איז יעצט דארפסטו שוין פארשטיין פארוואס.... מ'דארף רע"ם....!!
איז לאמיר יעצט זעהן ווי אזוי מ'ארבעט מיט רע"ם, און וואזוי די קענסט צו לייגען מער, אדער לייגען בעסערע, וכו'. צו דיין קאמפיטער .
צו פארשטיין וואס די נעמען און אקרנעמ"ס (ר"ת) און רע”ם באדייטען וועלן מיר אנהייבן אביסעל מיט די היסטאריע פון רע”ם, און מיט וואקסען מיט אים און ווערן מער פארגעשריטן, ביז ווי מהאלט היינט אין די איין צוואנציגסטע סענטרי.
איז לאמיר זעהן קודם אביסל וועגען די מאדער בארד.....
די מאדער בארד איז דאך דער וואס האלט די רע”ם און ער איז דער וואס טראגט די דעטע\אינפא פון רע”ם און אלע אנדערע זאכן צום הויעך געשעצטען סי פי יא....!
(באמת איז בעסער צו פארשטיין די "מאדער בארד" פאר רע”ם, נאר איך האב בכוונה אויס געלאזט די מאדער בארד קאפיטל. פאר יעצט איז אקעי צו גיין ווייטער)
(ספיד איז די הויפט זאך.... דע זעלבע איז ביי נעטווארק ווייערס. אויב אויב אויב.... איך וועל אנקומען צו שרייבן א קאפיטל וועגען קעבילס, וועלן מיר עס באשרייבן. סאיז דא גאר אסאך וועגען קעבעלס....
געדענקסט נאך די ריזיגע ברייטע 40 80 פין ווייער וואס גייט פון די הארד דרייוו צום מאדער בארד ? ?...
פארוואס איז קעבעל שנעלער פון " די עס על " ?.... פארוואס איז פייבער נאך אסאך שנעלער ?... .
וואס איז די חילוק פון די "יא עס בי " פוינט'ס למשל 2.0 צו 3.0 ? ? ..... ווארט ווארט אפשר "וואן דעי" ....! )
יעצט צוריק צום ענין . די מאדער בארד האט א "ספיד" וויזאוי ער טראגט דעיטע פון איין פלאץ צום צווייטן
וואס די ספיד הייסט א "קלאק ספיד"..... אזוי ווי ספיד ביי א קאר הייסט MPH
דארט ווי "ס'פארט" דעיטע פון איין פלאץ צום אנדערע הייסט א "באס".
( די באס פון רע”ם צו די סי פי יא הייסט די אדדרעס באס.)
די מאדערבארד האט "זיין" אייגענע באס ספיד. אנדערע זאכן ווי למשל רע”ם האבען זייער אייגענע ספיד. .
אבער כדאי צו קענען קאמינקעטן מוזען זיי ארבטען צוזאמען. די מאדער בארד ספיד און די אנדערע .
(און ווי געשריבן און די סי פי יא ארטיקעל אז ווייל כדאי די "סי פי יא" זאל ארבעטן מורא‘דיג שנעל האט די סי פי יא א מאלטעפלייער וואס מאלטעפלייט ביי זיך דע באס ספיד.)
יעצט וואס הייסט פארן דעיטע ?
פארן דעיטע מיינט ביטס .....! ס'פארט ביט"ס פון איין פלאץ צו די אנדערע למשל פון די הארד דרייוו צו רע”ם, און פון די רע”ם פארט עס צו א פלאץ וואס הייסט די "נארד ברידזש", און אזוי ווייטער בקיצר ס'פארן ביטס אלל אווער.
די שנעלקייט וואס ס'פארט ווערט גערעכענט אין הירטז ..
סאוי 100 מעגא הירטז מיינט סגייט אויף א שנעלקייט. 100,000,0000 קלאק סייקעלס פער סעקענד.
די באס פון די מאדער בארד גייט צו רע”ם...! סאוי די שנעלקייט פון די רע”ם און די שנעלקייט פון די באס ספיד מוזן זיין די זעלבע ספיד כדאי ס'זאל ארבעטן צוזאמען..........
סאוי לאמיר זאגן אז איך האב א מאדער בארד וואס זיין ספיד איז 100 מעגא הירטז פער סעקענד.... סאוי די רע”ם ספיד דארף אויך זיין ! .100 מעגא הירטז .
סאוי ווי אזוי רעכענט מען דעס אויס ?
איז לאמיר אביסל רעדען וועגען רע”ם און ארום און מוועט צוריק קומען שפעטער צו זעהן וויאזוי מרעכענט עס.
אין רע”ם איז דא אסאך זאכן וואס סאיז געווארן שנעלער און בעסער מיט די יארן סאוי לאמיר אביסל זעהן די אלטע רע”ם צו זעהן מיט וואס סאיז בעסער געווארען די נייע פון די אלטע.
סאוי א רע”ם סטיק וואס די זעהסט היינט איז נישט אמאל געווען א שטעקעלע וואס האט געהאט אויף זיך טשיפס ווי היינט נאר סאיז געווען ארויף געסדערט אויף די מאדער בארד די רע”ם טשיפס און מהאט עס נישט געקענט טוישען אדער צו לייגען .
שפטער זענען זיי קליגער געווארן און אנגעהויבן מאכן עקסטערע שטיקלעך ווואס איז אזוי ווי סטיקס, און אויף דעם איז געווען די טשיפס, און מהאט געמאכט ספעשעל סלאטס אויף די מאדער בארד ווי מלייגט די סטיקס.
- דימס.PNG (152.4 KiB) געזען 7173 מאל
(באלד העלן מיר רעדען מער וועגען די סלאטס)
די שטעקלעך אדער סטיקס הייסן רע”ם מאדיעאלסאדער דימס.
די נעקסע אימפראוומענט איז געווען אז אנשטאט דארפן מעניאעל מאכן אז די באס ספיד מיט די רע”ם ספיד זאלן גיין צוזאמען אויף די זעלבע ספיד, וואס פלעגט געטון ווערן דורך ספעשיל סוויטשעס, האט עס טשיפ, מיט זיינע אינפארמאציע ווי סייז , ספיד, SPD טשיפ.
און אזוי "סינקט" עס אליין מיט די מאדער בארד און און אויך דורך דעם קען מען זעהן די רע”ם אינפארמציע אין די בייאוס.
- עס פי די.PNG (94.95 KiB) געזען 7173 מאל
וועגען דעם הייסט עס SD RAM . די " S סינקט " מיינט D ( די" מיינט דיינעמעק סאיז א דוקדוק רש"י וואס מלערנט נישט)
יעצט.. הער גוט אויס..... די רע”ם גייט פער אכט. ער שיקט פער קאמנד פאר די סי פי יא....... 8 ביטס.
סאוי ער גייט אזוי ער האט 8 טשיפס און יעדע טשיפ גיט 1 ביט סאוי צוזאמען איז עס א בייט. סאוי יעדע קלאק סייקעל איז גייט א בייט.
סאוי די באס ספיד גייט נעמען פאר יעדע טיק פון זיין קלאק ספיד 8 ביטס -1 בייט.
אזוי איז געווען אמאל........ היינט האט מען געמאכט ברייטער די באס , צו 64 ביט ברייט,
ווי למשל יעדע טשיפ געט 8 ביטס אויף אמאל סאוי 8 טשפיס וועלן געבען 8 ביטס צוזאמען וועט עס זיין 64 ביטס פער קלאק סייקעל.
--
די נעקסטע אומפראוומענט איז, אז אנשטאט איינמאל "עקסעסען" די רע”ם פער קלאק סייקעל גייט עס נעמען דאבעל......!! דאס הייסט פאר יעדע קליק גייט עס נעמען צוויי מאל 64 ביט .
און וועגן דעם הייסט עס דד"ר....DDR" דאבעל.. דעטא.... רעיט ..
נאך דעם האט מען עס געמעכט נאך שנעלער און מהאט עס געדאבעלט פון DDR צו 2DDR
דעס מיינט 4 מאל די אמאנט פער קלאק סייקעל
און אזוי ווייטער דאבעל פון 2 צו DDR3 און ווי משטייט היינט ביי. DDR4.
(באמת איז דא אסאך חילקים פון די אלע, נישט נאר אז סאיז דאבעל, ווי למשל אז ווי א שפעטרע נוצט עס אויך אסאך ווייניגער לעקטער וואס סמאכט שטארק אויס ביי היץ, און נאך. אז די ווילסט וויסן וועסטו מוזען אליין זוכן.)
סאוי יעצט ווייסטו שוין וואס א רעם שטיקל איז...
וואס סבלייבט איבער, סאיז נאך דא אפאר זאכן וואס מדארף פארשטיין.
און לאמיר עס דורך גיין ווי אזוי מעאינסטאלירט עס און זעהן וואס מהאט נישט גערדט,
סאוי לאמיר גיין שאפינג פאר א רע”ם סטיק און לאמיר צו לייגען צו די פי סי און זעהן וואס מדארף אלץ נעמען און קאנסידערעשן
די ערשטע זאך וואס מיר דארפן זעהן איז צו סאיז דא "פלאץ" און די מאדער בארד ווי צו לייגען און וויפיל רע”ם גיג קעפעסטי ער פארנעמט !!
סאוי איז פון די ערשט זאך וואס קומט אריין איז פארן קויפן ... די מאדער בארד האט צוויי וועגען וויאזוי סארבעט מיט רע”ם .... איין וועג איז די לייגסט אריין רע”ם אין די סלאט און יעדע סלאט ארבעט פאר זיך, לאמיר זאגן למשל א 2 גיג קארטעל צו א 4 גיג, און האט גארנישט מיט זיין שכן וואס קען זיין א אנדערע אמאונט.
אדער די אנדערע וועג איז אז די לייגסט א סעט פון צוויי שטיקליך .... פון למשל 2.פון 2 גיג אדער 2 פון 4 גיג דעס הייסט דאעל טשענעל
המשך יבוא......