גרויסע פיילס - SHARE, לינקס, בעסטע מהלך

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

גרויסע פיילס - SHARE, לינקס, בעסטע מהלך

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אפריל 14, 2019 8:37 pm

בס"ד

אין אונזער אינדוסטריע קומט אסאך אויס צו ארבייטן מיט גרויסע פיילס, אסאך מער ווי די 10-20 מעגאבייט וואס אפיציעלע אימעיל קען פארנעמען.

איז דא וואס נוצן "לינקס" צו די פיילס אויף גוגל דרייוו. דאס איז א חורבן. מען האט נישט קיין עקסעס, מען דארף בעטן רשות, א גאנצע מעשה. א חורבן, כנ"ל. אויך שלעפט עס אראפ געפערליך די מעמארי פון מיין קאמפיוטער סיסטעם, איך ווייס נישט פארוואס. האט נאך איינער די אלע פראבלעמען אויף "לינקס" פון גוגל דרייוו ?

נאכדעם איז דא ווי-טרענספער אדער דראפ-באקס, צי אנדערע. אין דעם אליינס איז אויך דא סתם א לינק, אדער "שעירן". די "שעירן" טויג נישט, ווייל די זעלבע מעשה מיט גוגל דרייוו, עקסעס, פערמישאן, וכו' וכו'.

די בעסטע וועגן צו שעירן אדער שיקן גרויסע פיילס איז א "לינק" פון דראפ-באקס. פשוט און גראד, לייג עס אין דיין דראפ-באקס פאלדער, קאפי דעם לינק, און שיק דעם לינק אלס איין גראדע שורה אין א פשוטע אימעיל, נישט מער און נישט ווייניגער.

אויב מען וויל שעירן אסאך פיילס, מאכט מען א נייע פאלדער אין דראפבאקס, און מען שיקט א "לינק" צו יענע פאלדער, למשל צו איין פייל, און יענער באקומט עקסעס צום גאנצן פאלדער מיט די אלע פיילס, אבער נישט צו עפעס אנדערש אויף די דראפ-באקס אקאונט. נישט געזארגט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » זונטאג אפריל 14, 2019 9:09 pm

אין וואןדרייוו קען מען סעלעקטן עטליכע פיילס און שערן א לינק אן דארפן אריינלייגן אין א נייע פאלדער
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: http://indesign.toiglicher.com/

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דינסטאג מאי 14, 2019 3:39 pm

נייע נוצבארע אפציע:
send.firefox.com
מען קען שוקן פיילס גרויס ביז 1 GB
אויב סיינט מען אריין (בחנם) קען מען שוקן ביז 2.5 GB

אזוי אויך קען מען אנשטעלן נאך וויפיל דאונלאודס אדער טעג עס זאל זיך פארמעקן
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט