שאהן הענניטי האט געשריבן:נישט געזען קיין אשכול פאר דעם. אפשר קען מיר איינער רעקאמענדן א גוטע פילטער פאר א ווינדאוס לעפטאפ?
מיין בעה"ב וויל נישט טע"ג, ער האט נישט געהאט קיין גוטע עקספיריענס מיט זיי. איך וואלט קאנסידערט עפעס אזוי ווי K9.
איך ווייס אז טע"ג איז נישט א נאמען פון א פילטער, אבער איך זיך נישט זיך איינצורייסן מיט אים, ס'איז נישט מיין חפץ.
אלזא וואס קענט איר מיר פארשלאגן?
איך ניץ גדר...
זיי געבן אויסנאם גוטע סערוויס און האבן טעקנישנס וואס קענען זיך אויס....
איך טוה אין it און איך בין א דעוועלעפאר ממילא האב איך קאמפליצירטע פראבלעמען וואס סתם עמך האט נישט און אלעמאל האבן זיי געקענט העלפן.
איך פלעג קודם ניצן אנדערע שטארק אויפגעכאפטע פילטערס און איך פלעג טאפן א דופק...
בעיקר לייגן זיי אריין אסאך כוחות אין די קוואליטעט אז עס זאל גוט ארבעטן (מיטן צולייגן סערווערס וכדומה).
ועל כולם ארבעט עס די זייער זייער שנעל זיי מאכן דאס זיכער דורך ארויפלייגן אויף פראקסי געוויסע און געוויסע דורך אראפנעמען(ווענט זיך אין דיין אינטערנעט פראוויידער) און דורך זיכערמאכן אז די סערווער איז פיין. ביי מיר ארבעט עס די זעלבע שנעל ווי אן די פילטער. משא"כ די אנדערע קאמפאניס זענען אלע שטאט איינער מער און איינער ווייניגער..
(לגבי פראקסי קען מען זיי בעטן צו טוישן ארויפצוגיין אדער ארפצוגיין אויב וויל מען אנדערש).
ווען מען שיקט אריין א ריקוועסט צו עפענען א סייד ווערט עס געטוהן זייער שנעל (אונטער צוויי מינוט נארמאל) און פשוטע זאכן ווערן געעפנט אויכעט אינמיטן נאכט גלייך אויפן פלאץ.
לגבי אידישקייט בין איך אריינגעפאלן אין ווייניגער ראיות אסורות במשך אגאנצע חודש ווי דאס וואס מען פאלט אריין מיט איין מאל גיין אויפן גאס.. (אבער נישט קיין פולע ראיה פון מיר וויבאלד איך ניץ די אינטערנעט נאר פאר מיין ארבעט און איך גיי ניטאמאל שאפינג כש"כ נייעס די איינציגסטע זאך איז אביסל אייוועלט... ווי אויך ניץ איך גאר א גוטע עד בלאקער..).
זיי האבן אויך א אפשען צו קענסלען און צוריקבאקומען די געלט די ערשטע וואך (אדער צוויי איך געדענק נישט קלאר ווילאנג).
אגב איך געהער נישט צו זייער קהילה איך האב דאס גענימען נאר וועגן די סערוויס..