וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט cpu - bios-ram-update

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 3:23 pm

זייער שיין אראפ געלייגט
BUT פאר מיר איז עס נאך אלס צי הויך
ס'איז מיין פראבלעם?
אויסער מיר פארשטייט עס יעדער??

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 4:38 pm

ווי ביזטו סטאק געווארן ? איך וועל דיר (אפשר) מסביר זיין
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 5:27 pm

ייש"כ! מורא'דיג הנאה געהאט!

ווי וואנט מאר!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 5:32 pm

פאר מיר זעט אויס ווי די לויפסט זייער שנעל פון איין זאך צום צווייטן
איך בין זייער שטייט אין די זאכן (קענסט קוקן מיין אוואטער)
אפשר איך וועל עס ליינען נאכאמאל וועל איך עס בעסער פארשטיין

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 9:13 pm

ר' גלעזעל איך האב זייער הנאה געהאט!
איך וואלט געוואלט זאלסט שרייבן אביסל וועגען אפערעטינג סיסטעם וואס איז די נפק"מ פון מעק צו ווינדאס
שכח.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 9:15 pm

איך ווארט אויף דיין PDF וואס האסט צוגעזאגט!
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 9:17 pm

וואף!!

ואס דער האט דא נישט אראפ געלייגט...

שכח גלעזעלע, א מאסיווע ארבעט!!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

געדענקער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:21 am

תגובהדורך געדענקער » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 10:01 pm

שכח זייער שיין געשריבן, איך קען קוים ווארטען פאר נאך

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

וואזוי ליינט מען ביינערי?

תגובהדורך גלעזעלע » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:46 pm

אפשר לערעסנטו מיך אויס וואזוי ליינט מען ביינערי? זיי מיר מסביר און נאמבערס. למשל איך ווייס..... מיין איי פי אדרעס.....! וואזוי ליינט מען עס אין ביינערי?

אקעי כארצען גערען , איז אזוי, ס'איז דא אפאר כללים וואס די דארפסט זיך איין חזרן אין נאך דעם קענסטו עס ליינען. מאך א טשארט פון קעסטלעך......און יעדע קעסטל ווערט דאבעל ווי זיין שכן . אזוי

Capture1.GIF
Capture1.GIF (2.19 KiB) געזעהן 2419 מאל


און יעדע קעסטעל איז דא 8 סוויטשעס,(ביטס) דעס איז די כלל...!!!
Capture2.GIF
Capture2.GIF (4.83 KiB) געזעהן 2419 מאל


און אזוי, קענסטו מאכן א חשבון וועלעכע נאמבער ס'שטייט...
ווען סאיז 1 (דאס הייסט ON) יעצט אויב די צווייטע סוויטש איז אויך ON) 1) (למשל 11000000 ) מיינט עס צוזאמען האלט מען ביי 192 = 128+64 שטימט?
יעדע ביט אין די סדר מיינט דאך א נאמבער!
אזוי ווייטער, אויב אלע איז 11111111 (ON) מיינט אז ס'איז דא 255 = 128+64+32+16+8+4+2+1
Capture3.GIF
Capture3.GIF (56.7 KiB) געזעהן 2419 מאל


סאו די ווילסט ליינען דיין איי פי אדרעס, וואס איז באמת ביטס... (ipv4 איז א 32 ביט אדרעס) נאר מ'האט עס געשריבן און נאמבערס ס'זאל זיין גרינג צו ליינען און שרייבן . (דאטאד דעסמעל נאטעשן) לאמיר זאגן דיין IP אדרעס איז 192.168.1.1 (32 ביטס!)

די ערשטע דריי נאמבערס 192 ביז די דאט אדער פינטעל איז די ערשטע בייט (8 ביטס)!
די צווייטע נאמבער 168 איז די צווייטע 8 ביטס, צוזאמען האלט מען ביי 16 ביטס :
אין די דריטע נאמבער וואס אין דע פאל איז א 1 איז דע 3'טע 8 ביטס צוזאמען האלט מען ביי 24 !,
און די לעצטע" 1 " אין דיין IP ADDRESS איז.... שרייטס אלע צוזאמען ..די לעצטע 8..!!! מיט א מניח זרקא.

סאו לאמיר שרייבן דיין איי פי (192.168.1.1) 00000001.00000001 11000000.10101000.
כאפ א בליק אין די טבלה שטימט?..... יעצט ליין איבער.!!!!!!! אקעי געכאפט!
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:07 pm

wow איך בין געווארן עלטער מיט אפאר מינוט

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 5:27 pm

שכח, מיר ליינען מיט דארשט יעדע ווארט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 12:43 pm

ישר כוח , זייער הנאה, שרייבט ווייטער

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 5:23 pm

שכח פאר אלע באדאנקערס. אזוי ווי סנעמט צייט צו שרייבן אין איך האב געוואלט זעהן וויפל ליינערס ס'איז דא האב איך געמאכט א אנקעטע דא
און סאיז נישט געווען גענוג שטימען ביז דערווייל.
ואתכם הסליחה.
נ. ב. אויב איך וועל לייגען נאך א שיעור וועט עס זיין וועגען, בייאוס און אפרעטיניג סיסטעמ'ס. עפל,ווינדאס,לינאקס דיסטראס.
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 1:43 pm

יעצט אפגעלייקנט די גאנצע, wow!

שטארק הנאה געהאט מיט אסאך ידיעות.

העמיר אריינגיין וואוטן. מ'קען נאך?

טעיסטערס טשויס
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:18 am
לאקאציע: אויפן צווייטן שטאק

תגובהדורך טעיסטערס טשויס » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 3:00 pm

האט דיך מייק מייערס געגעבן רשות צו איבערשרייבן פון זיין בוך CompTIA A+??

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מוצ"ש ינואר 27, 2018 10:08 pm

אפשר קען איינער טאקע רעקאמענדירן א גוטן בוך דערפאר

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג ינואר 28, 2018 1:08 am

יואל שרייבער האט געשריבן:אפשר קען איינער טאקע רעקאמענדירן א גוטן בוך דערפאר

זיי קלאר מסביר וואס דו זוכסט דער בוך זאל זאגן.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג ינואר 28, 2018 2:49 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:אפשר קען איינער טאקע רעקאמענדירן א גוטן בוך דערפאר

זיי קלאר מסביר וואס דו זוכסט דער בוך זאל זאגן.
ער זאל מסביר זיין וואס איך זוך :lol: ערנסט גערעדט א בוך וואס זאל מסביר זיין וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט פאר א מענטש וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס די פראגע "וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט" מיינט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג ינואר 28, 2018 3:01 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:אפשר קען איינער טאקע רעקאמענדירן א גוטן בוך דערפאר

זיי קלאר מסביר וואס דו זוכסט דער בוך זאל זאגן.
ער זאל מסביר זיין וואס איך זוך :lol: ערנסט גערעדט א בוך וואס זאל מסביר זיין וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט פאר א מענטש וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס די פראגע "וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט" מיינט

כ'בין נישט זיכער עס איז דא. עס איז צו קאמפלעצירט און פעלט אויס צופיל הקדמות, ביסייד די פוינט אז עס קען זיין אז דער ערשטער הקדמה וואס פעלט אויס איז א גוטע ענגליש...

How Computers Work דורך הרב Ron White איז א היבש סימפעל (שטייצעך אז איך בין נישט זיכער אז עס איז סימפעל פאר דיר...) און פיין. קענסט זען דארט אויף עמעזאן א פריוויאו:
https://www.amazon.com/How-Computers-Wo ... 9cab1f7152

51r1nQqI34L._SX374_BO1,204,203,200_.jpg
51r1nQqI34L._SX374_BO1,204,203,200_.jpg (50.51 KiB) געזעהן 1657 מאל
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג פאברואר 26, 2018 7:19 pm

איך בין ערשט יעצט אנגעקומען דא צו ערשטן מאל
גלעזעלע נאדיר א גרינע ;l;p- מאסיוו!!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג פאברואר 27, 2018 4:53 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:איך בין ערשט יעצט אנגעקומען דא צו ערשטן מאל
גלעזעלע נאדיר א גרינע ;l;p- מאסיוו!!


שכח פארן ארויף ברענגען .
פארוואס שרייבט ער נישט ווייטער ? סאיז דא נאך פיינע ארטיקלען דא אזוי ווי דעס ?

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:01 pm

גלעזעלע, דער עולם שטייט און ווארט אז די גלעזעלע זאל גיסן פון זיך.

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » זונטאג מארטש 04, 2018 11:50 am

אז דע עולם וויל האב איך געשריבן נאך אביסל...
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

היינט גייט מען רעדן פון עפעס וואס הייסט BIOS.

תגובהדורך גלעזעלע » זונטאג מארטש 04, 2018 12:13 pm

איך וויל נאך אמאל דערמאנען, איך שרייב פאר פושטע עמך אידן , און בכלל נישט טיף , וואס מפארשטייט נישט קען מען איבער פרעגען .

וואס איז בייאוס? (BIOS) ווער מאכט עס ? וויפיל קאסט עס? וויפיל קען איך האבן?

די ענפער איז . "בייאוס" איז א סאפטווער וואס איז די ערשטע צוראגירען ווען א PC צוינד זיך אן.......
די ר"ת פון בייאוס איז, "Bעסיק .... "i נפיט..... " Oויטפאט........ "S יסטעם.

צופארשטיין וואס די ציל פון בייאוס איז, וועלן מיר מאכן אפאר הקדמות.

א קאמפיטער באשטייט פון צוויי הויפט חלקים- הארדווער- און סאפפטווער.
יעצט, וואס איז די חילק פון הארדווער און סאפט ווער...... ? ? און וואס טוט וואס......?!

איז אזוי.

דיין קאמפיטער באשטייט פון 3 קאנצעפטס,
1 איינער וואס לייגט אריין אינפארמציע , (אינפאט) דער וואס לייגט אריין-אינפאט, איז דיין קיבארד אדער סקענער וכו' יא?! ווען די טייפסט לייגגסטו אריין אינפארמציע !
2 און איינער פראסעסעט עס (CPU) די פראסעסער איז דער וואס מאכט די חשבון ..
3 אין נאך דעם ווייזט ער דיר עס, (OUTPUT) אין דיין מאנטיער סקרין בלע"ז איז די-OUTPUT דער וואס ווייז עס דיר.
....

יעצט, וואס פאלט אריין אין הארדווער, און וואס איז סאפטווער?
הארדווער מיינט הארטע סחורה למשל א קיבארד איז א חפץ-"הארד" אדער הארד דרייוו ,USB.
און א "פראגרעם" למשל א געים און דיין קאמפיטער איז סאפטווער, ווייכע זאכן.....


כדאי אלע הארדווער זאל קענען ארבטען אין איינעם, למשל די ווילסט זעהן אויף דיין מאניטער עפעס פון די הארדדרייוו מוז אלעס זיין מחובר איינער מיטן אנדערן....
די אלע חלקים (קאמפאנעטס) וואס די האסט, אנגעהויבן ביי דיין קיבארד ביז דיין פראססעסער ( CPU) ... מוז זיין מחובר......

די זאך אויף וואס אלעס איז באהאפטען הייסט א מאדער בארד. MOTHERBORD מאמע בארד.
(מאדערבארד איז א הויפט מחותן אין א קאמפיטער בממילא פארדינט ער זיך א אייגענע קאפיטל )

סאוי, אונז האבן שוין א זאך אויף וואס אלעס איז מחובר יעצט דארף זיין עפעס א מין טעכלאנגיע וואס גייט מאכן נוצון דערפון , כמיין וואס פאסירט ווען א פראסעסער טרעפט א הארדרייוו???? ? אדער אסאך בעסער געפרעגט וויאזוי ווייסט דער דומם אז דעס איז אפי' א הארדרייוו ?!

איז די מאכניזעם וואס טוט אט דאס, הייסט סאפטווער, די פראגע יעצט איז וויאזוי מאכט דאס די סאפטווער?
און אנדרע ווערטער וואזוי ארבעט הארדווער מיט סאפטווער אין איינעם ?!

די סאפטווער פארשטייט וואס די הארדווער איז, דורך דרייווערס.... יעדע הארדווער אן אויסנאם אנגהויבן ביי די קיבארד, און מייזל, און USB , און יעדע זאך וואס די פלאגסט איין אין דיין PC מוז האבן א דרייווער!!!
(למען האמת גייט אלעס אויך מיט קאנטראלערס וואס ממאיז נישט יעצט פארשטיין)


יעצט. וואס איז די דרייווער?

א דרייווער איז א פייל. וואס איז ווי א קוד בוק ...... וואס זאגט אין ביינערי שפראך 01 וואס דעס און דעס דארפסטו טוהן, אדער האב איך געטוהן . דאס הייסט א דרייווער..
למשל די דריקסט א באטן אדער די סקסענסט עפעס וועט די CPU עס פארשטיין דורך די דרייווער.....

למשל די דריקסט א באטן.. וואס געשענט איז, אז סווערט א קוד אין ביינערי ,און דורוך די דרייווער ווייסט די CPU וואס די האסט געדריקט, און מאכט זיין דזשאב און שיקט עס ווייטער צו די גרעפיקס קארד און די גרעפיקס קארד ווייזט דיר עס אויף דיין סקרין.
(אויב פארשטייסו נישט ווי ס'קומט אריין דא ביינערי דארפסטו איבערליינען די CPU ארטיקל)

סאוי די פארשטייסטו שוין אז נאר מיט דרייווערס קען מען האבן עפעס פון די הארדווער... למשל דיין קיבארד אדער הארדדרייוו.
איז מיינט דעס אז יעדע קאמפאנענט וואס ליגט אויף דיין מאדערבארד האט א דרייווער מיט זיך.......




יעצט פארשטייסטו אז פון די ערשטע מינוט וואס די CPU וויל טוהן עפעס דארף ער רעם און א הארד דרייוו וכו' און די" דרייווערס מיט זיך" !

דעס מיינט אז די קאמפעני וואס מאכט די מאדער בארד דארף ארויף לייגען אלע דרייווערס וואס ספאלנגט זיך אז מזאל קענען אנהייבן צו צוזאמשטעלן א PC !

סאוי אונז האבן שוין א מאדער בארד מיט א CPU מיט קאמפאנעטס מיט אסאך דרייווערס....!
איז לאמיר טראכן ווי לייגט מען די דרייווערס? (די פיילס)
וואס זאגסטו צו עס האלטן אין די הארד דרייוו?
אין די הארדרייוו איז נישט קיין אפשען ......!
ווייל דעס מיינט אז סמיז שוין זיין א הארד דרייוו אוויף די מאדער בארד. וואס איז די מעשה ווען איך וויל קויפן נאר א מאדער בארד? אדער מנעמט ארויס די הארד דרייוו ? קען מען פארגעסן מער פון די PC אן דרייווערס קען מען בארן קלאפן.

סאוי די בעסטע עצה איז, מ'זאל מאכן " אויף די מאדערבארד" א א קליינע מעמרי סלאט פאר דרייווערס!

און דאס איז טאקע וואס מ'האט געטוהן אויף די מאדער בארד איז דא א קליינע טשיפ וואס דארט ליגט די אלע דרייווערס.
( ROM- וואס איז נאנ וואלעטעל -סמיינט סמעקט זיך קיינמאל נישט אויס)

און אט דאס איז בייאוס!!!!!!!!!!

טשיפ.PNG
טשיפ.PNG (113.78 KiB) געזעהן 1581 מאל


סאוי בייאוס האט גארנישט מיט די OS די בייאוס ווערט נישט געמאכט ביי די זעלבע קאמפעני וואס דיין OS גייט זיין. ער ליגט דארט פון ווען די קאמפני וואס מאכט די מאדערבארד האט עס געלייגט.
---------------
יעצט לאמיר רעדן פון די בייאוס....

זיין נאמען איז בעסיק אינפאט אוט פאט ווייל דעס איז וואס ער טוט ער גייט ארויף ברענגען נאר אלע בעסיק חלקים... אדער בעסער געזאגט אלע בעסיק דרייווערס ווי פאר די CPU RAM HHD USB און ווייטער וואס ספעלט זיך אז די OS זאל קענען אנהייבן ארבטען און איבער נעמען די ארבעט.

איז די ערשטע זאך וואס פאסירט ווען די דריקסט אויף דיין פאווער באטען איז......... די CPU באקומט לעקטער און וואס ער טוט איז, ער הייבט אן לאודן דרייווערס פון בייאוס און קוקט צו סאיז דא געוויסע זאכן אויפן מאדער בארד.
אויב זעט ער אז ספעלט געוויסע זאכן למשל, אויב סאיז נישט דא קיין רעם, גייט ער נישט ווייטער,

און אויף די מאדער בארד איז דא א קליינע ספיקער (יא...! פאר דעם איז אויך דא א דרייווער וואס די בייאוס האט געלאוד) וואס גייט פייפען.
(די קליינע ספיקער איז אויב סאיז נישט דא קיין דיספלעי צו ווייזען א ערראר קאוד, איז דא ביפ קאודס.)

אויב איז אלעס דא גייט ער ווייטער....
המשך יבוא אי"ה.
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג מארטש 04, 2018 12:20 pm

טיימר יו, טעינק יו. מאוו אן.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט