:29 pm

ממה נפשך האט געשריבן:וויאזוי אין די וועלט האסטו דאס געטראפן??
די עסקנים פון קנא טעכנאלאגיע האבן עס אנדעקט... ס'איז ממש א ווייגעשריי אז מאנכע (נישט דוקא ניגון, נאר אין אלגעמיין), טוען פארנאכלעסיגן זיכערהייט, אפילו נאך זיי ווייסן דערפון, ווילאנג מען פובליצירט עס נישט ברבים...

ביי די היימישע קען עס צומאל זיין אייוועלט, אין די צייט וואס ביי אנדערע איז עס צום ביישפיל טוויטער.

איך האב שוין פיל מאל פערזענליך געאימעילט מענטשן, פירמעס און רעגירונג אגענטורן איבער זייער זיכערהייט פראבלעמען וואס איז, 'אבוויאוס' ווי מ'זאגט, און רוב מאל האב איך ניטאמאל צוריק געהערט פון זיי.

נישט אייביג קען מען אלעס פובליצירן ברבים.

ס'איז דא פילע מאסנאמען וואס ווערט פארלאנגט לעגאל, מטעם די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען וואס צו טוהן אין אזא פאל. עס קען אפקאסטן שווערע געלטער פאר די באטראפענע פירמעס.

אין א סייד נאוט, איז גוט צו האבן סייבער אינשורענס פאר אזא פאל, רעדט מיט אייער לאקאלע אינשורענס אגענט דערוועגן.
...

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:45 pm

און פארוואס איז אייוועלט NOT SECURE?
צוגעלייגטע
55.JPG
55.JPG (22.17 KiB) געזעהן 699 מאל
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.
כאפצעם: טראמפיזעם איז א גייסטיגע טראגעדיע.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9832
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:07 am

אימפעט האט געשריבן:און פארוואס איז אייוועלט NOT SECURE?

ווייל עס נישט צו נויטיג, נישטא קיין גרויסע ריזיגע סודות דא וואס איינער קען גנב'ענען פון דיר.

דער סעקיור/נישט-סעקיור איז בס"ה א סימן אז איינער וואס הערט זיך צו צו דיין אינטערנעט טרעפיק (דורך זיין קאננעקטעד צו דער זעלבער אינטערנעט ווי דיר, אדער דורך אנדערע וועגן) קען נישט זען דיין פעסווארד און אנדערע אינפארמאציע. אויף אייוועלט וואס האט נישט קיין גרויסע סודות (און אז א היימישער מענטש זאל דיר מגלה זיין אזוי וכדו' איז א long shot) קערט נישט קיינער גענוג אז עס זאל אויסמאכן (נישט אז עס וואלט נישט געווען א שיינע זאך צו צולייגן, נאכדערצו אז עס איז בחינם היינט צוטאגס, אבער beggars can't be choosers...)

וואס יא, און דאס זאל מען עניוועי נישט טון, איך האף אז דו האסט נישט דיין אייוועלט פעסווארד די זעלבע ווי דיין דזשימעיל אדער באנק אקאונט...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

veltsman
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:24 am

זיכער איז דאס נויטיג און וויכטיג משום גילוי ועוד ועוד!!
והתרעתי על זה כמה פעמים
בכלל קוקט אויס אז די בעלי הסייט... נו שוין לאמיר נישט צופיל רעדן
ס׳ליגט אויף א סערווער פון א קליינע (היימישע) קאמפאני אין מאנטריאל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9832
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:04 am

veltsman האט געשריבן:זיכער איז דאס נויטיג און וויכטיג משום גילוי ועוד ועוד!!
והתרעתי על זה כמה פעמים
בכלל קוקט אויס אז די בעלי הסייט... נו שוין לאמיר נישט צופיל רעדן
ס׳ליגט אויף א סערווער פון א קליינע (היימישע) קאמפאני אין מאנטריאל

ווי א גרויסע פראבלעם גילוי זאל נאר זיין, אויב איינער סניפט דיין טרעפיק און קוקט דיינע זאכן האסטו אנדערע דאגות פאר דעם, און מורא האבן אז פונקט וועט א היימישער דאס טון איז א long shot. (דער "ועוד ועוד" איז לדעתי סתם דראמא באט איי דייגרעס.)

ווי מען האט שוין דא אסאך מאל דיסקוסירט איז פשוט אז דער סייט איז נישט קיין פריאריטעט פאר די בעלי בתים (און דאס איז נישט זייער פרנסה, אויב עפעס בלויז אן עקספענס), אבער דער פאקט אז עס ליגט ביי א ספיציפישע האוסטינג קאמפאני איז בכלל נישט קיין ראיה דערצו, ווייל ביי דער קליינער קאמפאני אין מאנטריאל באקומסטו זיכער מער פריאריטעט סערוויס ווי ווען דו האסט שערד-האוסטינג ביי גאו דעדדי (און דער סייט איז מיינעך כמעט קיינמאל נישט דאון אלץ א סערווער סערוויס אישו, אלע אישוס זענען אינעווייניג אינעם סייטס סיסטעם.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9832
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:24 am

אימפעט האט געשריבן:און פארוואס איז אייוועלט NOT SECURE?

אגב, כמדומה אז אייוועלט האט בעצם סעקיור HTTPS, עס ווערט נאר נישט אליינס רידיירעקטעד. טריי צו גיין צו https://www.ivelt.com (אנשטאט http://www.ivelt.com) און זע צו עס קומט אויך ארויף.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

veltsman
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:37 pm

Screen Shot 2019-08-13 at 12.35.27 PM.png
Screen Shot 2019-08-13 at 12.35.27 PM.png (63.42 KiB) געזעהן 293 מאל

Shuli
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:51 pm

veltsman האט געשריבן:
Screen Shot 2019-08-13 at 12.35.27 PM.png

דאס קומט ווייל געוויסע בילדער גייען נישט דורוך https

אבער א חשש גילו איז נישט דא

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 3:12 pm

Shuli האט געשריבן:
veltsman האט געשריבן:
Screen Shot 2019-08-13 at 12.35.27 PM.png

דאס קומט ווייל געוויסע בילדער גייען נישט דורוך https

אבער א חשש גילו איז נישט דא

יא אזוי ווי די זאגסט, די סייט איז מיקסט קאנטאנס, סאוי אפי' די וועסט גיין צו HTTPS וועט שטיין:
Your connection to this site is not fully secure
די בילדער אויף די סייט איז געווענדליך יא אויך SSL אבער נישט אלע למשל דא איז די בילד נישט
http://www.ivelt.com/ads/lof19.gif


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט