הילף ביטע: עקסטערנל ה"ד, קלאוד, בעקאפ, נאך ספעיס, וגו'

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

הילף ביטע: עקסטערנל ה"ד, קלאוד, בעקאפ, נאך ספעיס, וגו'

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 21, 2019 10:18 am

ביטע העלפט מיר ארויס.

איך האב דא א פראבלעם וואס נעמט אפשר אריין מער פון איין זאך, און איך האב נישט געטראפן אן אשכול וואס זאל דאס אדרעסירן.

איז אזוי. איך דארף האב נאך ספעיס. מיין קאמפיוטער איז פול מיט סחורה, איך מוז נישט, און איך וויל נישט דוקא, האלטן די אלע זאכן אין קאמפיוטער, (יעצט אויף די מינוט דארף איך דאונלאודן סחורה פון עטליכע צענדליגער ג"ב, אבער איך וויל עס נישט האלטן אין קאמפ.) עס מאכט שטייט דעם כלי און אויסער דעם קומט אלץ צו דער פראבלעם פון אויב עפעס געשעהנט.

איך האב ביז היינט קיינמאל נישט געהאט קיין בעקאפ, אלעס ליגט ביי מיר אין כלי, אדער אין דזשימעיל אלס אן אטאטשמענט.

איך דארף אבער יעצט עפעס טון. איז מיין פראגע דאפעלט. קודם, צו זאל איך פשוט קויפן אן עקסטערנעל הארד דרייוו און אלעס ארויפרוקן אויף דעם (אדער צוויי, שמא ימות אחד מהם...), אדער זאל איך בעסער קויפן קלאוד ספעיס און עס האלטן דארט.

אויב אן עקסטערנעל הארד דרייוו, דאן וועלכע? איך זעה עס זענען פארהאן מערערע מעניופעקטשורער ריפוירבישד, זאל איך גיין מיט דעם, אדער דוקא מיט א נייע? און אויב שוין יא, זאל איך שוין בעקאפן דעם גאנצן קאמפיוטער? אויב יא וויאזוי מאכט מען דאס אויף איין מאל? איז דא א וועג איך זאל דאס קענען מאכן מזמן לזמן, למשל איין מאל א חודש און עס זאל נאר בעקאפן די נייע, צוגעקומענע זאכן?

און אויב גיין מיט קלאוד, דאן וועלכע, וואס, ווי, וויפיל, וויאזוי?

איך זעה למשל עס איז דא פון גוגל, גוגל דרייוו, גוגל וואן (one), איך בין א טאטאלער עם הארץ ווען עס קומט צו דעם, איך ווייס נישט בין ימיני לשמאלי. איז גוגל גוט, אויב יא וואס, איז דא עפעס בעסערס? עפעס ביליגער?

יעצט אויף די מינוט האב איך נאר די בעסיק דשימעיל פון 15 ג"ב און דאס איז אלס וואס איך האב אנליין.

בקיצור, וואס טוט מען דא און וויאזוי געבט מען זיך א ריר ווייטער?

יישר כח גדול למפרע, ווען עס קען העלפן דא וועל איך אים געבן א גרויסע ברכה.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג ינואר 21, 2019 10:24 am

אנליין בעקאפ איז די מערסטע סעקיורד.

לייג אריין די ווארט "backup" ביי סעטינגס וועסטו האבן אלע מינע אפשענס ווי ווי אפט עס זאל זיך בעקאפן, וואס אלץ ס'זאל זיך בעקאפן און ווי ס'זאל זיך בעקאפן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג ינואר 21, 2019 10:26 am

איך האלט מיינע סחורה אויף גוגל דרייוו. צו ס'איז די בעסטע ווייס איך נישט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 21, 2019 10:34 am

זייט נישט ברוגז, איר האט געענטפערט שנעל, אבער קורץ. נאכאמאל, איך בין א טאטאלער עם הארץ אין די עניינים, אבער ממש, מדאורייתא ומדרבנן. איך האב אריינגעלייגט, און איך זעה דא עטליכע זאכן, וואס איך האב נישט קיין השגה וואס דאס איז:

בעקאפ יוזינג פייל היסטארי...
לוקינג פאר ען אלדער בעקאפ? (לכאורה איז די ענטפער ניין)
בעקאפ יור סטאפ...

און נאכדעם האסטו אריינגעווארפן עפעס א ווארט איבער דרייוו, איר וואלט אפשר געוואלט מרחיב הדיבור זיין איבער דעם?

און ווי געזאגט, איך מיין פראגע דא נישט נאר איבער בעקאפ. איך וויל לכתחילה האלטן געוויסע פיילס אינדרויסן פון מיין קאמפיוטער, וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט דעם? וויאזוי הייב איך אן?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג ינואר 21, 2019 11:10 am

קודם א שנעלע שאלה

וויפיל פלאץ דארפסטו?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג ינואר 21, 2019 11:32 am

א עקסטערנאל הארד דרייוו איז די ביליגסטער אפציע, פאר אן איינמאליגע אפצאל פון 100 טאלער האסטו ארום 2 ביז 4 טערעבייט, און אפילו די ווילסט קויפען 2 דערפון איז עס נאך אלץ די ביליגסטע,
אבער ווי דו שרייבסט שוין איז עס נישט זייער פארזיכערט -- עס קען זיך צוברעכן עס קען ווערן דעמידזשט אין א שריפה אדער וואסער (ה"י)
אחוץ אויב דו האלסט ביידע אין באזונדערע מקומות,
אבער מוזט געדענקען יעדע שטיק צייט צו אפדעיטען די בעקאפ, צב'ש איין מאל א חודש ברענגען די הארד דרייוו (אדער ביידע דרייווס אויב האסטע 2) און מאכן נאכאמאל די בעקאפ פון די פיילס פון די לעצטע חודש

צו מאכען א בעקאפ אנליין איז די מערסטע סעיף, אבער אויב האסטו אסאך פיילס גייט עס נעמען אסאאאאך צייט, און דו מוזט האבען א שנעלע קאנעקשאן, מיט גענוג דאטא allowance, און ווי מער דו לאדענסט ארויף וועט דיר דאס קאסטן מער, און דאס איז נישט א איינמאליגע אפצאל נאר חודש'ליך אדער יערליך.
גוגל איז לכאורה די מערסטע פארזיכערט ווייל ווי גרעסער די קאמפאני אלץ א גרעסערע מלאך גייט מיט --- פונקט ווי ביים דאקטער :P אבער קענסט אויך נוצן אנדערע קאמפעטישענס.

גוגל רופט זייער סטארעדזש אדער גוגל דרייוו (אצינד) אדער גוגל וואן (אין די נאנטע צוקונפט), די נאמען איז נישט משנה דא, העיקר הוא אז פאר א טערעבייט וועסטו צאלען ארום 10 דאלער א חודש אדער 100 א יאר, אויב איז דיר גענוג ווייניגער למשל 100 ג"ב קענסטו האבען פאר 2 טאלער א חודש אדער 20 א יאר.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג ינואר 21, 2019 12:13 pm

...א פשרה איז אויך נישט שלעכט; לייג די נישט אזוי וויכטיגע זאכן אויפ׳ן ה״ד און די וויכטיגע אפלאוד צו קלאוד...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 21, 2019 12:23 pm

אקעי, הייב איך אן צו כאפן. סאו קודם איז גוגל דרייוו אוןן גוגל וואן די זעלבע זאך. אקעי, איין דאגה אראפ פון קאפ. צוויי, איז אפשר לקיים שניהם. וועל איך טאקע אפשר אזוי טון. קודם זיך איינהאנדלען פאר א צוואנציגער נאך הונדערט ג"ב, און ארויפרוקן דארט דאס וואס איך דארף שוין, און נאכדעם קען מען אויך קויפן אן עקסטערנעל ה"ד און דאס אויך נוצן. אקעי, הערט זיך גוט.

עמער טרייען.

יישר כח פאר די הילף, דער באשעפער זאל ענק בענטשן מיט אלעם גוטן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 21, 2019 1:28 pm

אקעי, יעצט, אז איך האב מיר שוין איינגעהאנדלט נאך הונדערט ג"ב (סתם א שקר, עס איז נישט נאך הונדערט, נאר נאך 85, ווייל איך האב דאך געהאט פופצן בחינם, און יעצט האב איך א ס"ה פון הונדערט. און יאהו געבט מיר הונדערט בחינם סתם אזוי) וויאזוי ריק איך אריין אהין זאכן. איך דארף יעצט אראפלאדענען אסאך העווי פיילס און איך וויל עס גראד אריינלייגן אהין. וויאזוי טו איך דאס?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג ינואר 21, 2019 1:45 pm

גיי אריין אין דרייוו -- רייט קליק אויף די ליידיגע סקרין און דריק upload files
בעסער איז אז דו רייט קליקסט און מאכסט קודם נייע פאלדערס אז זאכען זאלען קענען זיין מסודר, נאכדעם קענסטו דרוקן אפלאוד פיילס
קענסט אויך מאכן דרעג-און-דראפ, דהיינו שלעפן די פיילס מיטן מויז צום סקרין פון דרייוו

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג ינואר 21, 2019 1:47 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:נאך הונדערט ג"ב (סתם א שקר, עס איז נישט נאך הונדערט, נאר נאך 85, ווייל איך האב דאך געהאט פופצן בחינם, און יעצט האב איך א ס"ה פון הונדערט. און יאהו געבט מיר הונדערט בחינם סתם אזוי)

קוק ווי אזוי מען קען אומוויסענד זיין אזא כמו-כפוי-טובה......
ס'טייטש ווייל ער גיבט דיר אייביג 15 ג"ב "בחינם" ממילא אז דו קויפסט מוז ער שוין געבן עקסטרע 100......

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 21, 2019 4:02 pm

ער מוז גארנישט. ער קען זאגן ער געבט נאר 50 און בעטן טאפלט. איך זאג נאר וואס דער מציאות איז.

יאהו געבט הונדערט בחינם לכתחילה, און ער זאגט אז איך צאל 20 פאר הונדערט, אבער דאס איז אמת. דעצאל.

עניוועי, שקויעח פאר די אינפארמאציע.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 21, 2019 4:04 pm

און בד"וו, ס'איז גארנישט בחינם. ער שיקט מיר פאר דעם אדווערטייזמענטס, און שפיאנירט אויף מיר ממצרים ועד הנה.

פון יעדן אימעיל וואס איך שיק נאשט ער ארויס וואס ער קען אויף צו מאכן געלט. סאו ס'איז גארנישט בחינם. בחינם באקומט מען כינים.

איך האב א באקאנטן א ביזנעסמאן וועלכער זאגט מיר אז ער צאלט גרויס געלט פאר פשוט'ע אימעיל, ווייל ער וויל נישט מ'זאל שפיאנירן אויף אים.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג ינואר 21, 2019 4:24 pm

איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס איך בין אויסגעשפילט פונעם סיסטעם? כ'געדענק נישט אזא זאך אז כ'זאל האבן אמאל באקומען עדס פון גוגל. כ'ווייס אפילו נישט ווי איך דארף עס זעהן. די איינציגסטע מאל וואס איך זעה זייער (כמו) עדס איז ווען איך האב אפן google maps פאר א לאנגע צייט פרעגן זיי מיר צו איך דארף א סטאפ און זיי געבן מיר א ליסטה פון געז סטעישן'ס און רעסטעראנטס. ווי נאך באקומט מען זייער עדס?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג ינואר 21, 2019 7:23 pm

טהור;

קענסט אינסטולירן די גוגל דרייוו עפפ פאר גרינגערע אפלאוד און סינק
https://www.google.com/drive/download/

אגב, איי לאוו ווען דו רעגסט זיך, א שאד דו קומסט נישט אפטער...
...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג ינואר 21, 2019 7:31 pm

יישר כח אילע גוטע אידן. נאך א פראגע:

זאכן וואס איינער האט געשעירט מיט מיר אין גוגל דרייוו, ליגט עס שוין יעצט ביי מיר? עס נעמט אויף פלאץ? יענער קען עס נאך צונעמען? מוז איך עס עקסטער דאונלאודען אז עס זאל ליגן ביי מיר אדער נישט?

(עין טובה, פארוואס לאווסטו ווען איך רעג מיך. אן עין טובה דארף לאוון ווען א צווייטער איז פרייליך, צופרידן און אויפגעלייגט. אבער איך האב זיך בכלל נישט גערעגט. ווי האסט מיך געזעהן זיך רעגן?)
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג ינואר 21, 2019 7:39 pm

ווילאנג דו דרקוסט נישט "עד טו דרייוו" נעמט עס נישט אויף קיין פלאץ אין דיין דרייוו.

(נישט ווען דו רעגסט זיך, נאר ווען דו ביסט "פראסטרעיטעט")
...

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג ינואר 21, 2019 8:10 pm

איך בין obsessed מיט cloud computing נאך מער ווי וואקסינס... ביי מיהר איז "אלעס" אין די cloud. איך ארבייט פון אפאר אפיסעס. ווי איך זעץ מיך אראפ, בין איך אינדערהיים... אבער עס איז א גרעסער נושא. פאר רוב אינגעלייט וואס פירן נישט פארצווייגטע געשעפטן, איז Dropbox די בעסטע אפציע. איך וועל געבן א משל. אייער סעקראטאר מאכט א directory פון אלע ארבייטער און א פשוטער Excel. זי האלט עס נישט אויף איהר My Documents, זי פאלגט די קאמפאני פאליסי, און האלט עס אויף די סערווער און א ספעציעלע פאלדער. או קעי... זי שיקט אייך די דירעקטארט אין אן אימעיל. איצטער איז שוין דא "דריי" קאפיס. איינס אויפן סערווער, איינס אין איהר סענד באקס אויפן אימעיל, און איינס אין אייער אימעיל. דאן עפענט איהר עס אויף און מאכט אפאר updates און שיקט עס איהר ציורק. איז שוין דא נאך דריי קאפיס. זי סעיוועט עס אויפען סערווער פאר איעדן... בקיצור, מען קען אזוי נישט ארבייטן ווען די קאמפאני וואקסט. עס ווערט ווי דער ניגון פון פעסטער רבי, "איך בין מיין אייגענע זיידע".

אבער אויב האלט מען עס אין דראפבאקס, און מען שיקט עס מיט א לינק, דאן האט מען בלויז איין פייל.

עד כאן פאר קליינע קאמפאניס. אבער... ביז איצטער האבן מיהר גערעדט פון file sharing. א שטייגער ווי Google Drive, Dropbox, Box, וכו'.

אבער עס איז דאך נאך א מדריגה וואס ריפט זיך Collaboration. און דאס מיינט אז מען קען ארבייטען צוזאמען. לדוגמא ווי דאס איז בעסער ווי אין דראפבאקס. אין דראפבאקס איז אויך דא מער ווי איין פייל. ווייל אלעס ווערט saved אין איעדער קאמפיוטער, טאבלעט, וכו' וואס מען האט. נאר וואס דען? עס האלט און איין סינקען מיט דראפבאקס אויף די וועב, און עס מאכט זיכער אז איעדעס מאהל מען טוישט אדער לייגט צו א פייל, ווערט עס updated אויף אלע קאמפיוטערס. אבער וואס געשעהט ווען צוויי מענטשען ארבייטן אויף די זעלבע פייל (למשל אונזער directory אויף Excel)? עס גייט נישט איצטער קענען סינקען, און עס גייט ווערן צוויי versions פון די זעלבע פייל. דאן ווייסט מען נישט וועלכע איז די מערסטע updated און עס ווערט ממש א disaster.

נו וואס איז די עצה? די נעקסטע דרגא. Collaboration. די בעסטע איז Office 365 מיט Sharepoint.

ואי"ה, ווען איך וועל האבן צייט, וועל איך מאריך זיין.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג ינואר 21, 2019 8:22 pm

Kosher Travel האט געשריבן:נו וואס איז די עצה? די נעקסטע דרגא. Collaboration. די בעסטע איז Office 365 מיט Sharepoint.

אדער Google Sheets
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

מחשב
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג ינואר 21, 2019 9:12 pm

יאהו גיבט דיר 1 טב אומזונסט מיט אדווערטייזמענט און פאר 3-4 דאללער אדווערטייזמעט פרי.

@NMI אויב די סאושעל און פראמאושען טעב איז צוגעמאכט באקומט מען נישט קיין עדס.

@טהור שעירד קען דער אונער אויסמעקן, דו מוזט דאס עדן צו דיין דרייוו.
הוי מחשב...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9832
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג ינואר 21, 2019 11:01 pm

מחשב האט געשריבן:יאהו גיבט דיר 1 טב אומזונסט מיט אדווערטייזמענט און פאר 3-4 דאללער אדווערטייזמעט פרי.

@NMI אויב די סאושעל און פראמאושען טעב איז צוגעמאכט באקומט מען נישט קיין עדס.

@טהור שעירד קען דער אונער אויסמעקן, דו מוזט דאס עדן צו דיין דרייוו.

יאהו גיבט א טב אבער נאר פאר אימעיל, בשעת גוגל גיבט דיר אויך דרייוו צוזאמען. גרויסע חילוק. יאהו וואלט אויך נישט געגעגעבן קיין טב דרייוו...

אויך אויב מען האט א עד בלאקער באקומט מען נישט קיין עדס... כמעט אינערגעץ נישט...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג ינואר 22, 2019 10:16 pm

הענדימען האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:נו וואס איז די עצה? די נעקסטע דרגא. Collaboration. די בעסטע איז Office 365 מיט Sharepoint.

אדער Google Sheets

יא, עס איז אן option פאר א קליינע קאמפאני. דאך נישט קיין צושטעל צו Office 365. קומט אפילו נישט נאנט. פאר וועס האלט מיט... Office 365 פארט גאר שנעל און נייער ריכטונגען. Skype איז געווארן Teams, און מען קען האבן א פולע Phone System וואס איז א חלק פון Office 365, אריינגערעכט Video , וכו'. ווי אויך ארבייט אלעס אינאיינעם גאר גוט, אריינגערעכענט Dynamics 365, Sharepoint, ועוד.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

veltsman
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » דינסטאג ינואר 22, 2019 11:27 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:נו וואס איז די עצה? די נעקסטע דרגא. Collaboration. די בעסטע איז Office 365 מיט Sharepoint.

אדער Google Sheets

יא, עס איז אן option פאר א קליינע קאמפאני. דאך נישט קיין צושטעל צו Office 365. קומט אפילו נישט נאנט. פאר וועס האלט מיט... Office 365 פארט גאר שנעל און נייער ריכטונגען. Skype איז געווארן Teams, און מען קען האבן א פולע Phone System וואס איז א חלק פון Office 365, אריינגערעכט Video , וכו'. ווי אויך ארבייט אלעס אינאיינעם גאר גוט, אריינגערעכענט Dynamics 365, Sharepoint, ועוד.

פליז!! קוק אביסל אויפן געוועב, גאר גרויסע קאמפאניס נוצן Gsuit מיט גאגעל דאקס און ספרעדשיטס

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך ינואר 23, 2019 7:22 am

veltsman האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:נו וואס איז די עצה? די נעקסטע דרגא. Collaboration. די בעסטע איז Office 365 מיט Sharepoint.

אדער Google Sheets

יא, עס איז אן option פאר א קליינע קאמפאני. דאך נישט קיין צושטעל צו Office 365. קומט אפילו נישט נאנט. פאר וועס האלט מיט... Office 365 פארט גאר שנעל און נייער ריכטונגען. Skype איז געווארן Teams, און מען קען האבן א פולע Phone System וואס איז א חלק פון Office 365, אריינגערעכט Video , וכו'. ווי אויך ארבייט אלעס אינאיינעם גאר גוט, אריינגערעכענט Dynamics 365, Sharepoint, ועוד.

פליז!! קוק אביסל אויפן געוועב, גאר גרויסע קאמפאניס נוצן Gsuit מיט גאגעל דאקס און ספרעדשיטס

אמת. אבער עס איז גוט צו אביסל צו שעירן אינפארמאציע, קאלעקטן אינפארמאציע, וכו'. עס איז אבער נישט קיין פולע cloud solutions. עס קומט נישט צו צום שפיץ גאפל פון Office 365.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 6:44 pm

אקעי, איך האב זיך איינגעהאנדלט דרייוו, הונדערט ג"ב (ווי שוין געשמועסט, עכט נאר 85), און יעצט טריי איך צו דאונלאודען א דאקומענט פונעם אינטערנעט גראד צו דרייוו, אבער איך זעה נישט קיין וועג ווי מען קען עס טון. איז דא א וועג דאס צו טון, אדער איך גיי יעצט מוזן יעדעס מאל דאונלאודן צו מיין קאמפיוטער און נאכדעם אריינריקן אין דרייוו?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט