פילטער פאר א לעפטאפ

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג יוני 11, 2019 11:03 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:משמור טשדארזדש פאר די באקס פער חודש, פלאס 10$ פאר יעדע פיסי.

בכלל נישט ביליג.

איך ווייס נישט איבער וועלכע פלאן/אפציע דו רעדסט אבער ביי דער נעטווארק אפלייענס באקס בעטן זיי גארנישט פער פיסי (מען דארף אפילו גארנישט אינסטאלירן אויפן פיסי און זיי האבן נישט עכט קיין וועג צו וויסן וויפיל פיסיס נוצן עס.)


וואס געשעט אויב מען קאנעקט צו אן אנדערע ווייפיי?

דאס פראטעקט "דיין נעטווארק" (קען זיין ווייערד און ווייפיי), האט נישט קיין שום עפעקט אויף א צווייטע ווייפיי (א ביזנעס וואס האט נארמאל אן אייטי מענעדזשמענט קען אוודאי שוין אנשטעלן אז מען זאל נישט קענען זיך קאננעקטן צו א צווייטע ווייפיי.)


הבנתי

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » דינסטאג יוני 11, 2019 11:30 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:משמור טשדארזדש פאר די באקס פער חודש, פלאס 10$ פאר יעדע פיסי.

בכלל נישט ביליג.

איך ווייס נישט איבער וועלכע פלאן/אפציע דו רעדסט אבער ביי דער נעטווארק אפלייענס באקס בעטן זיי גארנישט פער פיסי (מען דארף אפילו גארנישט אינסטאלירן אויפן פיסי און זיי האבן נישט עכט קיין וועג צו וויסן וויפיל פיסיס נוצן עס.)



איך האב גענומען א קוואט פון זיי, די באקס איז 50 א חודש פלאס 500$ איינמאליגע פי. פלאס 10 $ פער פי א חודש , ער קען טאקע נישט וויסן וויפיל פיסי'ס עס טיז דא אויפן נעטווארק, אבער זיי פרעגן.

אפשר קענען זיי וויסן דורך די אייפי פון יעדע פיסי,


משומר בעט יא פער פיסי $10 (מינימום 5 פיסי׳ס און די ערשטע איז $15 וואס קומט אויס צו $55) פלאס $50 פאר די באקס פער חודש - ס״ה $105 א חודש אחוץ די $500 איינמאליגע פי.

ווייסט איינער גדר/דזשענטעג פרייזן?

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » מיטוואך יוני 12, 2019 10:51 pm

גדר בעט 10 פאר די ערשטע 5 קאמפיאטערס נאכדעם 4.99 פאר יעדע קאמפיאטער פאר 7 קאמפאטערס קומט עס אויס בערך 60$ זייער א גוטע פרייז און איך באקום זייער שנעל און גוטע סערוויס

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

Re: פילטער פאר א לעפטאפ

תגובהדורך לעמעלע » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:47 pm

איך זיך א פילטער ווי איך קען אלעס בלאקן און נאר team viewer זאל זיין אפען
איך גלייב איך קען טרעפן עפעס פאר פרי.
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

Re: פילטער פאר א לעפטאפ

תגובהדורך יסוד ארי » מיטוואך אפריל 01, 2020 7:49 pm

Tag.techloq.com
Block all is free

אוועטאר
גרויסער חכם
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
לאקאציע: אין קעניגס פאלאץ

Re: פילטער פאר א לעפטאפ

תגובהדורך גרויסער חכם » מיטוואך אפריל 01, 2020 8:04 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:נישט געזען קיין אשכול פאר דעם. אפשר קען מיר איינער רעקאמענדן א גוטע פילטער פאר א ווינדאוס לעפטאפ?

מיין בעה"ב וויל נישט טע"ג, ער האט נישט געהאט קיין גוטע עקספיריענס מיט זיי. איך וואלט קאנסידערט עפעס אזוי ווי K9.

איך ווייס אז טע"ג איז נישט א נאמען פון א פילטער, אבער איך זיך נישט זיך איינצורייסן מיט אים, ס'איז נישט מיין חפץ.

אלזא וואס קענט איר מיר פארשלאגן?

איך ניץ גדר...
זיי געבן אויסנאם גוטע סערוויס און האבן טעקנישנס וואס קענען זיך אויס....
איך טוה אין it און איך בין א דעוועלעפאר ממילא האב איך קאמפליצירטע פראבלעמען וואס סתם עמך האט נישט און אלעמאל האבן זיי געקענט העלפן.
איך פלעג קודם ניצן אנדערע שטארק אויפגעכאפטע פילטערס און איך פלעג טאפן א דופק...
בעיקר לייגן זיי אריין אסאך כוחות אין די קוואליטעט אז עס זאל גוט ארבעטן (מיטן צולייגן סערווערס וכדומה).
ועל כולם ארבעט עס די זייער זייער שנעל זיי מאכן דאס זיכער דורך ארויפלייגן אויף פראקסי געוויסע און געוויסע דורך אראפנעמען(ווענט זיך אין דיין אינטערנעט פראוויידער) און דורך זיכערמאכן אז די סערווער איז פיין. ביי מיר ארבעט עס די זעלבע שנעל ווי אן די פילטער. משא"כ די אנדערע קאמפאניס זענען אלע שטאט איינער מער און איינער ווייניגער..
(לגבי פראקסי קען מען זיי בעטן צו טוישן ארויפצוגיין אדער ארפצוגיין אויב וויל מען אנדערש).
ווען מען שיקט אריין א ריקוועסט צו עפענען א סייד ווערט עס געטוהן זייער שנעל (אונטער צוויי מינוט נארמאל) און פשוטע זאכן ווערן געעפנט אויכעט אינמיטן נאכט גלייך אויפן פלאץ.
לגבי אידישקייט בין איך אריינגעפאלן אין ווייניגער ראיות אסורות במשך אגאנצע חודש ווי דאס וואס מען פאלט אריין מיט איין מאל גיין אויפן גאס.. (אבער נישט קיין פולע ראיה פון מיר וויבאלד איך ניץ די אינטערנעט נאר פאר מיין ארבעט און איך גיי ניטאמאל שאפינג כש"כ נייעס די איינציגסטע זאך איז אביסל אייוועלט... ווי אויך ניץ איך גאר א גוטע עד בלאקער..).
זיי האבן אויך א אפשען צו קענסלען און צוריקבאקומען די געלט די ערשטע וואך (אדער צוויי איך געדענק נישט קלאר ווילאנג).
אגב איך געהער נישט צו זייער קהילה איך האב דאס גענימען נאר וועגן די סערוויס..

חברה_מאן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 13, 2018 2:13 pm

Re: פילטער פאר א לעפטאפ

תגובהדורך חברה_מאן » מיטוואך אפריל 01, 2020 10:20 pm

לעמעלע האט געשריבן:איך זיך א פילטער ווי איך קען אלעס בלאקן און נאר team viewer זאל זיין אפען
איך גלייב איך קען טרעפן עפעס פאר פרי.

פאר דעם צוועק וועט לכאורה זיין אסאך פראקטישער א firewall, און שטעל אן אז אלע ports זאלן זיין צוגעמאכט און פארט 5938 זאל זיין אפן סיי UDP און סיי TCP, לרווחא דמילתא קענסטו אויפזיכן איינס וואס מען דארף א פעסווארד צו טוישן די סעטינגס
פאר איינער וואס איז מיושב נעמט צייט צו ענטפערן.......
*************************
פאר די אלע "אורחים" וואס טראכטן מיט קנאה אינמיטן א זאפטיגע אשכול "הלוואי קען איך עפעס צושרייבן" נו אויף וואס ווארסטו? דרוק דא און שרייב זיך איין

בען שפירא
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:50 am

Re: פילטער פאר א לעפטאפ

תגובהדורך בען שפירא » דאנארשטאג אפריל 02, 2020 1:35 am

לעמעלע האט געשריבן:איך זיך א פילטער ווי איך קען אלעס בלאקן און נאר team viewer זאל זיין אפען
איך גלייב איך קען טרעפן עפעס פאר פרי.

דא אזוינע פראגרעמס און אויב קענט איר זיך אויס קענט איר אויכעט אויפסעטן אייער קאמפיוטער אין קיאסק מאויד. אבער עס איז שאדט זיך צו מוטשען מיט דעם. זיכער אויב ווילט איר נישט דעם נסיון פון עס קענען אויפבלאקן. עני היימישע פילטער וועט עפעס קענען אויסארבעטן פאר דעם

אוועטאר
הייליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re:

תגובהדורך הייליג » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:27 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:משמור טשדארזדש פאר די באקס פער חודש, פלאס 10$ פאר יעדע פיסי.

בכלל נישט ביליג.

איך ווייס נישט איבער וועלכע פלאן/אפציע דו רעדסט אבער ביי דער נעטווארק אפלייענס באקס בעטן זיי גארנישט פער פיסי (מען דארף אפילו גארנישט אינסטאלירן אויפן פיסי און זיי האבן נישט עכט קיין וועג צו וויסן וויפיל פיסיס נוצן עס.)


וואס געשעט אויב מען קאנעקט צו אן אנדערע ווייפיי?

דאס פראטעקט "דיין נעטווארק" (קען זיין ווייערד און ווייפיי), האט נישט קיין שום עפעקט אויף א צווייטע ווייפיי (א ביזנעס וואס האט נארמאל אן אייטי מענעדזשמענט קען אוודאי שוין אנשטעלן אז מען זאל נישט קענען זיך קאננעקטן צו א צווייטע ווייפיי.)

אבער דער וואס וויל נוצן זייער ווייפיי דארף האבן אינסטאלירט אויפן קאמפיוטער זייער סערטיפיקעט נישט אזוי?

אוועטאר
הייליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: פילטער פאר א לעפטאפ

תגובהדורך הייליג » דינסטאג אפריל 07, 2020 4:27 pm

יסוד ארי האט געשריבן:Tag.techloq.com
Block all is free

ווען זיי בלאקען אלעס קען מען נאך אלטס עקסעסן טיעם וויוער?


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט