קומט אריין פאר א "גלעזעלע" שנאפס און א גוט ווארט- cpu

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גלעזעלע
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

קומט אריין פאר א "גלעזעלע" שנאפס און א גוט ווארט- cpu

תגובהדורך גלעזעלע » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 1:04 pm

ב"ה
ברוכים הבאים חשוב'ע ליינער. די פלאן דא איז אנצוהייבן א נייע סעריע פון פארשטיין אביסל קאמפיוטערס, און וויאזוי זיי ארבעטן, נישט טיף, אין א לייכטע שפראך מיט לייכטע ווארמע איבערבייס, געשריבן פאר אזעלכע וואס האבן נישט קיין שום אהנונג, און ווייסן גארנישט וואס א קאמפיוטער איז-אין מאמע לשון.

און דע קאפיטל אדער סעריע , לאמיר זיך באקענען מיט די זאך וואס הייסט "CPU " סענטרעל פראסעסינג יוניט.
סקען זיין אז די עפענסט אויף צוויי ריזיגע אויגן אויף מיר, וואס מיינט דעס? האסט געזאגט אז דו רעדסט דא פאר אזעלכע וואס האבן נישט קיין שום אהנוג און ווייסן גארנישט !!!!!
איז.... ווער האט עס ? וואו האלט מען עס ? פארוואס איז געמאכט? ס'איז גרויס? קליין ? א עסן? א פארק ?!.

איז אזוי, כדאי צו פארשטיין וועלן מיר מאכן מערערע הקדמות. (הייבט זיך אן הא....?) סאיז בכלל נישט קאמפליצירט, אדער שווער צו פארשטיין, נאר מדארף פשוט זיין אינפארמירט מיט אפאר זאכן.
אין קורצן איז עס די "מוח" פון א קאמפיטער, ער טוט אלע חשבונת, די ראשי תיבות פון ס"י פ"י י"א טיישט אזוי, "Cענטראל" מיינט צענטראלע , "Pראסעסער" איז פשוט פראסעסעט, "Uניט מיינט באזע, אין קורצען -CPU .

(וואס בכלל מיינט א PC? וואס איז א אפערעיטינג סיסטעם (OS)? וואס איז א סערווער ? וועלן מיר מסביר שפעטער, ווייל מקען עס אסאך בעסער פארשטיין נאך דע קאפיטל.)
העלען מיר גיין בדרך שאלה ותשובה, מסכים ? דו פרעג, אין איך וועל טרייען דיר צו מסביר זיין !

מסכים... איך האב פארענט פון מיר א סקרין, מיט א קיבארד, מיט א מייז, און פון אינטער מיין טיש, איז דא א באקס, וואס איך שטויס כסדר, יעצט וואס איז וואס ? און ווי ליגט די נא ..שוין פארגעסן אה,... סי פי יא ...??

אהה... די פרעגסט זייער אסאך אויף איין מאל.... לאמיר גיין שטאט, אז די ווילסט דווקא ! איך קען צו לייגן נאך זאכן..! ווי א פרינטער, און ספיקער און נאך. אבער קודם לאמיר אן הייבן בכלל וואס מיינט א קאמפיטער אדער גערופן אין די וועלט "PC ", און שפעטער וועלן מיר רעדן פון דע זאכן ווי די קיבארד און אנדערע.

אהה... אז די זאגסט שוין, איז א קראם בוק, סמארט פאוןס, קינדעל, טעבלעט, און אGPS א קליינע קאמפיוטער. איז א ריקארדער אויך א קאמפיוטער ??


געדולד.....!! איין זאך אויף אמאל..... כאפ נישט!

אהוי מסארי .! איך האב פארגעסן ... (איך צוטער ווען דו שרייסט!!! און ס'איז נישט גוט ווען מרעגט זיך... קאם דאון..! )


איז אזוי, א קאמפיטער רופט זיך “PC” . א פי סי אין יודיש מיינט, פערסענעל קאמפיוטער. וועסט אוודאי פרעגן וואס עפעס פערסנעל ?
איז די מעשה אזוי. ווען מאיז אויף געקומען מיט דעם קאנצעפט פון א קאמפיוטער, איז עס געווען זייער גרויס און טייער, אין נאר א רעגירונג האט זיך עס ערלויבט. שפעטער ווען סאיז געווארן הדבר השוה לכל נפש, און געווארן קלענער און ביליגער, האט עס זיך יעדער געקענט ערלויבן האט מען געמאכט א ברית און געגעבן א נאמען פאר די קלענערע," PC" פערסענעל קאמפיטער.

מז"ט מז"ט.... אז דו רעדסט פון גרויס און קליין, לאמיר טאקע פארשטיין וויפיל מינע קאמפיוטערס איז דא? ווען הייסט עס לעפטאפ ? וואס איז די חילק פון די מעק קאמפיוטערס..? איז די מעקעלע קאמפיטער א בעסערע, אדער איז עס געמאכט פאר די מעקעלעך וואס גיין פאר די עפעלעך ?

לאמיר דעס לאזן פאר שפעטער, ווען די וועסט שוין אביסל פארשטיין מער וועלן מיר רעדען די חילוקים פון איין קאמפיטער אדער קאמפעני צו די אנדערע. יעצט לאמיר גיין ווייטער.
א קאמפיטער איז א באקס וואס איז א דומם ער פארשטייט גארנישט, ער פאלגט פשוט, בעסער געזאגט ער "טוט " וואס די הייסט. אפי די הייסט נישט יעדע זאך, איז עס ווי א דאמינא עפקעט (רילעי)איין זאך טוט די אנדערע, אבער אלעס איז א תוצאה פון דיין מעשה.

איך האף אז די ווייסט וואס דו רעדסט.... עני וועי, איך ווייס אז א קאמפיטער איז א שנעלע קאלקיולעטער... וואס הייסט ?

יא אמת.. אבער נישט איינמאל שנעלער, נאר ביליאן מאל שנעלער, לאמיר דיך מסביר זיין. א קאמפיטער, בעסער געזאגט די "פראסעסער" איז גארנישט מער ווי סוויטשעס!!

וואס הייסט סוויטשעס ?

איז אזוי לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל מיט א קעניג, וואס האט געהאט צוויי בת יחידה'ס............ אקעי, לאמיר זאגן אז איך בין מורא'דיג קליג, מסודר און שנעל.... סאו די נעמסט מיך אז זאל מאכן אלע חשבונות פאר דיר. די גייסט מיר פרעגן וואס די ווילסט, אין איך גיי עס אויסרעכענען און ענטפערן פאר דיר..

"אבער" א גרויסע אבער.... אונז קען מען נישט קאמיוניקעטען! איך בין אין א שטוב און ס'איז פארמאכט! אונז מוזן מאכן עפעס א וועג וויאזוי אונז גיי מיר רעדן.... איך דארף נאר וויסן וואס די ווילסט פרעגען, אין איך דארף דיר קענען ענפערן יא?! סאו וואס טוט מען?
Capture.JPG
Capture.JPG (12.22 KiB) געזעהן 820 מאל


אקעי, איך האב א עצה.... ס'איז דא א לאך אין די פארמאכטע באקס, איך גיי אריין לייגען ווייערס אין אונז וועלן לייגען א באלב ביי ביידע עקען. דורך די באלב וועלן מיר האבן א קאמיוניקאציע, פארשטייסט ?

נישט דווקא.. וואס הייסט? וואזוי קען מען האבען א קאמיוניקעישן דורך באלבס.??


לאמיר מאכן א משל. די ווילסט זאגן צו סאיז יעצט צופרי אדער ביינאכט. סאו די צינסט אן די באלב וואס דעס וועט זיין א סימן אז יעצט איז ביינאכט, אזוי קען איך וויסן וואס יעצט איז אדער למשל די ווילסט וויסען ווען אויף צושטיין צופרי, אין סקומט איינער און צינד אן די לייט די וועקסט זיך אויף, די זעסט די לייט ארבעט, ווייסטו אז מ'דארף שוין אויף שטיין... פארשטייסט ?. די זעלבע זאך קען איך פין אינווייניג ענפערן דורך די באלבס- אזוי האבן מיר א קאמ.!

Capture.JPG2.JPG
Capture.JPG2.JPG (18.06 KiB) געזעהן 820 מאל

יעצט אז סאיז דא באלבס האבן מיר א שטיקעל קאמ. סאו איך שטיי אינעווייניג. איך האב א טיש, אויפן טיש איז דא 8 באלבס אין יעדע באלב האט א סוויטש. די האסט א טיש מיט 8 באלבס אין יעדע פון דע 8 באלבס האבען א סוויטש אין יעדע באלב איז קענעקטעט מיט די באלב אינערווייניג..... די ביסט מיט מיר ???

יא אביסל, נישט אין גאנצען, איך פארשטיי אז מקען קאמ. אבער וויאזוי ענפערט מען גאנצעטע שאלות דורך דעם?


אקעי דארפסט נאך נישט אלעס פארשטיין, לאמיר נעמען נאמבערס פאר א משל.... די ווילסט וויסן וויפיל איז איינס מיט איינס, די ווילסט אז איך פון אידערווייניג זאל דיר ענפער. סאו די גייסט אנצונדן א באלב, אדער אפאר באלבס,

אקעי איך קען שוין קוים ווארטן, איך צונד אן 4 באלבס אלע וואס האבן איינס האב איך אנגעצונדן!

Capture.JPG3.JPG
Capture.JPG3.JPG (12.86 KiB) געזעהן 820 מאל


אקעי, לאמיר אנהייבן. איך שטיי אידערווייניג אין זעה האסט אנגעצינדען פיר סוויטשעס אויפן טיש. באלב 3,באלב 4, זעקס און אכט. אקעי, איך גיי מאכן די חשבון און דיר ענפערען.

פון ווי ווייסטו וואס איך פרעג ווען איך צינד אן די פיר סוויטשעס ? כאפסט מיין שאלה?

יא... איז די תירוץ אזוי. איך האב א גראבע בוק-לאמיר אים רופן א רעדזשיסטער. דארט שטייט אלע קאוד'ס-וואס ס'מיינט ווען וועלעכע באלב סארבעט.... אין וואזוי צו ענפערן......למשל, די ווילסט וויסן וויפיל איז איינס מיט איינס. אקעי, איך זע אז ס'ארבעט צוויי באלבס. איך לויף שנעל צו מיין רעדזשעסטרי, אין קוק וואס ס'מיינט ווען די צווי ערשטע באלבס ארבעטען. איך רעכען אויס דיין שאלה\ריקוועסט. גיי איך און צינד אן די דריטע באלב און לעשאויס די איבריגע. (איי.... וויאזוי פארשטייסטו די קאוד וואס איך ענפער?! די זעסט דאך נאר א אויסשטעל פון באלבס ON און OFF.דאס וועל שפעטער מסביר זיין, יעצט לאמיר גיין ווייטער)
לעצט פאראכטן דורך גלעזעלע אום דינסטאג נובעמבער 14, 2017 1:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
גלעזעלע
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 1:08 pm

סאוי...... אין דיין רעשעמסטו.... וואט עווער די רופסט עס..... שטייט אלע חשבונות?!!! ס'אמיז זייןHUGE !!!!!!!!!!!!!!!

ניין.. דארט שטייט נאר וואס איך זאל טוהן. און וויאזוי צו מאכן חשבונות. כדאי צו מאכן מיינע(דיינע) חשבונות, מוז איך האבן א טיש ביי מיר און אויסשטעלן דארט וואס שטייט און די רעדזשעסטרי. און נאכדעם קען איך דיר ארויס געבען תריצים.
Capture.JPG4.JPG
Capture.JPG4.JPG (18.2 KiB) געזעהן 816 מאל

זאג מיר.... ווי לאנג דויערט דיר צו מאכן די חשבון, און קומען מיט די ענטפער ?

גוט געפרעגט... ווי שנעלער איך ענטפער, אלץ א בעסערע CPU בין איך. ( שפעטער וועל איך מסביר זיין וויאזוי איך ווער שנעל. און וואס סמיינט מאלטי קאר.) סאו... יעמט לאמיר גיין צום נמשל די מענטש אינעווייניג איז די " CPU".. די CPU , ווייסט נאר פון ON אדער OFF !! א קאמפיטער פארשטייט גארנישט אויסער אנגעצינדען אדער אויסגלאשן , אזוי ווי געשריבן פריער....

איך כאפ נאך נישט פוקנליך. זיי מיר בעסער מסביר וויאזוי, און וואס טוט זיך "אין" די CPU? וויפיל מאל מאכט ערON אוןOFF - אזוי שנעל? סאיז זיכער דארט מעס פון ווייערס אין סוויטשעס, ניין ?? סמיז זיין גאנץ גרויס!

לאמיר עס צו נעמען אויף דיים'ס און ניקלעך.... וואס איז א פראסעסר ? וועלעכע מאטריאל ?? א פראססעסער איז א שטיקעל סיליקאהן, וואס האט אזויווי קליינע לעכער. נישט סתם קליין, נאר מורא'דיג קליין וואס פארמענט לעקטער אין זיך. יעדע לאך, ווען סאיז אן געפילט מיט לעקטער, מיינט אז סארבעט, דאס הייסט ON . ווען נישט מיינט אז ס'איז אויסגלישעןOFF . סאוי סגייט נישט ממש מיט ווייערס.און די גאנצע CPU איז זייער קליין.. אזוי
Capture.JPG5.JPG
Capture.JPG5.JPG (9.74 KiB) געזעהן 816 מאל



המשך יבוא........
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 2:16 pm

זיסע מהלך, שיין געשריבן
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 2:23 pm

יישר כח! איך קען קוים ווארטן אויפן המשך, איך בין אלץ געווען זייער נייגעריג וויאזוי עס ארבעט, און די ביזט עס מסביר ברחל בתך הקטנה מיט א זיסע שפראך, קיפּ איט אפ!

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 2:23 pm

פי די עף איז מעגליך?

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 2:30 pm

wow wow wow, קיפ איט קאמינג!!!

אוועטאר
גלעזעלע
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 2:41 pm

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:פי די עף איז מעגליך?


איך וועל אי"ה לייגען ווען סאיז פארטיג די קאפיטל, ביטע נישט אויסכאפן..
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 2:47 pm

?אפשרטאקע האט געשריבן:wow wow wow, קיפ איט קאמינג!!!
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 3:03 pm

א זיסער מהלך עס צו מסביר'ן, ייש"כ!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 3:08 pm

זייער אינטערעסאנט, שכח.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 3:14 pm

זייער קיוט און אויך אינטערעסאנט
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 3:15 pm

פלטיאל האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט און אויך קיוט

blue moon
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 3:32 pm

פיינע סחורה.
שוין לאנג געווארט פאר אזא זאכליכע\נוצבארע ארטיקל. ייש"כ.

איר מעגט היבש מקצר זיין מיט די "קיוט" חלקים. עס איז גיט אַ ווערטעל דא דאָרט. צופיל קען אמאל איבלען.
לעצט פאראכטן דורך blue moon אום דינסטאג נובעמבער 14, 2017 4:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 3:45 pm

ניין!!
לאז געמאכט
צווישן וכך היה אומר און וכך היה מונה פאלט מען זיבן מאל כורעים (קרעדיט הרב שאול קליין שליט"א)
כאפט אייך אריבער

אוועטאר
אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 4:40 pm

WOW, גאר א רייכער ארטיקל מיט אזא זיסע שפראך.

זייער קלאר פארשטאנען יעדעס ווארט, אין "דער איד" איז געלאפן פאריאר אן ארטיקל דערוועגן, אבער ס'איז צו שנעל געלאפן פאר מיר אלס א בעגינער, איר זאגט זייער קלאר און פאמעליך.
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

הצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 10:22 pm

איך האב זיייער הנאה
קום אריין קלאר

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 10:29 pm

גאר פיין גלעזעלע! קיפיראפ!
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

קוואדער
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 12, 2016 9:10 pm

תגובהדורך קוואדער » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 11:02 pm

א גרויסן ייש"כ, און אויך פארן עס מאכן אינטערסאנט.

נודה לך
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 11:11 pm

קוואדער האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ, און אויך פארן עס מאכן אינטערסאנט.


גא"מ
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 10:09 am

א שיינעם דאנק!
די ערשטע מאל איינער שרייבט דא אזוי קלאר און צוביסלעך אפילו פאר אזעלכע קליינע קעפ ווי מיר!

גייט ווייטער און ווייטער און פארשטייט זיך גיס צו דיינע זיסע באשטאנדטיילן בשפע.

וועם ס'איבלט איז דא א מיסט קאסטן אין די זייט.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
גלעזעלע
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 1:59 pm

העלא... לאמיר גיין ווייטער פון נעכטען. (מקען אריין גיין אסאך טיפער אין יעדע זאך, אבער איך מיין אז די עולם וויל מער פשוט, גיי איך אויף דע מהלך)

לאמיר אריין קריכען אביסל טיפער, געדענטסט נאך אונזער משל פריער מיט די טיש און די באלבס ?....יא?! סאו ON -גייט הייסן פון היינט און ווייטער "1" און OFF- גייט הייסן "0". אין די קאמפיטער שפראך הייסט עס "ביינערי" 0 אין1...... (יעדע "0" אדער " 1 " איז א ביט....) דאס הייסט יעדע זאך גייט מיט זירא'ס און וואנ'ס...( יא... אזוי ווי די סענז סטריט אידן זאגען)

זאגט מיר.... למשל,איך האב דא א פייל, די פייל סייז איז פיר מעגע בייטס. האט עס עפעס מיט די ביטס וואס די האסט יעצט גערעדט??
יא. אבער לאמיר רעדן פון דעם שפעטער. יעצט, ווען מ'וויל עפעס זאגען פארן קמפיוטער קען עס געשען נאר דורך 01- גערופון "בייננערי". אקעי, יעצט לאמיר זאגן סאיז דא 8 סוויטשעס-ביטס, וואס איז 1 "בייט"...! יעצט, לאמיר צוריק גיין צו אונזער משל אויבן. די ערשטע צוויי סוויטשעס פון די טיש זענען " 11" דעס מיינט די ערשטע צוויי ביטס אנגעצונדען! אין די איבריגע זענען 000000 אויסגעלאשען יא?! ס'איז דאך דא 8 סוויטשעס !! איז אזוי... יעדע זאך, אות, אדער נאמבער, וואס די זעסט, האט א אויסשטעל פון זיראס און איינס וואס רעפרעזענטירן די אות. נאר אזוי קען עס א דומם ליינען און ארבעטען מיט דעם, יא...?! למשל, דו דריקסט א באטטען אויף דיין קיעבארד, לאמיר זאגן די + באטען.... ווען די דריגסט אויף עס, צינדסטו אן סווישטעס!! און ס'קומט אריין אין די פראססעסער אן אויסשעל פון ביטס, למשל אזוי 000000001 (באמת איז דעס נישט די אויסשטעל ! דעס האט מיט די דרייווער'ס, נאר פאר די משל. וואס דרייווערס זענען, וועט זיין א צווייטע מאל.)

איך פארשטיי אז די וועג וויאזוי מען שרייבט הייסט ביינערי, אבער וויאזוי קען מען מיט ביינערי שרייבן אלע מינע ווערטער? איך מיין.... וויפל מינע אויסשטעלן קען מען שוין מאכן מיט 1'ז און 0'ס?!

גוט געפרעגט.... איך זע די כאפסט שוין אביסל די זאך!
יעצט אז די פארשטייסט שוין די וועג וויאזוי די פראסעסעסער ארבעט, דאס הייסט ער נעמט א אויסשטעל פון 0 1 , לאמיר זעהן וויפיל אויסשטעלן מקען מאכן מיט 01 ,?! מיט די צוויי ביטס, קען מען מאכן אזוי, 00 איין וועג, אדער11, אדער 01 ,און נאך איין וועג אזוי 10. סאו דאס הייסט, מיט א 2 ביט פראסעסר, קען מען מאכן 4 אויסשטעלן פעטערנס. סאו קענמסט מיר זאגן וויפיל אויסשטעלן=פערענטס מקען מאכן מיט 8 ביטס הא?
האממ.... איך ווייס נישט !

אקעי מוזט נישט וויסן, מ'קען מאכן 256 וועגען! סאו ווי מער ביטס, אלס מער קען מען מאכן, יא?

יא! סאויו וויפעל קען מען מיט א 64 ביט ?

מיט א 64 ביט פראסעסער קען מען מאכן 18,446,744,073,709,551,616 אויס שטעלן !! (264)

(וואף.... וויפיל איז עס אין סייז ? סאיז 18 עקסעבייטס....! ביסט משוגע זיס! וואס מיינט שמעקעסעבייטס?

אה....... די סדר גייט אזוי, א ביט- נאך דעם 8 ביטס איז איין בייט. און פון דא און ווייטער גייט עס פער 1000. טויזענט בייטס (אדער פינקלעכער 1024)איז איין קילאבייט. טויזענט קילאבייט איז איין מעגאבייט און אזוי ווייטער .Kilobyte, Megabyte, Gigabyte, Terabyte, Petabyte, Exabyte...... לשבר את ההויזען... (דיין אויער קען עס עני ווע נישט פארשיין ) וויפיל"אויס שטעלן" מקען מאכן מיט 128 ביט ? (דיין (IP ADDRESS V6 יעדע אדרעס-אויסשטעל, איז אזוי גרויס ווי א ברעקעל זאמד, און די ווילסט עס אריין לייגען אין א האלטער וועט די באקס דארפן זיין אזוי גרויס ווי די גאנצע וועלט און נאך אלץ נישט זיין גענוג גרויס!!!!!!!)

אקעי. יעצט לאמיר אביסל אריין גיין טיפער אין דעם, האסט שוין אמאל געזען ווען די ווילסט DOWNLOADEN א אפפ איז דא צווי אויסוואלן- פאר 32 ביט, און פאר 64 ביט, ?!
(נישט דרייווער'ס! א 32 ביט אפלעקעשן (אין ווינדאס איז האסטו צוויי פאלדערס פאר אפלעקעשנ'ס איינס הייסט, -program files , און איינס הייסט program files(x86) , וואס איז פאר 64 ביט) וועט ארבעטן אויף א 64 ביט OS אבער 32 ביט דרייווער נישט.)

יא!, איך מיין אז מיין ,PC איז א 64 ביט( איך פול מיך שוין ווי א שטיקעל טעק...)

יא סאיז! אז נישט, קויף יעצט א נייע.....! דעס מיינט אז דיין "OS-אפרעטינג סיסטעם " אפערעיט אויף א אויסשטעל פון 64 ביט דעס מיינט 8 פעקליך פון 8 בייטס יעדע "בייט" באשטייט פון 8 "ביטס" אבער אונז רעדן פון די פראסעסער! נישט פון די OS ווי למשל WINDOWS .

דע 64 ביט וואס אונז רעדען דארף מען אביסל מער מסביר זיין, ווי גייט די ביטס?? די ביטס גייט צן די RAM!

הוי.... כ'האב שוין נישט קיין כוח. וואס מיינט דעס רעם? פאר א שווארץ קאפל!

"רעם" איז א פלאץ וואס די CPU לייגט אין נעמט אינפארמאציע. אונז וועלן נישט רעדן יעצט פון רעם, אבער אביסל וועלן מיר מוזון כדאי צו פארשטיין וואס סמיינט 64 ביט פראסעסער!

אקעי מסכים ,זיי מזביר אבער איך זאל קענען פארשטיין!

אקעי. וועלן פראבירען, לאמיר מאכן א משל. וויפל קארן קענען פארן אויף א הייוועי פון צוויי לעינס אויף איינמאל?

וואס הייסט וויפל ווענד זיך ווי שנעל מעפארט!

נישט אמת, אויב יעדער פארט שנעל, קענען מער קארן פארן ? וואס עפעס?! לאמיר זאגן א הייועי פון צוויי לעינס, די פילסט עס אן מיט קארן, אין יעדער פארט. גייט מען קענען צו לייגען נאך קארן אויב מגייט זיך נעמען רייסן..... ?? קלאר אז נישט!! די זעלבע איז דא ביי די ,CPU אפי' סאיז שנעל אין איך קען נישט אויס שטעלן מער ווי צוויי ביטס האב איך גארנישט פון א שנעלע פראסעסער ! איך קען דיר נישט זאגן מער ווי פיר זאכן ס'פשוט נישט מעגליך נישט קיין חילק ווי שנעל איך בין ! אבער אויב לאמיר זאגן איך מאך א ריזיגע הייווע פון 32 לעינס קענען אסאך קארן פארן. די זעלבע זאך דא ווי מער סוויטשעס, אלס גרעסערע אויסשטעלן קען איך ענפערן.
סאוי, אויב סאיז דא ליידגע לעינס ווייל סאיז דא אסאך קען איך אין די זעלבע צייט שיקן אנדערע מעסעדזשעס אויף די ליידיגע לענס, אזוי קען אויסגעפירט ווערען שענלער מער זאכן.
דע לענס הייסט "אדרעס באס ". ווי א גרעסערע באס סאיז דא, אלץ גרעסערע אויסשטעלן און ס'ווערט שנעלער אויסגעפורט .
Capture1.JPG
Capture1.JPG (15.6 KiB) געזעהן 385 מאל

(וועגען דעם איז גארנישט ווערד מער ווי 4 גיג רעם אין א 32 ביט פראסעסער, 2 טא דעי פאווער אויף 32, איז 4 גיג )
יעצט לאמיר אביסל רעדן פון די פראסעסער זעלבסט. די פראסעסער איז פיצל. (וואס סליגט היינט אין די איין פראסעסעער וועלן מיר רעדן א אנדרע מאל)
וויאזוי קלויבט מען א פראסעסער, און וועלעכע קאמפאני?


המשך יבוא.....
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 3:28 pm

הערליך הערליך!
די נושא, די שפראך און די הסברה, עפעס אויסערגעווענליך!

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 4:55 pm

אנבעליוועבל!

אזויפיל אינפארמאציע אין איין טאג, איך ווער שוין א מומחה דא.

גיי ווייטער, מיר לעכצן אויף נאך.

אוועטאר
גלעזעלע
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 1:41 pm

העלא אלע חשובע קאמפלימענטירער... לאמיר גיין ווייטער פון נעכטען.

וויאזוי קלויבט מען א פראסעסער, און וועלעכע קאמפאני?

איז אזוי די גייסט מן הסתם נישט קויפן א פראסעסער אליין ( אויב יא דארפסטו נישט ליינען די ארטיקעל ) די גייסט נאר קוקען וועלעכע CPU די קאמפעני האט אריין געלייגט.

סאוי איך דארף יעצט געדענקען 1000 מינע פראסעסער'ס ?

דארף'ן דארפסטו גארנישט , חוץ דינען דעם בורא! אויב די ווילסט וויסן, איז דא צוויי גרויסע בחורים וואס דאמנירען די מארקעט.....
די גרעסטע קאמפעני איז, INTEL. די צווייטע גרעסטע איז AMD.
Capture10.JPG
Capture10.JPG (18.22 KiB) געזעהן 260 מאל

פון אינטעל איז דא אזוי........ i3/i5/i7 ........פאר פשוטע קאמפויטער'ס, ווי א העכערע "איי" איז בעסער.
פאר ביליגע קאמפויטערס איז דאPentium/Celeron . און פאר סערווערס איז XEON- וואס איז שטערקער אין האט אין זיך אסאך מער מעמערי. באמת האב איך נישט געוואלט אריין גיין אין מעמערי, אבער סאיז ממש א עבירה עס אויס צו לאזן ,סאוי וועל איך רעדן דערפון אויפן שפיץ לעפעל. איז לאמיר מאכן א משל.

די קענסט שוין באלד מאכן א בוק פון משלים! עני וועי דעי מעמארי איז די זעלבע מעמארי ווי מיין הארדדרייוו מעמארי?

לאמיר מסביר זיין די חילק פון דיין מעמרי-הארד דרייוו -USB , מיט סיסטעם מעמריRAM- מיט קעש'ס. לאמיר צוריק גיין צו די משל פון די מענטש וואס איז דיCPU ...... סאוי איך בין די סיפיא און די בעטסט מיך למשל א ווארד דוקאמענד,

סאוי לאמיר זאגן איך בין א סעקרעטערי. און איך האב דריי פלעצער ווי איך האלט פיילס, אז ווען איינער קומט בעטען א פייל זאל איך אים עס קענען געבען....
די קומסט צו מיין פענטסטער און בעטס מיר די פייל, איך זאג דיר איין מינוט..... איך שטעל מיך אויף , גיי צו מיין פייל קעבניט , איך שלעפ עס ארויס און איך געב דיר עס. לאמיר זאגן אז דו, אדער אנדערע, האלטן אין איין קומען צו מיין פענטסטער בעטען די זעלבע פייל.... וואס וועל איך טוהן? איך גיי עס האלטן נעבן מיין דעסק וואס איז אסאך נענטער צו מיר ווי מיין פייל קעבעניט יא?! שטימט?? אזוי אז די נעקסטע מאל דו קומסט וועל איך מיך נישט דארפן אויפשטעלן און עס גיין נעמען, אזוי קען איך דיר עס שנעל געבן... סאוי אויב איך האלט די פייל אויף מיין טיש אין פראנט, און די פרעגסט מיר וואס סשטייט דארט ,קען איך איך דיר זאגן נאך שנעלער. די פראבלעם איז נאר וויפיל פיילס פיטן שוין אויף מיין טיש?! פאר דעם איז איז דאך דא אזא זאך ווי קעבענטס און פיילס.......!!!!!!!! סאוי וואס איך ניץ מער אפט. אלס נענטער וועל איך עס האלטן נעבן מיר, און וואס מנוצט נישט אזוי אפט וועל איך אוועק לייגען אין מיינע פייל קעבענטס .

צום נמשל.... די בעטס למשל דיין פייל פון נעכטען פון די CPU ער זאגט דיר איין מינוט... ער גייט צום הארד דרייוו און זיכט עס אויף..... (וועל אי"ה מסביר זיין וואזוי א הארד דרייוו ארבעט און פארוואס א SSD איז אסאך שנעלער) און געט עס דיר.....
ביזט נאך דא ? איך הער נישט! העלא!!!!!!!!!!!!!!!!. אקעי..... איך גיי ווייטער !!!!!!!!!!!
יעצט וואס איז נוגע צו אונזער שמעוס פאר די CPU איז די קעש'ס............ די קעשס מיינט די מעמארי וואס ליגט "אין די CPU " , סאיז דא געוויסע אויסשטעלן וואס די סיפיא האלט אין איין נוצן... דעס וועט ער האלטן נאט צו זיך. ווי מער קעש איז אלץ בעסער. די קעש האט אפאר לעוועלס, 1 L איז די בעטסטע-ווייל ס' איז די נענטסטע........און איז אויך די קלענסטע אזוי ווי די טיש , נאך דעם איז L2 און L3 .

נאכאמאל....... וואס הייסט די סיסטעם מעמערי?

די מעמערי פאר די סיסטעם-CPU זאל קענען האבן פאר זיך, צו קענען שנעל ארבעטן. ווייל וויבאלד די ארבעט CPU אסאך שנעלער ווי די הארד דרייוו קען ברענגן אינפארמאציע פאר אים, דארף ער איינער וואס פארשטייט זיך מיט אים און ארבעט אויף זיין ספיד . (ווי געשריבן, אז די "באס" גייט צו די רעם.) די "רעם". איז נאנט צו די סיפיא און ריספאנד אסאך שנעלער ווי די הארד דרייוו. דעס הייסט סיסטעם מעמארי.

איך הער.... סאוי אלעס ווערט געסעיווד צווי מאל? איינמאל אין די הארד דרייוו אין איינמאל אין רעם?

ניין די רעם איז נאר ביז די דריקסט סעיוו .איינמאל מאיז פערטיג לייגט ער עס אין די הארדדרייו, און וואס סליגט נישט אין די הארדרייוו ווערט נישט געסעיווד. למשל די האלסט אינמיטן שרייבן ס'לעשט זיך אויס די PC איז עס מער נישט דא..! ווייל זאכן וואס ליגן אין די הארד דרייוו סעיווט זיך ווען די PC איז OFF . און וואס ליגט נישט אין די הארדדרייו איז..... גוט שבת אפי' סאיז געווען אין רעם, ווייל רעם ווערט זויבער ווען סאיז נישט דא קיין לעקטער.
איך זע אז ביי מיין PC שטייט אזוי!

איז אזוי לאמיר גיין צו די שירה אין די סיסטעם אפטיילונג שטייט אזוי:
Capture11.JPG
Capture11.JPG (39.38 KiB) געזעהן 260 מאל


די ערשטע זאך איז אינטעל- די נאמען פון די קאמפ. נאך דעם שטייט די קאר, וואס אין דע פאל איז עס א5 i דעס מיינט די משפחה (ווי א העכרע נאבער איז בעסער למשל 7I) נאך דעם איז די 5- דאס איז דע "דור" ווי א העכערע נאמבער מיינט סאיז שפעטער (בעסער). נאך דעם איז די U200 –די SKU. נאך דעם איז די שנעלקייט-הירטז" דא איז עס 2.2 גיג הירטז.

זיי מסביר וואס מיינט גיג הירץ?

אקעי לאמיר אריין קריכן טיפער. וואס פאסירט ווען ער ענדיגט מאכן א געוויסע אויס שטעל, למשל ער ער ענדיגט א טעסק ? ווען גייט ער צו די צווייטע? ער כאפט א דרימעל? איז אזוי…. סאיז דא א זאך וואס הייסט...... נישט קיין חילק ווי אזוי. ער איז אזוי ווי א גלעקל. נאך יעדע קלינג, גייט די פראסעסער צו די נעקסטע אויסשטעל. די גלעקל קלינקט ביליאן מאל פער סעקענט. ס'איז דא זאכן וואס ס'נעמט פאר די פראסעסער מער ווי איין קלינג, סנעמט צוויי, אין נאך דעם גייט ער ווייטער....... אזוי רעכענט מען ווי שנעל ער ארבעט. דאס הייסט קלאק ספיד,(ס'דא א זאך וואס הייסט קלאק מאלטיפלייער וואס מאלטיפלייט די קלאס ספיד ביז 35 מאל שנעלער. דיין הירטץ וואס איז יעצט, איז די מינימום וואס די פירמע האט אויספראבירט. (מקען עס אווער קלאקען, וואס דורך דעם גייט פראסעסער שנעלער און די גאנצע PC ווערט שנעלער, נישט רעקעמענדירט!)
Capture12.JPG
Capture12.JPG (40.44 KiB) געזעהן 260 מאל


און אונזער פאל איז עס א, 2.2 גיג, דאס מיינט אז ער פראסעסעט 2.2 גיג פער סעקענט.
יעצט וועל איך דיר פרעגען זאג מיר וויפיל איז 2.2 גיג וויפל ביטס?

איין רגע...... האמממ.... איך דארף אפאר מנוט פארדעם...

איז אזוי, 8 ביטס, איז איין בייט נעם דיין קאלקלעטער אין מאך אויף DATA (אדער גיי צום גוגל הדור) איןלייג 2.2 גיג צו ביטס די תריץ איז, 18.897.856.102 אזויפיל סוויטשעס קענען ווערן געריגט אין א סקונדע!! אסאך ניין?! און יעצט מאך די חשבון דאפעלט אויב ס'איז א 4 גיג פראסעסער!

..... און וואס מיינט מאלטי קאר?

אוי... מיינסט כ'האב נאך נערווען?! אקעי די פראסעסער טוט מער ווי איין זאך אויף אמאל. (אזוי ווי דיין ווייב האט ליב צו זיך אויפצוטוהן........) איז כדאי זאכן זאלן געשען שנעלער האט מען אריין געלייגט נאך א פראסעסער אין די זעלבע באקס (CPU) ס'פשוט שנעלער ווען ס'איז דא צוויי .

נאך איין שאלה, וואס מיינט טרעדס) לאדזיק)?

טרעדס איז ווי "למשל" סאיז דא נאך א פראסעסער, אבער סאיז נישט באמת א עקסטערע פראסעסער- נאר דיין "OS" באטראכט עס ווי סאיז דא נאך . מטיילט איין וואס מ'טוט למשל איין פראסעסער גייט טוהן דע און דע זאך למשל WORD ווייל אין דעם בין איך גוט, אין די אנדערע וועט קעיר נעמען פון EXCEL- וואס דעס קענסט גוט. אזוי אז יעדער טוט וואס ער קען גוט. גייט אלעס שנעלער.

וויאזוי ווייס איך וואס מיין פראסעסער איז, און וויפיל קאר, איך האב?
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
גלעזעלע
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 1:44 pm

אין דיין SYSTEM פעיזש קענסטו זען אלעס, אדער ביי ,SYSTEM INFORMATION אדער גיי צו https://www.cpuid.com און נעם די CPUZ– APP וועסטו זען א שיינע אויסשטעל מיט דיין גאנצע אינפארמאציע, און נאך אסאך אינפארמאציע, אזוי:
Capture13.JPG
Capture13.JPG (36.94 KiB) געזעהן 257 מאל


פארשטייט זיך, אז דאס אלעס מאכט זייער הייס א CPU , און ווען סווערט צו הייס האט עס א מאכניזים וואס לעשט אויס די קאמפיוטער. סאוי אויב די ווינדערסט זיך אמאל אז דיין PC האט באקומען א פלוצלימדיגע SHUTDOWN קען עס קומען פון דעם. אבער מיין נישט אז יעדע מאל קומט עס פון דעם, רוב מאל נישט, אבער סקען זיך מאכן.

וואזוי קילט מען אים אפ ער זאל זיך נישט איבער היצען?

אה זייער גוט געפרעגט מדארף א גאנצע עקסטערע שמועס פארדעם.
איך ווייס נאך נישט וואו דער CPU ליגט !
ער ליגט אין די באקס (וואס די שטויסט) סהייסט און גויאיש TOWER .אין די טאווער איז דא א זאך וואס הייסט מוטער בארד (MOBO) דארטען ליגט ער.

Capture1516262.JPG
Capture1516262.JPG (35.54 KiB) געזעהן 257 מאל

(וואזוי ספיד מיט רעם, און אלע זאכן פון די CPU נארד ברידז וכו' מיט אלע מינע מעמרי און קעש, און GPU ווילן מיר מסביר זיין אין א אנדערע סעריע ,פארשטייט זיך אויב די עולם וועט זיך ווארעם אנרופן .)
אזוי ווי איך בין נאר א בשר ודגים..... אין קען מאכן טעותים, (וואס איז מסתמא דא מערערע) בעט איך מחילה. ווער ס'האט עני הערות גוט-שלעכט ווערט געבעטען עס ארויס צו געבען, יעדע תגובה איז הויך אפרישיעטעט!.......
******
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט