בלאט 1 פון 1

בלאקן א ספעציפישן קאמפיוטער פונעם נעטווארק

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 2:03 pm
דורך שמואל בארג
דער פראבלעם איז אזוי.

ס'איז דא א כלי וואס פארמאגט אסאך פיילס, אבער איך וויל אז פון איין קאמפיוטער אויפן נעטווארק זאל מען נישט קענען צוקומען דערצו, וואס איז די עצה?

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 2:18 pm
דורך עין טובה
מיט ווינדאוס פייערוואל קען מען עס מעגליך טוהן.

געב מער דעטאלן איבער די אויסשטעל? איז עס א דאמעין? איז דא פרינטערס מחובר צו יענע קאמפיוטער וואס מ'דארף יא קענען עקסעסן?

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 8:34 pm
דורך שמואל בארג
דאס איז א קאמפיוטער אויפן נעטווארק וואס עטליכע מענטשן באנוצן זיך מיט די פיילס דערויף, אבער איך וויל אז פון איין ספעציפישער קאמפיוטער זאל מען נישט קענען אריינגיין אין די פיילס.

מען דארף גארנישט קענען עקסעסן ביי יענע קאמפיוטער.

דער פראבלעם איז יענע קאמפיוטער האט פראמישאן אריינצוגיין און איך וויל דאס אראפנעמען, און אויך אויב מעגליך דאס אויך בלאקירן פון צו נעמען פראמישאן די קומענדיגע מאל.

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 8:41 pm
דורך בארד אין פיאות
Is the files on a separate drive?

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 9:00 pm
דורך שמואל בארג
בארד אין פיאות האט געשריבן:Is the files on a separate drive?


ניין

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 9:15 pm
דורך קנאפער ידען
שמואל בארג האט געשריבן:
בארד אין פיאות האט געשריבן:Is the files on a separate drive?


ניין

דער קאמפיוטער נוצער איז (דארף זיין) אן אדמין אויף זיין אקאונט?

א האום-גרופע שערינג האסטו שוין געטראכט? דאס האט א פעסווארד. (אגב געווען געמאלדן אז זיי גייען דיסקאנטיניוען האום גרופס בקרוב..)

געשריבן: דינסטאג ינואר 02, 2018 9:40 pm
דורך חכם ממה נשתנה
נארמאל וואלט איך געמאכט אויפן סערווער (מעין קאמפיוטער) אפאר יוזערס מיט אנדערע פעססווארדס [למשל ראובן-שמעון-לוי] פאר יעדע קאמפיוטער אויפן נעטווארק און דערנאך בשעת שערן די פאלדער שטעל איך אן ווער קען אריין און ווער נישט. נאכדעם פון די קליענט זייט (אנדערע קאמפיוטער וואס מעג אריין) לאג איך אריין מיט זיין סערווער יוזער און פעססווארד צום נעטווארק פאלדער.
מיט NTFS קענסטו אנשטעלן פונקטליך וועלעכע פייל יעדער קען זעהן

אויב איך פארשטיי וואס די מיינסט, ווילסטו נאר פארגעסן די פעסווארד פון די מעין קאמפיוטער(האט די שעירינג א פעססווארד בכלל?) לכוראה קענסטו עס דעליטן ביי קערדענטשאל מענדטשער

געשריבן: מיטוואך ינואר 03, 2018 1:05 pm
דורך שמואל בארג
חכם ממה נשתנה האט געשריבן:אויב איך פארשטיי וואס די מיינסט, ווילסטו נאר פארגעסן די פעסווארד פון די מעין קאמפיוטער(האט די שעירינג א פעססווארד בכלל?) לכוראה קענסטו עס דעליטן ביי קערדענטשאל מענדטשער


שוין גארנישט אזא 'חכם ממה נשתנה', דאס האב איך געמיינט, און א יישר כח פארן אנווייזן.

געשריבן: מיטוואך ינואר 03, 2018 9:09 pm
דורך חכם ממה נשתנה
שמואל בארג האט געשריבן:
חכם ממה נשתנה האט געשריבן:אויב איך פארשטיי וואס די מיינסט, ווילסטו נאר פארגעסן די פעסווארד פון די מעין קאמפיוטער(האט די שעירינג א פעססווארד בכלל?) לכוראה קענסטו עס דעליטן ביי קערדענטשאל מענדטשער


שוין גארנישט אזא 'חכם ממה נשתנה', דאס האב איך געמיינט, און א יישר כח פארן אנווייזן.

ביז דערווייל די בעסטע קאמפלימענט